פרעמיער מיניסטער פון ישראל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער פרעמיער מיניסטער פון ישראל (העברעיִש: ראש הממשלה, טייטש: רעגירונג הויפט; אראביש: رئيس الحكومة) איז דער הויפט פון דער ישראלדיקער רעגירונג, און דער שטערקסטער פאליטישער פיגור אין ישראל. דער פרעמיער מיניסטער איז דער הויפט פונעם עקסעקיוטיוו אין לאנד. דער פרעמיער מיניסטאר האט אן אפיציעל הויז "בית ראש הממשלה" אין רחביה, ירושלים. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איז בנימין נתניהו פון דער ליכוד פארטיי; שוין דאס צווייטע מאל וואס ער דינט אין דעם אמט.

דער פרעמיער מיניסטער ווערט אויסגעקליבן דורכן פרעזידענט פון ישראל, נאכדעם וואס ער האט זיך מייעץ געווען מיט די פארשידענע פארטייען אינעם פארלאמענט. דער פרעמיער מיניסטער מוז פארשטעלן זיין רעגירונג אין פארלאמענט פאר זייער הסכמה.

פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל
דוד בן גוריון משה שרת לוי אשכול גאלדע מאיר יצחק רבין מנחם בעגין יצחק שמיר שמעון פרס בנימין נתניהו אהוד ברק אריאל שרון אהוד אלמערט
I 1948 - 1954 1954 - 1955 1963 - 1969 1969 - 1974 1974 - 1977 1977 - 1983 1983 - 1984 1984 - 1986 1996 - 1999 1999 - 2001 2001 - 2006 2006 - 2009
II 1955 - 1963 1992 - 1995 1986 - 1992 1995 - 1996 2009 -