נתיבי איילון

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ארלאזארוו קנופ אויפן איילון שאסיי

נתיבי איילון איז שאסיי 20 אין ישראל. ער איז א צענטער שאסיי וואס פארט פון פאר ראשון לציון, אריבער צווישן בת ים און חולון, וואו ער פארט אריבער תל אביב, און פארט ביז הרצליה. עס איז דא א פלאן צו פארלענגערן דעם שאסיי, ביז קיין חדרה.

מען האט אויפגעבויט דעם שאסיי אין די זיבעציגער יארן, ווי א נאציאנאלע פראיעקט, דער שאסיי פארבינדט זיך מיט שאסיי נומער 4, ירושלים תל אביב שאסיי, אריאל תל אביב שאסיי, און צום חיפה תל אביב שאסיי,

די באן רעלסן, פארן אריבער ביים שאסיי צווישן די צוויי ריכטונגען. פינף באן סטאנציעס געפונען זיך יעצט אויפן שאסיי, הרצליה באן סטאנציע, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, תל אביב צענטראלע באן סטאנציע, תל אביב השלום באן סטאנציע און תל אביב ההגנה באן סטאנציע. מען האלט אינמיטן אויפשטעלן גערעלסן וואס וועלן פארן קיין חולון בת ים, ראשון לציון, אויך לעבן שאסיי.