גהאנע
| רעפובליק פון גהאַנע | |||||
|
|||||
| נאציאנאלע זינגליד: | |||||
| קאנטינענט | אפריקע | ||||
| אפיציעלע שפראך | ענגליש | ||||
| הויפטשטאט | אקרא 5°33′N 0°15′W / 5.55, -0.25 |
||||
| רעגירונג | רעפובליק | ||||
| פרעזידענט פרעמיער מיניסטער |
דזשאן אטא מילס |
||||
| גרינדונג דאטום |
6טן מערץ 1957 (פון פאראייניגטן קעניגרייך) |
||||
| פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
238,533 קוואדראט ק"מ 81 3.5% |
||||
| באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
24,339,838 (2010) 47 102.04 מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
| פראדוקט ווערדע | $35,990 מיליאן (98סט) |
||||
| וואלוטע | גהאנע סעדי | ||||
| צייט זאנע | UTC | ||||
| אינטערנעט דאמען | gh. | ||||
| טעלעפאן קאד | 233+ | ||||
די רעפובליק פון גהאַנע (ענגליש: Republic of Ghana) איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט בארטן פון העלפאנדביין צו מערב, בורקינע פאסא צו צפון, טאגא צו מזרח, און דעם איינגאס פון גיני צו דרום.
גהאנע האט א באפעלקערונג פון 24 מיליאן מענטשן (געשאצט 2010). די הויפטשטאט איז אקרא. גהאנע איז די צווייטער גרעסטער פראדוצירער פון קאקאא אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.
אינהאַלט |
היסטאריע [באַאַרבעטן]
גהאנע איז געשאפן אין 1957 פון צוויי בריטישע קאלאניעס, גאלד בארטן און בריטישע טאגאלאנד. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען קוואמע נקרומא. שפעטער האבן די מיליטער איבערגענומען די הערשאפט אין לאנד. אין 1992 האט מען אויפגענומען א נייע דעמאקראטישע קאנסטיטוציע. דער ערשטער פרעזידענט אונטער דער נייע קאנסטיטוציע איז געווען דזשערי ראלינגס. דער היינטיגער פרעזידענט איז דזשאן אטא מילס פון דער נאציאנאלער דעמאקראטישער קאנגרעס פארטיי.
ראיאנען און שטעט [באַאַרבעטן]
גהאנע ווערט צעטיילט אין 10 ראיאנען:
- אויבער מזרח
- אויבער מערב
- אשאנטי
- בראנג־אהאפא
- גרויס־אקרא
- וואלטא
- מזרח
- מערב
- צענטראל
- צפון
די צוויי גרעסטע שטעט אין גהאנע זענען אקרא (באפעלקערונג 3,963,264) און קומאסי (2,604,909).
עקאנאמיע [באַאַרבעטן]
גהאנע איז איינער פון די הויפט פראדוצירערס פון גאלד, אין דער וועלט. אויך טוט זי עקספארטירן קאקאא, אויל, האלץ, עלעקטריע, בריליאנטן, באקסיט און מאנגאן.
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
וועבלינקען [באַאַרבעטן]
| לענדער און טעריטאריעס אין אפריקע | ||
|---|---|---|
| מערב אפריקע |
בארטן פון העלפאנדביין · בורקינע פאסא · בענין · די גאמביע · גהאנע · גינע · גינע-ביסאו · טאגא · ליבעריע · מאלי · ניזשער · ניגעריע · סיערע לעאנע · סענעגאל · קאפ ווערד | |
| צפון אפריקע |
אלזשיר · דרום סודאן · טוניסיע · ליביע · מאראקא · מאריטאניע · סודאן · עגיפטן | |
| צענטראלע אפריקע |
אנגאלא · גאבאן · דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא · טשאַד · עקוואטארישע גינע · צענטראלע אפריקאנער רעפובליק · קאמערון · רוואנדע · רעפובליק פון קאנגא · São Tomé and Príncipe | |
| מזרח אפריקע |
אוגאנדע · בורונדי · דזשיבוטי · טאנזאניע · מאדאגאסקאר · מאזאמביק · מאלאווי · מארישעס · סאמאליע · סיישעל · עריטרעא · עטיאפיע · קאמאראס · קעניע | |
| דרומדיקע אפריקע |
באצוואנע · דרום אפריקע · זאמביע · זימבאבווע · לעסאטא · נאמיביע · סוואזילאנד | |