מנחם מענדל בייליס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
טעקע:Beylis2.jpg
מענדל בייליס

מנחם מענדל בייליס (רוסיש: Менахем Мендель Бейлис) (געב. 1874 - נפטר כ"ד תמוז ה'תרצ"ד, ניו יארק) איז געווען א ייד פון אוקראינע וואס מען האט אים באשולדיגט מיט אן עלילת דם, מיט כלומרשט דער רציחה פון א רוסיש קינד. דער פראצעס האט אנגעצינדן אינטערנאציאצעלן קריטיק קעגן רוסיש שנאת ישראל.


אריינפיר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – אנטיסעמיטיזם אין רוסלאנד

יארן פון ביטערניש קעגן דער מלוכה פון די צארן אין רוסלאנד האבן געברענגט די באפעלקערונג צו מחשבות פון מרידה. די צארן האבן געזען מיט גרויס שרעק ווי די מלוכה גליטשט זיי ארויס פון די הענט. זיי האבן געזוכט מחדש צו זיין דעם עלילת דם אויף גאר א גרויסן אופן כדי פארשטיין צו געבן די פויערן אז די יודן זענען די אמת'ע שונאים וכו'. זיי האבן אויפגעשטעלט די "שווארצע הונדערטער" צו קענען דורכפירן זייער עצה.

די צייטן זענען געווען שווערע פאר די רוסישע יודן. עס איז געווען די צייט וואס דער צאר ניקאליי דער צווייטער האט געהערשט. ער איז געווען א גרויסער שונא ישראל און א געוואלדיגער אכזר. כאטש די גזירה פון די "קאנטאניסטן" איז שוין בטל געווארן, איז דער פליכט צו גיין אין מיליטער נאך אלץ געווען גאר א ביטערער פאר די יודן. אסאך האבן ליידער פארלוירן זייער יודישקייט אדער זייער לעבן דורכ'ן זיין אין מיליטער.

אין יאר ה'תרע"א, האט די דומא אפיציעל מודיע געווען אז "די יודן זענען א געפערליך פאלק און זייער מסוכן". אין יענעם זעלבן יאר, כ' אדר תרע"א, איז פארשפרייט געווארן א ידיעה אז מ'האט געטראפן א טויט גויאיש קינד אין קיעוו. די פלענער זענען ליידער שוין געווען גרייט.

ר' מענדל בייליס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איינער פון די וואס האבן געדינט אין מיליטער אין יענע יארן איז געווען א יוד מיט'ן נאמען מענדל בייליס. ער האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיין יודישקייט און איז ארויסגעקומען גאנץ ברוחניות ובגשמיות. נאך ער איז ארויס פונ'ם מיליטער האט ער חתונה געהאט און זיך באזעצט אין מעזשיגוריא, וועלכע איז בערך 13 קילאמעטער פון קיעוו [די הויפטשטאט פון אוקראינע]. ער האט דארט געארבעט אין א פאבריק פון ציגל וועלכע האט געהערט פאר זיינס א פעטער. אביסל צייט דערנאך האט ער באקומען א הצעה צו ארבעטן אין דער שטאט קיעוו, אין א פאבריק וועלכע מ'האט געהאלטן אינמיטן בויען. דער פאבריק האט געהערט צו דעם באוויסטן עושר און נדיב מר זייטשעב, וועלכע האט געבויט א יודישע שפיטאל אין קיעוו, און כדי צו פארזיכערן א קביעות'דיגע הכנסה פאר'ן שפיטאל, האט ער געמאכט דעם ציגל פאבריק, און אלע הכנסות דערפון זענען געגאנגען צום אויסהאלטן פונ'ם שפיטאל. ר' מענדל האט מסכים געווען צום הצעה און איז אריבער קיין קיעוו.

די שטאט קיעוו איז געווען איינגעטיילט אין צוויי געגענטן, פלוסקי און לוקיאנאווסקי. יודן האבן נאר געמעגט וואוינען אין פלוסקי [ווי אויבן דערמאנט זענען די ערטער ווי יודן האבן געמעגט וואוינען געווען זייער באגרעניצט] און דארט איז טאקע געווען דער יודישע שפיטאל. דער פאבריק אבער, איז געווען אין לוקיאנובסקי, וואס דאס מיינט אז יודן האבן אין דעם געגענט נישט געמעגט וואוינען. נאר דורך דעם שטארקן השפעה פון זייטשעב, וועלכע איז געווען פון די גרעסטע סוחרים אין רוסלאנד [ער האט געהאט אסאך צוקער פאבריקן], האט ר' מענדל זיך געמעגט באזעצן אין דעם "הייליגן" לאנד. כאטש ר' מענדל האט געהאט אונטער זיך בערך פינף הונדערט גוי'שע ארבייטער, [לויט'ן רוסישן געזעץ פון דעמאלס האט א יוד נישט געמעגט באשעפטיגן א צווייטן יוד אין זיין פאבריק. זייטשעב איז געווען פון די איינסציגסטער וועלכע האט געמעגט האבן איין יוד אלס ארבייטער], האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעמען מיט זיי. אויך מיט די גוים אין די געגענט האט ער זיך גוט געלעבט, אזוי ווייט אז אין יאר תרס"ה, ווען עס זענען געווען שווערע פאגראמען קעגן יודישע קהילות אין רוסלאנד, האט דער גוי'שע גלח פארלאנגט אז מ'זאל שטעלן א ספעציעלע שומר פאר ר' מענדל אז עס זאל עם גארנישט געשען. [עס איז געווען א סיבה דערפאר: ווען דער גלח האט געבויט א הויז פאר יתומים, האט ער געבעטן ר' מענדל ער זאל עם פארקויפן ציגל פאר ביליג. זייטשעב האט מסכים געווען צום בקשה פון ר' מענדל און דער גלח איז עם געווען זייער דאנקבאר. נאך א סיבה איז געווען אז דער וועג צו די שטאטישע בית הקברות [גוי'שע] איז דורכגעגאנגען צווישן דער ציגל-פאבריק פון זייטשעב און א גוי'שן ציגל-פאבריק. ווען דער גלח האט געבעטן ר' מענדל רשות אז זייערע לוויות זאלן קענען דארט אדורכגיין האט ער באלד מסכים געווען. ווען ער האט געבעטן דאס זעלבע פון דעם גוי'שן פאבריק, האט מען דארט נישט געגעבן רשות. דער גלח פלעגט אפטמאל צייכענען דעם חילוק צווישן זיינע "אייגענע" מענטשן וואס טון נישט קיין טובות, און ר' מענדל.

פופצן יאר זענען אזוי אריבער. כאטש עס זענען געווען געוויסע אומבאקוועמליכקייטן ווי למשל אז די קינדער האבן געדארפט גיין א ווייטן וועג יעדן טאג אין חדר אריין וכו', איז ר' מענדל געווען צופרידן און שמח בחלקו. ער האט געדאנקט דעם רבונו של עולם אז ער האט א גוטע פרנסה און ער האט געהאפט אויסצולעבן זיינע יארן בשלו' ובשלוה. ווען האט דאן געקענט וויסן וועגן דעם גרויסן צרה וועלכע גייט עם שוין באלד טרעפן.. אין יאר תרע"א איז באפאלן ר' מענדל דעם גרויסן טראגעדיע, דעם טראגעדיע פון וועלכע ער וועט קיינמאל נישט קענען פארגעסן, דעם טראגעדיע וועלכע האט צובראכן און צושטערט זיין גאנצע לעבן אויף אייביג..

דער טאג האט אויסגעזען ווי א געווענדליכער טאג. כ' אדר תרע"א לפ"ק. ר' מענדל זיצט אין זיין ביורא [אפיס] ווי יעדן טאג. ער קוקט ארויס פונ'ם פענסטער און באמערקט ווי אסאך מענטשן לויפן.. עס זעט אויס ווי אלע לויפן צו איין באשטימטע ארט.. ר' מענדל איז ארויס מברר זיין על מה הבהלה הזאת. מ'האט עם דערציילט אז ערגעץ אינ'ם געגענט האט מען געטראפן א גע'הרג'טע קינד. ביז עטליכע שעות האבן שוין אלע געוויסט אז די טויטע קערפער פון א רוסישן קינד מיט'ן נאמען "אנדרושא יושצינסקי" איז געפונען געווארן עטליכע קילאמעטער ווייט פונ'ם ציגל-פאבריק. די קערפער זענען געווען אין עפעס א הייל ווי דער רוצח האט דאס געהאט איבערגעלאזט. נאך אין דעם זעלבן אוונט איז איינער פון די רוסישע שכנים געקומען באזוכן ר' מענדל. ער איז געווען א חבר [מעמבער] אין די "שווארצע הונדערטער [זעה הקדמה] און האט עם דערציילט אז לויט ווי מ'רעדט צווישן זיינע חברים האנדלט זיך נישט דא פון סתם א רציחה נאר דאס קינד יושצינסקי איז גע'הרג'ט געווארן דורך די יודן פאר זייערע "רעליגיע" [גלויבונג]. די סתם רוסישע גוים אבער, וועלכע זענען נישט געווען אזוי פארנומען מיט דעם וויכטיגן ענין פון "רייניגן" רוסלאנד פון די יודן [ל"ע], האבן גאר עפעס אנדערש גע'טענה'ט. זיי האבן געזאגט אז די רציחה האט געמאכט די מאמע פון יושצינסקי צוזאמען מיט א חבר'טע מיט'ן נאמען טשעביריאק. עס זענען געווען פארשידענע ראיות וועלכע האבן קלאר געוויזן אויף דער ריכטונג..


ווער איז שולדיג?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אן אנטיסעמיטיש בלעטל וואס מען האט פארשפרייט אין קיעוו פארן בייליס פראצעס, וואס איז מזהיר קריסטן אויפצופאסן אויף זייערע קינדער פסח צייט

אין קורצן פון פריער: א גוי'ש קינד איז געפונען געווארן גע'הרג'ט נעבן דעם פאבריק פון ר' מענדל בייליס. די שווארצע הונדערטער זאגן אז די יודן האבן עם גע'הרג'ט צו נעמען בלוט פאר די מצות. די שטאטישע גוים גלייבן דאס נישט. זיי זענען חושד די מאמע פון דאס קינד און א חבר'טע אינ'ן רציחה. זיי האבן עטליכע ראיות אויף דעם..

די ערשטע שאלה וואס די גוי'שע שכנים האבן געפרעגט איז געווען זייער א פשוט'ע. אויסער דעם וואס די מאמע האט נישט באוויזן קיין שום צער אדער זארג איבער איר קינד, איז דאס קינד דאך נעלם געווארן י"ב אדר און איז געפונען געווארן ערשט כ' אדר. וויאזוי קען מען מסביר זיין דעם פאקט אז זי האט בכלל נישט מודיע געווען פאר'ן פאליציי אז איר קינד איז פארלוירן. זי האט אפילו נישט געוויזן קיין אינטערעס ווען מ'האט עם געפונען טויטערהייט. די שכנים האבן דאס גוט באמערקט און מיט דער צייט זענען אלס שטארקער געווארן זייערע חשדות. עס איז געווען נאך א סיבה אויפ'ן חשד. דער טאטע פון דעם קינד איז גע'הרג'ט געווארן אינ'ם רוסיש-יאפאן מלחמה [דער מלחמה איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר פאר די מעשה, ווען די רוסן זענען ארויס אויף מלחמה קעגן איר מזרח שכן יאפאן, כדי צוריקצוהאלטן דעם פארשפרייטונג פון יאפאן אינ'ם ווייטן מזרח. דער מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א גרויסע דורכפאל פאר רוסלאנד, און זי איז ארויס פון דארט בבושת פנים] און ער האט איבערגעלאזט פאר זיין זון 500 רובל וועלכע זענען געלגען אין א באנק אלס פיקדון ביז דער קינד וועט אויפוואקסן. דער מאמע איז געווען צוטראגן אז זי האט נישט געקענט לייגן א האנט אויף די 500 רובל.. אויב איר קינד איז טויט קען זי דאס ירש'נען.. דער פרוי טשעביריאק, וועלכע מ'האט אויך חושד געווען אז זי איז אריינגעמישט אינ'ם מעשה, איז געווען באוויסט אלס איינער וואס האט צוטון מיט קבוצות פון גאר געפערליכע גנבים און רוצחים. דער קינד אנדרושה פלעגט זיך אסאך דרייען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג א חבר פון איר'ס א קינד. עס איז זייער מסתבר געווען, אז אויב אנדרושה האט אמאל עפעס געזען דארטן פון די קבוצה רוצחים וואס ער טאר נישט.. האבן זיי שוין געזארגט עם צו פירן א אן אנדערע וועלט כדי ער זאל נישט קענען רעדן.. דער פאליציי האט געהאט נאך א סיבה אויפ'ן חשד. ווען מ'איז געוואר געווארן אז מ'האט געפונען א קינד, זענען הונדערטער מענטשן געגאנגען קוקן וואס טוט זיך. קיינער האט נישט געקענט דערקענען ווער דאס קינד איז, אויסער דער פרוי טשעביריאק, וועלכע האט באלד געזאגט זיין נאמען. דאס האט געשטארקט דעם חשד קעגן איר. אויך דער בעה"ב פון דעם הויז ווי טשעביריאק האט געוואוינט, האט געזאגט אז ער איז זיכער אז זי איז דער רוצח. ער אליינס [וועלכע האט גראדע געהערט צו די "שווארצע הונדערטער"] האט געזאגט פאר ר' מענדל אז ער איז זיכער אז דער רציחה איז פארגעקומען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג אן ארט פון פושעים און רוצחים.

נאך אפאר טאג האט דער פאליציי איינגעזעצט דעם פרוי טשעביריאק. אביסל שפעטער האט דער פאליציי אין מאסקווא [היינט דער הויפטשטאט פון רוסלאנד] איינגעזעצט נאך דריי מענטשן בקשר צו דעם ענין. שפעטער האט מען זיי געשיקט קיין קיעוו. די דריי מענטשן זענען געווען פון די ראשים פון די קבוצה פון טשעביריאק, און זענען געזען געווארן אין קיעוו דעם טאג וואס דער קינד איז נעלם געווארן. זיי פלעגן זיך פארשטעלן אלס הויך-ראנקיגע גענעראלן אינ'ם מיליטער, און די פאליציי האבן שווער געקענט גלייבן אז זיי זענען פשוט'ע רוצחים.

ביי דער לוי' פון אנדרושה, וועלכע איז פארגעקומען א וואך נאך דער גוף איז אנפלעקט געווארן, האט מען שוין פארשפרייט צעטלעך צו פארטיליגן די יודן רח"ל, ווייל זיי האבן גע'הרג'ט אנדרושה צו נעמען זיין בלוט. "מ'דארף נוקם זיין זיין בלוט"! האבן די גוים געשריגן. זיי האבן מיט דעם פרובירט אוועקצונעמען דעם חשד פון די אמת'ע רוצחים און אויפקאכן דעם באפעלקערונג קעגן די יודן. אפילו נאכ'ן לוי' האבן די שווארצע הונדערטער נישט אויפגעהערט העצן. "איז דאס דעם מעגליך? אז די יודן האבן גע'הרג'ט אנדרושה און זיי גייען פריי, בשעת די "אומשולדיגע" זענען איינגעזעצט אין תפיסה"?? די שרייערייען האבן גע'פועל'ט וואס זיי האבן געוואלט.. א גרויסע פראפעסאר [דאקטער] א שונא ישראל, מיט'ן נאמען סיקארסקי האט געזאגט אז ער האט געזען דעם גוף פון אנדרושה, און ער זאגט מיט זיכערהייט אז דאס איז נישט געווען סתם א רציחה. דאס איז געטוען געווארן פאר "רעליגיעזע" סיבות [מקיים צו זיין א באפעל פון א געוויסע גלויבונג. ער האט נאך צוגעלייגט זיין גרויסע "מבינות" אז אין דעם גוף זענען געווען דרייצען שטאכן, און ביי יודן איז דער נומער דרייצען עפעס א וויכטיגע נומער... [ניבא ואינו יודע מה ניבא.. ווען א יודיש קינד ווערט דרייצען ווערט ער מחויב מיט אלע מצוות].

אפילו ביי די גוים, האט די זאך אויסגעזען אזא פשוט'ע ליגנט, עס איז ממש געווען א געלעכטער. אלע זענען זיכער געווען אז דער מעשה איז געטון געווארן דורך צעביריאק און דעם קבוצה אירע. קומען מענטשן און רידערן ארום וועגן יודן וכו'. ליידער ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אז דאס איז בכלל נישט קיין געלעכטער. די "שווארצע הונדערטער" האבן דא געמאכט א קשר קעגן דעם יודישן פאלק. זיי האבן געהאט זייער א גרויסע השפעה בימים ההם, און זיי האבן זיך געגרייט ווייטער צו גיין מיט זייערע פלענער.

דעם אחריות אויפ'ן פראצעס האט מען ארויפגעלייגט אויף דער הויפט-פארשער "פענענקו". ער האט אנגעהויבן זיינע חקירות ביים נאכפרעגן ביי די שכנים און מעסטן דעם מרחק פון דעם הויז פון טשעביריאק ביז צום הייל ווי מ'האט געטראפן אנדרושה, ווי אויך דעם מרחק פונ'ם ציגל פאבריק ביז צום הייל. אזוי האט ער חוקר געווען עטליכע חדשים. ביזדערווייל זענען געקומען עטליכע באהאלטענע פאליציי און זיך געדרייט אין דעם פאבריק. זיי האבן געפרעגט די בייליס קינדער אויב זיי האבן געקענט אנדרושה. איינער איז געקומען וואוינען אין א הויז קעגן איבער דעם פאבריק. ערשט שפטער איז ר' מענדל געוואר געווארן אז ווען זיי האבן געזען אז דער חקירה קומט נישט אויס ווי זיי האבן געוואלט.. האבן זיי משחד געווען די רוסישע קינדערמיט ציקערלעך וכו' צו זאגן אז אנדרושה פלעגט זיך דרייען אינ'ם פאבריק און אז די קינדער האבן געשפילט מיט אים...

ה. איינגעזעצט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: די אויספארשער דרייען זיך אינ'ם געגענד פון די פאבריק פון ר' מענדל און פרעגן זיינע קינדער צו זיי האבן געקענט אנדרושה. זיי פרובירן זייער שטארק, דורך געבן ציקערלעך וכו' פאר די גוי'שע קינדער כדי זיי זאלן זאגן אז די קינדער פון ר' מענדל זענען געווען גוט מיט אנדרושה.

נאך אפאר טעג איז אנגעקומען א באהאלטענע פאליציי מיט'ן נאמען פוליטשוק, וועלכע איז געקומען עטליכע מאל צו ר' מענדל אין שטוב. איין מאל האט ער עם דערציילט אז ער האט א הרגשה אז דער רציחה איז געטון געווארן אינ'ם געגענט פונ'ם ציגל-פאבריק און אז ר' מענדל איז געווען אין דעם אריינגעמישט. א טאג נאך דעם שמועס, איז אנגעקומען א גרופע פון צען פאליציי צום פאבריק, ובראשם דעם הויפט-פארשער פענענקו [אויף וועמען די ממשלה האט געלייגט דעם אחריות נברר זיין די זאך, ווי דערמאנט פריערדיגע וואך], וועלכע האט אנגעהויבן אויספרעגן ר' מענדל. "איר זענט דער מנהל פון דעם פאבריק"? "יא". "פון ווען"? "בערך פופצן יאר צוריק". "צו ארבייטן דא אנדערע יודן אויסער דיר"? "ניין! איך בין דער איינציגער". אזוי האט ער עם ווייטער אויסגעפרעגט איבער זיין ארבעט אינ'ם פאבריק. פלוצלינג קערן זיך די שאלות צו גאנץ אן אנדערע ריכטונג.. "דו האסט א קוה? דו פארקויפסט מילעך?".. "איך האב א קוה" ענטפערט ר' מענדל, "אבער איך פארקויף נישט קיין מילעך. אלע מילעך ווערט גענוצט דורך מיין משפחה". "לאמיר זאגן אז א חבר.. א גוטע פריינד וועט קומען צו דיר, וועסטו עם פארקויפן א גלאז מילעך?".. "ווען עס קומט צו מיר א גוטן ידיד געב איך עם צו עסן און טרינקן, אויך מילעך, אבער איך טו נישט פארקויפן.. ר' מענדל האט נישט געקענט פארשטיין אויף וואס די שאלות זענען געווען נייטיג. וואס גייט זיי אן אויב ער האט א קוה און אויב ער פארקויפט מילעך.. פענענקו מיט זיינע מינטהעלפער האבן אויסגעזען צופרידן פון זייער "חקירה" און זענען ארויס. פאר'ן פארלאזן די הויז האט איינער פון זיי גענומען א בילד פון ר' מענדל.

דאס איז פארגעקומען אויף תשעה באב, תרע"א. דער טאג וואס איז באשטימט אלס אבל פאר די צוויי חורבנות פון די הייליגע בתי מקדש, דער טאג וואס האט זיך אנגעהויבן דעם גלות פון כלל ישראל, אט אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן דעם פרטית'דיגן גלות פון ר' מענדל בייליס, וועמען די רשעים האבן אויסגעקליבן אלס שעיר לעזאזל פון כלל ישראל.

דעם נעקסטן טאג י' אב, וועלכע איז געווען ערב שבת קודש, גאנץ פרי, איז ר' מענדל אויפגעשטאנען צו א גרויסן רעש אינדרויסן. מ'האט געהערט קולות פון אסאך מענטשן און פון פערד. נאך פאר ר' מענדל האט געקענט ארויסקוקן פון טיר זען וואס טוט זיך, האט ער געהערט שטארקע קלאפן.. ער איז געווארן זייער דערשראקן. וואס האט געקענט פאסירן אין אזא פריער שעה? ער האט נאך אזא רעש קיינמאל נישט געהערט. ער האט קודם געמיינט אז עס האט אויסגעבראכן א פייער אינ'ם פאבריק.. ער איז געלאפן צום פענסטער און געזען צענדליגע דזשאנדארן [פאליציי] שטייען דארטן. וואס קענען זיי דא וועלן? וואס מיינען די קלאפן אויפ'ן טיר? עס איז עם פינסטער געווארן פאר די אויגן ווען דער אמת האט אנגעהויבן אריינזינקען. ער האט כמעט גע'חלש'ט פון שרעק, אבער די עקשניות'דיגע קלאפן האבן נישט געלאזט קיין צייט פאר מחשבות.. ער איז שנעל געלאפן צום טיר און אויפגעעפנט. א גרויסע גרופע דזשאנדארן איז אריין, ובראשם דער באוויסטער שונא ישראל, דער הויפט פון די באהאלטענע פאליציי, קולייבקו. נאך ער האט אוועקגעשטעלט א משמר ביים טיר אז קיינער זאל נישט קענען אנטלויפן, איז ער צוגעגאנגען צו ר' מענדל. "דו ביסט בייליס"? האט ער געשריגן מיט א געוואלדיגע כעס. "יא". אין דעם נאמען פון הוד מלכותו דער צאר, ביסטו יעצט איינגעזעצט! קום מיט אונז"! אינצווישן, פון די קולות, האבן זיך אויפגעוועקט די ווייב און קינדער פון ר' מענדל, און די קינדער האבן אנגעהויבן שטארק צו וויינען פון פחד פון די שווערדן אין די הענט פון די פאליציי. די קינדער האבן אנגעכאפט זייער טאטע ער זאל זיי שיצן. די אומגליקליכע קינדער האבן נישט געקענט וויסן אז זייער טאטע אליינס קען זיך ליידער נישט שיצן פון דעם גרויסן בראך וואס איז אויף עם געפאלן. ר' מענדל ווערט בכח אוועק געריסן פון זיין משפחה. קיינער טאר מיטעם אפילו נישט רעדן א ווארט. שטיעלרהייט מיט טרערן אין די אויגן, אן צו קענען בארוהיגן זיינע קינדער, איז ער גענומען געווארן דורך די פאליציי. עטליכע פאליציי זענען געבליבן אין זיין הויז דורכצוזוכן אלע חפצים. ווען ער איז ארויס פון שטוב איז געווען די צייט ווען די ארבייטער גייען אין פאבריק. ר' מענדל האט זיך זייער געשעמט פון זיי און געבעטן די פאליציי ער זאל מעגן גיין ביי די זייט כדי זיי זאלן עם נישט באמערקן. זיי האבן דאס נישט נאכגעגעבן. שפעטער איז ער געוואר געווארן אז פונקט אין דעם צייט ווען מ'האט עם איינגעזעצט, האט מען באפרייט דעם פרוי טשעביריאק מיט איר קבוצה פושעים אלס "אומשולדיגע" מענטשן וועלכע מ'האט "פאלש חושד געווען"... ער האט זיך געווינדערט וואס וועט זיין זיין סוף?

ר' מענדל איז אריין אינ'ם פאליציי-סטאנציע. ער איז נאך געווען זייער דערשראקן און האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס מען וויל פון עם. [ער האט נישט געקענט עולה זיין בדעתו אז מ'טוט עם דא פשוט באשולדיגן אויף א רציחה מיט וועלכע ער האט בכלל נישט געהאט צו טון]. עס איז נאך געווען גאנץ פרי און די פאליציי-סטאנציע איז נאך געווען זייער פארשלאפן. די פאר ארבייטער האבן עם אנגעקוקט מיט שטרענגע בליקן. ער איז דארט געזעסן אונטער די וואך פון די שומרים, וועלכע האבן קיין איין רגע נישט אוועק גענומען די אויגן פון עם. נאך א צייט הערט ער די קולות פון די פערד, און פוסטריט פונ'ם אריינגאנג. דאס זענען געווען די פאליציי וועלכע זענען פריער געבליבן ביי עם אינדערהיים. זיי האבן עם געפרעגט אויב ער וויל עפעס עסן, ער האט געענטפערט אז ניין. א גאנצע צייט האט ער פרובירט צו טראכטן: "וואס גייט דא יעצט זיין? פארוואס האט מען מיר איינגעזעצט"? דערנאך איז אריינגעקומען קולייבקו און עם דערלאנגט א גרויס פאפיר מיט עטליכע שאלות אויף דעם. ווער ביסטו? פון ווי שטאמסטו? ווער איז דיין טאטע? וואס איז דיין גלויבונג? צו האסטו קרובי משפחה? די לעצטע שאלה איז געווען: וואס ווייסטו וועגן דעם הרג'נען פון דעם קינד אנדרושה יושצינסקי? פאר קולייבקו איז ארויס פון שטוב האט ער געזאגט "ווען דו וועסט ענדיגן ענטפערן די שאלות, קלינג מיט דעם גלאק און איך וועל אריינקומען".

ר' מענדל האט דורכגעליינט די שאלות. ווען ער איז אנגעקומען צום לעצטן שאלה, האט ער געפילט א שרעקליכן פחד, כאילו ער ווערט דערשטיקט. יעצט הייבט ער שוין אן פארשטיין וואס דא גייט געשען. ער האט פרובירט זיך שטארקן מיט'ן לשון פון די שאלה: " וואס ווייסטו וועגן דעם הרג'נען פון דעם קינד אנדרושה יושצינסקי"? אפשר דאך וועט ער נאר זיין אן עד אין די מעשה... ער האט געענטפערט אלע שאלות און אויף דעם שאלה האט ער געשריבן אז ער ווייסט גארנישט מער ווי וואס ער האט געהערט פון מענטשן אין די גאס. ווער דער רוצח איז און פארוואס ער האט דאס געמאכט, פון דעם האט ער נישט קיין מושג.. ער האט געקלאפט מיט'ן גלאק און קולייבקו איז אריין. ווען ער האט געליינט דעם תשובה איז ער געווארן זייער אויפגערעגט און געשריגן "דאס איז די גאנצע? נארישקייטן! אויב דו וועסט מיר נישט זאגן דעם אמת וועל איך דיר שיקן צום תפיסה אין פעטרובאבלובסקי [א באוויסטע תפיסה וועלכע האט געווארפן א פחד אויף אלע וואס האבן נאר דערמאנט דעם נאמען].


ו. שאלות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – די חקירה פון מענדל בייליס


ר' מענדל איז געבליבן אין אוכראנא איבער שבת. צווישנצייט האט מען אויך געכאפט זיין זון און אים איינגעזעצט. זונטאג, ווען ער איז געווען שוין אכט טעג אין אוכראנא, האט מען געפירט ר' מענדל אין דעם געריכט-הויז אין קיעוו אים חוקר צו זיין. עס האט אויסגעזען אז די פארשער ווייסן שוין גוט די תוצאות פון די חקירה נאך פאר עס האט זיך אנגעהויבן. די פארשונג איז געווען בכדי אז ער זאל מודה זיין אז ער האט געהרגעט אנדרושה יושצינסקי. דאס צווייטע מאל ווען ער איז געגאנגען אין געריכט-הויז איז דער חוקר געווען נאר פענענקא אליין. צום סוף זאגט ער אים אז ער וועט דארפן גיין אין תפיסה. נאר מ'האט מסכים געווען אז ער מעג גיין צוריק אויף נאך איין נאכט אין אוכראנא.

ז. תפיסה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: מיט גרויס שרעק, ווערט ר' מענדל געוואר אז מ'גייט עם שיקן אין תפיסה אריין. יעצט זעט ער שוין אז די זאך איז גאר ערנסט און ער וועט ליידער נישט אזוי שנעל אהיימגיין. די שומרים וואס האבן עם באגלייט צום תפיסה האבן עם געלאזט גיין אויפ'ן טראם, אבער נישט אינ'ם וואגאן אליין נאר אינדרויסן. אויפ'ן וועג האבן זיי באגעגענט אפאר ארבייטער פונ'ם זייטשעוו פאבריק, וועלכע האט צוגעגעבן צו זיין צובראכנקייט און צוקלאפטקייט. בשעת'ן נסיעה איז ארויף אויפ'ן טראם א רוסישע גוי מיט'ן נאמען "זאכרטשענקו", וועלכע איז געווען דער בעה"ב פונ'ם הויז ווי עס האט געוואינט דער פרוי טשעביריאק. ער איז געווען א מיטגליד [מעמבער] אינ'ם "דאפלט-קעפיגע אדלער" [א חלק פון די "שווארצע הונדרטער], און ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און געזאגט "מיין ברודער! לאז דיין גייסט נישט פאלן... איך אליינס בין טאקע א מיטגליד אינ'ם "דאפלט-קעפיגע אדלער" אבער איך זאג דיר: די שטיינע פונ'ם בריק וועלן זיך צוברעקלען און דער מאת וועט געווינען"... מיט די דאזיגע רייד איז א אראפגעשפרינגען פונ'ם וואגאן און איז זיך געגאנגען זיין וועג. כאטש ער האט עובר געווען אויפ'ן געזעץ, וועלכע האט נישט געלאזט רעדן מיט אן איינגעשפארטער, האבן זיינע שומרים נישט געהויבן קיין פינגער און עם געלאזט אוועק גיין. דער וואס האט געטראגן אויף זיך דעם סימבאל פונ'ם "דאפלט-קעפיגע אדלער" האט געמעגט טון וואס ער האט געוואלט. די רייד פון זאכרטשענקו האבן געמאכט א שטארקן רושם אויף די שומרים און זיי האבן זיך אביסל שענער אויפגעפירט צו עם. זיי זענען אראפ פונ'ם טראם ביים לעצטן סטאנציע, און האבן ממשיך געווען זייער וועג צופוס. ווען זיי זענען אריבער א מארק פון פירות, האט איינער פון די פאליציי געקויפט אפאר בארן און אפערירט איינס פאר ר' מענדל.. ער האט נישט געקענט באהאלטן זיין ווינדער. "איך האב עס פאר דיר געברענגט".. האט ער געזאגט, "דו גייסט דאך אין תפיסה, דארט וועסטו נישט קענען באקומען אזעלכע זאכן"..

דער רגע ער איז אריין אין תפיסה, האט איינער פון די איינגעשטעלטע אויסגערופן זיין נאמען "ביילוס"! אלע אנדערע איינגעשטעלטע זענען געקומען קוקן. אלע האבן געמאכט ווערטלעך אויף זיין חשבון און געלאכט פון עם. איינער איז צוגעגאנגען און געזאגט "דא וועלן מיר דיר געבן צו עסן מצה מיט בלוט וויפיל דו דארפסט... גיי שנעל און טוה אן די תפיסה קליידער"... בערך מיטאגצייט איז ער גענומען געווארן אין זיין "צימער". עס זענען דארט געווען בערך פערציג איינגעשפארטער. די טיר האט מען פארשלאסן אונטער עם. עס איז נישט געווען קיין וועג ארויס.. דער שטוב ווי מ'האט עם אריינגענומען איז נישט געווען פון די געווענדליכער צימערן פונ'ם תפיסה, נאר עס איז געווען די "שפיטאל". יעדע נייע איינגעשפארטער האט דארט געמוזט זוימען דרייסיג טאג און ערשט דערנאך איז ער אריין אינ'ם תפיסה ממש. בכדי צו קענען איבערלעבן די דרייסיג טאג און אזא טונקעלע און שרעקליכע ארט, האט מען געדארפט זיין אייזן שטארק ביי זיך, אזוי שטארק ווי די אייזערנע ברעטער איבער די קליינע פענסטערס.

זיין הארץ איז אונטערגעגאנגען ווען ער האט זיך אומגעקוקט אויף זיין סביבה. די ווענט זענען געווען באדעקט מיט פעך, און קוים קוים איז אריינגעקומען אביסל ליכטיגקייט. די רייד פון פענענקו האבן געקלינגען אין זיינע אויערן "דאס איז דער געגענט-ריכטער און נישט איך".. ר' מענדל האט זיך געזעצט אין איינער פון די פארשטיפעט ווינקלעך און האט זיך פארטראכט איבער זיין ביטערע און שווערע מצב. עס איז עם שווער געווען צו גלייבן אז ער געפינט זיך באמת דא. נאכ'ן "עסן" האט מען געגעבן עפעס א מין טיי וואס איז געווען מער ענדליך צו וואסער. איינער פון די איינגעשפארטער איז פלוצלינג צוגעגאנגען און מציע געווען ר' מענדל'ן א שטיקל צוקער. ער האט גארנישט גערעדט אבער ער האט געוויזן מיט די הענט. כנראה האט ער נישט געקענט רעדן, ער האט אבער אויסגעזען ווי א יוד.. ער האט געברענגט ר' מענדל אביסל טיי און ערשט דערנאך געטרינקן זיינס. אזוי זענען עם אריבער די ערשטע פאר שעות אין תפיסה. נאך אביסל שפעטער האט מען אריינגעבענגט נאך איינער אינ'ם צימער. אויך ער איז געווען א יוד. ר' מענדל האט זייער געהאפט אז זיין קומען וועט עפעס פארבעסערן זיין מצב, ער האט אזוי שטארק געוואלט טרעפן מיט נאך א יוד און קענען רעדן מיט עם. ער האט זיך פארגעשטעלט פאר עם. דער יוד איז געווען זייער ערשטוינט ווען ער האט געהערט ווער זיין "שכן" איז. ער אליינס איז געווען איינגעשפארט וועגן דיני ממונות און האט געהאט גענוג אייגענע צרות אויפ'ן קאפ. פונדעסטוועגן האט ער נישט געטראכט פון זיינע פראבלעמען און האט פרובירט צוהעלפן ר' מענדל.

עס איז נתברר געווארן אז ער איז א גרויסע בעל השפעה, האבנדיג א שוועסטערקינד [קאזין] וועלכע האט קשרים מיט'ן ממשלה. ער האט געמעגט באקומען עסן פון אינדרויסן אלע טאג פונ'ם וואך [די אנדערע האבן נאר באקומען אויף זינטאג, זעה שפעטער], און ער האט זיך איינגעטיילט מיט ר' מענדל. ליידער איז ער צומארגנס קראנק געווארן און איז אריבער צום שפיטאל.

וויבאלד זיין נאמען איז נאכנישט געווען אויפ'ן רשימה, האט ר' מענדל נישט באקומען עסן פונ'ם תפיסה די ערשטע צוויי טעג, ערשט אויפ'ן דריטן טאג האט מען אנגעהויבן געבן עסן.


ח. מיט די אנדערע איינגעשפארטער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ביילוס זיצט אין תפיסה, דורכ'ן פאלשן חשד אז ער האט גע'הרג'עט דעם קינד יושצינסקי.

זינטאג איז געווען דעם איינציגן טאג וואס מ'האט געקענט באקומען פעקלעך עסן פון אינדערהיים. דעם טאג האבן די בני המשפחה געקענט קומען באזוכן און האבן מיטגעברענגט זאכן פון די איינגעשפארטע. ר' מענדל האט שוין א גאנצע וואך געווארט צו הערן נייעס פון זיין משפחה. ער האט געווארט בקוצר רוח אויף זינטאג, אויף אזויפיל אז ער האט גארנישט געקענט שלאפן דעם נאכט פריער. ענדליך איז דאס אנגעקומען.. די משפחה האט געברענגט א פעקל עסן וואס האט געדארפט זיין גענוג אויף א גאנצע וואך.. ווען זיינע "חברים" האבן דאס געזען, האבן זיי נישט געקענט באהאלטן זייער שמחה... זיי האבן אוועקגעריסן דעם פעקל פון זיינע הענט און אין סעקונדן איז שוין גארנישט דארט געווען. ווי חיות טרף האבן זיי זיך געשלאגן איינער מיט'ן צווייטן. ר' מענדל האבט באמערקט ווי די איינגעשפארטע באקוקן עם מיט די אויגן זען וואס ער גייט דא טון. ער האט גוט פארשטאנען אז אויב ער וועט דא מאכן עפעס התנגדות וועלן זיי עם שלאגן. דערפאר האט ער געמאכט כאילו ער איז צופרידן אז זיי עסן זיינע זאכן, און ער האט זיך געצווינגען צו זאגן "עסט מיט אפעטיט"..

דעם ווינטער איז געווען ספעציעל קאלט. די פענסטער אינ'ם תפיסה זענען געווען צובראכן, און זיי זענען געווארן געפרוירן דורך די נעכט. צוצולייגן צו זייער פיין און ליידן, איז די ערד געווען פייכט און פיל מיט שרצים ורמשים וועלכע זענען געקראכן אויף יעדן ארט. מ'דארף נישט באשרייבן דעם צער און עגמת נפש פון ר' מענדל אין דעם תפיסה.

א חודש איז אריבער און ר' מענדל ווערט אוועקגעפירט צו א צווייטן צימער אינ'ם תפיסה. דארט זענען געווען נאך דריי יודן, און ווען זיי האבן געהערט זיין דערציילונג, זענען זיי זייער נתרגש געווארן און געמאכט דערפון א גרויסן עסק. ווען עס איז געקומען זינטאג, האבן זייינע נייע חברים עם אויסגעלערנט וויאזוי מ'דארף טון מיט די פעקלעך פון שטוב. זיי האבן עם געזאגט ער זאל זיי איבערגעבן דעם פעקל, ווייל די אנדערע איינגעשפארטע האבן מורא פון זיי און וועלן זיך נישט דערוואגן זיי צו טשעפען אדער עפעס צוצונעמען פון זיי. אזוי האט ער געטון.. און במשך עטליכע וואכן האבן זיי געגעסן און געטרינקען צוזאמען. דערנאך האבן זיי געהאט זייער משפט און זענען באפרייט געווארן. אפילו נאך זיי זענען אוועק האבן די רוסן וועלכע זענען דארט געווען זיך שיין אויפגעפירט צו ר' מענדל. זיי האבן געהערט פארוואס ער איז דארט און זענען געווען זייער אינטערסירט וועגן די שאלות וואס מ'האט עם אויסגעפרעגט. זיי האבן עם בארוהיגט און געזאגט אז ער האט זיך נישט וואס צו זארגן.. איינער ספעציעל האט זיך אויפגעפירט זייער בידידות צו עם. ר' מענדל האט נישט געקענט פארשטיין וואס עפעס איז ער אזוי נאנט.. און פארוואס בכלל איז דער עולם אזוי שיין און פיין.. ערשט נאך א צייט איז ער געוואר געווארן דעם אמת, און דאס האט עם זייער טייער געקאסט...

דעם נעקסטן זינטאג האט ר' מענדל באקומען נאך א פעקל פין זיין שטוב. זיינע "חברים" האבן זיך זייער געפרייט דערמיט און איינער האט מציע געווען דאס צו היטן.. ער האט אבער אויסגעזען ווי איינער וואס קען דאס אויפעסן ביז אפאר מינוט, האט ר' מענדל עם שיין "באדאנקט" אבער אפגעזאגט זיין הצעה און מסביר געווען אז ער קען אויף דעם אליינס אכטונג געבן. אביסל צייט דערנאך האט מען אריינגעברענגט אינ'ם צימער נאך דריי מענטשן. איין יוד און צוויי רוסן. דער יוד האט געוויינט פאר ר' מענדל אז ער קען נישט עסן דעם עסן וואס מ'געבט עם דא און ער האט אפילו נישט קיין צוקער פאר א טיי. ר' מענדל האט עם געגעבן א שטיקל חלה און אביסל צוקער. דער יוד האט געפרעגט ר' מענדל פארוואס ער איז אין תפיסה. נישט וועלנדיג אריין גיין אין דעם גאנצן סיפור, האט ער זיך ארויסגעדרייט פונ'ם שאלה. דער יוד האט געזאגט אז ער איז דארט ווייל ער האט געצאלט אויף עפעס א געוויסע זאך מיט א שטר פון 500 רובל וואס ער האט באקומען פון עפעס א מענטש, און ווען עס האט זיך אויסגעשטעלט אז דער שטר איז געווען געפעלשט האט מען עם איינגעזעצט. איין מאל, ווען זיי האבן שפאצירט אינ'ם חצר, האט איינער גערופון ר' מענדל ביין נאמען "ביילוס". דער יוד האט זיך אויסגעדרייט מיט גרויס ערשטוינונג.. "דו ביסט ביילוס" האט ער גשריגן מיט ווינדער.. "פארוואס האסטו באהאלטן דיין נאמען, עס איז א גרויסע כבוד פאר מיר צו זיין מיט דיר אין איין שטוב. פיינוג זיך נישט ביילוס, דער אייבישטער וועט דיר העלפן"..

מ'האט אנגעזאגט ר' מענדל אז עס קומט נאנט די צייט וואס ער וועט מוזן שטיין פאר די "חקירה" פון די אנדערע איינגעשפארטע. מ'האט עם ערקלערט פונקטליך וואס דאס איז: עס געשענט אפטמאל אז עטליכע לייט זענען באשולדיגט מיט איין עבירה וועלכע זיי האבן געטון צוזאמען. דארפן זיי זיך באגעגענען און מחליט זיין וואס זיי גייען זאגן ביים משפט, כדי אלע זאלן זאגן דאס זעלבע. זיי האבן אבער מורא אז איינער פון די אנדערע איינגעשפארטע, וועלכע שטייט ביי די זייט און הערט זייערע שמועסערייען, וועט דאס איבערגעבן פאר די שלטונות. דארפן זיי עם "אויספריוון".. זיי געבן עם אפאר גוטע מכות.. און זען טאמער וועט ער גיין דאס איבערגעבן פאר די שומרים. אויב בלייבט ער שטיל ווייסן זיי אז זיי קענען עם געטרויען צו בלייבן שטיל אויף אנדערע זאכן אויך.. און דעמאלס קען מען רעדן אלע ענינים בשעת ער שטייט נעבן זיי.. יעצט האט ער שוין גוט פארשטאנען דעם סיבה אויף זייער פריינדשאפט.. זיי האבן געוואלט ווערן גוט מיט עם כדי אויפצורייצן א קריגעריי מיט עם און אזוי עם "אויספריוון". נישט אלע איינגעשפארטע האבן מסכים געווען עם אויסצופריוון אויף דעם וועג, נאר דער גוי וועלכע האט עם געהאט געבעטן אפצוהיטן זיין עסן און ר' מענדל האט נישט מסכים געווען דערצו, ער איז געווען דער וואס האט אויף זיך אונטערגענומען "מסדר זיין" דעם ענין. ער איז בכלל געווען א שונא ישראל, און דערצו, דער מענטש וואס האט עם באשולדיגט מיט גניבה [דער סיבה פארוואס ער איז געווען אין תפיסה] איז געווען א יוד. ר' מענדל האט גוט געוויסט אז דער מענטש זוכט עפעס צו קריגן מיט עם, אבער וואס קען ער טון?? דער טאג איז טאקע אנגעקומען: ר' מענדל, אזוי ווי אלע אנדערע, האט געמוזט אנטון די ספעציעלע שיך וואס מ'האט געגעבן דארט אין תפיסה. די שיך האבן געהאט נעגלעך אין וויבאלד ער פלעגט אסאך מאל שפאצירן אינ'ם צימער, זענען זיינע פוס געווארן צובלוטיגט דערפון און ער האט זיך געמוזט אראפזעצן אויף א בענקל. איינמאל ווען דאס איז געשען, איז דער אויבן-דערמאנטע גוי צוגעלאפן צו עם און געבעטן ער זאל עם לאזן זיצן. נאך פאר ער האט עם געקענט ענטפערן, האט ער עם אזוי שטארק געשלאגן אז עס האט גערינען בלוט פון זיין פנים. אלע שטייען יעצט ארום און קוקן.. וואס גייט ער דא טון?? זיי האבן געברענגט וואסער צו וואשן זיין פנים, און ווען ר' מענדל האט דאס נישט געוואלט אננעמען, האט איינער געשריגן "איר זעט דאך אז ער גייט אויסזאגן".. דער יוד וואס איז געווען מיט עם האט עם געבעטן ער זאל אפוואשן די בלוט און ווייטער גיין. "דאס וועט זיין בעסער פאר ביידע פון אונז".


ט. די בריוון[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל זיצט אין תפיסה נישט וויסנדיג וואס גייט מיט אים זיין. ער באקומט פעקעלעך פון זיין משפחה און געבט גוט אכטונג אויף זיי נאך מ'האט פון אים איינמאל צוגע'גנב'ט. איינער האט אים זייער פיינט און זוכט א בלבול אויף אים כדי אים "אויספרואוון" אויב ער וועט נישט גיין אויסזאגן די שומרים אויף די אנדערע. ער האט געטראפן זיין מעגליכקייט און ער שלאגט עם ביז עס בלוטיגט. אן אנדער יוד וועלכע איז אויך אין תפיסה זאגט עם ער זאל אפוואשן דאס בלוט און פארגעסן דערפון. עס וועט זיין בעסער אזוי...

ר' מענדל האט טאקע אזוי געטון. ווען איינער פון די "איינוואוינער" האט דאס געזען, איז ער צוגעגאנגען צו דער וואס האט געמאכט דעם בלבול און עם אנגעשריגן "א יוד דארף מען פרואוון אויף אן אנדער וועג".. צומארגנס, האט דער שומר באמערקט זיין צובלוטיגטע אויג. נאך פאר ער האט געקענט קלערן וואס דא צו טון, האט אן אנדער גוי געוויזן אויף דעם פויער וואס האט עס געטון. דער שומר האט אים אנגעכאפט ביים האלז און אלע דריי זענען צוזאמען אריין אינ'ם ביורא [אפיס] פונ'ם תפיסה. אויפ'ן וועג זענען זיי אריבער אנדערע שומרים און יעדער האט געפרעגט וואס האט פאסירט. ווען זיי האבן געהערט, האבן זיי אויך צוגעלייגט א מתנת יד פאר'ן פויער. דער לעצטער פון די שומרים האט עם אנגעכאפט און אראפגעווארפן די טרעפ.. אינ'ם ביורא האט אן איינגעשטעלטער געפרעגט דעם גוי "פארוואס האסטו געשלאגן בייליס"? "איך האב עם געבעטן ווי א חבר צו זיצן אויפ'ן בענקל, און ווען ער האט מיר נישט געלאזט האב איך אים געשלאגן".. האט דער דערשאקענער פויער געענטפערט. "אזוי פירט מען זיך צו א חבר" פרעגט ער ווייטער. "אבער ער נעמט אונזערע קינדער און טרינקט זייער בלוט".. "האסטו אמאל אליינס געזען ווי ער הרג'ט קינדער"? פרעגט ער ווייטער. "ניין! אבער מ'האט מיר דערציילט"... "אויב אזוי נעם דאס, און דאס"... באגלייט מיט כמה וכמה גוטע מכות..

פארשטייט זיך אז ער האט שוין נישט געקענט בלייבן אינ'ם צימער מיט זיין "חבר" דער פויער, האט מען עם געפירט צו א צווייטן צימער. דארט זענען געווען 12 מענטשן, רוב וועלכע זענען דארט געווען אויף קליינע עבירות. איינער פון זיי "קוזטשענקו", איז געווען בידידות מיט ר' מענדל. נאך אפאר טאג האט דער שומר געלאזט רופן ר' מענדל און עם געפרעגט וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו עם אינ'ם נייע צימער. ער האט געענטפערט אז דא איז דער מצב בעסער ווי פריער און יענער איז ווייטער געגאנגען. דא מאכן עפעס

י. די שפיאנען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ווערט געוואר אז מ'קען שיקן בריוון אהיים דורך איינער פון די שומרים. ער געבט זייער אכטונג נישט צו שרייבן עפעס מיט וואס מ'וועט עם קענען שפעטער באשולדיגן. ער שיקט אהיים איין בריוו און באקומט א תשובה. ווען דער שומר בעט אים צו ער וויל שיקן נאך א בריוו ענטפערט ער אז נישט.

אפאר טאג דערנאך איז געווען דער משפט פון קוזטשענקו [וועלכע האט זיך אויפגעפירט בידידות מיט ר' מענדל]. ער האט זיך שוין געגרייט צו פארלאזן דעם ארט. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און געזאגט "די גאנצע וועלט ווייסט אז איר זענט ריין פון שולד, ווען איך וועל ארויסגיין לחירות וועל איך טון וואס איך קען נאר פאר אייערט וועגן. די איינגעשפארטע דא האבן מיר געגעבן אפאר ידיעות וועגן די אמת'ע רוצחים"! ער איז טאקע געשטאנען למפשט און איז באפרייט געווארן. פאר'ן גיין האט ר' מענדל עם געגעבן א בריוו צו זיין פרוי און ער האט געשריבן אז דער וואס ברענגט דעם בריוו וועט איבערגעבן נייעס וועגן עם.

דאס איז געווען אויף מיטוואך. דאנערשטאג נאכט האט מען גערופן ר' מענדל צום ביורא פונ'ם תפיסה. זיין הארץ האט עם מנבא געווען נישט קיין גוטס.. ער איז אריין און דארט געטראפן צוויי וועכטער, א אויבער-וועכטער און נאך איינעם. דער אויבער-וועכטער האט ערשט גערעדט "דו האסט געשריבן א בריוו צו דיין משפחה"? ר' מענדל האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. זעט אויס איינער האט אויף עם גע'מסר'ט. אבער ווער איז עס? צו ווייסן זיי פון ביידע בריוון אדער נאר פון איינס? לכחתילה האט ער פארשטאנען אז קוזאטשענקו איז געווען דער מסור. מן הסתם האט ער דאס געטון למצוא חן בעיניהם.. ער האט נישט געהאלטן אז דער שומר האט דערציילט, ווייל ער האט דאך געברענגט א תשובה. דערפאר האט ער מחליט געווען נאר צו רעדן וועגן דעם צווייטן בריוו. האט ער געענטפערט "איך האב געשיקט א בריוו מיט קוזאטשענקו".. דער מענטש האט פשוט פארגעליינט פאר עם ביידע בריוון... ער האט שוין יעצט גוט פארשטאנען אז מ'האט עם לכתחילה געשטעלט א שטרויכלונג כדי דאס צו קענען איבערגעבן צו די שלטונות. למעשה [ווי אויבן דערמאנט] איז אבער גארנישט געשטאנען אין די בריוון מיט וואס מ'קען עם באשולדיגן און ער איז צוריק אריין אינ'ם צימער. [וואס ר' מענדל האט דא נישט געוויסט איז, אז קוזעטשענקו איז געווען א באהאלטענעם שליח פון די פאליציי, וועלכע איז געדינגען געווארן ספעציעל זיך צו חבר'ן כאילו מיט עם און אזוי געפונען סיבות עם צו באשולדיגן. דער בריוו אבער איז געווען אן קיין שום זאך ארויפצולייגן אויף עם. קוזעטשענקו וועט שפעטער עדות זאגן אז ר' מענדל האט עם געהייסן פאר'סם'ען עטליכע פון די עדים!].

יענע נאכט איז געווען ליל שבת. ער האט פון גארנישט געקענט טראכטן אויסער דעם חילוק צווישן זיין מצב און די מצב פון יודן ברחבי העולם. זיי זיצן ביי א סעודה און זענען מענג דעם שבת, מ'זינגט זמירות וכו' וכו'.. זיינע מחשבות זענען געווארן אפגעהאקט מיטאמאל ווען פלוצלינג עפנט זיך די טיר מיט א זעץ און דער שומר הייסט עם קומען מיט אלע זיינע חפצים. מ'האט עם געפירט צו א קליינעם צימע, וועלכע איז געווען גאר קאלט. איין קוק איז עם געווען גענוג צו זען אז דער צימער איז אינגאנצן ליידיג. ער האט געבעטן ביים שומר זאל עם געבן לפחות א מאטראץ. "איך וועל זארגן אויף דעם מארגן... יעצט איז דאס נישט וויכטיג ווייל במשך דעם נאכט וועסטו אוודאי שטארבן"... מיט די רשעות'דיגע ווערטער האט ער צוגעמאכט די טיר און איז ווייטער געגאנגען.

ציטערדיג פאר קעלט און פון פחד האט ר' מענדל זיך געזעצט אויפ'ן קאלטע און נאסע ערד. דאס איז געווען א אומבאשרייבליכע פיין און צער. ער האט נאר געקענט ווארטן ביז צופרי און האפן אז ער וועט בלייבן ביים לעבן ביז דאן. ער האט זייער מורא געהאט אז מ'האט איינגעזעצט זיין ווייב אויך וועגן די בריוון. צופרי איז געקומען א שומר און ר' מענדל האט זיך געבעטן ביי עם ער זאל עפעס אנווארעמען דעם שטוב. "איך קען פון זיך אליינס גארנישט טון.. אבער איך ווען פרעגן. ווארט א שעה".. איז געווען די תשובה. נאך א שעה איז ער טאקע געקומען און עם גענומען צו א קליינעם אבער ווארעמע צימער.

ער האט געווארט אויף זינטאג [ווען די פעקלעך זענען געקוען פונדערהיים]. ווען דאס איז אנגעקומען, האט עם קיינער נישט געברענגט קיין עסן. ער איז זיכער געווען אז זיין משפחה איז איינגעשפארט און זיצט אין תפיסה. ער האט נישט געקענט מחליט זיין אויב עס זענען זיינע דמיונות אדער נישט, אבער ער הערט קולות פונ'ם חצר בית הסוהר און עס דאכט זיך עם אז ער הערט די קולות פון זיינע קינדער..

מאנטאג קומט נאכאמאל דער שומר און ר' מענדל פרעגט עם אויב די בריוון זענען די סיבה פארוואס ער האט נישט באקומען קיין עסן אויף זינטאג. דער שומר האט געענטפערט אז ער איז אין דעם שטוב אליינס וועגן די בריוון [דא האט ער עם "מוסר" געזאגט אז מ'טאר אזעלכע זאכן נישט טון..] אבער בנוגע דעם פעקל, זעט אויס עפעס איז מיט די משפחה און ער וועט מברר זיין. [ער האט שפעטער באקומען א בריוו פון זיין ווייב אז זי איז נישט געווען געזונט און האט נישט געקענט קומען]. ר' מענדל האט עם געבעטן אויב ער קען ברענגען עפעס אן אהנטליכע מענטש צו זיין מיט עם אינ'ם צימער. ער האט געזאגט אז ער וועט דאס ערלעדיגן. נאך א שעה זענען אריין צוויי יונגע מענטשן וועלכע האבן אויסגעזען ווי די געפערליכסטע רוצחים.. ר' מענדל וואלט שוין גוט געקענט באשטיין מוותר זיין אויף דעם גרויסן "טובה" אבער ער האט געמוזט שטעלן א פנים כאילו ער איז זייער צופרידן.

נאך אפאר טאג האט ער באקומען א בריוו פון זיין ווייב [ווי אויבן דערמאנט]. ער איז געווען זייער צופרידן צו וויסן אז אלע בני הבית זענען בשלו'ם. ער נאר נישט געוויסט איין זאך: פארוואס איז ער אליינס נאך אלס איינגעשפארט אינ'ם תפיסה? ווער ווייסט וויפיל צייט וועלן זיך נאך ציען זיינע פיינונגען? ווען וועט שוין קומען דעם סוף צו זיין ביטערע פרשה? די שאלות האבן עם נישט געגעבן קיין מנוחה יומם ולילה. ער פלעגט ארום גיין דעם שטוב פון איין עק צום צווייטן און זיך געווינדערט אויב עס איז דא איינער וואס טוט צו זיין באפרייאונג...

איין טאג אין טבת תער"ב, האט מען מודיע געווען פאר ר' מענדל אז מ'גייט עם ברענגען צום געריכט און עם איבערגעבן זיינע "באשולדינגס-פאפירן". זיין שמחה איז געווען גרויס [לויט זיין מצב], ענדליך וועט ער שוין וויסן מיט וואס מען באשולדיגט עם און ווי ער שטייט. פאר ער איז ארויס פונ'ם תפיסה, האט מען עם געגעבן א בריוו פון זיין ווייב און זיין ברודער, אין וועלכע עס איז געשטאנען אז ער זאל מודיע זיין פאר'ן בית המשפט אז ער באשטעטיגט אז ער האט געדינגען די אדוואקאטן [סניגורים] גרוזענבערג, גריגאראוויטש-בארסקי און מרגאלין, עם צו פארטרעטן אינ'ם געריכט. [ווען איינער איז באשולדיגט אין געריכט, בדרך כלל טוט ער נישט אליינס פארשלאגן זיינע טענות, נאר ער דינגט אן אדוואקאט זאל עס טון פאר עם. די אויבן-דערמאנטע נעמען זענען געווען פון די בעסטע אדוואקאטן אין גאנץ מדינת רוסלאנד. מיר וועלן זען מער וועגן זיי אין די קומענדיגע פרקים אי"ה]. ער איז גענומען געווארן אונטער שווערע וואך צום געריכט. כאטש זיין ווייב און ברודער, וועלכע ער האט שוין א לאנגע צייט נישט געזען, זענען געזעסן אינ'ם בית המשפט, האט ער נישט געמעגט רעדן מיט זיין קיין איין ווארט.

אינ'ם בית המשפט האט מען עם געגעבן די "באשולדינגס-פאפירן". ווען ער האט דאס געליינט האט עם אנגעכאפט א קאלטע שרעק. ער איז נישט באשולדיגט בפירוש אויף הרג'נען פאר "רעליגיעזע" סיבות [פאר מצות וכו'] אבער ער איז יא באשולדיגט מיט'ן הרג'נען דעם קינד, אליינס אדער מיט שותפים..

יא. אין 'שפיטאל'[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: די שומרים אין תפיסה געבן פארשידענע עונשים פאר ר' מענדל אלס דעם וואס ער האט געשיקט בריוון צו זיין משפחה, כאטש ער האט אין זיי גארנישט "שלעכט" געשריבן. נאך א צייט איז מען עם מודיע אז מ'גייט עם פירן אינ'ם בית המשפט און איבערגעבן די "באשולדינגס פאפירן". ווען ער האט זיי באקומען איז ער געווען זייער דערשאקן צו זען אז כאטש ער איז נישט דירעקט באשולדיגט מיט'ן הרג'נען דעם קינד פאר זיין גלויבונג [רעליגיע], איז ער יא באשולדיגט מיט זיין רציחה, אליינס אדער מיט שותפים.

די באשולדינגען זענען געווען גאר גרויס, און ר' מענדל האט גוט געוואוסט אז דער "עונש" אויף דעם קען זיין 15 ביז 20 יאר פון עבודת פרך אין א ווייטן ארט, וואס דאס איז א כמעט זיכערע טויטשטראף רח"ל. פארשטייט זיך אז אויב דער משפט וואלט זיך געפירט מיט א מיעוטע דמיעוטא פון א רצון צוצוקומען צום אמת וואס איז געווען, וואלט נישט געווען שייך בכלל צוצוקומען אזוי ווייט. דער בלבול איז געווען מופרך מעיקרו.. דא אבער איז געווען פונקט פארקערט.. דער גאנצע ציל איז געווען "אויפווייזן" אז דא איז געווען א רציחה פאר "רעליגיעזע" סיבות.. דא ווערט נתברר אז דער ממשלה פארשאפט א בלבול קעגן אלע יודן אונטער איר שליטה ל"ע.

כאטש פענענקו האט געזאגט שוין ביים אנפאנג אז נישט ער איז דער וואס טוט באשולדיגן ר' מענדל [זעה פריער], איז ער געווען דער וועלכע האט געשריבן די "באשולדינגס פאפירן". שפעטער איז נתברר געווארן אז ער האט פרובירט אינגאנצן מבטל זיין דעם באשולדינג פון ר' מענדל ווייל ער האט גארנישט געטראפן קעגן עם. אבער דער "אדוואקאט-באשולדיגער" [קטיגור] פונעם בית המשפט פון דער געגענט פון קיעוו, מיט א גרויסע שונא ישראל מיט'ן נאמען "זאמיסלובסקי", צוזאמען מיט דעם גאנצן כנופיא פון די "שווארצע הונדערטער", האבן געצווינגען פענענקו דאס צו שרייבן.

[למעשה, זענען די שלטונות נאך נישט געווען צופרידן פונעם מצב. עס האט נאך נישט דערגרייכט וואס זיי האבן געוואלט. נישט נאר איז דער "בנין" געווען אזוי שוואך און אזוי אן קיין הוכחות אז עס איז בכלל נישט שייך געווען צוברענגען דורך דעם א באשולדיגונג אויף רציחה, נאר עס איז בכלל נישט געווען דארט דערמאנט א רציחה פון א "רעליגיעזע" סיבה. דער "אדוואקאט-באשולדיגער" האט פרובירט אלע וועגן אז עס זאל שטיין בפירוש אין די פאפירן אז יושצינסקי אז גע'הרג'ט געווארן פאר'ן יודישן געזעץ. פענענקו איז גערופן געווארן עטליכע מאל צום שר המשפטים אין סנט פעטערבורג [דעמאלס די הויפט-שטאט פון רוסלאנד], כדי משפיע זיין אויף עם ער זאל דאס אריינשרייבן. אין דעם נקודה האט פענענקו [דערווייל] געווינען. ער האט דאס טאקע נישט אריינגעשריבן]. מיט א הארץ. פול מיט שרעק איז ר' מענדל צוריק אריין אין זיין תפיסה קאמער.

אין דער צייט זענען זיינע פוס געווען געשוואלן און פיל מיט ביילן. דאס איז געווען א תוצאה פונעם גיין אויף שניי און אייז מיט שיך אן קיין זוילן. ער האט כמעט נישט געקענט פארטאראגן דעם ווייטאג. די ארומיגע אבער, איז דאס נישט צופיל אנגעגאנגען... איין טאג אינדערפי, ווען די יסורים האבן זיך גאר געשטארקט, האט ער געבעטן אז א דאקטער זאל קומען צו עם. ענדליך האט מען רחמנות געהאט און געשיקט איינער פון די צוהעלפער פון א שפיטאל וועלכע האט עם אנגעקוקט און באלד געזאגט אז מ'דארף עם פירן אין שפיטאל אריין.

נאך א צייט איז אנגעקומען א שומר און געשריגן "שנעל! קום שוין! מיר גייען!".. ר' מענדל האט זיך נישט געקענט רירן, זיינע פיס זענען אזוי געשוואלן אז ער קען זיך אפילו נישט אויפהייבן רח"ל. דער שומר אבער שרייט ווייטער, גיי! גיי!. איינער פון די איינגעשפארטע האט געברענגט אפאר שטיקלעך שטאף און איינגעוויקלט זיינע פוס, און אזוי האט ער זיך געקענט שלעפן ביז'ן שפיטאל אויף די הענט און די פוס. ווען ער איז אריין איז דארט געווען א צוהעלפער וועלכע האט געוואוינט נישט ווייט פון די ציגל פאבריק. ווען ער האט דערקענט ר' מענדל, איז ער ווייס געווארן פון ערשטוינונג און רחמנות. ער האט באלד צוגעשטעלט ריינע קליידער און א גוטע בעט. נאך זיינע פיינונגען און צרות האט ער עם גאר שטארק מכיר טובה געווען פאר זיין גוטס. ווען ער איז אויפגעשטאנען איז דארט געווען א דאקטער וועלכע האט עם אפערירט אויפ'ן פוס. זיין חבר איז דעמאלס נישט דארט געווען, און ווען דער דאקטער האט אנגעהובן עפענען זיינע וואונדן, האט ער געשריגן פון ווייטאג. דער דאקטאר האט געלאכט: "גוט ביילוס! יעצט שפירסטו אויף זיך וויאזוי מען שניידט דיר... יעצט קענסטו שפירן וואס אנדרושה האט געשפירט ווען איר האט עם געשטאכן און ארויסגעצויגן זיין בלוט פאר אייערע געזעץ"... עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן וואס ער האט געפילט ווען ער ליגט דארט און הערט אזעלכע רייד. דער דאקטאר האט ממשיך געווען מיט זיין ארבעט און ר' מענדל האט געמוזט בלייבן שטיל און בייסן די ליפן. נאכ'ן אפעראציע האט מען עם געגעבן א בעט פאר דריי טאג. ער וואלט געדארפט זיין דארט אסאך לענגער נאך אזא אפעראציע, אבער דא האט מען נישט געזוכט עם גרינגער מאכן. מ'האט עם צוריק געגעבן זיינע אלטע קליידער און עם צוריק געפירט אין שפיטאל. ווען ער איז דארט צוריק איז ער געווען אליין, די צוויי "חברים" זיינע זענען שוין נישט געווען. ער האט געבעטן מ'זאל עם צושטעלן נאך איינעם און טאקע איינער איז געקומען. לכתחילה האט ער געמיינט אז דאס איז נאך א שפיאן אזויווי קוזאטשענקו, אבער דער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א אהנטליכע מענטש. ער איז דארט געבליבן אפאר וואכן, ביז עס איז געקומען זיין צייט באפרייט צו ווערן. פאר ער איז אוועק האט ער ארומגענומען ר' מענדל און געוויינט. "איך ווייס" זאגט ער "דו ליידסט אן קיין גערעכטיגקייט. גלייב אינ'ם באשעפער און ער וועט דיר העלפן. דו וועסט באפרייט ווערן, די יודן זענען אנשים ישרים". ווייטער איז ר' מענדל אליינס אינ'ם צימער, מיט זיינע מחשבות.

יב. די אדוואקאטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אכט חדשים זענען אריבער פון דעם שווערן טאג וואס מ'האט איינגעזעצט ר' מענדל. אכט טונקעלע חדשים און ער זעט נישט קיין שום עק צו זיין ליידן. ער ווייסט נישט וואס ווערט געטון פאר עם אין די וועלט, און ווער ס'גייט עם פארטרעטן בשעת'ן משפט. זיין פרוי און ברודער האבן עם שוין לאנג צוריק געהאט מודיע געווען אז זיי האבן געדינגען אן אדוואקאט מיט'ן נאמען "מארגולין". אויך האבן מיר געזען אינ'ם פריערדיגן קאפיטל אז שפעטער האט ער שוין געוויסט פון נאך צוויי אדוואקאטן. ער האט נאך אבער קיין איינער פון זיי נישט געטראפן. דער סיבה אויף דעם איז געווען ווייל לויט'ן געזעץ האט ער נישט געמעגט זיך טרעפן מיט קיין אדוואקאט ביז מ'האט עם איבערגעגעבן די באשולדינגס פאפירן. יעצט נאכ'ן באקומען די פאפירן האט ער שוין געמעגט זיך טרעפן און רעדן מיט זיי.

איין טאג עפנט זיך די טיר און עס קומט אריין איינער מיט א יודישן אויסזעה, און ער שטעלט זיך פאר אז ער הייסט גרוזענבערג. ער האט מסביר געווען אז ער איז איינער פון זיינע אדוואקאטן אבער ער האט עם נישט געקענט ביז יעצט טרעפן וועגן די געזעץ. יעצט אבער, נאך ר' מענדל האט שוין באקומען די פאפירן, קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט נאר וועלן. ר' מענדל האט זייער הנאה געהאט פון זיין ערשיינונג, און עם באדאנקט אויף זיין הילף און חיזוק. "זיי שטארק" האט ער געזאגט מיט ווארעמקייט, "איך קום צו דיר בשם דעם יודישן פאלק, איר מוזט אונז מוחל זיין אז איר מוזט ליידן פאר אונז אלע. איך זאג דיר, איך וואלט געווען צופרידן צו טוישן מיט דיר און זיצן דא אין תפיסה און דו וועסט קענען גיין צו פרייהייט".. מיט די ווערטער האט ער מחזק געווען און מעודד געווען ר' מענדל בפני הבאות.


יג. נאך אדוואקאטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: נאך אכט לאנגע חדשים אין תפיסה, אן צו וויסן וואס וועט זיין מיט עם און אן קיין שום משפט, טרעפט זיך ר' מענדל מיט די ערשטע פון זיינע אדוואקאטן, מר גרוזענבערג. ער האט עם געזאגט אז יעצט נאך ער האט באקומען די באשולדינגס-פאפירן קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט וועלן, און ער האט זייער מחזק געווען ר' מענדל אויף ווייטער.

"איך האב איין בקשה, מר גרוזענבערג" האט ר' מענדל געענטפערט, "איך מוז וויסן וואס גייט פאר, איר מוזט מיר זאגן וואס איז מיין מצב געזעצליך, איך זאג צו איך וועל זיך נישט מייאש זיין נישט קיין חילוק ווי נישט גוט דער מצב איז. אבער איך קען נישט ווייטער גיין מיט דעם מצב פון חוסר ידיעה. איך בעט אייך, זאגט מיר דעם אמת"! "איר זענט גערעכט" האט ער באלד געזאגט. איר דארפט טאקע וויסן אלעס, אבער עס איז זייער שווער צו שאצן דער מצב פונקטליך. איך האב געהאט אן ענדליכע געשעהניש אין ווילנא, דארט איז בלאנדעס באשולדיגט געווארן מיט הרג'נען פאר זיין גלויבונג. [אין יאר תר"ס איז באשולדיגט געווארן א יוד מיט'ן נאמען דוד בלאנדעס מיט'ן הרג'נען זיין גוי'שן דינסט צו נוצן איר בלוט פאר מצות. לבסוף האט גרוזענבערג עם געהאלפן ארויסקומען אומשולדיג]. עס איז שווער צו זאגן יעצט וויאזוי די ענינים וועלן זיך אויסשטעלן און וויאזוי זיי וועלן זיך ענדיגן.

ר' מענדל האט עם נאכגעזאגט עפעס וואס ער האט געהערט פונ'ם חוקר פענענקו [זעה פריערדיגע פרקים] "נאך מ'וועט מאלן די ווייץ, וועט די מעל זיין זייער דין".. [ד.ה. מ'וועט גוט מברר זיין דער זאך]. "גוט גוט!" האט גרוזענבערג געזאגט מיט א טרויערדיגע קול און ער האט געשאקלט דעם קאפ. "מיר זענען אומשטאנד צו באקומען "מוקה".. [דא האט ער גענוצט א קלוגע שפיל אויף ווערטער, ווייל אויף רוסיש קען דאס ווארט "מוקה" מיינען מעל און אויך צרות]. פאר ער איז אוועק געגאנגען האט ער נאכאמאל מעודד געווען ר' מענדל און עם דערציילט אז זיין באשוצינג [סניגוריא] וועלן פירן די בעסטער אדוואקאטן אין גאנץ רוסלאנד: זארודני, מאקלאקאף, גריגוראוויטש-בארסקי און אנדערע. ער האט צוגעלייגט אז בקרוב וועלן אלע עם קומען באזוכן.

נאך זיין באזוך האט ר' מענדל זיך געשפירט אסאך בעסער. כאטש דער אדוואקאט האט נישט אריינגעגעבן קיין פאלשע האפענונג, איז פארשטארקט געווארן אין עם דער געפיל אז לבסוף וועט ער ארויסגיין פריי. דער ידיעה אז עס זענען דא מענטשן וועלכע לייגן אריין דעם הארץ אינ'ם ענין און אז ער איז נישט פארגעסן געווארן, האט עם געטרייסט, און דאס וויסן אז די בעסטער מוחות אין רוסלאנד זענען גרייט עם צו באשיצן, האט עם זייער מחזק געווען.

דער נעקסטע אדוואקאט צו קומען איז געווען מר גריגוראוויטש-בארסקי. "איז דען נישט שייך צו ערלעדיגן אז מ'זאל מיר באפרייען אויף ערבות? [ד.ה. אז מ'געבט א גרויסע סכום געלד אלס משכון אז יענער וועט נישט אנטלויפן פאר'ן משפט. דאס איז זייער איינגעפירט היינט אויך אין די בתי משפט], און אפשר צו בעטן ביים צאר אליינס פאר א באפרייאונג"? פרעגט ר' מענדל. דער אדוואקאט האט געשמייכלט און געשאקלט מיט'ן קאפ: "צו ווייסטו אז דער צאר האט לעצטנס באזוכט אין קיעוו"? "יא! די פרישע איינגעשפארטע האבן מיר דערציילט דערוועגן. איך האב אויך געהערט אז בשעת דעם באזוך האט מען פרובירט צו הרג'נען דעם ראש הממשלה סטאלפין, אינ'ם אנוועזנהייט פונ'ם צַאר. איך פארשטיי אז דאס האט גורם געווען גרויס זארג פאר דער הויפט פון די באהאלטענע פאליציי, קולייבקו, [ער האט איינגעזעצט ביילוס, זעה פרק ה'] ווייל עס איז געווען זיין אחריות צוריקצוהאלטן אזעלכע געשעהנישן". "ריכטיג"! האט גריגוראוויטש באשטעטיגט. אויב אזוי ווייסט איר שוין אז דער צאר איז געווען אין קיעוו. אינ'ם צייט פון דעם באזוך האב איך געארבעט אלס העלפער צום הויפט-פארשער. אלס מיין ארבעט בין איך געווען פון די מענטשן וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם צאר. איינער פון די וואס זענען געווען מיט מיר איז געווען טשאפלינסקי, דער באשולדיגער [קטיגור] פונ'ם קיעווער געגענט. ווען מ'האט עם פארגעשטעלט פאר'ן צאר האט ער געזאגט "הוד מלכותך! איך בין צופרידן איבערצוגעבן אז מ'האט געטראפן דעם שולדיגער אינ'ם רציחה פון אנדרושה יוסטשינסקי, זיין נאמען איז ביילוס און ער איז א יוד"! ווען דער צאר האט דאס געהערט האט ער געדאנקט זיין אפגאט. יעצט פרעג איך דיר ביילוס, צו וועמענס געפילן וויסלטו זיך ווענדן? צו די געפילן פון איינער וואס דאנקט אז א יוד איז געפונען געווארן שולדיג אין רציחה"? דער סיפור האט זייער דערשראקן ר' מענדל. מיט שוועריגקייט האט ער געקענט צוזאמנעמען זיינע מחשבות. אלע האבן געוויסט אז דער צאר ניקאליי [ימ"ש] האט נישט ליב קיין יודן. אבער ער האט זיך זייער דערשראקן צו הערן אז בפניו פון זיינע גרויסע הערן האט ער אפן געוויזן זיין צופרינדהייט אז מ'רודף'ט א יוד. גריגוראוויטש האט צוגעלייגט נאך סיפורים צו ווייזן דעם גרויסן שנאה צו יודן וואס הערשט צווישן די שרי המלוכה, און ער האט צוגעלייגט אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטן און איז געווארן א פריוואטע אדוואקאט.

נאך פאר גריגוראוויטש-בארסקי איז געקומען, האט מען געגעבן א פאפיר צו ר' מענדל צו חתמ'נען. דארט איז געשטאנען אז איינער מיט'ן נאמען "שמאקוב", דער אדוואקאט מטעם משפחת יוסטשינסקי, פארלאנגט פון ר' מענדל דעם סכום פון זיבן טויזנט רובל פאר'ן רציחה... [כאטש דער ממשלה איז געווען דער וואס האט געברענגט דעם תביעה קעגן ר' מענדל, איז דעמאלס געווען דער חוק אז דער משפחה פונ'ם גע'הרג'עטן האט געקענט פארלאנגען געלט פונ'ם באשולדיגטן, און האבן געקענט דינגען א פריוואטן אדוואקאט, חוץ פונ'ם קטיגור מטעם דער ממשלה, צו זארגן פאר זייער תביעה]. וויבאלד דעם תביעה איז פארבינדן מיט'ן כללות'דיגן משפט קעגן ר' מענדל, האט דאס געגעבן די מעגליכקייט פאר שמאקוב מיטצוהאלטן דעם גאנצן משפט אלס אדוואקאט. בשעת'ן זיך טרעפן מיט גריגוראוויטש, האט ר' מענדל עם געפרעגט ווער דאס איז שמאקוב. ער האט געענטפערט אז שמאקוב איז א אלטן באוויסטן שונא ישראל, וועמענס דיעות האבן נישט קיין גרויסן חשיבות ביים עולם. ער האט געזאגט אז קעגן דעם שורה פון גרויסע אדוואקאטן וועלכע גייען זיין ביים משפט, וועט שמאקוב אויסזען גוט חוזק... ער האט זיך געזעגנט ווי אן אלטן פריינד.

נאך דעם האבן די אדוואקאטן באזוכט רעגלמעסיג [כסדר]. מר מארגאלין פלעגט שטענדיג קומען און ער איז אויך געשטאנען בקשר מיט די בני משפחה. ער איז געווען א מקור פון טרייסט און חיזוק פאר ר' מענדל.

ר' מענדל בעט ווייטער אז מ'זאל עם צושטעלן איינער צו זיין מיט עם אין צימער. מ'האט אריינגעשיקט א פולישער מיט'ן נאמען "פאשלובסקי", וועלכע איז שוין גע'פסק'נט געווארן צו ווערן געשיקט קיין סיביר און ארבעטן שווער. ער איז יעצט געווען אין תפיסה ווארטנדיג דעם אויספיר פון זיין פסק. איין טאג האט מען עם גערופן צום ביורא פונ'ם תפיסה. וויבאלד ער איז שוין געווען גע'פסק'נט איז לכאורה נישט געווען קיין סיבה דערויף. ער איז באלד צוריק און איז געווען זייער גוט געלוינט.. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און כמעט אויסגעפלאצט מיט א געלעכטער...


יד. דער מענטש דערציילט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל טרעפט זיך כסדר מיט זיינע אדוואקאטן. איין טאג רופט מען זיין "חבר" פונ'ם צימער "פאשלאווסקי", צום ביורא פון די תפיסה. ווען ער קומט צוריק איז ער מלא שמחה און ער דערציילט ר' מענדל וואס איז געשען.

"פארוואס לאכסטו"? האט ר' מענדל עם געפרעגט, "וואס איז געשען אין ביורא"? "ביילוס!" עוטפערט ער, "איך וואלט דיר געזאגט אבער דו ביסט צו נערוועס! אויב איך וועל דיר דערציילט דעם גאנצן סיפור וועסטו ווערן צו נתרגש, דערפאר איז בעסער אז דו ווייסט נישט!"

ר' מענדל געבט אבער נישט אויף.. "איך זעה איז דו ביסט א גוטע מענטש, איך דאנק דיר אז דו זארגסט דיך פאר מיין געזונט, אבער דו ביסט דאך אריין געקומען אינ'ם צימער לאכעדיג, ווען נישט פאר דעם וואלט איך דאך נישט געוויסט אז עפעס איז פארגעקומען, דערפאר, וויבאלד דו ביסט מיין חבר, מוזט דו מיר אלס דערציילן, בעסער איך זאל וויסן דעם אמת אפילו עס איז נישט געשמאק". ער האט דאס שוקל געווען אביסל צייט און האט מחליט געווען מיטטיילן זיין סוד.

"גוט! אויב דו שטעלסט דיך אויף דעם" הייבט ער אן, "וועל איך דיר דערציילן וואס איז געווען. זיין האבן מיר אריין געברענגט אינ'ם ביורא און דארט זענען געווען אסאך מענטשן, דער בעה"ב פונ'ם תפיסה און אנדערע. זיי האבן אנגעהויבן שמועסן מיר מיר. דו קענט דיך פארשטעלן מיין ערשטוינונג. קלער אריין ווער זיי זענען געווען.. און זיי שמועסן מיט מיר, אן איינגעשפארטע.. איך האב גוט פארשטאנען אז זיי ווילן דא עפעס האבן. דער בעה"ב האט אנגעהויבן רעדן מיט מיר ערנסטערהייט, ער האט גערעדט כאילו דא האנדלט זיך עפעס גאר וויכטיג און זיין גאנצע לעבן הענגט אויף מיין תשובה... "דו ביסט דאך א קריסט [נוצרי]" הייבט ער אן, "דו ביסט איינער פון אונז. איך בין זיכער אז עס גייט דיר אן דעם גורל פון דיינע ברודער די נוצרים. איך האב נישט קיין ספק אז דאס גיסן בלוט פון די נוצרים איז דיר גורם א דאגה נישט ווייניגער ווי צו אונז". ער האט געזוימט א רגע און דאן ממשיך געווען "דו ביסט אין איין צימער מיט ביילוס! זאג מיר וואס ער זאגט! צו האט ער דיר דערציילט עפעס"? מיין תשובה איז געווען זייער פשוט, "ער באוויינט זיין שלעכטע מזל און ער רעדט זיך אפ אז ער ליידט אומגערעכט און עס קומט עם נישט". דער אנקלאגער [תובע] רעדט אריין אין מיינע רייד מיט א שמייכל אויפ'ן פנים. "מיר ווייסן אז דאס איז וואס ער "זאגט", דאס איז דאס די סדר הדברים, אבער דו ביסט דאך א קלוגע בחור וואס פארשטייט מענטשן... דו קענסט וויסן ווען ער זאגט אמת און ווען ער זאגט ליגנט.. צו האט ער נישט אפאר מאל געגליטשט און געזאגט עפעס אנדערש"? "איך האב באלד געזען אז איך בין דא פאר א קבוצה שפילערס, און איך האב פארשטאנען אז איך דארף דא קלאר מאכן ווער איך בין"... "קוקט אהער מיינע געעהרטע הערן" האב איך געזאגט, "איך בין אויפגעוואקסן צווישן יודן. ווען איך בין געווען זעקס יאר האב איך פארלוירן מיינע עלטערן און איך בין געבליבן א יתום. די קרובים מיינע האבן מיר געשיקט ארבייטן ביי א יודישע סאטלעריי און איך האב זיך דארט אויסגעלערנט דעם פאך. איך בין געווען ביי עם אינדערהיים מער ווי צוועלף יאר. ווען איך בין פון דארט אוועק בין איך געווען אן ערוואקסענע מענטש, איך האב געהאט א פאך אין די האנט און איך האב געקענט חתונה האבן. איך האב געהאט חברים צווישן די יודן ווי אויך צווישן די גוים. איך ערלויב מיך צו זאגן אז איך קען אלע מנהגים פון די יודן איך וועגן אלע זייערע שטייגערן. איך בין צווישן זיי אויפגעוואקסן ווי איינער פון זיי, איך ווייס אז זיי וועלן נישט עסן א איי אויס עס געפונט זיך דארטן אפילו איין טראפ בלוט, ווייל דעמאלס איז די איי נישט כשר צום עסן. איך האב זיי געזען דאס טון [בודק זיין די אייער] הונטערטער מאל. איך האב געזען וויי זיי זאלצן פלייש, איך האב געפרעגט דעם בעלת הבית פארוואס זי טוט דאס, און זי האט געזאגט אז דאס איז צו דערווייטערן די בלוט פון די פלייש ווייל מ'טאר נישט עסן קיין בלוט בשום אופן. און ווען מענטשן קומען יצעט צו מיר און זאגן אז יודן באנוצן זיך מיט בלוט פון א מענטש, ווען זיי זאגן מיר אז יודן האבן גע'הרג'ט א גוי'שן קינד כדי צו נוצן זיין בלוט, קען איך - אלס גלויביגע קריסט - אייך זאגן אז די אלע סיפורים זענען א פאק נארישע שקרים... ווען איך האב געענדיגט מיינע רייד, האבן זיי מיר אלע אנגעקוקט מיט רציחה אין די אויגן... זיי האבן פארשטאנען אז זיי האבן דא געכאפט דעם פאלטשן מענטש, און אז די צייט וואס זיי האבן מיר אוועקגעגעבן איז געווען אומזינסט.. זיי פארלירן שוין זייער געדולט.. "גוט! זאל זיין ווי דו זאגט, אבער ער זאגט דאך אוודאי עפעס אין זיין שלאף"!! איך האב געענטפערט אז איך האב קיינמאל נישט געהערט ווי דו רעדסט אין דיין שלאף. סוף כל סוף האבן זיי שוין פארשטאנען אז פון מיר וועלן זיי נישט קיין סאך ארויסבאקומען, און זיי האבן מיר צוריק געשיקט אינ'ם צימער. דערפאר האב איך געלאכט ווען איך בין דא צוריק. דו פארשטייסט נישט?! זיי האבן נישט קיין שום הוכחה קעגן דיר! זיי זוכן דעם פאריעריגן שניי!" פאשלאווסקי איז נישט לאנג געבליבן אינ'ם צימער מיט ר' מענדל. ווען זיי האבן געזען אז ער ווערט צו גוט מיט עם, און נאך זיי האבן פארשטאנען אז זיי וועלן עם נישט קענען נוצן פאר זייערע מטרות, האבן זיי עם ארויסגענומען פון דארט. פון דעס וואס פשאלאווסקי האט דערציילט האט ר' מענדל געזען אז דער ממשלה ווייסט גוט אז דעם באשולדינג קעגן עם איז גאר שוואך. ער האט גוט געוויסט אז אויב די "שווארצע הונדערטער" וואלטן געהאט עפעס א פעסטע יסוד וואלטן זיי נישט געדארפט צוקומען צו אזעלכע "שפיאנען" וכו'.

ארום יענע צייט האבן זיך אנגעהויבן דרייען שמועות אינ'ם תפיסה. פאר ר' מענדל האבן זיי ענהאלטן אינטערסאנטע נייעס. מ'האט געשמועסט אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול-בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט ביי זיך ראיות וועלכע ווייזן קלאר אז דער רציחה האט געהאט צוטון מיט'ן פרוי טשעביריאק און בכלל נישט מיט ביילוס.

טו. שמועות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: עס דרייען זיך ארום שמועות, וועלכע קומען אויך אן אינ'ם תפיסה, אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט שטארקע ראיות וועגן דעם רציחה אז עס האט גארנישט מיט ר' מענדל ביילוס.

וואס איז באמת געשען איז געווען אזוי: אינ'ם פרילינג פון תער"ב האט זיך אנגעהויבן א נייע חקירה [פארשונג] דורך בראזול בראשקאפסקי, צוזאמען מיט א חבר זיינע מיט'ן נאמען קראסובסקי, וועלכע האט אנגעהויבן מגלה זיין דעם אמת פונ'ם פרשה. בראזול האט געשריבן זיינע ראיות צום הויפט פארשער, און וועגן דעם האבן זיי געשריבן א נייעם "באשולדינגס פאפיר" קעגן דעם פרוי טשעביריאק און האבן איר איינגעזעצט. ווען ר' מענדל האט דאס געהערט, איז זיין האפענונג זייער געשטארקט געווארן, אבער ליידער נישט אויף לאנג. נאך אין דעם זעלבן זומער איז געשיקט געווארן [דורך די וואס האבן געהאט אן אינטערעס אין דעם] א נייעם "הויפט אנגלאגער" פון פעטערבורג, און ער האט שנעל איבערגעקענט דעם גאנצן חקירה על ראשו. [בראזול האט טייער באצאלט פאר זיין ארבעט. אלס "שכר" פאר'ן אויפדעקן דעם אמת, וואס דאס האט דער ממשלה בכלל נישט געוואלט, איז ער באשטראפט געווארן מיט רדיפות און איז אויך געזעסן אין תפיסה].

עס איז געווען א טאג אדער צוויי נאך דעם דערציילונג פון פאשלובסקי [זעה פריערדיגע קאפיטל]. ר' מענדל איז גערופן געווארן צום בית המשפט. ער איז געגאנגען צופרידנערהייט, פרייליך צו זיין אינדרויסן פון תפיסה אביסל און שעפן פרישע לופט. דאס מאל האט מען עם גענומען מיט'ן שטאט-באן, אבער אינמיטן וועג האט אויסגעבראכן א שריפה אין איינער פון די וואגאנען און זיי האבן געדארפט גיין דעם איבריגן וועג צופוס. אסאך מענטשן האבן געוויסט אז מ'פירט עם צום בית המשפט און עטליכע האבן זיך אפגעשטעלט עם אנקוקן און כאפן בילדער. ווען ער איז אנגעקומען האט מען עם אריינגענומען אין א גרויסע שטוב ווי עס איז געווען דעם נייעם אנקלאגער "מאשקעוויץ" מיט נאך עפעס א פראפעסאר.

"קוק ביילוס" הייבט מאשקעוויץ אן, "מיר האבן געפונען דריי הארן אויפ'ן קלייד פון אנדרושה. אויב עס שטערט דיר נישט ווילן מיר דיר בעטן דו זאלסט אונז געבן אביסל האר פון דיר כדי מיר זאלן דאס קענען בודק זיין. ר' מענדל איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם בקשה, וואס ער האט בכלל נישט ערווארטעט, אבער ער האט געענטפערט אז זיי זאלן נעמען וואס זיי ווילן. "ניין! דו מוזט עס אליינס געבן". ר' מענדל האט גענומען דעם שערל און זיי געגעבן אביסל האר. דערנאך האט ער חרטה געהאט, ווער ווייסט וואס פארא עלילות זיי קענען דא אויפמאכן. אפשר וועלן זיי פארבן דער האט כדי "אויפצוווייזן" אז דאס איז די זעלבע וכו'. ער האט זיך אבער בארוהיגט מיט'ן מחשבה אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן אן זיין הילף אויך.. האבנדיג באקומען וואס זיי האבן ביזדערווייל געוואלט, האבן זיי עם צוריק געשיקט אין תפיסה.

נאך דריי טאג האט מען עם ווייטער גערופן, דאס מאל צום ביורא פונ'ם תפיסה. דאס מאל האבן זיי געוואלט זיינער פינגער-צייכענעס [פינגער-פרינט]. ווען ר' מענדל האט זיי געפרעגט אויב דאס איז די שטייגער ביי יעדן איינגעזעצטע, האט מען עם געענטפערט אז דאס איז נאר ביי אזעלכע וואס דער קלאגער פארלאנגט אן עונש וואס איז כולל עבודת פרך [רח"ל]. "פארוואס טוט איר דאס" פרעגט ער ווייטער. זיי האבן עם געענטפערט אז מ'האט געטראפן פינגער צייכענעס אויפ'ן קלייד פון אנדרושה און מ'דארף האבן זיינע כדי צוצוגלייכן צווישן די ביידע. נאך זיי האבן דאס פון עם גענומען איז ער צוריק געפירט געווארן צו זיין צימער.

איין טאג האט ר' מענדל באקומען די גוטע בשורה אז זיין ווייב און קינדער מעגן עם קומען באזוכן. דער שומר האט עם באגלייט צום ביורא פונ'ם תפיסה, אבער ווען ער איז אריין זענען זיי נאכנישט דארט געווען. ער האט זיך געגרייט צו ווארטן מיט סבלנות, אבער ער איז נישט געווען רוהיג. ער האט שוין אזא לאנגע צייט נישט געזען זיינע קינדער, וואס טוט זיך מיט זיי?? ער האט נאר געקענט משער זיין וואס זיי האבן געמוזט מיטמאכן דעם גאנצן צייט. און פארוואס?? ענדליך זענען אריינגעקומען זיין ווייב, קינדער און ברודער. ווען ר' מענדל האט געזען זיין יונגסטן קינד, וועלכע איז אלט געווען פיר יאר, האט ער עם אריינגענומען אין זיינע הענט מיט ליבשאפט. דער שומר איז שנעל צוגעגנאגען און עם ארויסגענומען פון זיינע הענט. ער האט געזאגט אז ער האט אויף דעם נישט קיין רשות. דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען, ער איז דערשראקן געווארן פונ'ם ווילדקייט פונ'ם שומר און פון די מענטשן מיט די שיינעדיגע קנעפלעך.. [פאליציי]. ר' מענדל האט אנגעהויבן שרייען בקולי קולות און מיט טרערן אין די אויגן: "וואס פארא רעכט האט איר דאס צו טון? איר האט נישט קיין אייגענע קינדער? איר ווייסט נישט וואס דאס איז די רגשות פון א טאטע? וויאזוי קענט איר זיין אזוי אן קיין הארץ"? ר' מענדל האט באמערקט ווי עטליכע פון די אנוועזנדע [עס זענען דארט געווען זעקס שומרים] האבן זיך אויסגעדרייט און געטריקנט זייערע אויגן. דאן האבן זיי עם געגעבן רשות צו נעמען דאס קינד. ער האט געפרעגט זיין ווייב וואס איז די מצב. "אפילו אויב עס איז דא גענוג אויף צו עסן" האט זי געענטפערט מיט טרויער, "אבער וואס פארא ווערט האט דאס ווען דו ליידסט אויף אזא אכזריות'דיגע אופן"? נאך אפאר מינוט האבן זיי געזאגט פאר די משפחה אז די צייט איז געקומען צו גיין.

ר' מענדל איז יעצט געבליבן איין. דער הויפט אנקלאגער [פאר מאשקעוויץ איז אנגעקומען] "טשאפלינסקי" האט אנגעהויבן רעדן מיט א קול פול מיט "רחמנות".. "אט אזוי ביילוס! אזוי ארבעטן דיינע חברים די יודן.. ווען זיי האבן דיר געדארפט [צו הרג'נען א גוי'שן קינד..] האבן זיי דיר געגעבן געלט און זיי האבן דיר געלויבט אז דו ביסט באגלייבט וכו'. יעצט אבער, ווען זיי דארפן דיר שוין נישט, האבן זיי אינגאנצן פארגעסן פון דיר.. דיין אומגליקליכע פרוי ליידט אזעלכע צרות. זי איז אויך אוודאי אויפגערעגט אויף די יודן".. טשאפלינסקי האט גערעדט לאנגזאם, ער האט געזאגט יעדער ווארט מיט אזא פריינדליכן קול.. אבער יעדער ווארט האט געשטאכן ר' מענדל אינ'ם הארץ אריין. דאס אויסזען פון זיין פנים האט נאך געמערט זיין ביטערקייט. ער האט געבעטן רשות צו זאגן אפאר ווערטער. "פארשטייט זיך" איז געווען די תשובה. "אויב מ'וואלט געקענט דינגען איינעם צו הרג'נען אן אומשולדיגן קינד, און מען ווייסט אז די רציחה וועט צוברענגען גרויסע צרות און פאגראמען פאר יודן, פארוואס, לויט דיין מיינונג, וואלטן די יודן גענומען א חלק אין אזא זאך? פארוואס וואלטן די יודן געוואלט גורם זיין פאגראמען פאר זיי אליין? איך בין געווארן א סבלן.. דער משפט וועט אויפווייזן מיין אומשולדיגקייט". טשאפלינסקי האט נאך א ווארט נישט גערעדט, אבער עס איז קלאר געווען אז ער איז נישט צופרידן פון די רייד פון ר' מענדל. מ'האט עם ארויסגעפירט פונ'ם ביורא.

ר' מענדל איז שוין געווען איינגעשפארט מער ווי א יאר. פיר הונדערט טעג זענען שוין אריבער פון דעם טאג ווען קוליאבקו האט עם אוועק געריסן פון זיין ווייב און קינדער. ער האט אלס געהאפט אז "מארגן וועל איך זיין פריי".


טז. דער גענעראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל איז שוין איינגעשפארט מער ווי א יאר [רח"ל]. זיין מצב איז זייער נישט קלאר ביי עם. עס זענען דא שמועות אז מ'האט מברר געווען זיכער אז דער רציחה האט מיט די פרוי טשעביריאק און נישט מיט עם. מצד אחר רופט מען עם אריין אויף נאך חקירות, און טשאפלינסקי, דער הויפט אנקלאגער פרובירט עס "מסביר" זיין אז די יודן האבן עם פארלאזט. ער ווארט שוין און האפט שוין אויף זיין באפרייאונג.

איין אווענט, ווען ר' מענדל זיצט אליינס מיט זיינע מחשבות, האט די טיר זיך געעפנט און פיר מענטשן זענען אריין געקומען. דער גענעראל האט גערעדט צו ר' מענדל: "זיי ריאליש [מציאות'דיג] ביילוס" בעט ער זיך כמעט.. "דו ווייסט גאנץ גוט אז דו ליידסט נישט מיט גערעכטיגקייט. אין דיין פלאץ וואלט איך מסתמא אויך געטון ווי דיך. דו ביסט אן אומגליקליכער און דו האסט געטון וואס מ'האט דיר געהייסן... אויב דו וועסט אונז זאגן דעם אמת - וועט דאס זיין זייער א קלוגע שריט פון דיין זייט... מ'וועט דיך אוועק שיקן פון לאנד און מ'וועט זארגן פאר דיר אויף דיין גאנץ לעבן.. אויב דו וועסט נאר קאאפערירן מיט אונז און דו וועסט געבן א תשובה צום שאלה וואס באנעמט די גאנצע וועלט. אויב אבער דו וועסט ווייטער שווייגן, טוסטו ווייטער פארהוילן דעם אמת.. דו קלערסט טאקע אז דו שיצט אויפ'ן יודישן פאלק מיט דעם וואס דו צושמעטערסט דיך אליינס? פארוואס דארפסטו ליידן לחינם? די החלטה אבער איז אין דיינע הענט.. אויב דו וועסט נאר עפענען דאס מויל, קענסטו זיין גליקלעך א גאנץ לעבן"..

ר' מענדל האט זיך בקושי געקענט איינהאלטן בשעת דער גענעראל האט געזאגט זיין "דרשה". יעדער ווארט האט עם פאר'מיאוס'ט. דער גענעראל קומט עם געבן א "עצה".. ער האט אוודאי געגלייבט אז ער נעמט זיך טאקע אן פאר עם. לויט ווי ער ווייסט האבן די יודן געדינגען ר' מענדל צו הרג'נען דעם קינד און יעצט וויל ער עם "ראטעווען" דורכ'ן עם איבעררעדן צו זאגן דעם "אמת". ער האט געגלייבט אז ער וועט קענען משפיע זיין. ר' מענדל האט געזען אז ממשיך זיין דעם שמועס איז נישט קיין שום תכלית. האט ער געענפערט א שנעלע תשובה.

"איר זענט גערעכט.. דאס גאנצע וועלט ווארט אויפ'ן אמת, און דער אמת וועט נתברר ווערן בשעת'ן משפט".. "גוט! דאס וועלן מיר נאך זען" האט דער גענעראל געזאגט שטילערהייט. ער איז באלד אוועק פונ'ם צימער מיט זיין פמליא.

דאס ערשטע יאר אין תפיסה איז שוין כמעט אריבער. ר' מענדל האט דא באמערקט א זאך וואס ער האט שווער געקענט גלייבן.. ער האט אויסגעהאלטן אזא לאנגע צייט אין דעם ארט. דורכ'ן ווינטער איז געווען זייער ווייניג ווארעמקייט אינ'ם צימער און די ווענט זענען געווען באדעקט מיט אייז. ער פלעגט עטליכע מאל זיך אויפוועקן אינמיטן ווינטער און זען אז זיינע הענט זענען צוגעפרוירן צו די וואנט. אין די הייסע טעג האט זיך צולאזט דער קאלעך פון דער דאך און עס האט אויף עם געטראפט. דאס האט עם כמעט נישט געלאזט שלאפן. חוץ פון דעם האבן זיך געדרייט פארשידענע מחלות ל"ע אינ'ם תפיסה, און זעקס אדער זיבן מענטשן זענען געשטארבן יעדן טאג! דאס איז בכלל נישט קיין חידוש אויב מ'נעמט אין אכט די שרעקליך נאכגעלאזטע מצב דארט. עס האבן קיין שרצים אויך נישט געפעלט..

דעם טיר פון זיין צימער'ל איז געווען צוגעשפארט מיט נישט ווייניגער ווי 13 שלעסער! ד.ה. אז יעדע מאל איינער האט געעפנט די טיר האט ער זיך געמוזט באשעפטיגן מיט אן א שיעור שלעסער.. די קולות האבן עם פשוט קראנק געמאכט. זיין מצב איז אזוי שוואך געווארן אז ער האט זיך פארגעשטעלט ווי איינער שטייט אונטער עם און קלאפט עם די גאנצע צייט אויפ'ן קאפ, א קלאפ נאך א קלאפ. ער האט אסאך מאל נישט געקענט גלייבן אז דאס געשענט טאקע צו עם. ער פלעגט אנקוקן דעם שומר מיט ווינדער און קלערן "איז דאס טאקע איך? צו איז דער מענטש וועלכע איז דא אין דעם תפיסה דאס זעלבע מענדל ביילוס דער מנהל פונ'ם ציגל פאבריק? א מענטש מיט א שטוב און א ווייב און קינדער"? ער האט אויך זייער געליטן פון שרעקליכע חלומות וועלכע האבן עם געשטערט דאס שלאף. ער האט כסדר געחלום'ט ווי מ'נעמט עם צו הרג'נען רח"ל, אדער ווי מ'לויפט עם נאך און שלאגט עם. ער האט זיך אויפגעוועקט בקוצר רוח פון דעם פחד און האט געפילט אביסל גרינגער צו זען אז ער איז אין תפיסה. בנוסף צו דעם פלעגן די שומרים עם כסדר פייניגן און טשעפען. זעקס מאל אין טאג זענען זיי געקומען "זוכן" אויב ער האט אפשר עפעס באהאלטן.. אסאך מאל האט מען עם געשטאכן ביז עס איז געקומען בלוט. זייער שטענדיגע "ווערטל" איז געווען "דו האסט הנאה געהאט ווען דו האסט געשטאכן דעם קינד אנדרושה, ווען דו האסט ארויסגענומען זיין בלוט. מיר וועלן צו דיר טון וואס דו האסט צו עם געטון".. ער האט קיינמאל נישט געקענט וויסן צו זיי מאכן סתם ליצנות אדער מיינען עס ערנסט.

כמעט א יאר איז שוין אריבער מיט די אומדערטרעגבארער יסורים. ר' מענדל גלייבט אליינס נישט אז דאס איז שייך בכלל. זיי האבן עם געוואלט פייניגן ווי ווייט מעגליך, זיי האבן געהאפט אז ער וועט שטארבן [ח"ו] פון די יסורים אן דעם וואס זיי זאלן עם הרג'נען בפועל ממש. אזוי וועט די זאך קיינמאל נישט קומען צום משפט און זיי וועלן אלעמאל קענען זאגן אז דער חשד איז געווען אמת.

זיין לעבן האט געהאנגען אויף א חוט השערה. ער האט אמאל געזען אן איינגעשפארטע וועלכע מ'האט געשאסן אויף טויט ווייל ער האט זיך "דערוואגט" צו קריגן מיט איינער פון די שומרים. דער שומר האט זייער פשוט פארענטפערט וואס ער האט געטון. ער האט צוריסן איינער פון זיינע ארבל און דערנאך געזאגט אז יענער האט פרובירט עם צו הרג'נען און ער האט עם געמוזט שיסן כדי זיך צו ראטעווען... כמובן ער האט קיין שום עונש נישט באקומען.. אויף איינער פון די ווענט פונ'ם תפיסה איז געווען געשריבן די "תקנות". איינער פון זיי איז געווען אז אויב אן איינגעשפארטע "פאלגט נישט א באפעל" אדער "אטאקירט א שומר" איז אחת דתו להמית דורכ'ן שומר. דער "נישט פאלגן א באפעל" איז זייער א ברייטע תקנה. אויב דער שומר האט געהייסן איינעם גיין אביסל שנעלער אדער שטארטער און יענער האט נישט געפאלגט אינ'ם רגע, האט דער שומר שוין געקענט זאגן אז ער האט "נישט געפאלגט". ער האט אפילו באקומען א מתנה פון דריי רובל פאר'ן "אכטונג געבן אויפ'ן סדר".. דער "אטאקירן א שומר" האבן די שומרים אויך אויסגעטייטשט וויאזוי זיי האבן נאר געוואלט.

ר' מענדל האט גוט געוויסט אז די שלטונות זוכן עם פטור צו ווערן און וועלן נוצן יעדן מעגליכקייט אנצוקומען צו דעם. ער האט זייער זייער אכטונג געגעבן זיי נישט צו געבן קיין שום תירוץ צו גיין מיט עם בכח. ער האט געוויסט אז דא איז באשולדיגט דעם גאנצן יודישן פאלק און דער אחריות אנצוקומען צום משפט און אויפווייזן דעם שקר ליגט אויף עם. דאס איינציגע וועג ער קען ערפילן זיין אחריות איז דורכ'ן בלייבן ביים לעבן. ער האט געדארפט אלע כח וואס ער האט נאר געהאט כדי צו ליידן שטילערהייט און נישט געבן די נצחון צו די שונאים פון כלל ישראל.


יז. האפענונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: טראץ די שרעקליכע פייונוגען, ווערט ר' מענדל נישט צובראכן אין זיין גייסט. ער ווייסט אז זיין גורל איז דעם גורל פון גאנץ כלל ישראל. ר' מענדל ווארט שוין זייער אויף דעם משפט, אבער ביזדערווייל ווייסט מען נאך נישט ווען דאס וועט זיין.

דער נערוועזקייט האט עם ארויסגעצויגן אלע כוחות. ער האט זיך געטרייסט מיט'ן ידיעה אז דעם יום המשפט ווערט אלס נענטער און דאן וועט קלאר ווערן פאר די אויגן פון דאס גאנצע וועלט אז ער איז אומשולדיג. מיט דעם וואס דאס וועט אויפגעוויזן ווערן, וועט אראפגיין פון דעם יודישן פאלק די סכנה פון אלע שרעקליכע אומגליקן וואס די שונאי ישראל ווילן מיט דעם פאלטשן חשד ארויפברענגען. דער וועלט וועט וויסן אז די יודן הרג'ענן נישט קיין גוים און צאפן נישט זייער בלוט.

דער טאג פונ'ם משפט איז אבער נאך נישט באשטימט. קודם האט מען עם געזאגט אז עס וועט זיין אין ניסן, און דאן האט מען געזאגט אין אייר. קיין שום זאך איז נישט זיכער.. וואס איז די פראבלעם? פארוואס נעמען זיי זיך נישט דערצו? ערשט אסאך שפעטער איז ר' מענדל געוואר געווארן דעם אמת פון דעם תעלומה. דאס איז געווען פשוט למאוד..

ווי אויבן דערמאנט, זענען שוין די "באשולדינגס-פאפירן" שוין געווען פארטיג און מ'האט זיי שוין איבערגעגעבן פאר ר' מענדל. דער פראבלעם איז אבער, אז דאס האט בכלל נישט צופרידנגעשטעלט די וועלכע האבן געהאט זייער אינטערעסן אין דעם פרשה. דער חוקר פענענקו האט שוין לאנג צוריק געזאגט צו עם אז ער האט עם נישט געוואלט בכלל באשולדיגן ווייל ער האט געוויסט עס זענען נישטא קיין ראיות עם צו פארבינדן מיט'ן רציחה. דער אנקלאגער אבער, איז געווען נחוש בדעתו ממשיך צו זיין דעם אנקלאג בכל אופן. מ'דארף דא משפט'ן א יוד למען ישמעו וייראו.. כדי מ'זאל דאס געדענקט לדורי דורות.. דאס איז געווען די סיבה פארוואס זיי האבן געזוכט א באשולדיגונג אן וואס זיי זאלן האבן קיין שום ראיות אדער הוכחות.

אין חודש אייר תרע"ג, האט דער אנקלאגער געשיקט די באשולדינגס-פאפירן צום הויפט-געריכט פונ'ם קיעווער געגענט, פאר זיין באשטעטיגונג. דא האבן די שונאי ישראל געהאט א פראבלעם. אויב מ'וועט משפט'ן ביילוס אלס סתם א רוצח, אן קיין שייכות צום יודישן רעליגיע [אזויווי עס איז טאקע געשטאנען אין די פאפירן ווי אויבן דערמאנט], וועלן דאך זיין אסאך מער הוכחות וואס וועלן ווייזן אויף די אמת'ע רוצחים, ד.ה. טשעביריאק און איר כנופיא וכו'. זיי וועלן זיי מוזן איינזעצן און מעמיד זיין למשפט. דער צאר אבער, וויל דאך אז מ'זאל שטעלן א יוד צום משפט, און זיי האבן עם געדארפט צופרידנשטעלן. זיי האבן געמוזט פארהוילן די אמת'ע הוכחות און באשולדיגן ביילוס. זאל מען עם באשולדיגן מיט א 'רעליגיעזע' רציחה [געטון וועגן זיין יודישקייט], דאס שטייט דאך אפילו נישט אין די פאפירן.. מחוסר ראיות.. זיי זענען בכלל נישט צופרידן, נישט קיין פשוט'ע רוצח און נישט קיין רעליגיעזע רוצח.. דערפאר האט דער געריכט געהאלטן אינאיין אפשטופן דעם משפט.

נאך אסאך וויכוחים וכו' איז דער משפט באשטימט געווארן אויף אינמיטן חודש סיון. די אדוואקאטן זענען געווען גרייט אויף יעדן מעגליכע מצב, און האבן זיך מתעקש געווען אז דער געריכט מוז לאזן מומחים און פראפעסארן מטעם דעם באשוץ [סניגוריא] צו קומען עדות זאגן, ווייל דאס איז גאר וויכטיג. צווישן די מומחים האבן זיי פארלאנגט צו הערן די פראפעסארן "קאקאבצעף", טיכאמיראף און טרויעצקי. אלע דריי זענען געווען גרויסע מומחים אינ'ם "יודישן שפראך" [לשון הקודש] און זענען געווען גערעכנט אלס בעלי ידיעות פון יודישע ענינים אין די יוניווערסיטעטן ווי זיי האבן שטודירט.

איין טאג, ווען ר' מענדל זיצט אין זיין צימערל, הערט ער דעם קלינג פון די דרייצן שלעסער ווי זיי ווערן געעפנט. עס האט געקלאפט און געקלאפט ביז צום סוף איז די טיר אפן. ער האט געמיינט ער וועט זען די בייזע פנימ'ער פון די שומרים, אבער למעשה איז דאס געווען דעם אדוואקאט מר גריגאראוויטש-בארסקי. ער האט זיך נאכגעפרעגט וויאזוי די שומרים באהאנדלן עם און דערנאך איז ער אנגעקומען צום תכלית פון זיין באזוך. "מר ביילוס, עס איז פארהאן א שמועה אז טראץ די באשולדינגס-פאפירן וועט דיין משפט קיינמאל נישט פארקומען"... "פארוואס" פרעגט ר' מענדל, אינגאנצן פארלוירן. "עס איז פשוט.. עס זענען דא צופיל קעגן די אמת'ע רוצחים. א רוסישע שרייבער, 'בראזול-בראשובסקי' האט מגלה געווען נייע ראיות און ער האט דאס פארגעשטעלט פאר'ן ציבור, ווי אויך פאר די שלטונות. ער האט זיך אוועק געגעבן אנטפלעקן דעם אמת פונ'ם רציחה פון אנדרושה. ער האט אויך געוויזן וואס ער האט געטראפן פאר דעם הויפט פונ'ם אוכראנא 'איוואנוף'. די הוכחות וואס ער האט געזאמלט זענען אזוי חשוב אז עס איז קרוב לוודאי אז מ'וועט נאכאמאל אנהייבן דעם משפט און ווי עס זעט אויס וועסטו ארויסקומען זכאי. דאס וועט זיין א ביטערע מעדעצין פאר די תביעה און זיי וועלן פרובירן זיך צוריק שלאגן, אבער האפענטליך וועלן זיי זיך דארפן אונטערגעבן..

זיין שמחה איז געווען אזוי גרויס, ער האט אנגעהויבן וויינען.. "וויינט נישט מר ביילוס" זאגט מר בארסקי ווייכערהייט - ער אליינס איז אויך געווען זייער נתרגש - "איך פארשטיי אינגאנצן דיין מצב. אבער זיי זיכער אז בסופו של דבר וועסטו באפרייט ווערן. פארשטייט זיך אז עס איז שווער יעצט צו זאגן ווי לאנג זיי וועלן ארויסציען דער זאך. דו קענסט דאך אליינס זען אז זיי כאפן זיך אן אויף יעדן שטרוי.. מיר פילן אבער אז אלע זייערע פריוואונגען וועלן זיי לתוהו, און אויב נישט יעצט באלד, וועלן זיי פריער אדער שפעטער זיין געצווינגען דיר צו באפרייען". מר בארסקי האט זיך געזעגנט און איבערגעגעבן זיין האפענונג אז בקרוב וועט ער עם קענען קומען באזוכן אלס פרייער מאן, צוזאמען מיט זיין משפחה. ר' מענדל איז געווען גאר בשמחה, דאס גאנצע חשד קעגן עם ווערט צוברעקלט..

ר' מענדל האט גוט געוויסט אז כאטש עס זעט אויס ווי די ריכטיגע רוצחים ווערן אנפלעגט, וועט די זאך נאך געדוירן צייט. אויב די שלטונות - וועלכע זענען געווען אזוי פארנומען "מברר" צו זיין די שילד קעגן עם - וואלט געווען אינטערסירט צו טרעפן די אמת'ע רוצחים, וואלט דאך נישט געווען קיין פשוט'ערע זאך ווי דעם. זיי דארפן נאר איינזעצן טשעביריאק און איר כנופיא. דאס וואלט געקאסט אסאך ווייניגער געלט און צייט ווי פרובירן צו "נייען" עפעס קעגן עם. דאס אמת אבער, איז נישט געווען פונקטליך וואס די "הויכע פענסטערס" האבן דא געוואלט... דאס איז אבער אלס געווען בעבר, טראכט ר' מענדל, יעצט אבער, וועט דער אמת ארויסקומען און אלע, אפילו די "שווארצע הונדערטער" וועלן פארשטיין אז ער איז אין תפיסה על לא עול בכפו און זיי מוזן עם באפרייען. ער האט שוין מצייר געווען ביי זיך דעם מאמענט ווען די שומרים וועלן אריינקומען און עם זאגן "ביילוס, דו ביסט פריי! דו ביסט ריין פון זינד! דו קענסט אהיים גיין"..

יח. נאך חקירות

אין קורצן פון פריער: די שלטונות זענען נישט צופרידן פון די באשולדינגס-פאפירן קעגן ר' מענדל, ווייל עס ווערט דארט נישט דערמאנט אז ער האט גע'הרג'ט אנדרושה פאר 'רעליגיעזע' סיבות. מר בארסקי באזוכט ר' מענדל אין תפיסה און זאגט עם אז עס איז זייער מעגליך אז עס וועט בכלל נישט זיין קיין משפט, ווייל עס זענען דא בפירוש'ע ראיות קעגן די אמת'ע רוצחים. ר' מענדל איז זייער פרייליך און ווארט שוין אויף זיין באפרייאונג.

נאכ'ן באזוך פון מר בארסקי, איז ר' מענדל געווען זייער נישט במנוחה. יעדן מאל ער האט געהערט פוסטריט האט ער געמיינט אז אט אט קומט מען שוין עם זאגן אז ער קען אהיים גיין. נאך אפאר טאג האט ער שוין אנגעהויבן קלערן אז אפשר האט דער אדוואקאט עם דאס געזאגט נאר כדי עם צו בארוהיגן וכו'. אפשר איז דער מצב אזוי נישט גוט אז מ'מוז עם געבן כח כדי צו קענען ביישטיין.. ער האט אבער געוויסט אז ביז יעצט האט מר בארסקי געמאכט א רושם פון אן אפענע מענטש וואס באהאלט גארנישט פון עם. אויב דער נייעס וואלט נישט גוט געווען [ח"ו] וואלט ער דאס אוודאי געזאגט.

עס זענען אריבער טעג, וואכן און חדשים, און עס איז נאך אלס נישט דא קיין שינוי. ר' מענדל האט פארשטאנען אז דא איז עפעס נתחדש געווארן אבער ער ווייסט נישט אויב דאס איז צו גוטס אדער.. ער איז נישט גערופן צום משפט און איז אויך נישט באפרייט.

נאך א צייט, איז ר' מענדל ווייטער גערופן געווארן צום הויפט-פארשער אויף חקירות. איינמאל, אינמיטן דער חקירה, פרעגט דער פארשער "זאג מיר ביילוס, איז דיין טאטע אמאל געגאנגען צו צדיקים"? ר' מענדל איז געווארן אינגאנצן צוטומלט. ער האט געמיינט אז יענער גייט עם מודיע זיין וועגן זיין באפרייאונג, און דא הייבט ער נאכאמאל אן מיט זיינע שאלות.. ער האט פארשטאנען אז עס זענען דא צוויי מעגליכקייטן, שטעלן צום משפט לויט די באשלודינגס-פאפירן, אדער באפרייען. און דא הייבט זיך ווידער אן דעם אלטן סיפור וועגן צדיקים מיט חסידים.. מ'האט דאס דאך שוין אלעס געפרעגט! [זעה פריערדיגע קאפיטלעך] וואס ווילן זיי פון עם?? אפילו פאר זיי איז דאס אביסל איבערגעטריבן...

ר' מענדל האט געענטפערט אז ער געדענקט נישט און אויב עס איז געווען אזא זאך איז עס געווען אסאך יארן צוריק. "דו ביסט א חסיד אדער א מתנגד".. פרעגט ער ווייטער. "איך בין א יוד" איז די תשובה, "און איך ווייס נישט דעם חילוק צווישן די צוויי.. מיר זענען אלע יודן"... "צו ווייסטו אויב מר זייטשעב איז אמאל געפארן צו א רבי"... "איך ווייס נישט". צו ביסטו נישט קיין קרוב מיט די משפחה פונ'ם בעל שם טוב".. "אדוני החוקר! איך האב נישט קיין מושג".. "דו דאוונסט מיט א טלית אדער אן א טלית".. "איך האב אויף דעם שאלה שוין אמאל געענטפערט, איך האב שוין מסביר געווען אז פאר די חתונה האב איך געדאוונט אן א טלית און נאכדעם מיט א טלית".. "פארוואס דארף מען האבן א טלית".. "איך ווייס נישט".. [ר' מענדל האט ליידער נישט געהאט די זכי' צו האבן געלערנט אין א ישיבה - אזויווי אסאך יודן אין יענע שווערע צייטן - אבער ער האט זיך געהאלטן זייער שטאלץ מיט זיין יודישקייט, ווי מ'קען זען דורך די גאנצע צייט]. "יעצט זאג מיר ביילוס - וואס איז די זאך וואס איר רופט 'אפיקומן'".. ווייטער דעם זעלבן מאדנע חקירה.. די זעלבע טפשיות'דיגע שאלות וואס ער האט שוין געענטפערט פאר פענענקו פאר מער ווי א יאר צוריק.. ר' מענדל איז זיכער געווען אז דער חוקר וויל נאר פעסטשטעלן אז פענענקו האט עם ריכטיג אויסגעפרגט, אין דעם רגע וואס עס וועט נתברר ווערן אז עס איז בסדר, וועט ער עם באפרייען. סוף כל סוף האט דאך פענענקו אליינס דאך געפרעגט די אלע שאלות און דערנאך מודה געווען אז ער האט נישט קיין הוכחות.. עס איז עם נישט געווען מעגליך מסביר צו זיין דעם חוקר פונקטליך וואס דאס איז אפיקומן...

דער חקירה גייט ווייטער.. "האסטו אין די משפחה א רבי אדער א שוחט"? "ניין! מיר האבן קיין שום רבי נישט אין די משפחה.. אפשר איז געווען פאר פופציג אדער הונדערט יאר אבער איך ווייס נישט דערפון, בכל אופן יעצט איז נישטא"! דער חוקר איז שטיל א מינוט צוויי און זעט אויס ווי ער וויל זיך עפעס דערמאנען. עטליכע מאל האט ער געבלעטערט אין די צעטליך פאר עם און צום סוף האט ער געפרעגט נאך איין שאלה: "צו האסטו עפעס קשרים מיט [ר'] שניאור זלמן שניאורסון, דער באוויסטער רבי פון ליאדי [דאס איז הרה"ק בעל התניא זי"ע, וועמען די רוסישע באהערשונג בראשות פונ'ם צאר האבן אנגעקוקט אלס דעם מנהיג פון חסידות כידוע]. "ניין! איך האב א גוטע חבר מיט'ן נאמען שניאורסון. ער וואוינט אין קיעוו און ער קומט מיר באזוכן פון צייט צו צייט, אבער די משפחה שניאורסון פון ליאדי קען איך נישט און איך האב נישט קיין קירבה צו זיי".. צוויי שעה האט דער חוקר געמוטשעט מיט אזעלכע שאלות און בדומה להם. דערנאך האט ער אנגעהויבן פארליינען פון א בוך וואס איז געשריבן דורך א "פראפעסאר" מיט'ן נאמען "פראנאיטיס". דארט פרובירט ער "אויפצוווייזן" מיט אלע מיני "חכמות" און פארדרייטע צוטירונגען פון די פסוקים און די גמרא אז די יודן נוצן טאקע בלוט פון גוים פאר די מצות. דאס בלוט מישן זיי דוקא אין דעם אפיקומן.. דער חוקר האט אויך דערמאנט נעמען פון "מומחים" אין ענינים פון דעם יודישן רעליגיע. דאס זענען "שמאקוב" [דעם באוויסטן שונא ישראל ווי אויבן דערמאנט, און "סיקארסקי" און "גלאבוב". עס האט זיך געדאכט פאר'ן יוקר אז ער באווייזט דא גרויסע און ברייטע ידיעות, אבער יעדע שאלה האט פשוט ארויסגעצויגן דאס בלוט פון ר' מענדל. ער האט געוויסט אז ליידער האט יענע א שליטה אויף עם און ער קען עם ביזדערווייל גארנישט טון און ער מוז ענטפערן די שאלות. די שאלות וואלטן עם נישט אזוי וויי געטון ווען נישט ער באמערקט וויאזוי יענע איז מתייחס צו זיינע תשובות. ר' מענדל האט גוט געזען פון זיינע שמייכלען און פון זיינע הערות אז די גאנצע חקירה איז איבריג. די זאך איז געווען ביי עם ברור כשמש. ער איז זיכער אז די יודן דארפן בלוט פאר פסק און אז מ'לייגט דאס אריין אינ'ם אפיקומן. ער האט געגלייבט בלי צל של ספק אז מ'קען דאס אויפווייזן דורך די פראפעסארן ווי פראנאיטיס, שמאקוב און סיקארסקי.

ווען דער חקירה האט זיך געענדיגט האט ר' מענדל פארשטאנען אז דאס באשולדיגונג און ער וועט דארפן שטיין למשפט. ער האט אבער נישט געקענט פארשטיין פארוואס מ'דארף נאכאמאל אויספרעגן די זעלבע שאלות וואס זענען שוין פארשריבן אין די באשולדינגס-פאפירן. דאס וועט שוין באלד אויך קלאר ווערן..

די זומער איז אריבער.. אויך די הערבסט ברענגט נישט קיין שינוי און די ווינטער קומט שוין נאנט. במשך די אלע חדשים איז קיינער נישט געקומען באזוכן ר' מענדל און ער האט קיין מושג נישט געהאט וואס גייט פאר אינדרויסן פון די ווענט פונ'ם תפיסה. די אלע האפענונג זיינע פון א שנעלע באפרייאונג אדער כאטש א משפט זענען צושמעטערט געווארן ווען עס איז נתברר געווארן אז דא הייבט זיך אן א גאנץ פרישע חקירה. עס איז קלאר אז עס איז דא געווארן א ענדערונג אין די מהלך הענינים אבער ר' מענדל אליינס איז אין די פינסטערניש. ערשט שפעטער איז נתברר געווארן דעם פונקטליכע אמת אין דעם פרשה.


יט. פארגיפטונג![באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ווארט לכאורה אויף זיין באפרייאונג. עס געשענט למעשה נישט און מ'רופט עם אריין אויף ווייטערע חקירות. ער פארשטייט אז עפעס האט זיך דא אומגעקערט, אבער ער איז אינגאנצן אין די פינסטערניש, ער ווייסט נישט מה יולד יום.

פון זיין צימערל אין תפיסה האט ר' מענדל נישט געקענט וויסן וואס גייט פאר ביי די "הויכע פענסטערס" אין קיעוו. וואס מר בארסקי האט עם דערציילט איז געווען דעם אמת לפי המצב פון דעמאלס. נאך די "גילוים" פון בראזול בראשובסקי וועגן די אמת'ע רוצחים פון אנדרושה, האט ער דאס איבערגעגעבן פאר איוואנוב, דער הויפט פון די אוכראנא אין קיעוו. איוואנוב האט דאן אנגעפירט א פונקטליכע חקירה בסוד סודות, און ווען ער האט קלאר מברר געווען דעם אמת האט ער דאס געשיקט צום הויך-געריכט אין קיעוו. לכתחילה זענען זיי בכלל נישט געווען אינטערסירט אין די גאנצע מעשה, כאטש דאס איז געקומען פון אן אפיציעלע מקור פון די שלטונות. ווען די אדוואקאטן פון ר' מענדל אבער, זענען דערפון געוואר געווארן, האבן זיי פארלאנגט אז מ'זאל נאכאמאל אנפאנגן דעם משפט מיט די נייע הוכחות.

דאס האט גורם געווען גרויס 'דאגה' צו די שלטונות און צו די "שווארצע הונדערטער". זיי האבן דאך גוט געוויסט וואס קען דערפון ארויסקומען. זיי האבן אבער נישט געהאט קיין ברירה, ווייל דאס איז געווען די חוק אין רוסלאנד אז אויב עס זענען דא נייע ראיות דארף מען צוריק עפענען די משפט. האבן זיי מחליט געווען אז ווען שוין דען שוין.. זיי וועלן מחדש זיין דעם משפט אבער דאס מאל וועט שוין זיין א באשולדיגונג ווי זיי ווילן עס זאל זיין.. מ'וועט נאכאמאל חוקר זיין ביילוס אבער דאסמאל וועט די תוצאה זיין למעשה.. זיי האבן געהאלטן אז פענענקו איז צו א שוואכע צו פירן דעם נייעם חקירה. זיי האבן אויסגעוועלט טשאפלינסקי און מאשקעוויץ צו פירן דעם תביעה, און ער איז גערופן געווארן קיין פעטערבורג צו זיין בקשר מיט די ראשים פון די שווארצע הונדערטער. אין דעם צייט זענען אויך געווען אזעלכע אין די געריכט וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל מבטל זיין די גאנצע משפט כדי צוריקצוהאלטן בזיונות.. און דעמאלס איז געווען ווען מר בארסקי האט דערציילט די 'גוטע נייעס' פאר ר' מענדל אז עס קען זיין אז די משפט וועט בכלל נישט פארקומען. צום סוף אבער, האט גובר געווען די האנט פון די שווארצע הונדערטער.

מאשקעוויץ האט נישט צופיל 'מדקדק' געווען אינ'ם חקירה. ער האט געוויסט וואס ער דארף טרעפן און דאס וועט זיין.. ער דארף 'צדיקים' 'חסידים' 'רבנים' 'ווייסע קליידער' בקיצור אלעס וואס ווייזט אז דא איז פארגעקומען א רציחה פאר 'רעליגיעזע סיבות'. [מער אין די שפעטערדיגע קאפיטלעך אי"ה]. לשם 'מראית העין' האט מען אויך געקוקט אין וואס בראזול-בראשובסקי האט געשיקט, און מ'האט דאס 'מפרש' געווען ווי מ'האט געוואלט..

אפילו נאך מ'האט געטראפן די ריכטיגע מענטשן, איז נישט באלד צוגעגרייט געווארן די נייע באשלודינגס-פאפירן. עס האט געדוירט צייט, און ביזדערווייל האבן די שונאי ישראל גענומען צו יעדן וואס האט פרובירט מגלה זיין דעם אמת. דער ראש פון די באהאלטענע פאליציי אין קיעוו, איינעם מיט'ן נאמען "מישטוק", און צוויי פון זיינע העלפער, "סמאלוביק" און "קליין", זענען באשולדיגט געווארן מיט 'פארקרומען דעם משפט' ווייל זיי האבן נוטה געווען צו בארעכטיגן ר' מענדל! מיטשוק איז אפילו באשטראפט געווארן מיט תפיסה! דאס איז אויך געווען דעם גורל פון אלע אנדערע וואס האבן זיך 'דערוואגט' צו פרובירן אריינגראבן אין דעם פרשה. א הויפט-פאליציי מיט'ן נאמען "קראקאווסקי", וועלכע האט שוין געדינט צוואנציג יאר ביי זיין אמט, איז באשולדיגט געווארן מיט'ן גנב'נען א סכום פון 75 קאפיקעס! [בערך 30 פעני]. דאס איז געווען א געלעכטער לגבי די מיליאנען רובל מיט וואס מ'פלעגט אין רוסלאנד משחד זיין אלע מיני שרים וכו' כידוע. [דער באשולדיגונג איז בטל געווארן לבסוף].

די פרוי טשעביריאק האט איינגעגעבן א תביעה קעגן בראזול-בראשובסקי אז ער האט איר גערעדט ליגנט! פארשטייט זיך אז דאס איז געווען על פי הוראות פון 'אויבן'.. דערנאך האבן זיך די שווארצע הונדערטער גענומען צו דעם אדוואקאט מארגאלין. זיין 'חטא' איז געווען אז ער האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט מפרט געווען אחת לאחת די הוכחות ווי נאריש איז די עלילה אז יודן נוצן בלוט אויף די מצות. דער תובע האט גע'טענה'ט אז מיט דעם איז ער משפיע אויף די איינוואוינער פון קיעוו - וואס פון זיי גייט מען אויסוועלן די צוועלף 'באשוואוירענע' פאר די משפט - לטובת די יודן. ער האט אבער צוגעלייגט אסאך א הרבה'רע שילד. לויט די תביעה האט מארגאלין פרובירט משחד צו זיין טשעביריאק אז זי זאל נעמען דעם שילד אויף זיך. לויט ווי זי האט דערציילט האט מאגאלין איר אפערירט 40,000 דאלער אויב זי וועט מסכים זיין צו 'מודה' זיין. ווען ר' מענדל האט געהערט פון דעם אלעם, האט ער פארשטאנען אז דער משפט האט א קער געטאן אויף נישט קיין גוטע ריכטונג. ער האט געפילט אז ער גייט דא ווערן אריינגעכאפט אין א גוט-געוועבטע נעץ. די אדוואקאטן האבן פרובירט עם מעודד זיין, זיי האבן עם צוגעזאגט אז טראץ די אלע השתדלות'ן פון די שונאי ישראל וועט דער אמת דורכפירן. ר' מענדל האט גענומען זייערע ווערטער צום הארצן און זיך געגרייט צו ווארטן אויפ'ן משפט וואס וועט מן הסתם ערשט זיין אין א לאנגע צייט.

דער פריליג קומט אן. אלע האבן הנאה פון דעם אויפפירשונג פונ'ם טבע, אלע אויסער ר' מענדל. עס איז שוין דעם דריטן יאר פון זיין מאסר, אין דעם פינסטערן צימערל ווי ער קען זיך קוים רירן. אין די פארגאנגענעם צוויי יאר האט ער כמעט נישט געזען זיין משפחה. אפילו דעם זון, וועלכע שיינט פאר יעדן גלייך, זעט ער כמעט נישט. גאר אביסל ליכטיגקייט קומט דורך די פענסטער. מיט דאס אלעס שפירט ער זיך דאך אביסל בעסער, אין פרילינג איז נישט אזוי קלאט אינ'ם צימער און דעם פרישן לופט וועלכע קומט אריין פרישט עם אביסל אויף..

איין טאג איז מר בארסקי געקומען אויף א באזוך. נאך זיי האבן אביסל געשמועסט, האט ער געזאגט אז ער האט א בקשה פאר ר' מענדל. ר' מענדל האט זיך געווינדערט וואס פארא בקשה ער קען האבן פון עם און ער האט געפרעגט "וואס קענט איר שוין בעטן פון מיר"! "איך וויל בעטן איר זאלט טון עפעס.. עפעס שווער.. אבער איר מוזט דאס טון"... "וואס? וואס איז דאס"? "דו זאלסט אויפהערן אננעמען די פעקלעך עסן פון דיין שטוב"!! ענטפערט ר' מענדל "אויב איר זאגט אזוי, וועל איך טון וואס איר הייסט מיר, איך פארשטיי אז איר ווייסט וואס איר טוט. אבער קענט איר מיר לפחות מסביר זיין פארוואס"? "יא"! ענטפערט מר בארסקי. "איך בעט אייך דאס צו טון ווייל די שווארצע הונדערטער האבן מפרסם געווען אז לעצטנס פרובירן די יודן אייך צו פארגיפטיגן! זיי טענה'ן אז די יודן האבן מורא אז דו וועסט 'מודה' זיין אין דיין 'שילד'.. פון דעם פארשטייען מיר אז די חברה ווילן זייער אייך שטיל מאכן.. און וועלן פרובירן צו פארגיפטיגן אייער עסן וואס איר באקומט פון שטוב כדי אז דער משפט זאל בטל ווערן אן דעם וואס זיי זאלן ליידן א שאנד קעגן די גאנצע וועלט ווען עס וועט נתגלה ווערן דעם אמת. זיי טראכטן אז אויב דו וועסט יעצט שטארבן [ח"ו] וועלן מענטשן ווייטער גלייבן אז דו ביסט געווען שולדיג. דערפאר האבן מיר מחליט געווען אז די איינציגע וועג איז אז דו זאלסט גענצליך אויפהערן באקומען עסן פון שטוב. אזוי וועלן זיי סיי נישט קענען זאגן אז די יודן האבן דיר פארגיפטעט און סיי זיי אליינס וועלן דיר נישט קענען פארגיפטיגן. מיר ווייסן אז דאס וועט זיין זייער שווער פאר אייך, אבער עס זעט אויס אז דאס איז די איינציגע וועג צוריקצוהאלטן די פלענער פון אט די מבקשי נפשך".


כ. נייע פאפירן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: די שונאי ישראל געבן נישט אויף.. דער פרשה ווערט נאכאמאל געעפנט נאך די נייע ראיות, אבער דאס מאל זענען די שלטונות מחליט אז מ'וועט צוזאמשטעלן א 'ריכטיגע' באשולדיגונג ויהי מה. אלע וועלכע פרובירן מגלה זיין דעם אמת רודף'ט מען מיט אכזריות. דער אדוואקאט זאגט פאר ר' מענדל ער זאל נישט אננעמען עסן פון שטוב אלס חשש אז די גוים וועלן דאס פארגיפטיגן.

ר' מענדל האט מסכים געווען צום בקשה, אבער ער האט געוויסט אז די "שווארצע הונדערטער" קענען פארלאנגען פון איינער פון די שומרים פון תפיסה זאלן פארגיפטיגן דעם עסן פון תפיסה אויך. האט ער אריינגעגעבן א בקשה אז ער וויל אליינס נעמען דעם עסן פון די תפיסה פון דעם כללות'דיגע עסן. זיין חשבון איז געווען אז זיי וועלן אוודאי נישט פאר'סמ'ען דאס גאנצע עסן פון יעדן איינעם נאר כדי פטור צו ווערן פון עם...

לכתחילה האט מען מדחה געווען זיין געבעט. "אויב דו ווילסט עסן, זאלסטו עסן וואס מען געבט דיר! ווילסט נישט? קענסטו אויסגיין פון הונגער! זארג זיך נישט! נישט אונז ווילן דיר פאר'סמ'ען נאר די יודן, פון זיי דארפט דו זיך שרעקן. זיי איז נישט גענוג אונזער בלוט, זיי זענען נאך ממציא שקרים כדי מיר זאלן זיין צו א שפאט [חוזק]".. ער האט אבער געהאט א גוטע סיבה זיך מתעקש זיין און ער האט דאס תובע געווען בתוקף. נאך עס זענען אריבער דריי טאג וואס ער האט נישט געגעסן, איז דער אנקלאגער געקומען מברר זיין די מעשה. ר' מענדל האט עם איבערגעזאגט זיין בקשה און ער האט אויך געזאגט אז דאס קען מען נישט טון. "דו מעגסט נישט פארלאזן דעם שטוב! דו מוזט זיין איינגעשפארט אליינס! די שומרים טארן דיר אפילו נישט אנקוקן"! "גוט"! ענטפערט ר' מענדל, "זאג זיי אז ווען איך נעם מיין עסן זאלן זיי זיך אויסדרייען די פנים".. למעשה האט מען עם נאכגעגעבן - נאך אסאך טענות ומענות - אז ער מעג אליינס נעמען דעם עסן. ער האט געלעבט אויף די ביסל עסן וואס ער האט דארט געקענט עסן, אן צו באקומען עפעס פון שטוב.

אין דעם צייט איז פארגעקומען אן אינטערסאנטע זאך, וואס ר' מענדל האט געהאפט אז עס וועט עם עפעס צוהעלפן. נאך דער אנקלאגער האט בודק געווען די נייע ראיות פון בראזול בראשאווסקי [ווי אויבן-דערמאנט באריכות] האט מען איינגעזעצט דריי רוצחים פון די כנופיא פון טשעביריאק. איינער פון זיי האט געהייסן לאטישעף. איין טאג איז לאטישעף גערופן געווארן צו פענענקו אויף חקירה. פענענקו האט עם געפרעגט פארשידענע שאלות און לאטישעף איז זיכער געווען אז פענענקו ווייסט דעם גאנצן אמת. דער חקירה האט געדוירט א שעה און דערנאך האט פענענקו געשריבן אז לאטישעף איז מודה אינ'ם רצח און לאטישף איז געבעטן געווארן צו חתמ'נען אויף דעם. כנראה האט די חקירה עם אזוי צומישט אז ער האט גע'חתמ'ט אן צו כאפן וואס ער טוט. ער האט באלד געכאפט און האט פרובירט צוצונעמען דעם צעטיל און איר פארטיליגן. דער שומר אבער האט דאס נישט צוגעלאזט. דאס אליינס איז געווען די גרעסטע ראי' אז לאטישעף איז אריינגעמישט אין די רציחה. נאך דריי טאג איז ער נאכאמאל גערופן געווארן און דאס מאל האט מען עם געפרעגט אזעלכע פונקטליכע שאלות אז ער איז עטליכע מאל נכשל געווארן אין סתירות אין זיינע אייגענע ווערטער. פענענקו האט ווייטער אנגעהויבן שרייבן.. לאטישעף האט באמערקט א קריגל וואסער נעבן די פענסטער און האט געבעטן רשות צו נעמען א טרינק. ער איז צוגעגאנגען לאנגזאם צום פענסטער און געטרינקן. פלוצלינג איז ער ארויסגעשפרינגן פונ'ם פענסטער און איז געפאלן פיר שטאק צו זיין טויט. די סיבות דערפאר זענען געווען גאר קלאר.. ווען ער האט פארשטאנען אז די אנדערע ברירה איז צו זיין אין תפיסה לכל ימי חייו האט ער מחליט געווען לייגן אן עק צו זיין לעבן. דאס האט גורם געווען א גרויסע מהומה, אבער, למרבה הפלא, האבן די אנקלאגער דאס נישט געלאזט משפיע זיין אויף די משפט קעגן ר' מענדל.. ווי אויבן-דערמאנט, האבן די נייע חוקרים גוט פארשטאנען אז זייער ארבעט איז נישט צו כאפן די אמת'ע רוצחים, און זיי האבן געטון זייער ארבעט 'בנאמנות'.. די אנדערע רוצחים זענען נאך א קורצע צייט באפרייט געווארן.

איין טאג ווערט ר' מענדל גערופן צום ביורא פונ'ם תפיסה. ער האט דארט געטראפן דעם חוקר "מאשקעוויץ" ביים טיש, און ער האט אויסגעזען זייער גוט געלאהנט. ער האט גענומען א פעקל פאפירן און דערלאנגט פאר ר' מענדל. "דאס זענען דיינע באשולדינגס-פאפירן" זאגט ער מיט מער ווי אביסל גאווה.. ר' מענדל שטייט דארט אן צו קענען זאגן א ווארט. ער ווייסט נישט וואס צו טראכטן. די ערשטע פאפירן זענען געווען פינף עמודים, דאס אבער איז כמעט א גאנצע ספר.. עס האט געהאט בערך דרייסיג עמודים.. ער האט פארשטאנען אז קיין גוטס שטייט נישט דא.. ער האט קוים געקענט צוריק גיין צו די צימערל. ער איז געגאגנען לאנגזאמערהייט אינגאנצן מבולבל. די שומרים האבן מחליט געווען עם 'צוצואיילן' מיט אפאר מכות. ווען ער איז אריין אינ'ם צימערל איז ער ארויף געפאלן אויפ'ן 'בעט' און האט אפילו נישט געקענט אויפהייבן דעם קאפ.

ער קוקט אביסל אויף די פאפירן. אט! טראכט ער, דא איז פארהאן אלע מיינע זינד.. אזוי פיל ווערטער און בלעטער און טראץ דעם בין איך ריין פון דעם אלעם.. איך בין דא איינגעשפארט בשעת די אמת'ע רוצחים גייען ארום פריי און זענען באשיצט דורך דעם 'רוסישן גערעכטיגקייט'.. כנראה זיי האבן קיין צווייטן נישט געקענט טרעפן און ביי די 'הויכע פענסטערס' איז געפאלן די החלטה אז מענדל ביילוס דארף שטיין למשפט און ארויס גיין חייב [רח"ל]. נו! זאל שוין זיין די משפט. זאל שוין דאס גאנצע וועלט זען די רשעות און פאלשקייט פון די רוסישע מלוכה. ער איז ארויס פון בעט און פרובירט צו ליינען. זיין ראי' איז געווארן זייער פארשוואכט פון דעם פינסטערנישט אינ'ם צימערל ווי ער איז שוין געווען אזא לאנגע צייט, און ער האט נאר געקענט ליינען די קליינע אותיות אביסל אויף אמאל.

ובכן! וואס האבן זיי געזוכט און וואס האבן זיי געפונען?..

אין אנפאנג זעט עס אויס זייער פשוט.. ווען זיי האבן בודק געווען דעם גוף פונ'ם קינד האבן זיי געטראפן אז מ'האט דאס קינד געשטאכן אסאך מאל. מ'האט געקענט זען אז די רוצחים האבן געפייניגט דעם קינד פאר'ן הרג'נען. יעצט מוז מען מברר זיין דעם סיבה אויפ'ן רציחה און אזוי קען מען אנטרעפן דעם רוצח. דא הייבט זיך אן א גאנצע רייע פון סיפורים מטורפים.. וואס נאכ'ן ליינען האט ר' מענדל שוין גוט פארשטאנען דעם יסוד אויף וואס די גאנצע שקר איז געבויט. די השתשלשות הענינים איז דארט געשטאנען מיט גרויס אריכות און דקדוק.


כא. די פאפירן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: מ'רופט ר' מענדל אריין צום ביורא און מ'געבט עם די נייע באשולדינגס-פאפירן. דאס איז א פעקל פון בערך דרייסיג עמודים ווי עס ווערט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשתלות הענינים. וועגן די שוואכע מצב פון זיינע אויגן קען ער נאר ליינען אביסל אויף אמאל.

ער הייבט אן ליינען די השתלשלות הענינים לויט ווי די פאפירן באשרייבן זיי. "אינ'ם טאג כ' אדר תרע"א, האט אנדרושה פארלאזט זיין שטוב און איז געגאנגען אין שולע. שפעטער איז נתברר געווארן אז אר איז דארט נישט אנגעקומען. ער איז אויך נישט צוריקגעקומען צום שטוב. אין אנפאנג האט זיין מאמע געמיינט אז ער איז געגאנגען שלאפן ביי א קרוב, אבער צופרי איז פעסטגעשטעלט געווארן אז די קרובים האבן עם בכלל נישט געזען און מ'האט עם דאן אנגעהויבן זוכן. אין אנפאנג" שטייט דארט ווייטער, "זענען געווען שמועות אז דער מאמע איז אינגאנצן נישט געווען באזארגט און נאך מער ווי דעם, אפילו נאך זיין קערפער איז געפונען געווארן האט זי גארנישט געוויינט וכו'. דערפאר איז זי איינגעזעצט געווארן און די פאליציי האט דורכגעזוכט איר שטוב. נאך אפאר טאג איז די פאליציי געקומען צום מסקנא אז נישט נאר אז די שמועות האבן נישט געהאט קיין שום יסוד, נאר זיי זענען געווען המצאות פון אזעלכע וואס האבן איר פיינט געהאט.

בערך אין דעם צייט האבן זיך אנגעהויבן שמועות אז די יודן האבן עם גע'הרג'ט. די פאפירן האבן באשטימט אז די שלטונות האבן נישט מייחס געווען צופיל חשיבות צו די שמועות, ווייל זיי זענען דעמאלס נאך געווען אינטער'ן רושם אז די מאמע איז געווען אריינגעמישט, און בפרט אז עס זענען געקומען פיר עדים און געזאגט אז די מאמע האט נישט געוויזן קיין שום צער ווען מ'האט געטראפן אנדרושה, און נאכמער ווי דעם אז א טאג צוויי נאך דאס קינד איז נעלם געווארן איז די מוטער געזען געווארן מיט א גרויסע פעקל אין די הענט מיט די הילף פון נאך איינעם.. אויך האבן די חוקרים אויסגעפרעגט אנדערע וועלכע מ'האט חושד געווען, ווי לאטישעף, רודזינסקי און סינגאיעווסקי. עס האבן זיך געדרייט שמועות אז אנדרושה האט אויפגעדעקט די סודות פון דעם כנופיא און זייערע מעשי רציחה און רויבעריי און זיי האבן עם געסטראשעט עם צו שעדיגן אויב ער וועט אויף זיי אויסזאגן. דערפאר איז געווען א מעגליכקייט אז זיי זענען טאקע פטור געווארן פון עם. די פרוי טשעביריאק איז אויך נחשד געווארן ווייל אנדרושה איז געזען געווארן כסדר ביי איר אין שטוב". ווען ר' מענדל האט געליינט דאס אלעס אין די ערשטע פאר בלעטער, האט ער געשפירט אביסל א פארגרינגערונג. עס זעט דאך אויס ביזדערווייל אז די חקירה גייט אינ'ם ריכטיגן וועג... ער האט אנגעהויבן צו האפן אז דער באשולדיגונג וועט נישט זיין אזוי געפערליך.. ווען ער האט אבער ווייטער געליינט איז אלעס באלד קלאר געווארן..

ביז יעצט האט ער געליינט די דיעות פון די ערשטע חוקרים, און וויאזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט אין די אנפאנג פון די חקירה. נאך אביסל צייט אבער, איז די חקירה אריבער צו גאנץ אן אנדערע ריכטונג.. לויט ווי עס איז געשטאנען אין די פאפירן, האט זיך די ערשטע חלק פונ'ם חקירה געענדיגט אן דעם וואס מ'זאל געפונען די שולדיגער. נאך מער ווי דעם, האבן די חוקרים באשלאסן אז די 'געערטע הערן' ד.ה. רודזינסקי און סינגאיעווסקי [לאטישעף האט זיך שוין ביזדערווייל גענומען דאס לעבן ווי דערמאנט פריערדיגע וואך] - וועלכע זענען געווען באוויסט אינ'ם גאנצן געגענט אלס גנבים און רוצחים - זענען א 'מוסטער' פון 'גוטע מידות' און 'מענטשליכקייט'.. צו די טיטלען האט אויך 'זוכה' געווען די פרוי טשעביריאק, ווי אויך די מאמע פון אנדרושה. וויאזוי באמת קען מען ארויפלייגן אזא שולד אויף אזא 'ערליכע' מאמע?? בקיצור, פירט מען אויס, אז די אלע אויבן-דערמאנטע חשודים זענען 'ערליכע' און 'גלייכע' מענטשן און עס איז בכלל נישטא קיין מקום זיי צו באשולדיגן מיט אזא אומווערדיגע פעולה...

"דער אמת'ער באשולדיגטער.. איז א יוד מיט'ן נאמען מענדל ביילוס, דער מנהל פונ'ם ציגל פאבריק פון זייטשעוו". ר' מענדל איז דער וואס איז 'אויסגעוועלט' צו זיין דער 'רוצח' פון אנדרושה יוסשינסקי. אמת אז ער האט געוואוינט אינ'ם געגענט פונ'ם פאבריק במשך יארן און האט נישט געשעדיגט קיין מענטש, אבער דאס איז נישט נוגע.. וויבאלד דער הנחה איז אז ער האט עם נישט גע'הרג'ט וועגן פערזענליכע סיבות. לויט ווי עס שטייט אין די פאפירן איז דער רציחה געטון געווארן וועגן 'רעליגיעזע' סיבות און דערפאר איז זיין ערליכקייט און ישרות נישט נאר אן אויפווייז אז ער האט דאס נישט געטון, נאר לויט די 'רעליגיעזע' פארלאנגען דארף די רציחה דייקא געטון ווערן דורך א 'צדיק' אדער א 'רב' אדער א 'גוטע יוד' און דאס גופא איז א ראי' אז ער איז שולדיג. [אזוי ווייט זענען זיי נישט אנגעקומען מברר צו זיין פונקטליך וואס דאס איז ביי יודן א צדיק און א רב, און זיי האבן פארשטאנען אז מ'קען 'צופאסן' ר' מענדל לפי המצב...] זיי האבן פשוט אויפגעטראכט ככל העולה על רוחם כדי עם צו 'מאכן' פאר א 'רוצח'.

ר' מענדל ליינט ווייטער: "ווען בראזול-בראשובסקי האט מגלה געווען פרישע זאכן, און ער האט זיי איבערגעגעבן צו איוואנאוו, זענען די חשדות צוריק געגאנגען אינ'ם ריכטונג פון טשעביריאק. א שכינה מיט'ן נאמען 'מאליעצקא', וועלכע האט געוואוינט אין דעם זעלבן הויז איין שטאק פון אונטן, האט גע'חתמ'ט אויף א עדות אז אין דעם טאג וואס אנדרושה איז נעלם געווארן האט זי געהערט שרייערייען פון א קינד קומענדיג פונ'ם דירה פון טשעביריאק"

"אבער" גייט עס ווייטער, "אזעלכע שלעכטע זאכן קען מען דאך נישט גלייבן אויף טשעביריאק. האט זי דען אליינס נישט דערציילט! וויאזוי מ'האט פרובירט איר איינצורעדן 'מודה' צו זיין אינ'ם רציחה [זעה פריערדיגע קאפיטלעך]. האט מען דען איר נישט גענומען קיין קראקא צו טרעפן א 'חשוב'ע מענטש' און ער האט איר מציע געוווען 40,000 דאלער כדי זי זאל אויף איר נעמען דאס שילד פונ'ם רציחה? דער 'חשוב'ע מענטש' לויט ווי טשעביריאק האט מעיד געווען, איז נישט קיין אנדערע ווי דעם אדוואקאט פון ר' מענדל, מר מארגאלין. טשעביריאק האט דאס אלעס 'מאשר' געווען אינ'ם געריכט אז דאס איז 'אמת'... פארשטייט זיך אז זי האט דאס אוועק געשטופט מיט ביידע הענט, ווייל זי קען מען נישט איינקויפן מיט געלט.. פון דא זעט מען.. אז טשעביריאק איז גאר אן ערליכע און אינגאנצן באגלייבט"...

זייער ענדליך צו דעם האבן די פאפירן באשריבן די אנדערע חשודים. אויך זיי האט מען 'אפגעוואשן' אלס ערליכע און פיינע מענטשן. דווקא בראזול-בראשובסקי וכו' זענען 'אינגאנצן נישט קיין באגלייבטע', כאטש ביז דאן זענען זיי געווען באוויסט אלס אנשים ישרים און האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פלעק אויף זייער קאראקטער.

יעצט גייט עס ווייטער.. יעצט דארף מען אויפווייזן אז די רציחה איז געטון געווארן פאר 'רעליגיעזע' סיבות. כדי מ'זאל קענען גלייבן דעם טענה, האבן די פאפירן געברענגט די דעת פון 'מומחים' פון די נוצרים, וועלכע זענען געווען גרייט 'פעסטצושטעלן' מיט א זיכערקייט און א קלארקייט אז די יודן באנוצן זיך מיט בלוט כדי צו באקן די מצות.. מער האט ער שוין נישט געקענט ליינען און ערשט צופרי האט ער ממשיך געווען.


כב. די פאפירן [ב][באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ליינט די נייע באשולדינגס-פאפירן, ווי ער זעט אז די אלע וועלכע מ'האט קודם חושד געווען אינ'ם רציחה האט מען באפרייט אלס "ערליכע מענטשן". דער וואס איז יא נחשד, איז מענדל ביילוס, וועלכע האט עס 'געטון' אלס זיין רעליגיעזע פליכטן. מ'האט געמוזט פרעגן די "מומחים" צו דער רציחה איז געטון געווארן פאר רעליגעזע סיבות. ער ליינט ווייטער..

ובכן! וואס איז געווען די מיינונג פון אט די 'מומחים'? די פאפירן האבן דאס גאנץ קלאר ארויסגעשריבן. יוסטשינסקי איז גע'הרג'ט געווארן אויף גאר אן אומגעווענדליכע אופן, און מ'האט באלד חושש געווען אז דאס איז געווען צוטון מיט רעליגיע. זיי האבן זיך געקערט צום פראפעסאר סיקארסקי פון קיעוו ווי אויך צו צוויי פראפעסארן אין פעטראגראד, טראצקי און גלאגאיעוו. לבסוף האבן זיי אויך געבעטן די מיינונג פון דעם פראפעסאר 'מומחה' פראנאיטיס [זעה באלד]. די שאלה וואס מ'האט געפרעגט סיקארסקי, האט מען מסתמא נאך קיין נברא נישט געפרעגט.. ער איז געפרעגט געווארן אויב עס איז מעגליך צו באשטימען דעם גלויבונג פון א רוצח לויט די ראיות.. און אויב ער קען זאגן די סיבות וועלכע האבן צוגעברענגט צום רציחה.

כאטש דאס איז זייער א מאנדע שאלה, האט דער 'פראפעסאר' זיך נישט 'פארלוירן' און האט געענטפערט אז עס איז קלאר אז די רציחה איז געטון געווארן דורך א יוד כדי 'נקמה צו נעמען פון די גוים'... ער האט צוגעלייגט אז דאס האט געמוזט זיין דורך איינער וואס איז אינגאנצן ביים דעת. ער האט צוגעלייגט נאך פארשידענע 'הסברים'. [טראץ דעם וואס דער חוות דעת איז געווען א שטיק ליצנות, האבן עס די שלטונות אנגענומען אלס אן אמת'ע זאך]. די צוויי פראפעסארן פון פעטראגראד זענען געווען גאנץ אן אנדערע מעשה.. גלאגאיעוו האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום חוק ביי יודן אז מ'מעג זיך באנוצן מיט בלוט לשום סיבה שהוא, און אוודאי נישט פאר רעליגיעזע ענינים. וויבאלד ער קען זיך אויס אין די פסוקים, ווייסט ער בבירור אז די תורה לאזט נישט נוצן בלוט און ער ווייסט נישט אז די איסור איז בטל געווארן עד היום הזה.. טראיעצקי האט געענטפערט מיט ענדליכע ווערטער. לגבי קבלה, האט טראיעצקי געזאגט אז אין דעם האט ער נישט קיין ידיעה און ער קען גארנישט זאגן בנוגע לה. דא האבן די שלטונות געטראפן וואס זיי זוכן.. עס איז דאך דא א גרויסע 'פראבלעם'.. די צוויי זענען געווען באוויסטע מומחים איבער גאנץ רוסלאנד. זיי האבן געהייסן פון די גרעסטע באקאנטע אין עניני יודן, און זיי זאגן אז די יודן נוצן בכלל נישט קיין בלוט.. וואס טוט מען דא? האבן זיי געזוכט די תשובה אין 'קבלה'.. זיי האבן איבערגעקערט הימל מיט ערד צו זוכן א 'מומחה' אין קבלה... זיי האבן געפונען פראנאיטיס, איינער פון וועם קיינער האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, און ער האט געזאגט אז ער איז א גרויסע מומחה און גמרא און אויך אין 'קבלה'.. לויט זיין 'מומחיות' האט ער באשטימט אזוי: אלע יודישע רבנים, ווי אויך אלע יודן בכלל, זענען אייניג איז זייער שנאה קעגן די נוצרים. דערפאר קען ער באשטימען אז די איסור פון הרג'נען וואס שטייט אין די תורה איז נאר געזאגט געווארן פאר יודן... די נוצרים גייען נישט אריין בגדר 'אדם', לפי שיטתו.. [זעה שפעטעריגע פרקים]. ער האט אפילו א 'ראי'ה' אז די גמרא שטעלט צו בלוט צו מילך און וואסער... [י"ד שח"ט ד"ם]... נאך ער האט 'געענדיגט' מיט די גמרא, גייט דער 'מומחה' ווייטער צו קבלה.. ער איז 'מסביר' פונקטליך וויאזוי מ'דארף אויספירן א רציחה לויט'ן 'געזעץ' פון די יודן וכו' וכו'.. פראנאיטיס איז ממשיך מיט די 'דיעות' פון אנדערע 'מומחים' ווי עם.. בפרט דערמאנט ער וואס איינער האט אמאל מעיד געווען ביי אן צווייטן משפט אין דעם ענין. דער איינער איז געווען א יוד וואס האט זיך גע'שמד'ט רח"ל. לויט פראנאיטיס איז ער אמאל געווען א 'רב' און יעצט איז ער א גלח.. לויט דעם משומד מעגן יודן עסן געקאכטע בלוט.. ער זאגט אויך אז דאס העלפט פאר קראנקהייטן פון די אויגן.. אפילו לויט פראנאיטיס, האט דער 'גלח' נישט אליין געזען ווי יודן עסן בלוט, ער האט דאס נאר געהערט פון זיין טאטע וועלכע האט עס עם 'מגלה' געווען בסוד סודות, און ער האט עם באשוואוירן אז ער וועט דאס קיינמאל נישט ווייטער זאגן, און ווילאנג ער איז געווען א יוד האט ער דאס איינגעהאלטן.. כנראה, אז ווען ער איז געווארן א גוי האט ער מחליט געווען 'מיטצוטיילן' דעם וויכטיגע 'ידיעה' מיט די גאנצע וועלט...


כג. דער משפט דערנענטערט זיך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ליינט ווייטער די נייע פאפירן, ווי ער זעט פונקטליך וויאזוי די שלטונות זענען צוגעקומען צום 'מסקנא' אז אין דעם רציחה איז שולדיג א יוד וועלכע האט עס געטון וועגן רעליגיעזע סיבות. ער ענדיגט צו דאס ליינען..

כאילו עס איז נאכנישט גענוג מיט די אלע נארישקייטן, זענען די פאפירן ממשיך דן צו זיין וועגן געוויסע 'עדיות' וועלכע זענען כאילו מעיד אז ר' מענדל איז אריינגעמישט אינ'ם רציחה. איינער פון זיי איז די זון פון טשעביריאק, וועלכע האט 'געזען' 'אינטערסאנטע יודן' 'צדיקים' אינ'ם הויז פון ר' מענדל. וויבאלד דער זון איז אינצווישן שוין אריבער אויף א צווייטן וועלט... איז נישט געווען מעגליך מברר צו זיין דעם אמיתיות פון דעם 'עדות'.. בכל אופן האט זיין שוועסטער אויך צוגעשטימט אז עס איז אזוי געווען. לויט די פאפירן האבן ביידע געזאגט אז זיי זענען געגאנגען צום הויז פון ר' מענדל צו קויפן מילך, און זיי האבן געקוקט דורכ'ן פענסטער. זיי האבן דארט געזען צוויי יודן וועלכע האבן געהאט היטן מיט שווארצע מאנטלען.. זיי האבן צוגעלייגט אז זיי האבן זיך דערשראקן און זענען אנטלאפן. נאך מער ווי דעם האט דאס קינד פארציילט, אז אינ'ם טאג וואס אנדרושה איז נעלם געווארן, האט זי געשפילט מיט עטליכע קינדער אינ'ם חצר פון דעם ציגל פאבריק, און ביילוס איז אנגעקומען און האט זיי פארטריבן. אלע קינדער זענען אנטלאפן אבער זי איז געבליבן זען וואס דא גייט זיין, און דאן האט זי געזען ווי ביילוס, צוזאמען מיט נאך צוויי מענטשן, כאפן אן אנדרושה און שלעפן עם אריין אינ'ם הויז.. צווישן אנדערע סיפורים איז אויך דערמאנט געווארן דעם מעשה פון בריוו וואס ר' מענדל האט ארויסגעשיקט פון תפיסה צו זיין משפחה [ווי אויבן דערמאנט]. ווי עס שטעלט זיך אויס, האט דער שפיאן קוזאטשענקו [וועלכע איז געווען מיט ר' מענדל אין תפיסה און האט געטראגן דעם בריוו צו זיין משפחה] געהאט א שיינע דמיון.. ער האט מעיד געווען אז ר' מענדל האט נישט נאר געשריבן א בריוו, נאר ער האט עם אויך דערציילט אסאך סודות. לויט זיינע רייד האט ר' מענדל עם מציע געווען א גרויסן סכום געלט אויב ער וועט אויספירן א שליחות. דער שליחות איז געווען צו פאר'סמ'ען צוויי פון די עדים.. דער פלאן איז געווען אז געוויסע יודן וועלן עם געבן דעם סם צוזאמען מיט 50 רובל.. ר' מענדל האט עם דערויף צוגעזאגט אז דאס יודישע פאלט וועט עם באצאלן בעין יפה און וועלן עם מפרנס זיין עד סוף ימיו... למסקנא בלייבט אז ר' מענדל האט געפלאנט בכוונה תחלה, צוזאמען מיט אנדערע וועלכע מ'האט ביזדערווייל נישט געטראפן.. צו הרג'נען אנדרושה כדי צו נוצן זיין בלוט פאר זייער רעליגיע..

ר' מענדל ענדיגט ליינען, און זיין בלוט איז כאילו געפרוירן איז זיינע איברים. דאס גאנצע מדינת רוסלאנד ובראשם דעם צאר ניקאליי האבן זיך געשטעלט קעגן עם.

זייט מ'האט עם געגעבן די צווייטע פאפירן, האט מען עם כסדר געפרעגט ווער ער איז ממנה אלס זיינע אדוואקאטן ביים משפט. ער האט געענטפערט אז ער וויל אז די אדוואקאטן פון ביז יעצט זאלן ממשיך זיין. נאך אביסל צייט איז מר בארסקי געקומען אויף באזוך. ער האט עם דערציילט אז מר מארגאלין איז געצווינגן געווארן צו ווערן אויס אדוואקאט אין דעם משפט, ווייל די תביעה האט עם גערופן אלס עד [וועגן די מעשה פון די 40,000 דאלער..] און דער חול פסל'ט אן עד פון זיין אן אדוואקאט. מר בארסקי האט אויך דערציילט, אז אויסער עם און גרוזענבערג, וועלן אויך דינען אלס אדוואקאטן מר מאקלאקוב און מר קראבאטשעווסקי. ביים נעקסטן באזוך האבן זיי געשומעסט וועגן דעם משפט. מר בארסקי האט כסדר געהאט די ריכטיגע ווערטער מחזק צו זיין און מעודד צו זיין ר' מענדל, און ער האט עם געבעטן צו זיין שטארק. ער איז זיכער געווען אז דעם אמת וועט ארויפשווימען ווי אויל אויף וואסער, און די שונאי ישראל, די "שווארצע הונדערטער" וועלן האבן א גרויסע מפלה. ער האט מייעץ געווען ר' מענדל צו בעטן פון די שלטונות נאך א העתק [קאפי] פון די באשלודינגס-פאפירן, ווייל די אדוואקאטן דארפן דאס האבן.

ר' מענדל האט טאקע אריינגעגעבן אזא בקשה. צומארגנס איז דער הויפט-חוקר מאשקעוויץ געקומען צו עם. "דו דארפט טאקע נאך א העתק פון די פאפירן" האט ער געוואלט וויסן. "יא! איך דארף דאס האבן". "אויב די וועסט דיך מתעקש זיין, וועטסו באקומען, אבער איך מוז דיר אנווארנען אז דאס קען דיר שאדן, דאס קען אפשטופן די התחלה פונ'ם משפט אויף נאך עטליכע חדשים".. ר' מענדל האט נישט געוויסט וואס דא צו טון. מצד אחד, אויב ער וועט דאס נישט באקומען, וועלן די אדוואקאטן נישט קענען דאס פונקטליך דורכליינען און וועלן נישט קענען גוט פלאנירן זייערע תשובות. מצד שני, אויב ער וועט זיך שטעלן דערויף, קען זיך אפשטופן די התחלה פונ'ם משפט. עס איז עם שוין אזוי שווער געווען צו ווארטן ביז יעצט און ער האט נישט געקענט אפילו משער זיין צו ווארטן נאך לענגער. אוודאי קען זיין אז מאשקעוויץ וויל עם פשוט דערשרעקן אבער עס קען דאך אבער אויך זיין אז עס איז דער אמת. אויב ער וויל לייגן מכשולות קען ער דאס ערלעדיגן. ר' מענדל האט גוט געוויסט אז ער וויל עם גורם זיין וואס מער צער און ליידן. נאך ער האט שוקל געווען דעם ענין האט ער מחליט געווען נישט צו בעטן די פאפירן. ער האט געגלייבט אז די אדוואקאטן וועלן שוין געפונען אן אנדערע וועג דאס צו באקומען. מן הסתם קענען זיי זיך בעסער אויס ווי אן איינגעשפארטער באשולדיגטער אויף רציחה..

נאך אפאר טאג האט מען עם געזאגט אז זיין ווייב און ברודער ווארטן אויף עם אינ'ם ביורא פונ'ם מנהל פון דער תפיסה. ער איז אריין און האט געזען אז חוץ די צוויי איז מאשקעוויץ אויך דארט געווען, צוזאמען מיט'ן מנהל. ער האט אנגעהויבן פרעגן וועגן די משפחה, אבער זיין ברודער האט עם באלד געפרעגט "האסט באקומען נאך א העתק פון די באשולדינגס-פאפירן"? האט ר' מענדל עם דערציילט אז דאס קען אפשטופן דעם משפט און דערפאר האט ער מחליט געווען מוותר זיין אויף דעם. "דו זאלסט נישט צוהערן צו אלע זייערע תירוצים"! האט ער געשריגן, "דו זאלסט עס באקומען און טראכט נישט פון וואס זיי זאגן"! דער מנהל פונם תפיסה איז ארויפגעשפרינגען פון זיין ארט און האט געשריגן מיט קולות "גייטס פון דא ארויס! וואס פארא חוצפה"!! עס האט געדוירט א צייט ביז דער מנהל האט זיך בארוהיגט. ער האט שפאצירט אהין און אהער און געזאגט צו זיך "אזא חוצפה"! .. ר' מענדל איז זיכער געווען אז מ'האט איינגעזעצט זיין ברודער און עס איז עם אריבער עטליכע נעכט אן שלאף וועגן דעם דאגה. נאר נאך אפאר טאג איז זיין ווייב געקומען באזוכן און זי האט עם מודיע געווען אז מ'האט עם נישט איינגעזעצט.

צוויי-און-א-האלב יאר זענען שוין אריבער פון דעם שרעקליכן טאג וואס קולייבקו, דער הויפט פונ'ן אוכראנא אין קיעוו, האט עם צוגענומען פון זיין משפחה. [אינצווישן האט קולייבקו פארלוירן זיין אמט און זיין גדולה, ווען דער צאר איז געווען אין קיעוו און עס איז געלונגען פאר די מורדים אריינצוקומען אינ'ם זאל ווי ער איז געווען און פרובירן צו הרג'נען דעם ראש ממשלה - זעה קאפיטל י"ג. דאס האט אבער נישט בעסער געמאכט די מצב פון ר' מענדל]. יעצט קומט שוין נאנט די טאג פונ'ם משפט. דעם טאג וואס נישט נאר ר' מענדל מיט זיין משפחה ווארטן דערויף נאר גאנץ כלל ישראל שטייט מיט א קורצן אטעם צו זען וואס וועט דא זיין.. נישט נאר כלל ישראל נאר די גאנצע וועלט. ר' מענדל האט געוויסט אז די בעסטע אדוואקאטן אין רוסלאנד וועלן שוצן אויף עם, ער האט אויך געוויסט אז אסאך פון די רוסישע פאלט שטייט צו זיין זייט [אסאך פון די באוויסטע נעמען אין רוסלאנד האבן אפן מוחה געווען קעגן די פארקרומטע חשדות קעגן ר' מענדל. זיי האבן דערמיט פרובירט צו ראטעווען די כבוד פון רוסלאנד קעגן די אויגן פון די וועלט], אבער וויפיל דאס וועט העלפן קעגן די שלוחים פון די ממשלה.. דאס קען מען נישט וויסן..


כד. דער וועג צום משפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: נאך צוויי און א האלב יאר, זעט שוין אויס ווי די משפט גייט שוין ענדליך פארקומען.

איין טאג האט ר' מענדל באקומען די אפיציעלע הזמנה צום משפט, וועלכע וועט פארקומען אין צוויי חדשים ארום, אום חודש תשרי תרע"ג. די הזמנה איז אנגעקומען צוויי חדשים פאר דעם זמן. די מצב רוח פון ר' מענדל איז אסאך בעסער געווארן. סוף כל סוף קומט עס שוין, עס וועט בעז"ה אלץ נתגלה ווערן און זיין מצב וועט זיך טוישן מן הקצה אל הקצה. ער האט פרובירט מתאר זיין ביי זיך וויאזוי דאס וועט זיין, וויאזוי וועט מען אויסליינען די באשולדיגונג, וועלכע שאלות מ'וועט עם פרעגן און וואס ער וועט ענטפערן. אלע זיינע מחשבות זענען געווען פארנומען מיט'ן משפט, ער האט פון גארנישט אנדערש נישט געקענט טראכטן. צוויי וואכן פאר'ן צייט האט ר' מענדל איינגעגעבן א בקשה ער זאל קענען גיין אנגעטון מיט זיינע אייגענע בגדים ביים משפט, ער האט זיך זייער געשעמט צו קומען פאר אזויפיל מענטשן מיט די תפיסה קליידער. ער האט נישט באקומען קיין תשובה אויף דעם בקשה. א טאג פאר'ן משפט איז זיין ווייב עם געקומען באזוכן. די טרערן זענען געקומען אן אויפהער. ביידע האבן געהאפט אז בקרוב וועלן שוין אלע צרות זיין אינ'ם פארגאנגנהייט און ר' מענדל וועט שוין קענען צוריק אהיים גיין. פאר זי איז אוועק געגאנגען האט זי עם מבשר געווען אז מ'וועט עם לאזן האבן די אייגענע בגדים, און אז מ'וועט זיי געבן צו עם אויפ'ן טאג פון די משפט. צומארגנס הערט ער די באקאנטע קולות, ווי מ'עפנט אויף די דרייצן שלעסער פון זיין צימערל.. יעדעס מאל האט דאס עם אנגעפילט מיט פחד און שרעק, דאסמאל איז אבער אנדערש, ער האט געפילט אז די קלאפערייען ברענגען אים בשורות טובות..

"אט זענען דיינע בגדים" זאגט דער שומר, "דיין משפט הייבט זיך אן היינט".. ר' מענדל שפירט זיך זייער רוהיג, קודם שפירט ער זיך שוין נישט ווי אן איינגעשפארטער.. ער האט אבער מורא צו טראכטן אז אפשר וועט ער דאס נאכאמאל דארפן אנטון.. קודם איז ער צופרידן אויף יעצט.. יענעם טאג האבן די שומרים זיך מתייחס געווען צו ר' מענדל מיט פריינדשאפט און מיט כבוד.. אלע פריערדיגע רשעות איז ווי א וואלקן נעלם געווארן.. עס איז שווער געווען פאר עם צו פארשטיין די פלוצלינגדיגע ידידות נאך אלע צער און ליידן וואס זיי האבן עם גורם געווען במשך די צייט וואס ער איז געווען איינגעשפארט.

ווען ער איז געווען גרייט האט מען אים איבערגעגעבן צו די שומרים וועלכע דארפן עם באגלייטן צום בית המשפט. ווען ער איז ארויס אינ'ם חצר, האט ער קוים געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעהן.. געווענדליך, ווען ער איז ארויסגעפירט געווארן צום חצר, איז עס געווען ליידיג, היינט איז עס געווען פיל מפה און פה כאילו דא גייט פארקומען א גרויסע מיליטערישע מארש.. עס זענען געווען עטליכע גרופעס פון געווענדליכע מיליטער מענטשן ווי אויך די גאנצע שטאב פון דער תפיסה. עטלעכע האבן געשמייכלט אבער רוב זענען געשטאנען ערנסטערהייט. אויסער דעם זענען געשטאנען אינ'ם חצר אפאר הונדערט קאזאקן [העכערע סאלדאטן] מיט שיינעדיגע שווערדן, וועלכע זענען געווען אפצוהיטן ר' מענדל פון א "שלעכט אויג"... מ'האט עם געזעצט אין א שווארצע וואגן ארומגענומען מיט א גאנצער שורה פון וועכטערס און באגלייט מיט א ספעציעלע גרופע מיליטערישע רייטער. דאס אלץ איז מיטגעגאנגען ביז צום בנין פונ'ם הויך-געריכט, א וועג פון זעקס קילאמעטער!

פון די פענסטערס פונ'ם וואגן האט ער געקענט זען אז די געסער זענען פון מיט מענטשן. די רעגן און ווינט האבן זיי נישט געשטערט. עפ"י רוב זענען דאס געווען געווענדליכע לייט וועלכע האבן געוועלט זען וואס טוט זיך. אויך פון די "שווארצע הונדערטער" זענען דארט געווען לרוב. ווען ער איז ווייטער געגאנגען, האט ער דערקענט צווישן דעם עולם עטליכע יודן, עטליכע פון זיי האבן געטריקנט זייער אויגן מיט טאשנטוכער. אויך ר' מענדל האט תורם געווען זיין חלק אינ'ם געוויין.. נאכ'ן אדורך גיין אלע שורות פון מענטשן, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צום בית המשפט, וועלכע איז אויך געווען ארומגענומען מיט טויזנטער מענטשן. די טויערן פון די חצר האבן זיך געעפנט און די וואגן איז אריין.

"איך וועל דיר באצאלן אויפ'ן וועג צוריק" האט ר' מענדל געזאגט מיט א שמייכל. דער הויפט פון פאליציי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן.. ווען זיי זענען אריין אינ'ם בנין האט מען באלד געפירט ר' מענדל צו א ספעציעלע צימער, ווי די איינגעשפארטע דארפן זיין דורכ'ן מהלך פונ'ם משפט. אן קיין געדולד האט ער געווארט מ'זאל עם אריינפירן אינ'ם געריכט-זאל. ער ווארט שוין אזוי לאנג אויף דעם טאג, און יעצט ווען עס איז שוין דא האט ער קוים געקענט גלייבן אז ער חלומ'ט נישט.. די יארן מיט חדשים לויפן עם אריבער פאר די אויגן.. קולייבקו רייסט עם אוועק פון זיין משפחה, דער אוכראנא, די חוקרים, די 'צדיקים', דער 'אפיקומן', דער תפיסה, הונגער, נעכט אן שלאפן, שומרים, פענענקו, מאשקעוויץ, אלע אלע פיינונגען אן קיין סוף. רבונו של עולם! ווען גייט זיך שוין אלעס ענדיגן!!

די טיר עפנט זיך און א עלעגאנטער מענטש קומט אריין און באגריסט אים. ווי איינער וואס וועקט זיך אויף פון א בייזן חלום, קוקט ר' מענדל אן דער מענטש וואס באגריסט עם אזוי פריינדליך מיט א שמייכל אויפ'ן פנים. "א גוט מארגן מר בייליס", הייבט ער אן, "שרעקט אייך נישט, מיין נאמען איז קאראבטשעווסקי און איך בין אייער אדוואקאט". ר' מענדל האט שוין געוויסט אז ער גייט זיין איינער פון די אדוואקאטן [זעה פריערדיגע קאפיטל], אבער ביז יעצט האט ער פערזענליך געזען נאר די פיר אדוואקאטן, בארסקי, גרוזענבערג, זארודני און מארגאלין, ער האט נאכנישט געהאט געטראפן די אנדערע צוויי, קאראבטשעווסקי און מאקלאקוב. זיין פלוצלינגע ערשיינונג האט געמאכט א שטארקן רושם אויף ר' מענדל. דאס איז געווען ווי א שטראל פון ליכט קומט אריין אינם צימער. זיין פריינדליכע באגריס און שמייכל האבן נישט נאר אוועק געשטיפט די טרויעריגע מחשבות פון עם נאר זיי האבן עם אויך געגעבן דער הרגשה אז אט אט וועט ער באפרייט ווערן. דער באוויסטע אדוואקאט האט זיך דערנענטערט און ממשיך געווען: "זיי גוט געלאהנט מר ביילוס, און האלט זיך שטארק. איך וואלט זייער געוואלט קומען נענטער, אבער עס איז ארויס א ספעציעלע תקנה פאר דיין פאל, א יוצא מן הכלל, אז קיינער טאר נישט אריין גיין אין אייער ד' אמות! אפילו נישט דיינע אדוואקאטן.. אויב וועל איך דאס נישט איינהאלטן, וועל איך באקומען א גרויסן פסק. זאגט מיר אויב אזוי, וויאזוי פילט איר זיך, וואס מאכט איר"? זיינע ווארעמע רייד האבן אזוי משפיע געווען אויף ר' מענדל אז ער האט כמעט פארגעסן אז ער איז איינגעשפארט.. ער האט געפילט אז ער איז פריי און ארומגענומען מיט ידידים. ער האט אבער נאר געדארפט א קוק טון אויף די וואס היטן עם אפ בשבעה עינים דאס גאנצע צייט צו געדענקען אז ער איז נאך אונטער זייערע הענט. ער איז געווען הונגעריג און ער האט געבעטן קאראבטשעווסקי אויב עס איז שייך עפעס צו שאפן פאר אים צו עסן. אויב ער וועט ווארטן אויף דעם עסן פון דער תפיסה קען ער אויסגיין פאר הונגער. פונקט דאן איז אריין אין צימער דער גענעראל וועלכע איז געווען ממונה אויף דער שמירה אויף ר' מענדל, און דער אדוואקאט האט אים איבערגעגעבן די בקשה.


כה. דער משפט הייבט זיך אן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: מען פירט ר' מענדל צום בית המשפט, באגלייט מיט א ריזיגע מיליטערישע שטאב. אין בית המשפט טרעפט ער זיך צום ערשטן מאל מיט איינער פון זיינע אדוואקאטן מיט'ן נאמען קאראבטשעווסקי. ווען ר' מענדל בעט עם אויב ער קען ערלעדיגן עפעס צו עסן פאר עם, גיט ער איבער די בקשה צום גענעראל - דער הויפט ממונה אויף דער שמירה פון ר' מענדל.

"דער משפט גייט זיך באלד אנפאנגען און עס וועט זיין לאנג און מיין קליענט וועט ווערן זייער אפגעשוואכט, ער מוז האבן אלע כח וואס איז נאר מעגליך. דאס איז אן ערנסטע זאך".. אזוי ווענדעט זיך קאראבטשעווסקי צום ממונה, נאך יענער זאגט אז ער קען נישט ערפילן זיין בקשה. "אויב וועט איר נישט אויספירן וואס מיר האבן געבעטן, וועל איך מוזן מוחה זיין אויף דעם ברבים בשעת'ן משפט. מיר קענען נישט צולאזן אז א מענשט ווי בייליס זאל זיין א קרבן צו אזא מין אויפגעפירעכץ"..

די רייד פון מר קאראבטשעווסקי האבן געמאכט א שטארקן רושם אויפ'ן גענעראל. ער האט באלד געכאפט אז דא האט ער נישט א געשעפט מיט'ן ייד בייליס, נאר מיט'ן באוואוסטן רוסישן אדוואקאט קאראבטשעווסקי. דאס סטראשע זיינע מוחה צו זיין ברבים איז אויך נישט עפעס אוועק צו מאכן אזוי גרינג.. דער גענעראל האט באלד געבעטן אפאר מינוט זיך דורכרעדן מיט זיינע ממונים.. זעט אויס די שאלה איז נישט אזוי פשוט.. ווען ער איז צוריק האט ער מודיע געווען אז די 'ריכטיגע מענטשן' האבן מחליט געווען צוצולאזן צו געבן ר' מענדל צו עסן.  :גוט! מר בייליס!" זאגט קאראבטשעווסקי מיט א צופרינדהייט, אויב עס איז דא נאך עפעס וואס דו ווילסט, דארפסטו נאר אונז וויסן לאזן. זיי זיכער אז מיר וועלן טון וואס עס איז נאר מעגליך דיר צו העלפן. איר זאלט נאר נישט הייבן הענט מיט יאוש. אחרי ככלות הכל וויסטו אז די וועלכע האבן דיר איינגעשפארט זענען נישט די געוועלטיגער אויף דיין גורל. דו ביסט אין די הענט פון די באשעפער. מיינע חברים און איך ווילן זייער זען א גוטע תוצאה פון דעם משפט. מיר דאווענען צום באשעפער אז אזעלכע משפטים זאלן מער נישט פארקומען אין רוסלאנד, און עס וועט צוריקגעהאלטן ווערן די בושה פון אונזער באליבטן לאנד. וויבאלד אבער מיר דארפן געווינען דעם דאזיגן משפט, וויל איך אז איר זאלט וויסן: מיר פילן אז עס איז אונז א כבוד צו העלפן אויפדעקן די שקר פון די נארישע שולד קעגן דיר. דו וועסט אליינס זען, דאס אמת וועט זיגן! איך מוז יעצט גיין, אבער מיר וועלן זיך נאכאמאל באגעגענען. דאסוועדאניא! [אויף ווידערזען]. די ווערטער, קומענדיג פון אזא פערזענליכקייט, האבן אריינגעלייגט פרישע האפענונג און כח אין ר' מענדל, און ער האט געגלייבט אין זיין נאנטע ישועה.

נאך דעם באגעגעניש מיט קאראבטשעווסקי, האט זיך געטוישט די פירונג פון די סאלדאטן וועלכע האבן עם באוואכט. זיי זענען פלוצלינג גרייט צו העלפן מיט סיי וואס.. זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פשוט'ע איינגעשפארטער צו וועמען מ'פירט זיך אויף מיט אזא כבוד! האט דען דער אדוואקאט נישט אליינס מסדר געווען אז דער גענעראל זאל גיין זוכן אן עצה פאר עם? זיי האבן פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון א ספעציעלן מצב, און זיי האבן זיך צוגעשטעלט.

כאטש די טעג פון ליידן און פיין זענען [ביזדערווייל] אריבער, שטייט ער דאך אבער דא פאר דעם גרעסטן נסיון פון אלעם, דער משפט אליינס. ווייטער פון דעם וויל ער בכלל נישט קלערן.. מיט דעם אלעם, פאר איינער וואס איז שוין יארן אליינס אין תפיסה, אליינס אין די וועלט און אוועק פון נארמאלע לעבן, איז אפילו אביסל צייט פון הנאה אויך א גרויסע זאך. בשעת ר' מענדל איז נאך פארטיפט אין אזעלכע מחשבות, עפנט זיך די טיר און דער גענעראל רופט אויס "ברענגט דעם איינגעשפארטער צום זאל פונ'ם משפט! דער משפט גייט זיך אנהייבן! ר' מענדל חזר'ט איבער די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל.

מ'האט עם אריינגעפירט אינ'ם ריזיגן זאל, און עם געהייסן זיצן אינ'ם שטוב פון די באשולדיגטער. [אין דעם זאל איז דא קליינע ווענט אזויווי א קליינעם שטיבל און דארט זיך דער וואס איז באשולדיגט]. פון ביידע זיינע זייט שטייען סאלדאטן מיט ארויסגעשטרעקטע שווערד, אבער ער שרעקט זיך נישט פון דעם, זיי טון זייער ארבעט.. דאס איז דעם טאג אויף וואס ער האט געווארט.. דעם טאג וואס סוף סוף וועט די וועלט זען אז אלע חשדות קעגן עם זענען הבל וריק, וואס איז אויפגעטראכט דורך די "שווארצע הונדערעט" כדי עם צו צושמעטערן. דער זאל האט אויסגעזען ווי עפעס א חגיגה.. עס איז פיל געווען מיט טויזנטער מענטשן וועלכע זענען געקומען פון אלע עקן פון רוסלאנד און פון ווייטערע לענדער. ווי אויך זענען דארט געווען אסאך גענעראלן וכו' אנגעטון מיט זייערע בליטשעדיגע אנצוגער און זייערע מעדאלן. עס זענען דארט געווען הונדערטער צייטונג-שרייבער, וועלכע זענען געקומען מכל רחבי תבל צו דעקן דעם משפט.

די אלע מענטשן פון די תביעה [אנקלאגן] האבן גערעדט איינער מיט'ן צווייטן, בשעת די שופטים, וועלכע זענען געזעצן אויפ'ן גרויסן בימה אינדערמיט, האבן זיך געגרייט אנצוהייבן. עס האט אויסגעזען ווי א גרויסן שפיל.. אין וואס א טייל זענען דארט צו ערפילן זייער תפקיד, און א טייל צו ערפילן זייער נייגעריגקייט. סיי אזוי און סיי אזוי אבער, איז אלעס שטיל געווארן אינ'ם רגע וואס ר' מענדל איז אריין אינ'ם זאל. זיין פלאץ איז געווארן דעם צענטער פון די גאנצע געביידע.

ר' מענדל האט זיך באטראכט אויף די "צוועלעף באשוואוירענע" וועלכע וועלן בפועל מחליט זיין דעם משפט. [אין אסאך מדינות - כולל אין ענגלאנד - זיצן ביי א משפט צוועלף מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין שופטים וכדו', און זיי פסק'נען למעשה דעם פסק. די שופטים זענען די וואס נעמען צוזאם אלע עדיות וכו' און זיי פרובירן מדריך זיין די באשוואוירענע וויאזוי זיי זאלן דן זיין. די סיבות אויף דעם איז א שמועס פאר זיך]. ר' מענדל האט א קוק געטון אויף זיי און זיין הארץ איז געפאלן. זיין ערשטע רושם איז געווען אז עס איז נישטא קיין מעגליכקייט [ח"ו] אז זיי זאלן עם מזכה זיין. ער האט נישט געקענט גלייבן אז די באשוואוירענע זענען פשוט'ע פויערן, וועלכע וועלן זיכער נישט קענען פארשטיין און משיג זיין דעם קאמפליצירטע פרשה. [די ממשלה האט בכוונה מסדר געווען אז דאס זאלן זיין מוזשיק'ן, פויערן, וועלכע זענען שוין מסתמא אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל]. אויב די באשוואוירענע וואלטן געווען אינטעליגענטע געלערנטע מענטשן, אזוי ווי ר' מענדל האט זיך פארגעשטעלט, וואלט מען געקענט האפן אז זיי וועלן שוקל זיין די ראיות ווען עס קומט למעשה, און וועלן אוודאי זען דורך די אפענע שקרים. אבער מוזשיק'ן! זיי וועלן דאך נישט פארשטיין די ערשטע ווארט פון די אדוואקאטן! ווי גרינג איז עס פאר די 'הויכע פענסטערס' צו באאיינפלוסן די פויערן אז דער יוד איז זייער שונא! אמת אז זיי זען פון די אנדערע זייט גרויסע חשוב'ע אדוואקאטן, אבער דאס קען דאך יעדער דינגען פאר זיך און דאס מיינט גארנישט, פון די אנדערע זייט אבער זענען פארהאן אזעלכע 'חשוב'ע' מענטשן.. גענעראלן, אנקלאגערס וכו' פון די גרעסטע אין לאנד. די מוזשיק'ן זענען דאך די ערשטע וואס וועלן גלייבן אזא שטות אז יודן נוצן בלוט פאר מצות.. אפשר גאר גלייבן זיי דאס שוין יעצט.. די רוסיש'ע תמימות איז באוויסט, ווי מער די זאך איז אפגעפרעגט גלייבט מען עס מער... ר' מענדל האט געלייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם און געהאפט אויף גוטס.

כו. באשווערן די עדים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: ר' מענדל זיצט אינ'ם ריזיגן זאל פונ'ם בית המשפט, אין דעם ארט וועלכע איז באשטימט פאר'ן באשולדיגטער. דער ביהמ"ש איז פיל מפה אל פה מיט מענטשן פון איבער די וועלט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם משפט. ער באטראכט די צוועלף באשוואוירענע וועלכע וועלן מחליט זיין דעם משפט, און זיין הארץ צוגייט! זיי זענען פשוט'ע מוזשיקן, וולעלכע וועלן זיכער נישט קענען מיטהאלטן אזא קאמפליצירטע משפט. ווער ווייסט אויב זיי זענען שוין נישט יעצט אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל, און גלייבן די אלע שרעקליכע חשדות. ער לייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם.

ווען ר' מענדל איז אריין אינ'ם בית המשפט, האט זיך געטון א גרויסע גערודער. מענטשן האבן גערעדט מיט א הויך קול, אנדערע זענען געלאפן אהין און אהער, איינגעשטעלטע מיט זייערע פאפירן וכו'. ווען דער ממונה האט געשריגן "שטיל! די שופטים קומען!" זענען אלע אנוועזנדע אויפגעשטאנען אויף די פוס. נאך איינגעשטעלטע זענען אריין און עס האט באלד געהערשט א שטילקייט. אלע האלטן די אטעם..

דער 'הויפט-פון-געריכט', באלדירעוו, האט צושטערט די שטילקייט. ער האט זיך געקערט צו ר' מענדל און געפרעגט "צו וועלכע גלויבונג געהערסט דו"? ר' מענדל דערקענט קוים זיין אייגענע קול ווען ער ענטפערט כמעט מיט א געשריי "איך בין א יוד".. ער האט באמערקט אז די אנגלאגער מיט שמאקאוו האבן געשמייכלט צווישן זיך ווען ער האט דאס געזאגט. עס האט זיך באלד אנגעהויבן א וויכוח צווישן די אדוואקאטן פון ר' מענדל און די אנגקלאגער. די אדוואקאטן האבן גע'טענה'ט אז די אנקלאגער זיצן צו נאנט צו די 12 באשוואוירענע. דאס איז עלול משפיע צו זיין אויף זיי ווען זיי געבן זייער פסק. דער 'הויפט-פון-געריכט' האט אנגענומען זייער טענה, כאטש די אנקלאגער האבן נישט מסכים געווען דערצו.

יעצט איז געקומען די צייט צו באשווערן די עדים. [בדרך כלל ביי א משפט, טוט מען באשווערן די עדים אז זיי זאלן זאגן נאר דעם אמת]. דאס איז נישט געווען קיין קלייניגקייט. נישט ווייניגער ווי הונדערט-פינף-און-דרייסיג עדים זענען גערופן געווארן דורך די סניגורים [אדוואקאטן] און 35 דורך די אנקלאגער. צוזאמען איז דאס 170 עדים. יעדעס איינער פון די עדים האט געמוזט דורכגיין די ארט ווי ר' מענדל איז געזעסן אויפ'ן וועג צום שווערן. אלע עדים פון די באשוץ האבן זיך אפגעשטעלט און עם געגריסט. עס זענען אפילו געווען עטליכע פון די עדים פון די אנקלאגער וועלכע האבן געשמייכלט צו עם! דאס גאנצע מעשה האט געדוירט א גאנצן טאג ווי אויך א חלק פון די נאכט. ר' מענדל האט דארט געמוזט זיצן די גאנצע צייט כאילו ער איז צוגענאגלט צום ארט. ער האט כמעט גע'חלש'ט פון מידיקייט. ער איז געווען אינגאנצט אפגעשוואכט ווען עס האט זיך געענדיגט און מ'האט עם צוריקגעפירט מיט'ן שווארצן וואגן צום תפיסה.

במשך די גאנצע צייט ווען ער איז געווען אינ'ם תפיסה, איז ר' מענדל געשלאפן אויפ'ן הוילן באדן, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן עם מציע זיין עפעס בעסערס. פארקערט! זיי האבן גע'דאגה'ט עם אנמאכן וואס מער צער און ווייטאג. היינט אבער, איז ער ערשטוינט צו זען א בעטל מיט א מאטראץ! די שומרים פירן זיך אויף מיט אזא ידידות אז ער קען זיי קוים דערקענען. ער האט נישט פארשטאנען די סיבה פון דעם פלוצלינגדיגער ענדערונג. צו פארשטייען זיי אז די גאנצע שקר גייט בקרוב פלאצן און נעלם ווערן? אבער דאס משפט האט זיך ערשט אנגעהויבן. כפי הנראה איז געווען א הוראה פון די 'הויכע פענסטערס' אז ביזדערווייל זאל מען עם באהאנדלען מיט מער העפליכקייט. ער האט געדאנקט הקב"ה אויף דעם. ער איז פרייליך אויף יעדן פארגרינגערונג, אפילו צייטווייליג.

צומארגנס אינדערפרי פירט מען עם צוריק צום בית המשפט. אלעס איז פונקט ווי נעכטן: מ'פירט עם מיט די זעלבע פאראד באגלייט מיט סאלדאטן וכו'. די זאל פונ'ם ביהמ"ש איז געווען פיל אזויווי נעכטן. היינט אבער, האט מען געקענט שפירט א נערוועזע אנגעצויגנקייט.. נעכטן איז נאר געווען דאס באשווערונג פון די עדים, היינט הייבט זיך אן די ריכטיגע מעשה. דער עולם וויל דא זען עפעס...

מען הייבט אן מיט'ן חוקר זיין די עדים. צום ערשט האט מען צוגערופן די בעלי עגלה וועלכע פלעגן פירן די ציגל פון די פאבריק צו ווי זיי האבן געדארפט אנקומען. זייער עדות איז געווען זייער וויכטיג. לויט ווי עס איז געשטאנען אין די 'באשולדינגס-פאפירן' האט 'שאחאווסקי' דער 'לעמפלייכטער' פון די פאבריק [זיין ארבעט איז געווען אנצוצינדן יעדן טאג די אלע אויל לייכטער וועלכע האבן געלאכטן די פאבריק], געשוואוירן פאר'ן אנקלאגער, אז אויף זינטאג, י"ב אדר תרע"א, 9 אזייגער אינדערפרי, האט ער געזען ר' מענדל שטיין ביי זיך אין שטוב, צוזאמען מיט נאך צוויי 'צדיקים', וועלכע האבן געטראגן לאנגע מלבושים און קאפלעך! זיי זענען געווען איינגעוויקלט אין טליתים און פארטיפט אין זייער דאווענען! נאך די תפלות האבן זיך געענדיגט, האט שאחאווסקי ווייטער געזאגט, איז ר' מענדל נאכגעלאפן אנדרושה אינ'ם גארטן פונ'ם פאבריק. ער האט עם אנגעכאפט און עם געטראגן אינ'ם ריכטונג פון די אויוון אין ווי מ'פארברענט די ציגל [כדי זיי הארט צו מאכן]. שאחאווסקי האט געזאגט אז ער ווייסט נישט וואס איז געווען נאכדעם, אבער ער ווייסט זיכער אז אנדרושה איז נישט ארויס לעבעדיג פון דארט. ער האט צוגעלייגט אז אויסער עם איז קיינער נישט געווען אינ'ם פאבריק, אפילו נישט די ארבייטער. דער זון פון טשעביריאק, זשעניא, האט אויך דערציילט דעם זעלבן סיפור פאר פענענקו. ווען דער תובע האט געפרעגט ר' מענדל וואס ער האט צו זאגן אויף דעם, האט ער מסביר געווען אז אינ'ם פאבריק האט מען גענוצט א ביכל פון קבלות [ריסיט] און דארט איז פארשריבן פונקטליך וועלכע בעלי עגלה האבן געארבעט אויף א געוויסע טאג און צו וועמען זיי האבן געטראגן די ציגל. יעדע בעל עגלה וועלכע האט אנגעלאדנט ציגל אויף זיין וואגן האט דאס געמוזט שרייבן אינ'ם ביכל. אינ'ם ביכל איז געווען פארשריבן אז אין יענעם טאג האבן געארבעט 50 בעלי עגלה וועלכע האבן געלאדנט 10,000 ציגל. כדי אויסצופירן אן ארבעט אין דעם גודל, האט מען געדארפט א גאנצן טאג ארבעטן. דערפאר איז אוממעגליך צו זאגן אז דער חצר איז געווען ליידיג און אז ר' מענדל האט נישט בעסער געהאט וואס צו טון ווי נאכלויפן אנדרושה!

איינער פון די בעלי עגלה האט מעיד געווען: "מיר זענען געווען א גאנצן צייט אינ'ם פאבריק. מיר זענען אפילו געשלאפן דארט. מיר ווייסן אלע אז ביילוס איז א ערליכע מאן".


כז. וויסימירסקי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין קורצן פון פריער: מ'הייבט אן דעם משפט מיט די עדות פון די בעלי עגלה וועלכע האבן געארבעט אינ'ם פאבריק. אלע זענען מעיד אויפ'ן ישרות און ערליכקייט פון ר' מענדל.

דער נעקסטע האט דערציילט: "בייליס פלעגט אויפשטיין זייער פרי. ווען מיר זענען געקומען צו דער ארבעט איז ער שוין דארט געווען. ער איז געווען א פלייסיגער און באגלייבטער ארבעטער. ער האט אכטונג געגעבן אויף אונז בקפידה אז מיר זאלן אויך אויפשטיין און גיין צו דער ארבעט בזמן. ער פלעגט כסדר דארפן אויפשטיין אינמיטן עסן וכו' כדי צו זען אז אונז זאלן נישט בטל'ן... ער האט נישט געהאט קיין מנוחה פון זיין ארבעט.

די עדיות פון די בעלי עגלה, וועלכע זענען געווען פשוט'ע פויערן אן קיין חשבונות, האט געמאכט א שטארקן איינדרוק אויף אלע אנוועזנדע. איינער נאכן צווייטן איז ארויפגעקומען עדות זאגן. זיי האבן אלע געזאגט זאכן וועלכע האבן צוריסן אויף שטיקער די אלע באשולדינגען אין די פאפירן. די וואס האבן געזוכט דעם אמת, האבן נישט געדארפט מער ווי די עדיות פון די מענטשן. ר' מענדל קען אבער נישט וויסן וואס קומט פאר אין די מח פון די 12 באשוואוירענע, און זיי זענען די וואס וועלן פסק'נען.

דער נעקסטער עד איז געווען אן עלטערער פוילישער גוי מיטן נאמען וויסימירסקי. ער איז געווען א שכן פון ר' מענדל, וואוינענדיג דריי בנינים אוועק פון זיין שטוב. זיין דערציילונג איז געווען ערשטוינענד, אז דער פארזאמלונג איז געזעסן שטאק-שטיל במשך דעם גאנצן עדות. עס האט איבערגעלאזט אזא שטארקע רושם אז ווען ער האט געענדיגט האט אויסגעבראכן א בהלה אינ'ם ריזיגן זאל. וויסימירסקי איז געווען אן אקס-האנדלער. יעדעס מאל ווען ר' מענדל האט געדארפט א קוה [פאר מילך] האט ער עס געקויפט ביי אט דעם שכן זיינע. ער איז געווען א שטענדיגע גאסט ביי ר' מענדל אין שטוב, און אזוי האט ער געוויסט אז בזמן פון דעם רציחה האט ר' מענדל נישט פארמאגט א קוה. וויבאלד טשעביריאק און אירע קינדער האבן מעיד געווען אז זיי זענען געגאנגען צום שטוב פון ר' מענדל קויפן מילך [זעה קאפיטל כ"ג], און דאן האבן זיי דארט געזען די 'צדיקים' וכו', איז זיין עדות געווען א קלאפ פאר די אנקלאגער. אויב ער האט נישט פארמאגט קיין קוה איז נישטא אויף וואס צו קומען קויפן מילך! [ערשט יעצט האט ר' מענדל פארשטאנען די 'מאדנע' שאלות פון פענענקו צו ער האט א קוה און אויב ער פארקויפט מילך]. וויסימירסקי האט זייער שטארק באטאנט אז די אלע סיפורים וועגן די קוה מיט די מילך האבן נישט קיין שום יסוד במציאות...

ווען ער האט געענדיגט זיין עדות, איז ער געבליבן שטיין פאר'ן שופט, פארטיפט אין זיינע מחשבות. עס האט אויסגעזען ווי ער וויל עפעס צולייגן צו זיין עדות. אינ'ם בית המשפט האט געהערשט א גענצליכע שטילקייט. אלע עפענען די אויגן מיט די אויערן.. אלע ווינדערן זיך וואס פונקטליך ווייסט דער עלטערע גוי און וואס וויל ער דא דערציילן.. פארוואס זוימט ער אזוי לאנג?? "עס איז דא נאך עפעס וואס איך האב געוואלט זאגן" ברענגט ער ענדליך ארויס לאנגזאמערהייט. "איך האב נישט געוויסט אז איך וועל דארפן זיין א עד. נאך אלעס, וואס ווייס איך שוין וועגן בתי משפט, געריכטן.. איך בין שוין מער ווי זעכציג יאר, מיט איין פוס אינ'ם קבר. איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין צורך צו קומען צו א בית המשפט, נישט אלס עד, נישט אלס אנגעקלאגטער און נישט אלס עפעס אנדערש. איך האב געמיינט אז איך וועל שוין שטארבן אן אריבער גיין די שוועל פון א געריכט.. אבער איך האב באקומען א הזמנה און דא בין איך".

ער האט מפסיק געווען אביסל, ווי איינער וואס זאמלט כח ווייטער צו גיין, און קערנדיג צום שופט זאגט ער ווייטער: "די דאזיגע פאסירונג מאכט מיך שוין קראנק מער ווי איינס און א האלב יאר! איך ווייס אז דאס האט קערצער געמאכט מיין לעבן! איך וויל איר זאלט וויסן, איך האב איין איינציגן זון וואס איך האב אים זייער ליב, אזוי אז איך וועל נישט טון קיין שום אומגערעכטע זאך וואס דאס וועט ברענגען בושה צו מיין זון. חוץ מזה האב איך דאך געשוואוירן צו זאגן דעם אמת, און איך גלייב אין ג-ט און איך האב מורא פון אים. דערפאר קען איך מער נישט שווייגן.. איך מוז אייך זאגן אלץ וואס איך ווייס! איר האט דאך שוין גענוג הוכחות פון מיין עדות בנוגע דעם קוה צו וויסן אז די באשולדינגען קעגן בייליס זענען פאלש. איך וויל אייך אבער זאגן מער ווי דעם, עפעס וואס וועט א סוף מאכן צו די אלע סיפורים כאילו מענדל בייליס האט גע'הרג'ט אנדרושה כדי צו באנוצן מיט זיין בלוט פאר מצות אויף פסח. איך גיי אייך אויפווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז די גאנצע זאך איז שקר גמור"!

א שטילקייט האט געהערשט.. מ'האט געקענט הערן די אנשטרענגונגען פון וויסימירסקי שולט צו זיין אויף זיינע הרגשים. מיט גרויס שוועריקגייט איז ער ווייטער געגאנגען: "איך שטאם פון דער שטאט וויטעבסק. דארט האב איך געפירט א שענק ביים עק פון דער שטאט. איך האב דארט געהאט א באהעלפער, מיטן נאמען ראוויץ. מיר האבן זיך ביידע געצויגן קיין קיעוו אין דער זעלבער צייט און מיר האבן געוואוינט בשכנות. אזוי איז אויסגעקומען אז ביידע אונזערע דירות זענען געווען נאנט צום הויז פון טשעביריאק. די ראוויצן זענען געווען פיינע ארנטלעכע מענטשן וועלכע האבן קיין קינדער נישט געהאט. זיי האבן געפירט א געשעפט וואס האט זיי מפרנס געווען בכבוד און זיי זענען געווען פרייליך מיט זייער טייל. פלוצלינג, איין שיינעם טאג, קומען מר און מרת ראוויץ זיך צו געזעגענען! זיי האבן געזאגט אז זיי פארלאזן רוסלאנד! איך בין געווען אינגאנצן דערשראקן. עס איז געפאלן אויף מיר ווי א דונער אין א העלן טאג! זיי וואוינען שוין דא אזוי לאנג און אלע שעצן זיי, פארוואס דארפן זיי אלעס פארלאזן? וואס גייט דא פאר? נישט נאר דאס אז זיי פארן אוועק, נאר זיי זענען עוקר ביזן אנדער עק וועלט! זיי פארן קיין אמעריקא! ווען מרת ראוויץ האט געזען ווי די זאך האט משפיע געווען אויף מיר, האט זי אנגעהויבן וויינען. איך האב פארשטאנען אז עפעס איז זייער נישט בסדר. "מיר מוזן פארן קיין אמעריקא" האט זי געזאגט צווישן איר טרערן.

"פארוואס מוזט איר דארט פארן? איר האט דארטן ידידים אדער קרובים"? ביידע האבן נישט געקענט ארויסברענגען די ווערטער פון מויל. איך האב געזען אז עפעס געפערליך איז געשען און איך האב זיך געבעטן זיי זאלן מיר דערציילן. "איך בין א ידיד אייער, איך קענט מיר געטרויען! אפשר קען איך אייך העלפן". "דאס וואס איך גיי אייך יעצט דערציילן" איז ער ממשיך, קוקנדיג אויפן שופט, "איז וואס מרת ראוויץ האט מיר געזאגט".

"מיר זענען געווען זייער פריינדליך מיט דער פרוי טשעביריאק, האט מרת ראוויץ דערציילט מיט א שטילע, טרויעריגע קול. זי פלעגט קומען צו מיין הויז בארגן זאכן און איך צו איר הויז, אמאל א טאפ אמאל עפעס אנדערש וכו'. איין טאג זענען מיר געגאנגען צו איר הויז בארגן א פלייש-האק. מיר האבן זיך גוט אויסגעקענט אין איר קאך, און זעענדיג אז זי איז נישט דארט זענען מיר אליינס געגאנגען נעמען וואס מיר האבן געדארפט". מר וויסימירסקי האט מפסיק געווען צו כאפן די אטעם. ער איז געווען זייער צובראכן און צוקלאפט. ווען ער האט אויפגעהויבן זיין קול האט ער כמעט געשריגן אויף די באשוואוירענע: "מרת ראוויץ האט מיר געזאגט, אז ווען זי איז אריבער דעם באדע צימער, האט זי געזען ווי א טויט קינד ליגט אין וואנע! זי איז געווארן אזוי דערשראקן אז זי איז שנעל אוועק געלאפן פון שטוב"... עס זענען אריבער נאך אפאר מינוט ביז וויסימירסקי האט געקענט געוועלטיגן אויף זיך.. דער סוד וואס עסט אים שוין אויף צווי און א האלב יאר איז ענדליך ארויס.. "מרת טשעביריאק האט בלי ספק געוויסט אז מרת ראוויץ האט געזען דעם טויטן קערפער. זי איז אריבער צו מרת ראוויץ און געזאגט אז וויבאלד זי האט געזען דעם טויטן קינד מוז זי באלד פארלאזן רוסלאנד. זי האט געזאגט אז אויב זי וועט דאס נישט טון וועט מען זיי הרג'נען! מרת ראוויץ האט געוויינט און געזאגט "וואס הייסט פארלאזן די מדינה? צו ווי זאלן מיר גיין? פארוואס?" מרת טשעביריאק האט געענטפערט "איך וועל אייך געבן דאס געלט וואס פעלט אויס. איר מוזט אבער פארן קיין אמעריקא. איך ווייס איר וועט נישט מסר'ן אויף מיר... אבער ווען די חוקרים וועלן אייך דריקן וועט איר נישט קענען באהאלטן דעם אמת. איר מוזט נעלם ווערן.. נו! וואס האבן מר און מרת ראוויץ שוין געקענט טון? ביז אפאר טאג זענען זיי אנטלאפן קיין ניו יארק"...

א שטורעם האט אויסגעבראכן אין זאל ווען מר וויסימירסקי האט געענדיגט. מרת טשעביריאק איז געזעסן אינעם זאל, ווארטנדיג איבערצוגעבן איר עדות. זי איז געווארן ווייס ווי קאלעך, און דער הויפט-פון-געריכט, באלדירעוו, האט איר פרובירט צו בארוהיגן. כנראה איז ער געווען א גוטע חבר אירע.. אלע וועלכע זענען געזעסן נעבן איר האבן זיך אוועקגעריקט, כאילו זי האט אין זיי מעורר געווען א פחד. עס איז קלאר געווען אז די באשוואוירענע זענען זייער נתפעל געווארן פון וואס זיי האבן געהערט. דער הויפט-פון-געריכט האט זיך געקערט צום עד און געפרעגט: "אויב דו האסט דאס אלץ געוויסט, פארוואס האטסו געשוויגן אזא לאנגע צייט"? "איך האב נישט געוויסט אז מ'וועט מיר רופן מעיד זיין" האט מר וויסימירסקי מודה געווען, "חוץ מזה האב איך געגלייבט בתמים אז דער אמת וועט ארויסקומען פון זיך אליינס".. עס איז קלאר געווען אז דער הויפט-פון-געריכט האט נישט געוואלט אויסהערן דעם עד פאר נאך א רגע. למעשה וואלט ער שוין לאנג געוואלט פטור ווערן פון אים.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בייליס פראצעס