מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש שפילט א טשעלא אין 1978.

מסטיסלאַוו לעאפאלדאוויטש ראסטראפאוויטש, (רוסיש: Мстисла́в Леопо́льдович Ростропо́вич, [rəstrɐˈpɔvʲɪtɕ];‏ 27סטן מערץ, 1927 - 27סטן אפריל, 2007) איז געווען א רוסישער טשעליסט און דיריגענט. ער איז געווען געהייראט צו דער סאפראנא גאלינא ווישנעווסקאיא. מ'האט אים געהאלטן פאר דער גרעסטער טשעליסט אין דעם צווייטן העלפט פונעם 20סטן יארהונדערט, און איינער פון די גרעסטן טשעליסטן אייביג.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ראסטראפאוויטש איז געבוירן געווארן דעם 27סטן מערץ 1927 אין באקו, אזערביידזשאן (דעמאלסט א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד) אין א מוזיקאלישער פאמיליע. זיין פאטער האט געשפילט טשעלא און זיין מוטער די פיאנע.

אין 1956 האט מען אים באשטימט פראפעסאר אינעם מאסקווער קאנסערוואטאריאן.

אין 1968 האט ער אנגעהויבן דיריגירן.