רעפובליק פון כינע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

טייוואַן (כינעזיש: 台灣), אפיציעל די רעפובליק פון כינע (כינעזיש: 中華民國), איז אן אינזל לאנד אין מזרח אזיע. אריגינעל האט די רעפובליק געהערשט איבער גאנץ כינע, אבער היינט הערשט זי איבער דעם טייוואן אינזל (וואס באדעקט 99% פונעם לאנד שטח), ארכידע אינזל און גרינער אינזל אינעם פאציפישן אקעאן לעבן טייוואן, די פענגו אינזלען אינעם טייוואן דורכגאס, און קינמען און די מאצו אינזלען נאענט צום בארטן פונעם קערנלאנד פוזשיאן פראווינץ. אין 1945 נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט די כינעזישע רעגירונג איבערגענומען די הערשאפט איבער טייוואן. אין דעם כינעזישן ברודערקריג האט די רעפובליק אריבערגעפירט איר רעגירונג קיין טייוואן.


דער הויפט אינזל פון טייוואן ווערט אויך גערופן פֿארמאזע (פון פארטוגעזיש (Ilha) פֿארמאזע, וואס מיינט "שיין"). ער איז פלאצירט אין מזרח אזיע נישט ווייט פון בארטן פון יאדערלאנד כינע, דרום-מערב פון די הויפט אינזלען פון יאפאן ממש מערב פון די יאפאנעזישע ריוקיו אינזלען, און צפון-צפון-מערב פון די פיליפינען. דער אינזל איז לאנג 394 ק"מ (245 מייל) און ברייט 144 ק"מ (89 מייל) און באשטייט פון הויכע בערג באדעקט מיט געוועקס.


די הױפּטשטאָט פון דער רעפובליק פון כינע איז טײַפּײ.

מיליטער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די רעפובליק פון כינע ארמיי שטאמט פון דער נאציאנאלער רעוואלוציאנערער ארמיי, וואס סון יאט-סען האט געגרינדעט אין 1925 אין גוואנגדאנג מיטן ציל פון פאראייניגן כינע אונטער דעם קואמינטאנג.