ערד-פלאנעט
פֿון װיקיפּעדיע
ערד-פלאנעט איז א וועלט וואס איז אויף איר פלאצירט לעבעדיקע באשעפענישן. די וועלט אדער ערד פלאנעט איז איינע פון די פלאנעטן פֿון דער זון סיסטעם די דריט ווייטסטע פון דער זון און די פינפטע גרעסטע אין דיאמעטער. די ווייטקייט פון דער ערד צו דער זון איז געשאצט אויף 92,897,000 מייל (149,503,000 קילאמעטער). עס איז די איינציגסטע פלאנעט וואס שטיצט לעבן כאטש אנדערע פלאנעטן האבן אויך אטמאספערע און וואסער.
די ערד, ווי מיר רופן עס ערד קוגל, איז פאקטיש נישט הונדערט פראצענט רינדיג. עס איז 26 מייל לענגער אין די ברייט ווי אין די לענג (צווישן די נארט פאול און די סאוט פאל). די וועלט לויפט ארום אין ספעיס מיט א שנעלקייט פון 66,000 מייל פער שטונדע (אגב, עס איז נישט דא קיין שום מחלוקה דערין ווי טייל מענטשן מיינען) . דאס האט מען ערשט אויסגעפינען ווען מען האט די ערשטע מאל דערגרייכט אויף דער לבנה מיט סאטעליט טעכנאלאגיע.
ווי אלט די ערד איז איז איינע פון די גרעסטע דעבאטעס אין וויסנשאפט און אין רעליגיע מיט טויזענטער ווערסיעס. רויב מאדערנע סייענטיסטן גלייבן אז די וועלט איז פארמירט געווארן בערך 4.57 ביליאן יאר צוריק און די לבנה האט אנגעהויבן צירקולירן ארום די וועלט בערך 4.53 ביליאן יאר צוריק. לויט די אידישע רעליגיע איז די וועלט באשאפן געווארן 5762 יאר צוריק און האט נאך אינגאנצן 238 יאר צו שטיין.
די וויסנשאפטלעכע חשבונות זענען געבויט אויף די שטיינער פון דער וועלט וועלכע איז די איינציגסטע זאך וואס איז נאך היינט פארבליבן פון דער וועלט'ס באשאפונג. זיי מעסטן די שטיינער און לויט דער צייט עס אז טייל פון זיי זענען אלט איבער 4 ביליאן יאר.
צו פארענטפערן סייענס האבן אידן גענוצט פיר תירוצים:
1) דער מבול האט פארעלטערט די וועלט דורך איר שטארקן כוח ווי עס שטייט אין די תורה: "וימח את כל היקום" און דאס צייגט ביליאנען יאר אלט. עס דארף נישט דוקא זיין די מבול, לויט די סייענטיסטן איז דא קליינע אויפרייסענישן וואס מאכט אז דער וועלט זאל אויסקוקן עלטער.
2) די וועלט איז באשאפן געווארן אן אלטע וועלט געפארטיגט מיט פלאנצונגן און אלטע שטיינער.
3) דאס וואס שטייט אין די תורה אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין 6 טעג מיינט געוויס אנדערע טעג ווי מיר האבן היינט און עס האט מעגליך געקענט זיין אזוי לאנג ווי מיליאנען יארן. דער טעאריע פון אנדערע טעג ווערט אויך געברענגט אין פריערדיגע ספרי צדיקים אויף משיח'ס קומען ווען א טאג וועט זיין ווי היינט א יאר אדער מער.
4) "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ. והארץ היתה תוהו ובוהו"... און ביליאנען יאר שפעטער איז געווען די "ויאמר אלקים יהי אור ויהי אור".
זעט אויך: מעשה בראשית
[בעאַרבעטן] ווי פיל צייט שטייט שוין די וועלט
לויט די פארשערס 3.7 מיליארד יאר. און לויט דער תורה שטייט זי באלד 6,000 יאר.
| די זון סיסטעם
|
|---|
| די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס |
| פלאנעטן · קארליק פלאנעטן · לבנות: Terran · Martian · Asteroidal · Jovian · Saturnian · Uranian · Neptunian · Plutonian · Eridian |
| SSSBs: מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קופער פאס/Scattered disc) · קאמעטן (אורט וואלקן) |
| See also astronomical objects and the solar system's list of objects, sorted by radius or mass. |
| רשימה פֿון פּלאַנעטן |

