אפריקאס
| אפריקאס | ||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אפריקאס פרוכט
|
||||||||||||||||||
| וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||||||
|
||||||||||||||||||
| בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||||
| Prunus armeniaca L. |
דער אפריקאס (Prunus armeniaca, "ארמענישער פֿלוים" אין לאטיין) איז א זגאל פון Prunus. באטאניקערס מיינען אז ער שטאמט פון כינע און צענטראל אזיע, אפשר אויך קארעע און יאפאן. [1][2]
אפריקאסן (אויך פערשקעס, קארשן און פֿלוימען) זענען שטיינפרוכט.
אינהאַלט |
באשרייבונג [באַאַרבעטן]
דער אפריקאס בוים איז קליין (8-12 מעטער); זיינע בלעטער זען אויס ווי א שפיציקן הארץ, ברייט 8 צ"מ. די בלומען זענען ווייס אדער ראזעווע, מיט פינף קרוינבלעטלעך. די פרוכט האט איין זאמען אין א שטיין; איר קאליר איז געל אדער אראַנזש און כמעט האט נישט קיין האר, און איר דיאמעטער איז 2 צ"מ.
פראדוקציע [באַאַרבעטן]
| צען הויפט אפריקאס פראדוצירערס— 2005 (1,000 טאנען ) |
|
|---|---|
| 390 | |
| 285 | |
| 232 | |
| 220 | |
| 196 | |
| 181 | |
| 145 | |
| 136 | |
| 123 | |
| 103 | |
| 101 | |
| וועלט סה"כ | 1916 |
| מקור:[3] | |
טערקיי איז דער הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[4] איראן דער צווייטער. אין ארמעניע וואקסן אפריקאסן אינעם אררט טאל.
אין דער קעך [באַאַרבעטן]
אפריקאסן קען מען עסן רוי אדער געקאכט. געטרוקענטע אפריקאסן האלטן זיך לאנג און זענען אויך געשמאק. מען מאכט אפריקאסן קאנסערוון וואס מען קען שמירן אויף ברויט אדער ניצן ביים קאכן.
מעדיציניש [באַאַרבעטן]
אפריקאסן זענען גוט קעגן עצירות. אפילו דריי זענען גענוג.
זעט אויך [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ Flora of China: Armeniaca vulgaris
- ↑ Germplasm Resources Information Network: Prunus armeniaca
- ↑ פאראייניקטע פעלקער עסנווארג און לאנדווירטשאפט ארגאניזאציע (FAO) [1]
- ↑ The tendencies of Apricot producers