מירער ישיבה
מירער ישיבה איז געווען א ישיבה געגרינדעט אינעם שטעטל מיר אין דער ליטע (היינט בעלארוס).
די מירער ישיבה איז געגרינדעט אין יאר ה'תקע"ה דורך רבי שמואל טיקטינסקי.
שפעטער בשעת דעם ביטערן חורבן אייראפע וואס האט באטראפן דאס אידנטוהם מיטן אויסברוך פון דעם צווייטן וועלט קריג האבן זיך אנגעשלאסן דערין נאך עטליכע ליטווישע ישיבות און געווארן איינגעשמאלצן אלס איין גרויסע ישיבה און אזוי ארום צוזאמען מיט זיי זיך ארויסגעראטעוועט מיט אויסטערלישע נסים דורך'ן אריבערפארן קיין רוסלאנד אלס טוריסטן און דערנאך פון דארטן קיין יאפאן און דערנאך אריבער צו שאנכיי און זיך דארטן אויפגעהאלטן ביז צום סוף פונעם קריג, אזוי איז אויסגעקומען אז תיכף נאך דעם קריג איז דאס אויטאמטיש געווען די גרעסטע ישיבה פון די ליטווישע קרייזן, דעם טיטול וואס זי האלט נאך אן היינט א קנאפע 70 יאר שפעטער.
אינהאַלט |
מירער ישיבה אין ברוקלין [באַאַרבעטן]
נאכן קריג זענען טייל תלמידים געפארן קיין אמעריקע ווי די ישיבה האט זיך פונדאסניי אוועקגעשטעלט אונטער דעם משגיח נאך פון דערהיים רבי אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל (וואס האט שוין אינמיטן דעם קריג אזוי אסאך אנדערע צ.ב.ש. רבי אהרן קאטלער ז"ל געפליכטעט קיין אמעריקע, און ער איז געווען דער ראש פון דעם וועד הפועל וואס די ישיבה האט אויפגעשטעלט אין דער וועלט וואס האט זיי געשאפן פינאנצן אז זיי זאלן האבן פון ווי צו לעבן אי די פינסטערע צייטן) און עס איז פון דעמאלטס אן ביזן היינטיגן טאג באזירט און פלעטבוש אויף אוישן פארקווע.
מירער ישיבה אין ירושלים [באַאַרבעטן]
אבער דער גרעסערער טייל איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל ווי זיי האבן זיך פריש אוועקגעשטעלט אין ירושלים אונטער דער השפעה פון ר' חיים שמואלעוויטש—ר' יחזקאל לעווינשטיין דער משגיח איז נאכן קריג אויפגענומען געווארן אלס משגיח אין דער בארימטער פאנאוועזשער ישיבה וואס געפונט זיך אין בני ברק—און נאך ביזן היינטיגן טאג איז זי בארימט אלס דער גרעסטער מקום תורה וואס די וועלט פארמאגט מיט נאנט צו זיבן טויזנט תלמידים.די תלמידים קומען פון צענדליקע לענדער אין דער וועלט. מער ווי דריי טויזנט זענען פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און 800 פון ענגלאנד.
די ישיבה אין ירושלים איז צעשפרייט איבער עטלעכע געביידעס.
אין "בית שלום" געפינט זיך דער בית המדרש פונעם "דף" פראגראם, וואו מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא. דער פראגראם ווערט געפירט דורך הרב יוסף גוטפארב. אויך אין דעם בנין לערנען די וואס גייען צום שיעור פון רבי אשר אריאלי, וואס ער זאגט טאג טעגלעך פאר מער ווי 500 מענטשן. "בית שלום" האט אויך אינטערנאטן און אן עס־זאל.
אין תשס"ה האט מעט געווידמעט דאס בניין "בית ישעיה" וואס האט 1500 פלעצער צו לערנען, און נאך דערצו אויך עס־צימערן און אן אינטערנאט.
די געביידע האט צוויי בתי מדרשים. "וואלמארק" באדינט בעיקר אמעריקאנער בחורים, אונטער רבי ניסן קאפלאן און רבי משה אהרן פרידמאן. אין דעם "בית ישעיה" בית מדרש לערנען אייראפעישע בחורים, פון ענגלאנד, פראנקרייך און בעלגיע, ווי אויך דער חסידישער ראם אונטער דער פירערשאפט פון רבי אליעזר יהודה פינקל, וואס איז היינט געווארן דער ראש ישיבה.
מירער ישיבה אין בראכפעלד [באַאַרבעטן]
רבי שמריהו יוסף פינקל האט אויפגעשטעלט א צווייג פון דער מירער ישיבה (ירושלים) אין "בראכפעלד מאיאנטעק", מודיעין עילית. 600 בחורים לערנען אין דער ישיבה, און נאך 300 יונגעלייט. דער ראש ישיבה איז רבי אריה פינקל.
ראשי ישיבות [באַאַרבעטן]
די פריערדיקע ראשי ישיבות אין מיר זענען געווען:
- רבי שמואל טיקטינסקי (גרינדער) - (תקע"ה - תקפ"ג), נפטר תקצ"ה.
- רבי אברהם טיקטינסקי - (תקפ"ג - תקצ"ה)
- רבי יוסף דוד אייזנשטאט (ר' דוד'ל מירער)- (תקצ"ה - תר"ו)
- רבי משה אברהם אייזנשטאט (אב"ד זשעטל) - (תר"ו -)
- רבי חיים יהודה לייב טיקטינסקי – (תרי"ט – תרנ"ט)
- רבי אברהם טיקטינסקי (ב) - (תרל"ו -)
- רבי אליהו ברוך קמאי - (תרנ"ט - תרע"ז)
- רבי אברהם צבי קמאי - (תרע"ז – תש"ב), דערמארדעט אין חורבן אייראפע.
- רבי אליעזר יהודה פינקל – (תרס"ג – תשכ"ה)
- רבי חיים שמואלעוויטש – (תרצ"ו – תשל"ט)
- רבי בנימין ביינוש פינקל – (תשכ"ה – תש"ן)
- רבי נחום פרצאוויטש – (תשכ"ה – תשמ"ז)
- רבי נתן צבי פינקל (תש"ן - תשע"ב)
דער היינטיקער ראש ישיבה איז רבי אליעזר יהודה פינקל, רבי נתן צבי'ס צווייטער זון.
באקאנטע תלמידים [באַאַרבעטן]
- רבי איסר זלמן מעלצער
- רבי חיים פינחס שיינבערג
- הרב יחזקאל אברמסקי
- רבי לייב גורוויץ
- רבי משה שוואב
- רבי שלמה יוסף זעווין
- רבי שמואל בירנבוים
- הרב שמעון שוואב