נתן הנביא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

נתן הנביא איז געווען דער נביא פון דוד המלךס קעניגרייך.

זיינע נבואות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט נבואה געזאגט צו דוד אז זיין זון שלמה וועט איבערנעמען די מלוכה נאך אים. ווען דוד המלך איז שוין געווען אויף דער עלטער און זייער קראנק, האט אדוניהו דער בן-בכור פון דוד געוואלט פארכאפן די מלוכה פון זיין טאטן דוד, און ער האט זיך ערקלערט אלס קעניג. אבער נתן הנביא מיט בת שבע (די מאמע פון שלמה) זענען געלאפן געשווינד צו דוד צו בעטן באקרוינען שלמה, און דוד האט טאקע אזוי געטון, ער האט באפוילן צו קרוינען שלמה אין גיחוןס קוואל.