נוקלעארער וואפן

פֿון װיקיפּעדיע

א נוקלעאַרער וואפֿן איז א וואפן וואס פלוצלונג פארלאזט די ענערגיע פונעם יאדער פון געוויסע אטאמען. דאס שאפט א מאסיווע אויפרייס. איין נוקלעארע באמבע איז גענוג שטארק צו פארטיליגן א גאנצע שטאט. די אטאמען וואס מען ניצט צו שאפן אזא אויפרייס זענען איזאטאפן פון אוראניום און פלוטאניום. נוקלעארע וואפן ווערן אויך גערופן "אטאם באמבעס" אדער "אטאמישע באמבעס".

די ערשטע נוקלעארע וואפן האבן די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אנטוויקלט אין דעם מאנהאטן פראיעקט ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, און מען האט זיי געניצט קעגן די יאפאנישע שטעט היראשימע און נאגאסאקי.

די לענדער וואס האבן שוין נוקלעארע וואפן זענען די פאראייניגטע שטאטן (1945), רוסלאנד (1949), דאס פאראייניגטע קעניגרייך (1952), פראנקרייך (1960), כינע (1964), אינדיע (1974) און פאקיסטאן (1978).