אוקראינע
| אוקראינע | |||||
|
|||||
| נאציאנאלע זינגליד: | |||||
| קאנטינענט | אייראפע | ||||
| אפיציעלע שפראך | אוקראיניש | ||||
| הויפטשטאט | קיעוו |
||||
| רעגירונג | האלב דעמאקראטיע | ||||
| פרעזידענט פרעמיער מיניסטער |
וויקטאר יושטשענקא יוליא טימאשענקא |
||||
| גרינדונג דאטום |
|||||
| פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
603,700 קוואדראט ק"מ 43טע 7% |
||||
| באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
47,425,336 25טע 79 מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
| פראדוקט ווערדע | 339,676 מיליאן $ (27סט) |
||||
| וואלוטע | גריווניע (UAH) | ||||
| צייט זאנע | UTC+2 | ||||
| אינטערנעט דאמען | ua. | ||||
| טעלעפאן קאד | 380+ | ||||
אוקרײַנע, אוקראַיִנע (אוקראיניש: Україна "אוקראַײִנאַ", רוסיש: Украина "אוקראַיִנאַ") איז אַ לאַנד אין מזרח אײראָפּע. אירע אײנװינער באַטרעפן 47,425,336 (אין יאָר 2005). איר הױפּטשטאָט איז קיעוו; זײַן באַפעלקערונג איז ~ דרײַ מיליאָן מענטשן.
אוקראינע איז אײנע פֿון לענדער אין מזרח אייראפע, איר גרעניץ איז צװישן פױלן און טשעכיי פֿון אײן זײט, בעלארוס און רוסלאַנד פֿון דער צװײטער זײט, װאָס גײט ביז צום שװאַרצן ים.
פֿון די גרויסע באַוואוסטע וואַסערן אין אוקריינע זענען דער דניעפּער, דער טייך בוג, און דער נעסטער.
אוקראינע איז אַ פֿרוכטבאַר לאַנד, עס איז באַדעקט מיט ריזיגע פעלדער און שוואַרצע סטעפּס וואָס זענען באַוואַקסן מיט פייכטע גוטע פירות און פֿרוכט. זי איז וואיול באַקאַנט מיט איהר ווייץ, קאַשע, קארן, געשרטן, קאַרטאָפֿל, צוקער, און איבער אַלץ מיט איהר רייכע אויל פעלדער.
אין די צייטן פֿון קאָמוניזם האָט רוסלאַנד בא'גנב'ט דאָס גאַנצע האב און גוט'ס פֿון אוקראינע, זי האָט איהר אריינגעוואָרפן אין אַ שרעקליכע ארימקייט, אויך האָט דער קאָמינינזם צוגעהאָלפֿן אז די פשוט'ע פויערן אין אוקריינע זאלן נישט ארבעטן זיך נישט זיך אנשטרענגען צו מאכן געלד, דאָס האָט געהאָלפן מאַכן אַ טעל פֿון גאַנץ אוקריינאַ. דעריבער האָט זי פאַרלוירן איהר גלאַנץ זי איז געוואָרן אַ אַרימע צוריקגעשטאַנענע מדינה. אויך איז די כאבאר און שוחד געוואָרן דאָרט אומדערטרעגליך.
אין די לעצטע יארן זייט זי איז ארויס פון די רוסישע שטיוול, פרובירט זי זיך צוריק צוכאפן, די עקאנאמיע ווערט בעסער, אומבאוועגלעכע גיטער גייען ארויף, און זיי פרובירן צו ווערן א מדינה פון געזעץ.
כאטש אוקראינע איז נישט קיין גרויסע מאכט דאך האט זי אין זיך נוקלעארע וואפן, דאס איז ווייל אין די קאמוניזם יארן האט רוסלאנד דארט געבויט נוקלעארע רעאקטערן ווייל זיי האבן געהאלטן עס וועט זיי העלפן פאר פארטיידיגונג, שפעטער ווען קאמוניזם איז צופאלן האט עס אוקריינע נישט געוואלט צוריקגעבן צו רוסלאנד, אנפאנג האט רוסלאנד פראטעסטירט, אבער מען האט זיך פארגליכן מיט דער הילף פון די אמעריקאנער.
זי פארמאגט עטליכע נוקלעארע רעאקטארן, דער באקאנסטער דערפון איז דער רעאקטער אין טשערנאביל. דארט איז פארגעקומען דער ריזיגער אויפרייס אין יאר תשמ"ה, דער אויפרייס האט געשדעיגט און פארפעסטעט די לופט ארוים מיט שעלדיכע ראדיא־אקטיווע שטראלן, עס האט געשאדט נישט בלויז פאר די גענעגט נאר פאר גאנץ אייראפע, ביז היינט צו טאג ליידן אלע מדינות ארום פון די פארפעסטונגען, עס איז אויך נישט ערלויבט פון די רעגירונג צו צו גיין אין די געגנט ארום.
די צען גרעסטע שטעט אין אוקראינע זענען קיעוו, כארקיוו, אדעס, דניפראפעטראווסק, דאנעצק, זאפאריזשיע, לעמבערג, קריווי ריה, מיקאלייעווע און מאריופאל.
אינהאַלט |
אידן אין אוקראינע [באַאַרבעטן]
אין אוקריינע וואוינען אידן שוין הונדערטער יארן, ביז צום ערשטן וועלט קריג האבן זיך געציילט די אידן אין די אוקריינישע שטעט קרוב צו צוויי מיליאן, זעלבסטפארשטענליך אז די אידן פון אוקריינע זענען נישט געווארן געשוינט, און די ביטערע פראגראמען איז אנגעקומען קיין אוקריינע, אידן האבן געליטן פון פאגראמען אלע יארן, עס איז באקאנט פון די קאזאגען וואס אידן האבן געליטן אין די איהרן פון ה'ת"ח ווער דער גרויזאמער פירער פון קאזאקן כמעלניצקי האבן גע'הרג'ט און גע'שחט'ן איבער הונדערט טויזנט אידן פון די אוקריינער שטעט, אין די צייטן פון בעל שם טוב, און אויך אין שנת ה'תקכ"ח ווען מען האט געהרגט טויזנטער אידן ווי עס ווערט באשריבן אין ספר שער המלך און אין שבחי בעל שם טוב. דערנאך זענען געקומען די פאגראמען ביים ערשטען וועלט קריג און נאכן ערשטען וועלט קריג, דאס מערסטע צווישן זיי איז באקאנט דער קעשענעווער פאגראם, וואוו די אנטיסעמיטן האבן זיך פארזאמעלט אין באנדעס אין געהארגט אסאך אידן, ספעציעל פרומע אידן, וואס זענען געווען קעגן די קאמוניזם אדער האבן געהאט געלד. דעמאלטס זענען אסאך אידן פון אוקריינע אנטלאפן קיין אמעריקע.
ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די נאציס מיט די הילף פון די אוקריינישע באפעלקערוגנ אויסגעהרג'ט דאס מערהייט פון דאס אוקראינער אידן. די אוקריינער גוי האט זיך הונדערט פראצענט צוגעשטעלט צו די פאדערונגען פון די נאציס אז אלע אידן מוזן גע'הרג'ט ווערן, דאס מערסטע איז באקאנט די גרויזאמען רציחות אין באבי יאר ווי מער פון הונדערט טויזענט אידן זענען געשחטען געווארן מיט מיתות משונות.
אוקראינע איז באקאנט ביי אידן אויך צוליב וואס דארט איז געווען דאס וויגעלע פון חסידות, די חסידות באוועגונט האט זיך אנגעהויבן אין אוקריינא, די ערשטע גרויסע חסידישע רביים שטאמען פון דארט, ווי דער בעל שם טוב פון מעזשביזש, דער מגיד פון מעזריטש, רבי יעקב יוסף פון פולנאה, רבי פנחס מקאריץ, רבי יוסף מקאמינקא, רבי שלום שכנא, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער גרויסע רביים פון די טשערנאבלער גזע פון רבי נחום און זיין זון רבי מרדכי פון טשערנאביל, און דערנאך זיינע קינדער מיט זייער רבי'שע הויפן, די אייניקעלך פון בעל שם טוב רבי ברוך פון מעזשביזש, רבי משה חיים אפרים מסדילקוב בעל דגל מחנה אפרים, ר' נחמן מברסלב, רבי אהרן מטיטיוב, דער בית עין, רבי מרדכי מנעסכיז, רבי יקותיאל יודא מלאנדא, רבי מיכל מזלאטשוב , און נאך. אייניגע פון אירע באקאנטע שטעט
- קיעװ
- אַדעס
- לעמבערג
- דראָביטש
- בראָד
- סטאַניסלעװ
- העליטש
- וויזשניץ
- נעמיראוו
- אומאן
- קאַלוש
- אונגוויר
- חוסט
- באַרדיטשעוו
- סײלעש
- טשערנאָװיִץ
- קאַמעניץ
- מונקאטש
לאקאלע רעגירונג [באַאַרבעטן]
אוקראינע ווערט צעטיילט אין 24 אבלאסטן (גובערניעס), די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים און צוויי באזונדערע שטעט, די הויפטשטאט קיעוו און סעוואסטאפאל.
די גובערניעס און די אויטאנאמישע רעפובליק זענען:
| 1 | טשערקאס | 10 | כמעלניצקי | 19 | סומי |
| 2 | טשערניהיוו | 11 | קיראוואגגראד | 20 | טארנאפאל |
| 3 | טשערנאוויץ | 12 | קיעוו | 21 | וויניצע |
| 4 | קרים | 13 | לוהאנסק | 22 | וואהלין |
| 5 | דניעפראפעטראווסק | 14 | לוויוו | 23 | טראנסקארפאטיע |
| 6 | דאנעצק | 15 | מיקאלייעווע | 24 | זפורוז'יה |
| 7 | איוואנוא-פראנקיווסק | 16 | אדעס | 25 | זשיטאמיר |
| 8 | כארקאוו | 17 | פאלטאווע | ||
| 9 | כערסאן | 18 | ראוונע |
נאטור און לאנדשאפט [באַאַרבעטן]
די עיקר ירקות וואס וואקסן אין אוקראינע זענען אוגערקעס, פאמידארן, פאפריקא, ציבלעס, קיטניות און פאטלעזשאן. אויבסן זענען טרויבן, בארן, מעלאנען, פערשקעס, פלוימען און אפריקאסן.
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
|
סואווערענע שטאטן
|
|
אוקרײַנע | אוזבעקיסטאַן | אַרמעניע | אַזערבײַדזשאַן | בעלארוס | גרוזיע | טאַדזשיקיסטאַן | טורקמעניסטאַן | מאָלדאװע | קאַזאַקסטאַן | קירגיזסטאַן | רוסלאַנד |
|

