ישראל באנען
ישראל באנען (העברעיִש: רכבת ישראל) איז דער נאמען פון דער געזעלשאפט וואס געהערט דער רעגירונג פון ישראל פאראנטווארטלעך פאר אלע באנען פארקער, סיי פאסאזשירן סיי פֿראכט, אין דעם לאנד. די רעלסן זענען אויפן סטאנדארטן אפשטאנד (1,435 מ"מ ברייט). דער באן נעצווערק איז באזירט אינעם פלוין נעבן ים, וווּ די ליניעס שטראלן אויס פון תל אביב. די באנען פארן אויף די לינקע רעלסן (נישט אזוי ווי דער פארקער אויף די גאסן).
דער אלגעמיינער פארוואלטער איז יצחק הראל.
אינהאַלט |
היסטאריע [באַאַרבעטן]
די ערשטע באן איז געווען פון יפו קיין ירושלים וואס מ'האט געעפֿנט אין 1892 אונטער דער הערשאפֿט פון דער אטאמאנישער אימפעריע.
אין די יארן פון 1948 ביז 2003 זענען די באנען געווען אן אפטיילונג פון דער טראנספארט ביורא פון דער רעגירונג. אין 2003 איז ישראל באנען (העברעיִש: רכבת ישראל) אויפֿגעשטעלט געווארן אלס א פריוואטע פֿירמע.
די באן וואס פלעגט פארן פון חיפה דורך עפולה, אריבער צו יארדאניע, איז געווען זייער א באוואוסטע באן. די ליניע האט געהאט אכט סטאנציעס, ביז זי איז אריבער די גרעניץ, און האט פונקציאנירט ביז 1946, דער נאמען פון דער ליניע איז געווען "די טאל באן", די בריק וואס איז אריבער דעם ירדן טייך, צו דער אנדערער זייט גרעניץ, איז אויפגעריסן געווארן דורכן פלמ"ח, אויף דער באוואוסטער בריקן נאכט, וואס האט איזאלירט דאס לאנד, פון די ארומיקע אראבישע לענדער.
כ"ה תמוז תשע"ב האט מען געעפנט די פארטאפלטע באן ליניע פון תל אביב קיין באר שבע; מיט דעם איז פארקירצט געווארן די פאר צייט פון תל אביב קיין קרית גת און באר שבע.[1]
היינט [באַאַרבעטן]
טאג טעגלעך פירט ישראל באנען 340 באנען פֿאר פאסאזשירן, וואס פֿארבינדן 47 סטאנציעס (ריכטיג פאר 2011).
לויט א ישראל באנען באריכט, האבן בערך 30 מיליאן פאסאזשירן זיך באנוצט מיט דער באן אין יאר 2009.
ליניעס [באַאַרבעטן]
די פאסאזשיר באנען זענען איינגעארדנט אויף אכט רוטעס.
|
|
גערעלסן [באַאַרבעטן]
פון תל-אביב, איין באן ליניע באציט זיך צו צפון לעבן דעם ים, ביז חיפה, די קריות און נהריה. צו דרום איז דא א באן ליניע ביז באר שבע, מיט א נייע זייטן-ליניע פון באר שבע צפון באן סטאנציע קיין דימונה, געעפנט אין דעצעמבער 2005. מען פלאנירט פארלענגערן די ליניע פון דימונה ביז אילת.
פלענער צו פארברייטערן [באַאַרבעטן]
עס זענען פארהאן אסאך פלענער, פון פארברייטערן די נעצווערק, איינס איז בויען א געהעריקע באן ליניע צווישן עכו און כרמיאל, מיט א מעגליכייט צו בויען ווייטער א גליל באן, וואס וועט פארן אינעם חולה טאל ביז קיין קרית שמונה.
בויען רעלסן צווישן אשדוד אשקלון, וואס וועט פארן קיין באר שבע.
ווי אויך באנייען דעם אלטן טאל באן, ביז עפולה, און בית שאן.
ארייננעמען נתיבות אינעם באנען נעצווערק, לויטן טראנספארטאציע מיניסטעריומס קריטעריאן, באדארף א שטאט, מיט א באפעלקערונג העכער פופציג טויזנט, האבן א באן וואס לויפט דורך דער שטאט, מיט שדרות, און אופקים.
א פראיעקט וואס האט געענדיקט אין 2011, אויפשטעלן א באן פון תל אביב, דורך חולון און בת ים, דערנאך ראשון לציון, ווארשיינליך ביז אשדוד, ווי אין ישראל, די באן ווערט אויפגעשטעלט אויפן אילון שאסיי דרום.
די ירושלים תל אביב שנעלצוג, וואס די רייזע וועט דויערן ווייניגער פון א האלבע שעה, איז איינע פון די פראיעקטן וואס די ישראל באנען, איז געבליבן שטעקן אינדערמיט, און עס איז נישט געמאכט געווארן צופיל פארשריט, אין די לעצטע פאר יאר, יעצט לויטן פלאן וועט עס פארענדיקט ווערן ביזן יאר 2015.
אויפשטעלן א רינג אין צפון גוש דן, ווי רעננה וועט פארבינדעט ווערן מיט הרצליה.
איבערפרישן און פארברייטערן די מזרח ליניע, וואס לויפט פון לוד, ביזן אלטן מזרח חדרה באן סטאנציע, און אזוי ארום לינדערן די באן פארקער אויפן בארטן ליניע.