יציאת מצרים
פֿון װיקיפּעדיע
יציאת מצרים איז די עיקרדיקע געשיכטע וואס האט פאסירט פאר כלל ישראל און דער גרונט פון די יידישע רעליגיע.
די געשיכטע [באַאַרבעטן]
די געשיכטע ווערט פארציילט אין די תורה אין ספר שמות, וואס דערציילט איבער כלל ישראל'ס באפרייאונג פון די מצרישע קנעכטשאפט דורך משה רבינו.
קריאת ים סוף [באַאַרבעטן]
איז באשריבן אין די תורה אלס דער גרויסער נס וואס גאט האט געטאן צו די יידן זעקס טאג נאך יציאת מצרים, ווען ער האט געשפאלטן דעם ים סוף פאר די אידן און די מצרים זיינען דערטראנקען געווארן.