טאנזאניע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע
זשאַמהורי יאַ מואונגאַנא וואַ טאַנזאַניע
פאן טאַנזאַניע
סימבאָל טאַנזאַניע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: גאט בענשט אפריקע
אָרט פֿון טאַנזאַניע
קאנטינענט אפריקע
אפיציעלע שפראך סוואהילי
ענגליש[1]
הויפטשטאט דאדאמא
רעגירונג רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
זשאַקאַיאַ קיקוועטע
מיזענגא פינדאַ
גרינדונג דאטום
צונויפגעגגאסן 26סטן אפריל 1964
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
945,203 קוואדראט ק"מ
31סט
6.2%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

43,739,000[2] 2008 אפשאץ
32סט
46.3 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $53.790 ביליאן (100ט)
וואלוטע טאנזאנישער שילינג (TZS)
צייט זאנע מזרח אפריקע צייט UTC +3
אינטערנעט דאמען tz.
טעלעפאן קאד 255+

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע (סוואהילי: Jamhuri ya Muungano wa Tanzania) איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרענעצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען.[3] דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.[4]

פון זעלבשטענדיקייט ביז 1996 איז די בארטן שטאט דאר עס סאלאאם געווען די פאליטישע הויפטשטאט. היינט בלייבט דאר עס סאלאאם די פרינציפעלע קאמערציעלע שטאט פון טאנזאניע, און רוב רעגירונג אינסטיטוציעס זענען נאך דארטן.[3][5] זי איז דער הויפט ים־פארט פארן לאנד און זיינע לאנד איינגעשלאסענע שכנים.

עקאנאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די עקאנאמיע איז באזירט אויף לאנדווירטשאפט, וואס נעמט איין העלפט פון דעם GDP, פארזארגאט 85 פראצענט פון עקספארט און באשעפטיקט אומגעפער 80 פראצענט פון דער ארבעטקראפט. נאר 4 פראצענט פון דעם ערד שטח איז קולטיווירט.

טאנזאניע האט צוויי לופטליניעס, וואס פליען אין לאנד און האבן אויך אינטערנאציאנאלע לופטרייזעס פון טאנזאניע קיין קיגאלי, נייראבי און מאמבאסע.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער צענטער פונעם לאנד איז פלאך, מיט בערג אין צפון און אין דרום. דער העכסטער פונקט אין טאנזאניע איז אוהורו שפיץ, קילימאנדזשארא, הויך 5,893 מעטער, וואס איז אויך דער העכסטער פונקט אין אפריקע.

טראנספארט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

טראנספארט אין טאנזאניע איז בעיקר דורך שאסייען, ווי אויך באנען.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טאנזאניע