לדלג לתוכן

פראנקרייך

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פֿֿראַנקרײַך)

פראנקרייך
République Française
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט פאריז
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
עמנואל מאקראן
גרינדונג דאַטום
1958
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
643,427 קוואַדראַט ק"מ
42
0.26%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $2.635 טריליאן ()
וואַלוטע איירא
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען fr.
טעלעפֿאָן קאָד 33+

פֿראַנקרײַך (פראַנצויזיש: France פֿראַנס), אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק (פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פֿראַנסעז), איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגלישן קאנאל און דעם צפון ים אין צפון, און פונעם ריין אין מזרח ביזן אטלאנטישן אקעאן אין מערב. פראנקרייך גרענעצט (זייגערווייז פון צפון) בעלגיע, לוקסעמבורג, דייטשלאנד, די שווייץ, איטאליע, מאנאקא, אנדארא און שפאניע. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו ענגלאנד דורכן קאנאל טונעל.

פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם אייראפעישן פארבאנד אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך רוסלאנד און אוקראינע.

זעקס הונדערט טויזנט (600,000) ייִדן וווינען הײַנט צוטאָגס אין פֿראַנקרײַך, און 7 מיליאָן אַראַבער װױנען דאָרט אױך.

עס האט די דריטע גרעסטע יידישע באפעלקערונג נאָך ניו יאָרק און ארץ ישראל.

פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן.

פראנקרייך איז א דעמאקראטישע רעפובליק און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער נײַנטער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט. פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז עס א מיטגליד אין דער גרופע 8 און א סטאבילער מיטגליד אין דעם זיכערהייט ראט פון די פ"פ.

מאפע פון פראנקרייך

פראנקרייך געפינט זיך אין מערב אייראפע אויף די ברעגן פונעם אטלאנטישן אקעאן און דעם מיטלענדישן ים. אויך האט עס קאלאניעס אין צפון אמעריקע, די קאראיבישע אינזלען, דרום אמעריקע, דעם אינדישן אקעאן, אנטארקטיקע און פראנצויזישע פאלינעזיע אינעם פאציפישן אקעאן.

מעטראפאליטאנע פראנקרייך האט די פארעם פון א העקסאגאן און זיין שטח איז 547,030 ק"מ2. עס האט פארשינדענע לאנדשאפטן, פון די פלוינען אין דעם געגנט פון די בארטן ביז די בארגקייטן פון די אלפן אין דרום־מזרח און די פירענעען אין דרום־מערב. דער העכסטער פונקט אינעם אייראפעישן פארבאנד, מאן בלאנק, געפינט זיך אויפן גרענעץ צווישן פראנקרייך און איטאליע.

פראנקרייך איז געווען דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט א מיניסטעריום פאר דער סביבה, אין 1971. אין 1974 האט די רעגירונג פון פראנקרייך באשלאסן צו אינוועסטירן אין קערנדיקער קראפט צוליב די הויכע אויל פרייזן, און היינט דאס דעקט 78% פונעם לאנדס פראדוקציע פון עלעקטריע. אלס רעזולטאט איז דער סביבה ווייניגער פארפעסטיקט ווי אנדערע לענדער.

28% פון דעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער. די וועלדער האבן מער ווי 140 פארשידענע מינים פון ביימער. פראנקרייך האט 9 נאציאנאלע פארקן און 46 נאטירלעכע פארקן.

שטעט אין פֿראַנקרײַך

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פון פראנקרייך

אין די צייטן פון די רוימען איז געווען א לאנד גאליע מיט מער אדער ווייניגער די זעלבע גרענעצן ווי היינטיקע פראנקרייך. די איינוואוינער פון אוראלטן גאליע זענען געווען קעלטן. אין דעם ערשטן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט יוליוס קייסער איינגענומען גאליע, וואס איז געווארן א טייל פון דער רוימישער אימפעריע. די גאלן האבן אנגעהויבן רעדן לאטיין אזוי ווי די רוימער, פון וואס איז אנטוויקלט געווארן פראנצויזיש.

אין דעם 4טן יארהונדערט האבן די פראנקען, א גערמאנישער שבט, אינוואדירט גאליע און האבן זיך באזעצט דארטן. פון די פראנקען קומט דער נאמען "פראנקרייך".

די אימפעריע פון קארל דער גרויסער איז געווארן צעטיילט אין 843 ביים אפמאך פון ווערדון אויף דריי חלקים. דער גרעסטער טייל איז געווען מערב פראנקיע, וואס איז מער אדער ווייניקער היינטיקע פראנקרייך. פון 843 ביז דער פראנצויזישער רעוואלוציע אין 1789 איז פראנקרייך געווען א מאנארכיע.

די פראנצויזישע רעפובליק ווערט צעטיילט אין 18 ראיאנען, פינף מעבר־לים קאלעקטיוון, איין באזונדערער קאלעקטיוו (נייע קאלעדאניע) און איין אומבאוואוינטער אינזל (קליפערטאן) גלייך אונטער דעם מיניסטער פאר מעבר־לים פראנקרייך.

ראיאנען

זייט 2016 איז פראנקרייך צעטיילט אין 18 אדמיניסטראטיווע ראיאנען: 13 ראיאנען אין מעטראפאליטאנעם פראנקרייך (כולל קארסיקע),[1] און פינף מעבר־לים.[2] די ראיאנען ווערן ווייטער צעטיילט אין 101 נומערירטע דעפארטמענטן.[3] מען ניצט דעם נומער אין פאסטקאדן. צווישן די 101 דעפארטמענטן פון פראנקרייך, פינף (פראנצויזישע גיאנע, גוואדעלופ, מארטיניק, מאיאט, און רעאוניאן) זענען אין מעבר־לים ראיאנען וואס זענען אויך אין דער זעלבער צייט מעבר־לים דעפארטמענטן; זיי האבן גענוי דעם סטאטוס פון מעטראפאליטאנע דעפארטמענטן און זענען אן אינטעגראלן טייל פונעם אייראפעאישן פארבאנד.

די 22 ראיאנען פון פראנקרייך, כולל דעם אינזל קארסיקע אונטן רעכטס. דער פאריזער אומגעגנט איז פארגרעסערט לינקס.

ביז 2016 איז פראנקרייך געווען געטיילט אין 27 אדמיניסטראטיווע ראיאנען, פון זיי 22 אין מעטראפאליטאנעם פראנקרייך, און פינף ארום דער וועלט. די 22 מעטראפאליטנע ראיאנען זענען:

1.  אווערן
2.  אויבער נארמאנדי
3.  אונטער נארמאנדי
4.  איל-דע-פראנס
5.  אקוויטאניע
6.  בורגונדי
7.  ברעטאן
8.  לאטארינגיע
9.  לאנגעדאק-רוסיאן
10.  לימוזען
11.  מידי-פירענעען

12.  נארד-פא-דע-קאלע
13.  עלזאס
14.  פואטו-שארענט
15.  פיקארדי
16.  פע דע לא לואר
17.  פראוואנץ-אלפן-קאט דאזשור
18.  פראנש קאנט
19. צענטער
20.  קארסיקע
21.  רהאן-אלפן
22.  שאמפאן-ארדען

אום 28סטן סעפטעמבער 1958 האט מען באשטעטיקט די קאנסטיטוציע פון דער פינפטער רעפובליק. לויט דעם וויילט מען יעדע 5 יאר א פרעזידענט וואס פירט דאס לאנד. די געזעצן ווערן געמאכט אין א פארלאמענט פון צוויי הייזער. דער פרעזידענט טוט באשטימען דעם פרעמיער מיניסטער. אין די וואלן פון אפריל און מיי 2017 האט מען דערוויילט דעם פרעזידענט עמנואל מאקראן.

פראנקרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער און א פערמאנענטער מיטגליד פונעם זיכערהייט ראט מיט א וועטארעכט. עס איז אויך א מיטגליד פון דער גרופע פון אכט און דער וועלט האנדל ארגאניזאציע. אין פראנקרייך זענען הויפטקווארטירט דריי אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס: די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, אונעסקא און אינטערפאל.

פראנקרייך האט די צווייטע גרעסטע נעץ פון דיפלאמאטישע מיסיעס אין דער וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן.

די פראנצויזישע מיליטער האט א היסטאריע וואס גייט צוריק א לאנגע צייט און האט שטארק באאיינפלוסט די היסטאריע פון פראנקרייך. דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק איז דער הויפטקאמאנדאנט פון דער מיליטער. די צוועקן פון דער מיליטער זענען:

  • שיצן די טעריטאריע פון פראנקרייך אויף דער יבשה, ים און אין דער לופט
  • היטן גלאבאלע סטאבליטעט.

די פראנצויזישע מיליטער איז די גרעסטע אין אייראפע מיט (2006) 779,450 זעלנער, און איז די דריטע גרעסטע נוקלעארע מאכט אין דער וועלט (נאך די פאראייניקטע שטאטן און רוסלאנד.

די עקאנאמיע פון פראנקרייך איז איינע פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. פראנקרייך איז א מיטגליד אין דער גרופע פון 8 (G8) וואס ברענגט צוזאמען די אכט שטערקסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. אין 2010 האט פראנקרייך געהאט די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן, יאפאן, דייטשלאנד און דעם פאראייניגטן קעניגרייך. פראנקרייך האט זיך איינגעשלאסן אין דער אייראזאנע צוזאמען מיט נאך 10 לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד און האט געביטן זיין טראדיציאנעלע וואלוטע, דער פראנצויזישער פראנק, מיטן איירא דעם 1טן יאנואר 1999.

פראנקרייך האט א געמישטע עקאנאמיע וואס נעמט איין פארשפרייטע פריוואטע אונטערנעמונגען (כמעט 2.5 מיליאן קאפאניס רעגיסטרירט) מיט שטאַט אונטערנעמונגען און רעגירונג אינטערווענץ. די רעגירונג האט א שטארקע השפעה איבער אינפראסטרוקטור סעקטארן, מיט א מערהייט פארמאגערשאפט פון די באנען, עלעקטריע, פליווארג, נוקלעארע קראפט און טעלעקאמוניקאציע.

כאטש אנדערע מערבדיקע לענדער שאפן זייער ענערגיע פון קוילן, נאטירלעכער גאז, פראנקרייך ניצט ווייניג פון די רעסורסן, נאר האט אינוועסטירט אין קערנדיקער קראפט. אומגעפער 78 פראצענט (ריכטיק אין 2006) פון דער עלעקטריע וואס ווערט געשאפן אין פראנקרייך שטאמט פון קערנדיקער קראפט. צוליב דעם טוט פראנקרייך פראדוצירן ווייניקער קארבאן דיאקסייד ווי די אנדערע אכט מערסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט.

לויט דער וועלט האנדל ארגאניזאציע איז פראנקרייך געווען אין 2009 דער וועלטס זעקסטער גרעסטער עקספארטירער און דער פערטער גרעסטער אימפארטירער פון פאבריצירטע גוטער. אין 2008 האבן פראנצויזישע פירמעס אינוועסטירט $220 ביליאן אין פרעמדע לענדער, אזוי איז פראנקרייך דער צווייטער גרעסטער אויסערן־אינוועסטירער אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, נאך די פאראייניגטע שטאטן (מיט $311.8 ביליאן). פראנקרייך האט 39 פון 500 גרעסטע פירמעס אין דער וועלט.

היסטאריש, איז פראנקרייך א וויכטיקער פראדוצירער פון לאנדווירטשאפט פראדוקטן. פראנקרייך איז דער גרעסטער לאנדווירטשאפט פראדוצירער און עקספארטירער אין אייראפע.

פראנקרייך האט איינע פון די נידעריקסטע 15-64 יארן באשעפטיקונג ראטעס פון די OECD לענדער: אין 2004, זענען נאר 69% פון דער באפעלקערונג פון פראנקרייך צווישן 15-64 יארן געווען באשעפטיקט, אין פארגלייך מיט 80% אין יאפאן, 79% אינעם פאראייניגטן קעניגרייך, 77% אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און 71% אין דייטשלאנד. אין פראנקרייך זענען זייער ווייניג פון דער באפעלקערונג פון 15-24 יארן ביי ארבעט, צוליב דעם וואס דאס מינימום לוין איז גאנץ הויך, וואס מאכט שווער פאר יונגע מענטשן אריינצוקומען אין דעם ארבעט מארק.

מיט 79.5 מיליאן טוריסטן אין 2011, ווערט פראנקרייך געראנגט דער ערשטער טוריסטן ציל אין דער וועלט, מער ווי די פאראייניגטע שטאטן (62.3 מיליאן אין 2011) און כינע (57.6 מיליאן אין 2011).

די באן נעצווערק אין פראנקרייך איז לאנג 29,473 ק"מ (אין 2008), און איז די צווייטע לענגסטע אין מערב־אייראפע (נאך דייטשלאנד). די פראנקרייך באן פירמע אפערירט גיכבאן דינסטן ווי אייראסטאר, טהאליס און TGV.

פראנקרייך האט 475 פליפעלדער. נישט ווייט פון פאריז געפינט זיך דאס גרעסטע און מערסט באשעפטיקסטע פליפעלד אין גאנץ פראנקרייך, שארל דע גאל פליפעלד, וואס פארבינדט פאריז מיט כמעט אלע וויכטיקע שטעט אין דער וועלט.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – פראנצויזיש

די אפיציעלע שפראך פון פראנקרייך איז פראנצויזיש. עס איז א ראמאנישע שפראך, אזוי ווי שפאניש און איטאליעניש. אין מזרח פראנקרייך, אין עלזאס און א טייל פון לאטארינגיע, רעדט מען עלזאסיש, א דיאלעקט פון דייטשיש.

פראנקרייך איז א סעקולער לאנד וואס זיין קאנסטיטוציע גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע. די באפעלקערונג איז 51% קאטאליקן, 34% אטעיסטן, 4% מוסולמענער, 3% פראטעסטאנטן און 1% יידן.

פראנצויזישע ליטעראטור גייט צוריק צום מיטל אלטער.

די הויפט שרייבער אינעם 17טן יארהונדערט זענען געווען רענע דעקארט, מאָליער און בלעז פּאסקאל. די גרויסע שרייבער אינעם 18טן יארהונדער זענען געווען וואָלטער און זשאן-זשאק רוסאָ. אין דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען די ראמאניסטן סטעדנאל, אָנאָרע דע באלזאק, וויקטאר הוגאָ, אלעקסאנדר דיומא, גי דע מאָפּאסאן, עמיל זאָליא, מארסעל פּרוסט און זשול ווערן.

איינע פון די מערסטע באוואוסטע ספארט געשעענישן איז דער טור דע פראנס ציקלען פארמעסט. דאס געיעג דויערט דריי וואכן איבער א לענג פון 3,500 ק"מ וואס גייט ארום גאנץ פראנקרייך און ענדיקט אין פאריז. אויך איז פוטבאל שטארק פאפולער אין פראנקרייך. די זומער אלימפיאדע איז פארגעקומען אין פראנקרייך צוויי מאל, אין פאריז, אין די יארן 1900 און 1924.



וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פראנקרייך
  1. La réforme territoriale (fr). Government of France (‏‏18טן דעצעמבער 2015). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 30סטן דעצעמבער 2015. דערגרייכט דעם 1טן יאנואר 2016.
  2. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען France
  3. Departments of France (fr). Myfrenchproperty.com. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 14 July 2011. דערגרייכט דעם 21 July 2011.