ישראל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מדינת ישׂראל)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. אויב איר זוכט אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).
מדינת ישׂראל
פאן מדינת ישׂראל
סימבאָל מדינת ישׂראל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: התקווה
אָרט פֿון מדינת ישׂראל
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך העברעיש, אראביש
הויפטשטאט ירושלים
רעגירונג דעמאקראטיע
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
שמעון פרס
בנימין נתניהו
גרינדונג דאטום
פון פאראייניגטן קעניגרייך
14מיי 1948
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
20,770 קוואדראט ק"מ
149
2.0%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

8,000,000
99
302 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $202.562 ביליאן (50סט)
וואלוטע ניי-שקל
צייט זאנע 2+
אינטערנעט דאמען il.
טעלעפאן קאד 972+

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח. געגרינדעט ה'תש"ח (1948). רוב פון זיינע איינוווינערס זיינען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער טייל אראבער און נאך אנדערע פעלקער.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט אינערהאַלב די גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, וואו דאָס לאַנד איז דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער רעליגיע פֿון לאנד, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן, אָבער דער פֿינף-און-פופציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער. ראדיקאלע מוסלמענער פֿאָדערן שטרענג שטרעקעס לאנד מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

אינהאַלט

עקאנאמיע [באַאַרבעטן]

ישראל ווערט פאררעכנט פון די מערסטע פארטגעשריטענע לענדער אין דרום־מזרח אזיע, אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג. אום 10טן מיי 2010 האט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד, מיט עסטלאנד און סלאוועניע.

די פאלעסטינער [באַאַרבעטן]

די שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט 1948.

דעמאגראפיע [באַאַרבעטן]

אין יאר 2006 שטייט די צאל פֿון די באפֿעלקערונג ביי 7,026,632 איינוווינער. 76% זיינען יידן, און פֿון זיי 12% זיינען פֿרומע. 20% זיינען אראבער מיט דרוזן, און די איבעריקע 4% זיינען פון אנדערע פעלקער.

די צען גרעסטע שטעט אין ישראל זענען (ריכטיק פאר 2011):‏[1]

שטאט באפעלקערונג
ירושלים 804,355
תל אביב -יפו 404,750
חיפה 270,348
ראשון לציון 232,410
אשדוד 212,278
פתח תקוה 210,376
באר שבע 196,335
נתניה 189,678
חולון 182,575
בני ברק 163,301

זעט אויך [באַאַרבעטן]

וועבלינקען [באַאַרבעטן]

  • ווידעא אויף יו טוב ווי א קליין מיידל פארציילט די מעלות פון ארץ ישראל. [1]

רעפערענצן [באַאַרבעטן]

אַזיע־לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אמאן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · קיפראס · רוסלאנד · תימן