דזשיבוטי
דזשיבוטי (אראביש: جيبوتي דזשיבוטי, פראנצויזיש: Djibouti, סאמאלי: Jabuuti, אַפֿאַר: Gabuuti), אפיציעל רעפובליק פון דזשיבוטי (אראביש: جمهورية جيبوتي דזשומהוריאַט דזשיבוטי, פראנצויזיש: République de Djibouti, סאמאלי: Jamhuuriyadda Jabuuti, אַפֿאַר: Gabuutih Ummuuno), איז א לאנד אינעם הארן פון אפריקע. ער גרענעצט עריטרעע צו צפון, עטיאפיע צו מערב און דרום, און סאמאליע צו דרום־מזרח. צו מזרח געפינט זיך דער ים סוף און דעם איינגאס פון אדען. דזשיבוטי, מיט א באפעלקערונג פון 818,159 ביים 2009 צענזוס,[1] איז איינע פון די וועניגסטע באפעלקערטע לענדער אין אפריקע.[2] 94% פון דער באפעלקערונג זענען מוסולמענער, און די איבעריגע 6% זענען קריסטן. דאס לאנד איז געווארן אומאפהענגיק פון פראנקרייך אין 1977. דזשיבוטי איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער דעם 20סטן סעפטעמבער, 1977.[3][4] דזשיבוטי האלט שטארקע קשרים מיט פראנקרייך, פון וועמען ער באקומט פארשידענע מיליטערישער און עקאנאמישער הילף.[5]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ Communication Officielle des Resultats du Recensement Général de la Population. Ministère de l'Economie, des Finances et de la Planification, Djibouti (2010). דערגרייכט דעם 18טן פעברואר, 2011.
- ↑ World Bank country data Djibouti (2009) (number rounded). Data.worldbank.org. דערגרייכט דעם 2011-04-27.
- ↑ Today in Djibouti History. Historyorb.com. דערגרייכט דעם 2011-04-27.
- ↑ United Nations member states. Un.org. דערגרייכט דעם 2011-04-27.
- ↑ Djibouti Government. Globaledge.msu.edu (2005-04-08). דערגרייכט דעם 2011-04-27.
| לענדער און טעריטאריעס אין אפריקע | ||
|---|---|---|
| מערב אפריקע |
בארטן פון העלפאנדביין · בורקינע פאסא · בענין · די גאמביע · גהאנע · גינע · גינע-ביסאו · טאגא · ליבעריע · מאלי · ניזשער · ניגעריע · סיערע לעאנע · סענעגאל · קאפ ווערד | |
| צפון אפריקע |
אלזשיר · דרום סודאן · טוניסיע · ליביע · מאראקא · מאריטאניע · סודאן · עגיפטן | |
| צענטראלע אפריקע |
אנגאלא · גאבאן · דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא · טשאַד · עקוואטארישע גינע · צענטראלע אפריקאנער רעפובליק · קאמערון · רוואנדע · רעפובליק פון קאנגא · São Tomé and Príncipe | |
| מזרח אפריקע |
אוגאנדע · בורונדי · דזשיבוטי · טאנזאניע · מאדאגאסקאר · מאזאמביק · מאלאווי · מארישעס · סאמאליע · סיישעל · עריטרעא · עטיאפיע · קאמאראס · קעניע | |
| דרומדיקע אפריקע |
באצוואנע · דרום אפריקע · זאמביע · זימבאבווע · לעסאטא · נאמיביע · סוואזילאנד | |
| לענדער אין דער אַראַבישער ליגע |
|---|
| איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מארעטאניע - מאראקא - מצרים - סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמארע - קואווייט - תימן |