סנהדרין

פֿון װיקיפּעדיע

סַנהֶדרין (א העברעישע וואָרט וואָס מיינט פארזאמלונג; אויף גריכיש: συνέδριον סינעדריאָן) איז געווען א געריכט פון 71 מיטגלידער וואס האט געפועלט פון בית שני צייטן ביז יאר ד'קפ"ה (346).

סנהדרין גדולה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איר מקור איז פון במדבר י"א. אין די צייטן פון עזרא און נחמיה איז געוועזן די כנסת הגדולה אין לשכת הגזית אין הר הבית וואס האבן באשטימט צו מען זאל ארויס גיין אין מלחמת רשות, אדער דן זיין מלכים, פארברייטערן פלאך אין ירושלים, ארויסגעבן א דין אויף עיר הנידח.

סנהדרין קטנה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סנהדרין 23 דיינים וואס האבן דן געווען נאר דיני נפשות צווישן מענטשן אדער חיות, וואס מען לערנט ארויס פון "שופטים ושוטרים תתנו בכל שעריך".

עס האט געמוסט זיין 230 איינוווינער אין שטאט כדי צו באשטיממען א קליין סנהדרין.

מען דאוונט יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצנו כבתחילה, צו צוריק שטעלן די סנהדרין אויף פאלק ישראל.

די נייע סנהדרין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען נאפאליאן באנאפארטע איז געווען פירער פון פראנקרייך, האט ער אויפגעשטעלט א רבני'ישע קערפערשאפט מיט איין און זיבעציג רבנים וואס זאלן אנפירן אלע אידישע פראגן פון זיין גאנצע אימפעריע, אין שפיץ איז געשטאנען דער ראש הסנהדרין דער גאון ר' דוד טעבעל.

אין יאר 2004 האט זיך אויפגעשטעלעט א גרופע וואס וויל אומקערן די סנהדרין, און עס איז געגרינדעט געווארן אין טבריה.

לינקס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]