בן גוריון פליפעלד
קאארדינאטן: 32°00′41″N 34°53′12″E / 32.01139, 34.88667
בן גוריון פליפעלד (העברעיִש: נתב"ג אדער נמל תעופה בן גוריון) דינט אלס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין ישראל, און מערהייט מענטשן וואס קומען אריין אין לאנד, קומען דורך דעם לופטפעלד.
אויפגעשטעלט דורך דעם בריטישן מאנדאט אין יאר 1935 האבן זיך אנגעהויבן די ארבעט, און אין יאר 1937, האט מען פארענדיקט בויען די לאנדונג ליניעס. די ענגלישע האבן גערופן די לופטפעלד מיטן נאמען ווילהעלמע, די נאמען ברייט באקאנט איז געווען לוד פליפעלד, אויפן נאמען פון דער שטאט, וואס געפונט זיך נישט ווייט. אין 1973 ווען דוד בן גוריון איז געשטארבן, האט מען גערופן דעם פליפעלד אין זיין אנדענק.
דאס לופטפעלד ווערט קאנטראלירט דורך דער לופטפעלדער אגענטור, וואס איז א ישראלס רעגירונג געזעלשאפט. דאס לופטפעלד איז איינע פון די מערסט פארנומענסטע אין די מיטל מזרח, וואס אין יאר 2008, זענען אריבער כמעט עלף א האלב מיליאן פאסאזשירן.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] געאגראפיע
דאס לופטפעלד געפונט זיך אין עק פון גוש דן, ביי די נידעריקע טייל שפלה. דאס לופטפעלד איז 19 קילאמעטער דרום מזרח פון תל אביב, און 13 קילאמעטער ווייט פון די ברעגעס פון מיטלענדישער ים, און עטליכע קילאמעטער צו דרום געפונט זיך די שטאט לוד. עס זענען פארהאן עטליכע שטעט, וואס געפונען זיך נאנט צום לופטפעלד ווי אור יהודה, יהוד, און נאך.
אין יאר 2008, איז אויפגעברענגט געווארן דאס געדאנק, אז די לופטפעלד זאל ווערן טייל פון לוד מוניציפאליטעט, דערווייל איז גארנישט געווארן דערפון.
[באַאַרבעטן] טערמינאלן
טערמינאל איינס, איז די עלטסטע טערמינאל, און געבויט דורך די בריטישע, איבער די יארן זענען צוגעבויט געווארן אסאך שטיקער צום געביידע, ביז די ארגינעלע געביידע איז געווארן נישט צום דערקענען.
טערמינאל צוויי, איז געווען א קליינע טערמינאל, געענדיקט בויען אין יאר 1969, און באנוצט בעיקר צו רייזעס אינערהאלב ישראל, ביז אין יאר 2007. דערנאך איז די געביידע אראפגעווארפן געווארן, און א נייע געביידע פאר יו-פי-עס, איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן אלטע פלאץ.
טערמינאל דריי, איז די נייע טערמינאל, אריין אין באנוץ אין יאר 2004, עס איז דעמאלט געווען איינע פון ישראלס גרעסטע אינפראסטרוקטור פראיעקטן אין לעצטערע יארן. איר מאקסימאלע פאסאזשירן א יאר דורכגאנג, איז 16 מיליאן. די טערמינאל פארמאגט מערערע געשעפטן און צוגעהערן, א באן סטאנציע פון ישראל באנען, צוויי בתי מדרשים.
טערמינאל פיר, איז א קליינע טערמינאל, אויפגעשטעלט אין יאר 1999, עס איז אבער קיינמאל נישט באנוצט געווארן, אויסער אין 2002, ווען עס האט אויסגעבראכן די סארס ווירוס אין ווייטע אזיע, זענען מענטשן וואס זענען געקומען צו פליען פון דארט, אונטערזיכט געווארן אין טערמינאל פיר.
[באַאַרבעטן] טראנספארטאציע
שאסיי 1 (ישראל) פון ירושלים און תל אביב, פארט אריבער דרום פון לופטפעלד, און האט אן ארויסגאנג צום לופטפעלד, ווי אויך שאסיי 40, פארט פון מזרח זייט פון לופטפעלד, און האט א שאסיי אריינגאנג צום לופטפעלד.
אגד אויטאבוס געזעלשאפט, האט אויטאבוסן וואס פארן אריין אינעם לופטפעלד, אבער זיי זענען אינערליכע רוטעס, זיי פארבינדן צו אל על קרייצונג, און קרית שדה התעופה. אויך זענען פארהאן טעקסיס צוגעשטעלט צו די שטעט, אין ספעציעלע רוטעס (מוניות שירות).
בן גוריון באן סטאנציע האט זיך געעפנט אין יאר 2004, און געפונט זיך אויף דער מודיעין – תל אביב – חיפה רוטע. ווי אויך זענען דא באנען וואס פארן פון באר שבע, קיין צפון דורכן לופטפעלדס באן סטאנציע, אדער פון צפון קיין באר שבע דורכן באן סטאנציע, עטליכע מאל אין טאג.
[באַאַרבעטן] היימארט
דאס לופטפעלד איז די היים פאר אל על, ישראייר, ארקיע, און סאן דאר, פאסאזשירן לופטליניעס, און ק.א.ל. פראכט ליניע. ווי אויך געפונט זיך א מיליטערישע לופט פלאט פיליע אין לופטפעלד.