סאטמאר (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער ארטיקל דיסקוטירט דאס חסידות. אויב איר זוכט די שטאט, זעט סאטמאר (שטאט).

סאטמאר איז א חסידות וואס איז געגרינדעט דורך רבי יואל טייטלבוים, רב אין סאטמאר, זיבנבערגן. היינט וואוינען די חסידים בעיקר אין וויליאמסבורג, ניו יארק, און אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. ווי אויך זענען דא סאטמארער חסידים אין אנדערע פרומע יישובים איבער דער וועלט. זיי זענען בעיקר באקאנט מיט זייער שטארקן קעגנזאץ צו ציוניזם וואס רבי יואל האט שטענדיק שטארק געשטורעמט קעגן דער גרינדונג און אידעאלאגיע פון ציוניזם. די סאטמארער חסידים זענען בעיקר פונעם אונגארישן און רומענישן אפשטאם.

רבי יואל טייטלבוים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – יואל טייטלבוים

סאטמאר איז א גרויסע שטאט אין טראנסילוואניע (היינט אין ראמעניע) דארט וואו עס האבן געוואוינט טויזנטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן אין די יארן נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין יאר ה'תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, ר' אליעזר דוד גרינוואלד, דער קרן לדוד, איז דאן ווידער ערוועקט געווארן דער געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל טייטלבוים פאר רב. רבי יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגערס און חסידים, נאך געציילטע יארן פון מיינונגס פארשידנהייטן און א דין תורה איז רבי יואל אויפגענומען געווארן פאר רב, און איז זיך געקומען באזעצן אין שטאט אין יאר תרצ"ד.

אין סאטמאר האט רבי יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ער איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט אין ניסן ה'תש"ד קאנצערטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט אין דעם טרויעריג-בארימטן פארניכטונג לאגער, אוישוויץ הי"ד.

אדמורי"ם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יואל טייטלבוים, אן אייניקל פונעם ישמח משה פון איהעל, דער מייסד פון סאטמארער חסידות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו אב תשל"ט, און זיין ציון איז אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל. זיין ציון איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק.

די סאטמארער רבי'ס, לינקס רבי יואל טייטלבוים, רעכטס זיין נעפע, רבי משה טייטלבוים

נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלומעניק הגה"ק רבי משה טייטלבוים וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט, ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל'ען צו דער הייליגער תורה אימפעריע בכל קצווי תבל.

רבי משה טייטלבוים , דער מנהיג פון די סאטמארער מוסדות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו ניסן ה'תשס"ו, און איז נטמן געווארן אינעם אוהל אין קרית יואל.

נאך זיין פטירה האבן איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסטער זון רבי אהרן (מהר״א) אין קרית יואל און זיין דריטער זון רבי זלמן לייב (מהרז״ל) אין װילימסבורג.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידן ובראשם הר"ר יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי. סאטמאר איז דער נאמען פון א שטאט אין זימבערגן וואו דער אדמו"ר איז געווען רב - נאכ'ן אנגעקומן אהין שוין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקע, אין זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ'האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבן צו בויען מוסדות אין נאך פיל מיה און פלאג האבן מענטשן אנגעהויבן צו קומען דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר (דאן א קליין בית המדרש'ל), אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים.

קנאות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סאטמאר איז באקאנט אין דער וועלט פאר זיין אומ'פשרה'דיגן דרך און שטארקן אנטי ציוניזם. סאטמאר'ס פשרה'לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך פונעם חתם סופר, רבי הלל ליכטענשטיין און די אונגארישע קנאות איבערהויפט.

סאטמאר האט באוויזן נאכ'ן קריג אויפצושטעלן אין אמעריקע א פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגאניזאציעס פאר חינוך און געזעגשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט. סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע רבי'שע הויפן איבער דער וועלט.

צדקה וחסד[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאנצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים, זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי, ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה, און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער.

דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים, ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק.

די סאטמארער רביצין הרבנית הצדיקת אלטא פייגא ע"ה האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה, און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויסבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע, ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס'איז היינט.

דער רבי און די רביצין האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט אומצאליגע ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין אלערליי שווערע אומשטענדן, צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט, רב טוב, ביקור חולים, און נאך פיל אנדערע.

מוסדות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סאטמאר האט בתי מדרשים מוסדות געשפטען מקוואות קעמפס און נאך פילע זאכן.

בתי מדרשים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סאטמאר האט 17 בתי מדרשים אין וויליאמסבורג. דער עלטסטער בית המדרש איז דער ביהמ"ד אויף ראדני סט. (חוץ דער קליינער בית המדרש אין הויז פון ר' יואל טייטלבוים ערשטער סאטמאר רב, וואס איז עלטער) וואס ווערט היינט געפירט דורך די חסידים פון רבי זלמן לייב.

תיכף נאך דער פטירה פון רבי משה מסאטמאר זי"ע זענען די חסידים פון רבי אהרן אין וויליאמסבורג געבליבן בית המדרש'לאז נאכדעם וואס די זאליס האבן איבערגענומען דעם ראדני בית המדרש. האבן זיי געבויט דעם בית המדרש הגדול אויף הופער סטריט, דער גרעסטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

אזוי אויך האבן ביידע זייטן עטליכע קלענערע בתי מדרשים אין אלע געגנטן פון וויליאמסבורג.

קרית יואל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • 12 גארפילד רד. - דער צענטראלער ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אין קרית יואל געבויט בשנת תשל"ה דורך די ראשי הקהילה פון סאטמאר, איז באנייט געווארן א׳ סליחות תשל"ח און איז די גרעסטע ביהמ"ד פון סאטמאר איבער דער וועלט. דער דברי יואל פון סאטמאר האט דארט מתפלל געווען דורכאויס די ימים נוראים, וואו עס האבן עס דארטן מיטגעהאלטן די טויזנטער חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן. אינעם אונטערשטן שטאק פון ביהמ"ד געפונט זיך דער ״היכל ראזנבערג״ - דער געוועזענער חתונה זאל "קרית יואל מענאר".
  • יאר תשע"ז ווערט צום ביהמ"ד צוגעבויט א פליגל אויף צפון זייט, וואו אויפן אונטערשטן שטאק קומט צו 3600 קוואדראט פיס צום היכל התורה לע"נ דעם ראה"ק פון סאטמאר ר' יצחק ראזנבערג ע"ה. אויפן ערשטן שטאק קומט צו נאך עטליכע הונדערט זיצן צום היבל ביהמ"ד הגדול אריינצונעמען די פילע מענטשן וועלכע קומען מיטהאלטן די תפילות מידי שבת בשבתו ומידי מועד במועדו אין ביהמ"ד הגדול. אינדערוואכן וועט עס צוטיילט ווערן אין פרישע שטיבלעך פאר די מנינים , אויפן דריטן שטאק וועט פארגרעסערט ווערן אי"ה דער עזרת נשים.
דער ביהמ"ד פון די זאליס איז אויף 5 גארפילד

אויך בתי מדרשים אין בארא פארק, מאנסי,בלומינגבורג, לייקוואוד, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק און בית שמש.

מוסדות התורה והחינוך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וויליאמסבורג
תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל (זאליס) מיט קרוב צו 10,000 תלמידים אינגלעך מיידלעך און בחורים.
תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל (חסידי מהר"א) מיט קרוב צו 6,000 תלמידים אינגלעך און מיידלעך.
5 ישיבות קטנות (חסידי מהר"א) מיט קרוב צו 1,000 בחורים.
קרית יואל
מתיבתא תורה ויראה דרב"י מיט אריבער 1,000 בחורים
ת"ת תורה ויראה ובית רחל דרב"י מיט קרוב צו אכט טויזנט קינדער
ויואל משה (זאלוינים) מיט קרוב צו טויזנט קינדער
בני יואל מיט קרוב צו טויזנט קינדער
מאנסי
תורה ויראה ובית אסתר אינטער ר' חיים יושע מיט קרוב צו 3,000 קינדער
די חסידי מהר"א האבען אויך מוסדות מיט קרוב צו 2,000 קינדער
בארא פארק
תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל מיט 4,000 קינדער
די זאלונים האבען אויכעט א געפענט א מוסד פאר יונגלעך און מיידלעך מיט קרוב צו 1,000 קינדער
מאנטריאל
ת"ת וישיבה תורת משה ובית חינוך לבנות בית אסתר מיט טויזנט קינדער וואו עס לערנען די קינדער פון ביידע זייטען
די חסידי מהר"א פארמאגען א ביהמ"ד אויף פארק עוו. און עווענטועל וועט אויפגעבויט ווערן אדורך זיי א צענטראלע ביהמ"ד הגדול מיט כסדרדיגע מנינים און שיעורי תורה, היכל התורה א.א.וו.
לאנדאן האבען ביידע, גאר שיינע קהלות מיט רבנים העומדים בראש, ביי מהר"א הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער (בן הגה"צ ר' חיים אב"ד זכרון מאיר), און ביי די זאלוינים, הגה"צ ר' ברוך נתן האלבערשטאם (בן הגה"צ מקיוויאשד זצ"ל און איידעם ביי פאלטישאנער רב פון בארא פארק).
ביידע האבן ריזיגע מוסדות מיט טויזנטער קינדער, צוזאמען 4 טויזנט קינדער.
אנטווערפן זענען די זאלונים בראש פון די אלטע ביהמ"ד און ת"ת,
די חסידי מהר"א האבען אויך א קהלה מיט א הערליכע גרויס ביהמ"ד כולל ומקווה אויף די שארטאלאליי גאס וועלכע איז אויסגעשטיגן אלס די צענטראלע ביהמ"ד פון די אומגעגענט.
ירושלים- זענען די זאלונים די רוב, און טוען פארמאגען די אלטע בניני הקהלה והמוסדות בראש פון זייער רב הגה"צ ר' חיים צבי טייטלבוים בן מהרז"ל, ווי אויך האבען די חסידי מהר"א א ת"ת כולל מיט א קהלה מיט הונדערטער מעמבערס.
בני ברק זענען רובא דרובא פון חסידי מהר"א. די זאליס האבן אויך געעפנט א קליינטשיגע קהלה.
מאנטשעסטער האבן ביידע קהלות, און לגבי די מוסדות האבן די חסידי מהר"א דעם ת"ת, און די זאלוינים דעם מיידל שולע, ביידע מיט פילע קינדער.
לעצטענס האט מען צוגעבויט נאך יודישע געגנטער ווי בלומינגבורג, און לעיקוואד ווי עס אנטוויקעלט זיך נייע קהלות מוסדות פאר די סאטמארער קהלות ומוסדות.

כוללים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער רבי ז"ל האט לכתחילה נישט געהאלטן פון א כולל. אבער שאפראנע רב זצ"ל האט אים איבערגערעדט מיט'ן זאגן אז די אינגעלייט וואס ווילן גיין אין כולל זענען געצווינגען צו גיין אין פרעמדע מקומות.

וויליאמסבורג
זאליס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עטליכע כוללים דורכאויס די שטאט, בסך הכל קרוב צו טויזנט אינגעלייט:

די גרעסטע איז כולל תהילות יואל מיט קרוב צו 400 אינגעלייט,

דערנאך איז בניני זופניק- קיעפ סט. מיט ארום 300 אינגעלייט

דערנאך קליימער סט. פאר די יונגערע, און דערנאך א סניף קווארטירט אין לימנובע שול פאר די וואס לערנען גפ"ת.

חסידי מהר"א

דער בית המדרש הגדול אויף הופער סטריט וואו עס הארעווען קרוב צו 700 אברכים מציונים על התורה ועבודה מתוך הדחק איז די גרעסטע כולל אין וויליאמסבורג. בהנהלת הראה"כ הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבעל שליט"א וועלכע איז געווען ראה"כ אלע יארן אין סאטמאר, פון די צייטן פון ברך משה, מיט נאך קלענערע ראשי חבורות אויף די חבורות וכוללים אינערהאלב די מעכטיגע תורה אימפעריע,

קרית יואל - די צענטראלע בנין מבצר הכוללים אויף גארפיעלד רד. וואו עס הארעווען קרוב צו 1,000 אברכים מציונים על התורה ועבודה מתוך הדחק. בהנהלת הראה"כ הרה"ג רבי אברהם שלום פריעדמאן שליט"א און הרה"ג רבי העניך אשכנזי שליט"א, חדב"ן. מיט נאך קלענערע ראשי חבורות אויף די קרוב צו 30 חבורות וכוללים אינערהאלב די מעכטיגע תורה אימפעריע.
דערנאך די זאלוינים מיט א כולל אין ביהמ"ד אויף גארפיעלד מיט קרוב צו 200 אינגעלייט
בארא פארק- כולל דברי יואל אין די אינטערשטע שטאק פון די ביהמ"ד הגדול אויף 53, וואו עס הארעווען דארטן קרוב צו 300 לומדים מופלגים, די ראה"כ איז הרב --- שליט"א, ווי אויך נאך קלענערע ראשי חבורות.
ווי אויך האבן די זאלוינים א כולל אין זייער ביהמ"ד אויף 52 גאס מיט ארום 100 אינגעלייט בראשות הגאון ר' אהרן שמואל פאדווא בן גאב"ד לאנדאן
מאנסי - כולל ברך משה אין די ביהמ"ד הגדול אויף 13 מאנסי בלווד. וואו עס הארעווען דארטן קרוב צו 200 לומדים מופלגים, די ראה"כ איז הרב --- שליט"א, ווי אויך נאך קלענערע ראשי חבורות.
כולל בביהמ"ד ויואל משה- 1 מאנסי בלווד.
מאנטריאל
לאנדאן
אנטווערפן
ירושלים -
דער אריגינעלער כולל ייטב לב העכער ביהמ"ד ויואל משה אין קרית ויואל משה אין עזרת תורה געגנט.
כולל מציונים ויואל משה בהיכל ביהמ"ד הגדול ברך משה אויף רחוב יונה וואו עס הארעווען דארטן קרוב צו 80 לומדים מופלגים על טהרת הקודש. דער רוח החיים איז הרב שמואל זיינוויל פאגעל, וועלכע מאכט זיכער אז עס זאל זיין תמיכה בעתו ובזמנו.
בני ברק- כולל עצי חיים בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל, ווי אויך אין נאך סאטמארער מקומות איבער דער שטאט, וואו עס הארעווען דארטן קרוב צו 350 לומדים מופלגים על טהרת הקודש. די ראה"כ איז הרב שלמה זלמן אולמאן שליט"א, הרב שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה מאנטיסעלאו, ווי אויך נאך קלענערע ראשי חבורות.

קעמפס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מחנה רב טוב חסידי מהר"א אין מאנטיסעלא
מחנה בית רחל חסידי מהר"א אין סט. פאלסבורג
און נאך קעמפס פאר די קלענערע ישיבה בחורים פון חסידי מהר"א
אינגל קעמפ אין נעפאנעק זאלוינים
בחורים קעמפ אין דעירילענד זאלוינים
מיידל קעמפ אלטע אין קערהאנקסען זאלוינים
מיידל קעמפ נייע אין אלסטערהייטס זאלוינים
מחנה דברי יואל פון ישיבה גדולה קווינס אין סוואן לעיק

חברה קדישא[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סאטמאר האט זעקס בתי חיים. דאס ערשטע איז געווען אין לאנג איילענד, דערנאך האט מען געקויפט אין ניו דזשערסי. נאך דער פטירה פון רבי יואל האט מען מחדש געווען אין קרית יואל. שפעטער ביי דער סאטמארער חלוקה האבן די זאלוינים מחדש געווען א גרויסע נייע בית החיים נעבן דעם ארגינעלן בית החיים. אויך האבן זיי אפגעקויפט א נייע חלקה אין ניו דזשערסי,

סאטמאר אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די רבנים פון דעם חסידות אין ארץ ישראל זענען:

  • הרב חיים צבי מייזליש (אייניקל פונעם ברך משה), רב סאטמאר אלעד, ראש ישיבת סאטמר אין בני ברק.ומנהיג סאטמאר בבני ברק
  • הרב חיים צבי טייטלבוים, זון פון רבי זלמן לייב, אבדק"ק ור"מ מ'קהלות סאטמאר ב'ירושלים
  • הרב משה זאב זורגער דיין סאטמאר פון מהרז"ל קהלה
  • הרב שלמה יהודה הירש, דיין פון רבי זלמן לייב'ס קהילה אין ירושלים
  • הרב משה טייטלבוים (זון פון דעם סאסאווער רבי'ן), דיין חסידי מהר"א אין ירושלים
  • הרב אליהו כ"ץ, ממלא מקום אביו ורב פון שיכון קרית יואל ב'סאטמר אין בני ברק

רבי זלמן לייב איז אמאל געווען רב פון דער סאטמארער קהילה אין ירושלים.

דייני ורבני סאטמאר (קהלות מהר"א)

הרב מנחם מענדל טייטלבוים עלטסטע זון פון רבי אהרן אבדק"ק ור"מ ווילאמסבורג

הרב בעריש מייזליש אבדק"ק סאטמאר ב"פ

הרב שלום אליעזר טייטלבוים אבדק"ק 15 עוו. ב"פ - ונשיא 'כולל עצי חיים' ד'סאטמאר בני ברק

הרב געציל בערקאוויטש דומ"ץ קרית יואל

הרב משה פרידמאן דומ"ץ בארא פארק

הרב אברהם הערש וואזנער אבדק"ק ודומ"ץ מאנסי

הרב יוסף בנימין וואזנער אבדק"ק סאטמאר לאנדאן

הרב מאיר וויינבערגער אנטווערפען

הרב בנציון לאוב מו"ץ סאטמאר ווילאמסבורג

הרב צבי ארי בערנשטיין, מו"ץ ובעל מכשיר מהר"א מצה בעקריי בוויליאמסבורג

הרב שלמה זאבעל מו"ץ ביהמ"ד בית דוב קרית יואל

הרב אונגאר סאוט 8

הרב שלום טייטלבוים ראה"כ בכולל עצי חיים בני ברק ודומ"ץ קרית ויואל משה - מאנטיסעלאו

הרב אפרים שמעון לייכטאג דיין 15 בארא פארק, ובעל מכשיר בבית השחיטה ד'סאטמאר לגסות חסיד נלהב למהר"א מסאטמאר

סאטמארער דיינים ורבנים (זאלוינים)

הרב ישראל חיים מנשה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר ווילאמסבורג

הרב משה מנחם טירנויער דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל

הרב שלמה לייב וויינבערגער פייעא רב חבר הביד"ץ ורב תהלות יואל רוטלידזש וראש הכולל

הרב זלמן לייב פילאף רב אברכים קיעף חבר הביד"ץ

הרב חיים דוד כ"ץ דומ"ץ בארא פארק חבר הביד"ץ

הרב ארי' ראזענפעלד דומ"ץ קרית יואל

הרב חיד"ו ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפין

הרב ברוך נתן האלברשטאם אבדק"ק ור"ם סאטמאר לאנדאן

הרב שלו' שנעק דיין לאנדאן

הרב שטאלצבערג דיין לאנדאן

הרב משה פאללאק דיין לאנדאן

הרב פאדאווע מו"ץ בארא פארק

הרב לייבוש פרידמאן דומ"ץ ביהמד"ר הגדול ב'ראדני

הרב חיים קלמן גוטמאן דומ"ץ סאוט 8

הרב ברוך אברהם פרידמאן דומ"ץ העריסאן

הרב יצחק רויזענבערגער חדב"ן רב ב'ליע גארדענס

הרב פנחס לייב כ"ץ דיין טראף ביהמ"ד

הרב משה ארי' ליבערמאן מו"ץ

הרב לעמבערגער מו"ץ אנטווערפין

הרב פרידמאן מו"ץ אנטווערפין

קהלות הרב חיים יושע האלברשטאם רב סאטמאר מאנסי

הרב שמעון כ"ץ דיין מאנסי ורב דר פרענק

הרב יודא לייב ניימאן דיין מאנסי

הרב יוסף ברוך יונגרייז ראש הכולל מאנסי

הרב ישעי' טירנויער רב דיקעיטאר סאטמאר

הרב כ"ץ דיין בעיט'ס סאטמר

הרבנים וראשי ישיבות מקהלות סאטמאר ומקרובי רבותינו מסאטמאר ששבקו חיים לכל חי ו שיטתם להפילוג

רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל ראש ישיבת ומנהל סאטמאר ואבדק"ק סאטמאר לאנדאן וואס איז צוגעשטאנען שטארק צו די הנהגה פון מהרז"ל מסאטמאר זאגענדיג א פייערדיגע דרשה ביי זיין קענגליכע הכתרה,

הרב שמעי' שווארץ ז"ל ממאנטריאל אינו שייך בימיו

רבי כ"ץ ז"ל אבדק"ק ריסקווע ורב סאטמאר קרית יואל - בני ברק אינו שייך

רבי משה ארי' פריינד זצ"ל ראש ישיבת סאטמאר ורב סאטמאר ב'רחוב יואל סוף ימיו יצא נגד מהר"א והפובליק סקול בקרית יואל

רבי שמעון ישראל פויזענן משאפראן זצ"ל ראש ישיבת סאטמאר נפטר תשכ"ח אינו שייך

רבי רפאל זילבער רב פריימאן זצ"ל ראש ישיבת סאטמאר נוטראל

רבי משה יאזפאוויטש זצ"ל רב צלותא דשלמה ראש ישיבת סאטמאר שייך לצד מהרז"ל

רבי אברהם לייטנער זצ"ל רב מאנטיוודיעא וראש ישיבת סאטאמר תומך בצד מהרז"ל ודרש לכבודו כמה פעמים

רבי משה דוב וויינבערגער זצ"ל אבדק"ק פייעא ממקרובי רבינו הק' זי"ע שונא מהר"א

הרב יוסף אשכנזי ז"ל רב מהר"י אשכנזי גבאי ואיש סודו של רבינו הק' זי"ע תומך מהרז"ל

רבי יונה פילאפף זצ"ל ראש ישיבת סאטמאר קרית יואל עד יומו האחרון להמחלוקה הי' נוטראל

רבי מענדל רובין זצ"ל אבדק"ק מוזשיי קרוב לרביה"ק ומנהל סאטמאר בארא פארק נוטראל

רבי ברוך מילער זצ"ל ראש הכולל בקרית יואל שייך לצד מהר"א

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

היסטארישער פראטעסט אין וואשינגטאן קעגן ציונות ווערט געזען ר' זלמן לייב טייטלבוים נעבן זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים אויך די פאליטישע פירער פון סאטמאר: ר' בערל פרידמאן ר' סענדער דייטש ר' חיים משה שטויבער ר' אברהם ווידער ר' יוסף וואלדמאן. [1]

בילדער פון סאטמארער רבי'ן אויך כ"א כסליו תשל"ו, און ארץ ישראל תשכ"ה.