ט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ט
טית
אלף בית
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י כ ל
מ נ ס ע פ צ
  ק ר ש ת  
ענדע אותיות
  ך ם ן ף ץ  

ט' (טית) איז דער ניינטער אות פון אלף בית.

היינט רעדן אויס רוב יידן א ט' ווי לאטיינישן t, גלייך ווי א תּ, אבער ספרדים רעדן אויס א הארטן ט', ענלעך צו אראביש. ט איז איינער פון די דטלנ"ת אותיות וואס מען רעדט אויס מיטן צונג. ט איז א קאנסאנאנט אן א קלאנג.

אין גימטריא ט = 9. אויך אין גימטריא שרייבט מען ט"ו = 15 און ט"ז = 16.

ט איז איינער פון די שעטנ"ז ג"ץ אותיות וואס די סופרים שרייבן מיט דריי תגים.

פארשטעלונג פון אות ט'[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

חיתן

דער אות ט' ווערט פארגעשטעלט דא אין די פאלגנדע פאנטן (פון רעכטס אויף לינקס): פרנק-ריהל, אריאל, דוד, כתב רש"י, כתב סת"ם, האנטשריפט, חיים.

דער קאד 05D8 רעפרעזענטירט ט' אין יוניקאד.

ברייל טית

איז די פארשטעלונג פונעם אות ט' אין ברייל.


דער פעניקישער טית זעט אויס אזוי: פעניקישער טית

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]