משנה תורה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רמב"ם'ס ספר. אויב איר זוכט א צווייטן נאמען פאר ספר דברים אין חומש, זעט ספר דברים.

משנה תורה איז א מאנומענטאל ספר אויף הלכה וואס דער רמב"ם האט פארפאסט. דאס ספר נעמט ארום אלע הלכות וואס ווערן אדורכגערעדט פון חז"ל. דאס איז דאס ערשטע הלכה ספר געשריבן לויט ענינים אין נישט אויפן סדר פון ש"ס.

די משנה תורה איז געשריבן אין 14 ספרים, און דעריבער הייסט זי אויך דער "יד החזקה" (יד איז גימטריא 14).

אין משנה תורה ברענגט נישט דער רמב"ם קיין שום מקורות, נאר די נושאי כלים, ווי למשל דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו, זיכן אויס א מקור פאר יעדער הלכה פון דעם רמב"ם.

דער רמב"ם האט געשריבן די משנה תורה אין עגיפטן פון ד'תתק"ל ביז ד'תתק"ם.

נאמען פונעם ספר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער רמב"ם שרייבט אין דער הקדמה (אריינפיר) צו משנה תורה אז ער האט געגעבן דעם נאמען ווייל א מענטש לערנט פריער תורה שבכתב און דערנאך לערנט ער דאס ספר, און פון דעם קען ער שוין גאנץ תורה שבעל פה.[1]. דער ראב"ד האט זיך שטארק דערגעגנט, און האט קריטיקירט דאס ספר, און בפרט דעם נאמען "משנה תורה".

אינהאלט פון משנה תורה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ספר המדע: הלכות יסודי התורה, הלכות דעות, הלכות תלמוד תורה, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, הלכות תשובה.
  2. ספר אהבה: הלכות קריאת שמע, הלכות תפילה וברכת כהנים, הלכות תפילין ומזוזה וספר תורה, הלכות ציצית, הלכות ברכות, הלכות מילה, סדר התפילה.
  3. ספר זמנים: הלכות שבת, הלכות ערובין, הלכות שביתת עשור, הלכות שביתת יום טוב, הלכות חמץ ומצה, הלכות שופר וסוכה ולולב, הלכות שקלים, הלכות קידוש החודש, הלכות תעניות, הלכות מגילה וחנוכה
  4. ספר נשים: הלכות אישות, הלכות גירושין, הלכות ייבום וחליצה, הלכות נערה בתולה, הלכות סוטה
  5. ספר קדושה: הלכות איסורי ביאה, הלכות מאכלות אסורות, הלכות שחיטה
  6. ספר הפלאה: הלכות שבועות, הלכות נדרים, הלכות נזירות, הלכות ערכים וחרמים
  7. ספר זרעים: הלכות כלאיים, הלכות מתנות עניים, הלכות תרומות, הלכות מעשרות, הלכות מעשר שני ונטע רבעי, הלכות ביכורים ושאר מתנות כהונה שבגבולין, הלכות שמיטה ויובל
  8. ספר עבודה: הלכות בית הבחירה, הלכות כלי המקדש והעובדים בו, הלכות ביאת המקדש, הלכות איסורי מזבח, הלכות מעשה הקרבנות, הלכות תמידין ומוספין, הלכות פסולי המוקדשין, הלכות עבודת יום הכיפורים, הלכות מעילה
  9. ספר קרבנות: הלכות קרבן פסח, הלכות חגיגה, הלכות בכורות, הלכות שגגות, הלכות מחוסרי כפרה, הלכות תמורה
  10. ספר טהרה: הלכות טומאת מת, הלכות פרה אדומה, הלכות טומאת צרעת, הלכות מטמאי משכב ומושב, הלכות שאר אבות הטמאות, הלכות טומאת אוכלין, הלכות כלים, הלכות מקוואות
  11. ספר נזיקין: הלכות נזקי ממון, הלכות גניבה, הלכות גזילה ואבידה, הלכות חובל ומזיק, הלכות רוצח ושמירת נפש
  12. ספר קניין: הלכות מכירה, הלכות זכייה ומתנה, הלכות שכנים, הלכות שלוחין ושותפין, הלכות עבדים
  13. ספר משפטים: הלכות שכירות, הלכות שאלה ופיקדון, הלכות מלווה ולווה, הלכות טוען ונטען, הלכות נחלות
  14. ספר שופטים: הלכות סנהדרין והעונשין המסורין להם, הלכות עדות, הלכות ממרים, הלכות אבל, הלכות מלכים ומלחמות.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. "לפי שאדם קורא תורה שבכתב תחילה, ואחר כך קורא בזה, ויודע ממנו תורה שבעל פה כולה, ואינו צריך לקרות ספר אחר ביניהם" (הקדמה למשנה תורה)