בשר בחלב

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בשר בחלב איז טייטש פלייש מיט מילך, וואס יידן טארן נישט עסן. מן התורה איז אסור צו עסן פלייש פון א בהמה געקאכט מיט מילך אדער קעז. אויך איז אסור צו קאכן, און צו האבן הנאה פון בשר בחלב. מדרבנן איז אסור אויך פלייש פון חיות און עופות, ווי אויך איז אסור צו עסן פלייש אדער פליישיגע מאכלים צוזאמען מיט מילכיגס, און נאך א פליישיגער סעודה דארף מען ווארטן עטלעכע שעה'ן ביז מען מעג עסן מילכיגס. אסאך פון די דינים פון כשרות באהאנדלען בשר וחלב.

די דינים זענען אין שולחן ערוך יורה דעה.


אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.