אלף בית

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַלף־בית איז דער נאָמען פֿון די לשון קודשדיקע אותיות באזירט אויף די ערשטע צװײ אותיות (דהײַנו: אַלף און בית). מיט דאָזיקער שריפֿט שרײַבט מען לשון קודש, ײדיש, העברעיִש, לאַדינאָ (דזשודעזמא), אַראַמיש (בײַ די ייִדן) און אַנדערע שפּראַכן װאָס ייִדן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.

אינהאַלט

העברעיִשער אַלף־בית [באַאַרבעטן]

אין לשון קודש און מאָדערנען העברעיִש ניצט מען די פֿאָלגנדיקע אותיות (סוף־פֿאָרמען (סופיות) װערן געשריבן פֿאַר געהעריקע אותיות):

אלף בית גימל דלת הא וו זין חית טית יוד כף
א ב ג ד ה ו ז ח ט י כ
ך
למד מם נון סמך עין פא צדי קוף ריש שין תיו
ל מ נ ס ע פ צ ק ר ש ת
ם ן ף ץ

תּחילת זענען געװען אַלע אותיות אין לשון קודש קאָנסאָנאַנטן, דאָס הײסט אַז ער האָט אַ קאָנסאָנאַנט שריפֿט. אין אַ שרײַבונג מיט פּינטעלעך באַניצט מען די סיסטעם פֿון נקודות צו באַצײכענען װאָקאַלן. פֿונדעסטװעגן, עס קאָנען עטלעכע אותיות (אמות קריאה) שפּילן אױך די ראָלעס פֿון װאָקאַלן, דער עיקר, װאָס איז אינעם פֿולן כּוח אַנטװיקלט געװאָרן אין כתיב מלא אױסלײג־סיסטעם פֿון מאָדערנען העברעיִש.

ס׳איז דאָ אױך פּינטעלעך, װאָס צײכענען ענדערונגען אין קלאַנגען פֿון קאָנסאָנאַנטן: דגש און דאָס שׂין־פּינטל.

די אותיות אין ייִדיש [באַאַרבעטן]

פֿאַר ייִדיש ניצט מען בדרך־כּלל די גלײַכע אותיות. דער הױפּט אונטערשײד איז אָבער אַז טײל אותיות אין ייִדיש באַצײכענען נאָר װאָקאַלן, אַזױ װי בײַ אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן. לױט דער טראַדיציע און דעם רוב פֿון אָפֿיציעלע אױסלײג סיסטעמען שרײַבט מען די װערטער פֿונעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט אַזױ װי אין לשון־קודש. די כּוללדיקע סיסטעם איז אַזאַ:

אות נאָמען ראָמאַניזאַציע
לױט ייִװאָ
פֿאַרשפּרײטע
אַרױסרעדן
א
אַ
אָ
שטומער אַלף
פּתח־אַלף
קמץ־אַלף

a
o

[a]
[ɔ] אָדער [ʊ]
ב
בֿ
בית
בֿית
b
v
[b]
[v]
ג גימל g געװײנלעך [g]
ד דלת d [d]
ה הא h [h]
ו
וּ
װאָװ
מלופּם־װאָװ‏[1]
u
[ʊ] אָדער [ɪ]
ז זיין z [z]
ח חית kh [x]
ט טית t [t]
י
יִ
יוד
חיריק־יוד
i און y
i
[ɪ] און [j]
[ɪ]
כּ
כ
ך
כּף
כף
לאַנגע כף
k
kh
kh
[k]
[x]
[x]
ל למד l [l]
מ
ם
מם
שלאָס מם
m
[m]
נ
ן
נון
לאַנגע נון
n
[n], צו מאָל [m]
ס סמך s [s]
ע עין e [e] אָדער [eɪ]
פּ
פֿ
ף
פּא
פֿא
לאַנגע פֿא
p
f
f
[p]
[f]
[f]
צ
ץ
צדיק
לאַנגע צדיק
ts
[ʦ]
ק קוף k [k]
ר ריש r [ʁ], [ʀ] אָדער ענלעכע
ש
שׂ
שין
שׂין
sh
s
[ʃ]
[s]
ת
תּ
תװ
תּװ
s
t
[s]
[t]
ליגאַטורן
װ צװײ װאָװן v [v]
ױ װאָװ־יוד oy [ɔɪ] אָדער [eɪ], [ɔː]
ײ צװײ יודן ey [eɪ] אָדער [aɪ]
ײַ פּתח צװײ יודן ay [aɪ] אָדער [aː]
אות־קאָמבינאַציעס
דז דלת־זיין dz [dz]
דזש דלת־זיין־שין dzh [dʒ]
זש זיין־שין zh [ʒ]
טש טית־שין tsh [tʃ]

די אותיות בֿ, ח, כּ, שׂ, ת און תּ װערן באַניצט נאָר אין װערטער, װאָס שטאַמען פֿון לשון קודש.

יהדות [באַאַרבעטן]

לױט דעם ייִדישן רעליגיעזן בקיאות האָט גאָט באַשאַפֿן די װעלט מיט די אותיות.

די תורה איז געשריבן מיט א״ב, און אויב פֿעלט נאָר אײן אות, טאָר מען לױט דער הלכה נישט מאַכן קײן ברכה בײַם עולה זײַן.

רעפערענצן [באַאַרבעטן]

  1. ביי ייווא: מלופּן־װאָװ