ראשון לציון

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ראשון לציון
הערב
RishonKikarHaMeyasdim02.jpg

די שול און דער גרויסער גלאק
לאַנד ישראל
געגנט צענטער דיסטריקט
בירגערמײַסטער דוב צור
שטח 58.704 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג 227,600

ראשון לציון איז די פערטע גרעסטע שטאט אין ישראל. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין ראשון לציון 243,680 איינוווינער.

די שטאט איז געגרינדעט אין יאר 1882, דורך דער ערשטער עליה, צוועלף און א האלב קילאמעטער דרום פון יפו.

אנהייב האט די שטעטל געהאט אסאך פינאנציעלע פראבלעמען, ביז עדמונד זשיימס דע ראטשילד, האט גענומען די פלאץ אונטער זיין אויפזיכט, און האט אויפגעשטעלט די וויין פאבריק אין ארץ ישראל. היינט איז דאס דער וויינקעלטער פון דער "כרמל" פירמע.

די שטאט געפונט זיך אין גוש דן, און איז אין דעם מעטראפאליטען שטח פון תל אביב. די שטאט גרענעצט פון מערב דעם מיטלענדישער ים, נס ציונה פון דרום, בת ים און חולון פון צפון, און צריפין מיליטערישע באזע פון מזרח.

[באַאַרבעטן] טראנספארטאציע

די נתיבי איילון שאסיי פארט אריבער צו מערב זייט פון דער שטאט, און שאסיי 4 פון דער מזרח זייט, די נייע שאסיי 431, פירט קיין מודיעין.

אין שטאט געפונט זיך הראשונים באן סטאנציע, וואס פירט קיין לוד, און תל אביב, און די משה דיין באן סטאנציע אויף דער נייער באן ליניע ישראל באנען קיין תל אביב, בת ים, און חולון; זי געפינט זיך אין מערב זייט פון שטאט, אויף דער איילון שאסיי צווישן די צוויי ריכטונגען.

[באַאַרבעטן] אינטערעסאנט צו באצייכענען

"ראשון", ווי עס ווערט גערופן צווישן די איינוווינער, איז אנדערש פון אלע שטעט אין ישראל, אין דער צייט ווען אלע שטעט זענען זייער לענג פון דרום צו צפון, איז ראשון פון מזרח קיין מערב די לענג און פון צפון קיין דרום שמאל.

ראשון לציון איז א פארגעשריטענע שטאט מיט פארקן, קאמערץ צענטערן, און נאכט פארוויילונגען מיט קלובן, שענק און טרונק הייזער.


פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן