פאלעסטינער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פאלעסטינער איז דער באצייכענונג, אויף מענטשן וואס שטאמען אפ פון פאלעסטין, אין די בריטישע טערמין, ווערן אלע איינוווינער אין פאלעסטין באצייכענט מיטן נאמען, ווי יידישע פאלעסטינער, אראבישע פאלעסטינער.

דער מקור פונעם נאמען, שטאמט פון די רוימער, וואס האבן גערופן די געגנט סיריע פאלעסטינע, און די נאמען איז פארבליבן ביז 1948, ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן, און די מערב ברעג, איז אנאקסירט געווארן צו יארדאניע.

זינט 1964 ווען דער פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, איז געגרינדעט געווארן, און שפעטער פארגעזעצט דורך יאסיר אראפאט, איז דער טערמין באנוצט געווארן צו באצייכענען, אלע מענטשן וואס שטאמען אפ פונעם היסטארישן פאלעסטין, איינער פון די הויפט צילן זייערע איז געווען, אנערקענונג פון דער וועלט אין אזא פאלק.

זעט אויך פאלעסטינע פליטים.