אלימפיאדע

פֿון װיקיפּעדיע
דער אלימפישער פאן

די מאדערנע אלימפיאַדעס (ענגליש: Olympic Games; פראַנצויזיש: Jeux olympiques[1][2]) זענען די פירנדע אינטערנאציאנאלע ספארט פאסירונגען סיי זומער סיי ווינטער ספארט פארמעסטן מיט טויזנטער מיטטיילער אטלעטן פון ארום דער וועלט באטייליגן אין פארשידענע פארמעסטן. מער ווי 200 פעלקער באטיילן אין די אלימפיאדעס.[3]

די אלימפיאַדע קומט פאר יעדע פערטע יאר אין אן אנדער שטאט. צוויי יאר נאך א זומער אלימפיאדע קומט פאר א ווינטער אלימפיאדע. די ארגינעלע אלימפיאדעס זענען געהאלטן געווארן אין אוראלט גריכנלאנד. די מאדערנע אלימפיאדע האט מען געהאלטן צום ערשטן מאל אין אטען אין 1896.

די ערשטע דריי אטלעטן אין יעדן ספארט באקומען מעדאלן פון גאלד, זילבער און בראנז.

מאדערנע אלימפיאדעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארויסגייער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דעם טערמין ״אלימפיאדע״ האט מען געניצט צו באשרייבן פארשיידענע אטלעטישע געשעענישן זייט דעם 17טן יארהונדערט. דער ערשטער אזוינע איז געווען די ״קאטסוואלד אלימפיאדע״ וואו מען איז צוזאמענגעקומען יעדע יאר פאר עטלעכע ספארטן. דער אדוואקאט ראבערט דאווער האט ארגאניזירט די אלימפיאדע צווישן 1612 און 1642.

באראן פיער דע קובערטין

צווישן 1862 און 1867, האט די שטאט ליווערפול געהאלטן א יערליכע ״גרויס-אלימפיאדע פעסטיוואל״. די דאזיקע אלימפיאדע איז געווען די ערשטע וואס זענען געווען אינגאנצן פאר אמאטארן און מיט אן אינטערנאציאנאלן ארויסקוק.[4][5] דער פראגראם פון דער ערשטער מאדערנער אלימפיאדע אין אטען אין 1896 איז געווען כמעט דער זעלבער ווי ביי דער ליווערפול אלימפיאדע.‏[6] אין 1865 האבן האלי, ברוקס און ע. ג. רעוונשטיין געגרינדעט די נאציאנאלע אלימפישע אסאציאציע אין ליווערפול, א פארויסגייער פון דער בריטישער אלימפישער אסאציאציע. אירע גרינדונג ארטיקלען האבן געשאפן דעם ראם פארן אינטערנאציאנאלן אלימפישן טשארטער.[7] אין 1866, האט מען ארגאניזירט אין גרויסבריטאניע א נאציאנאלע אלימפיאדע אין דעם לאנדאנער קריסטאל פאלאץ.[8]

אין די יארן 1870 און 1875 האט מען געהאלטן אלימפיאדעס אין דעם פאנאטינייקא סטאדיאן אין אטען, גריכנלאנד.[9] דרייסיק טויזנט צוקוקער זענען געווען אנוועזנד ביי דער 1870 אלימפיאדע; פון דער 1875 אלימפיאדע איז נישט געבליבן קיין אפיציעלן בייזיין באריכט.[10] אין 1890, נאך זיין בייזיין ביי די אלימפישע שפילן פון דער ווענלאק אלימפישער געזעלשאפט, האט באראן פיער דע קובערטען געשאפן דעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט.[11] קובערטען האט אנטוויקלט די ווערק פון ברוקס און זאפאס מיט דער כוונה צו שאפן אן אלימפיאדע וואס וועט פארקומען יעדע פיר יאר אין אן אנדער לאנד.[11] ער האט דאס פארגעשלאגן ביי דער ערשטער זיצונג פון דעם נייעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט (IOC). מען האט געהאלטן די זיצונג פון 16טן יוני ביזן 23סטן יוני, 1894, ביים סארבאן אוניווערסיטעט אין פאריז. דעם לעצטן טאג פון דער זיצונג האט מען באשלאסן אז די ערשטע אלימפיאדע אונטער דעם אינטערנאציאנאלן אלימפיאדע קאמיטעט וועט מען האלטן צוויי יאר נאכהער אין אטען.[12] דער IOC קמאיטעט האט דערוויילט דעם גריכישן שריפטשטעלער דעמעטריוס וויקעלאס צו זיין דער ערשטער פרעזידענט.[13]

1896 אלימפיאדע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עפֿענען צערעמאניע אין דעם פאַנאַטינייקאַ סטאַדיאן

די ערשטע אלימפיאדע וואס איז געהאלטן געווארן אונטער דעם IOC איז פארגעקומען אין דעם פאנאטינייקא סטאדיאן אין אטען אין 1896. אין יענער אלימפיאדע האבן מיטגעטיילט 241 אטלעטן פון 14 לענדער וואס האבן קאנקורירט אין 43 פֿארמעסטן.[14] עוואַנגעלאס זאַפאַס מיט זיין שוועסטער־קינד קאנסטאַנטינאס זאַפאַס האבן געהאט איבערגעלאזט צו דער גריכישער רעגירונג א קרן פאר צוקונפדיקע אלימפיאדעס. פון דעם קרן האט מען פינאנצירט די 1896 אלימפיאדע.[15][16][17] געארג אַוועראוו האט שיין בייגעשטייערט ברייטהארציג צו באנייען דעם סטאדיאן לכבוד דער אלימפיאדע.[18] אויך האט די גריכישע רעגירונג אריינגעלייגט געלט וואס זיי האבן געקלערט צוריקבאקומען דורך פארקויפן בילעטן און ספעציעלע אנדענק בריוומארקן.[18]

רשימה פון זומער אלימפיאדעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייט מען האט באנייט די אלימפיאדעס אין 1896 זענען פארגעקומען 30 אלימפיאדעס. די זעקסטע אלימפיאדע אין 1916, די צוועלפטע אין 1940 און די דרייצנטע אין 1944 האט מען נישט געהאלטן צוליב דער ערשטער וועלט מלחמה או דער צווייטער וועלט מלחמה.

יאר אלימפיאדע לאקאציע
1896 ערשטע אלימפיאדע גריכנלאנד אטען
1900 צווייטע אלימפיאדע פראַנקרײך פאריז
1904 דריטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטן סאנט לואיס, מיזורי
1906 אומאפיציעלע אלימפיאדע גריכנלאנד אטען
1908 פערטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייך לאנדאן
1912 פינפטע אלימפיאדע שוועדן שטאקהאלם
1916 זעקסטע אלימפיאדע דייטשע אימפעריע בערלין
1920 זיבעטע אלימפיאדע בעלגיע אנטווערפן
1924 אכטע אלימפיאדע פראַנקרײך פאריז,
1928 ניינטע אלימפיאדע האָלאַנד אמסטערדאם
1932 צענטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטן לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע
1936 עלפטע אלימפיאדע בערלין
1940 צוועלפטע אלימפיאדע פינלאנד העלסינקי
1944 דרייצנטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייך לאנדאן
1948 פערצנטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייך לאנדאן
1952 אלימפיאדע החמש עשרה פינלאנד העלסינקי
1956 זעכצנטע אלימפיאדע אויסטראליע מעלבארן, וויקטאריע
שטאקהאלם, שוועדן
1960 זיבעצנטע אלימפיאדע איטאַליע רוים
1964 אכצנטע אלימפיאדע יאפאן טאקיא
1968 ניינצנטע אלימפיאדע מעקסיקא מעקסיקא סיטי
1972 צוואנציגסטע אלימפיאדע מערב דייטשלאנד מינכן, בייערן
1976 איין און צוואנציגסטע אלימפיאדע קאַנאַדע מאנטרעאל, קוויבעק
1980 צוויי און צוואנציגסטע אלימפיאדע סאוועטן פארבאנד מאסקווע
1984 דריי און צוואנציגסטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטן לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע
1988 פיר און צוואנציגסטע אלימפיאדע דרום קארעע סעאל
1992 פינף און צוואנציגסטע אלימפיאדע שפּאַניע בארצעלאנע, קאטאלאניע
1996 זעקס און צוואנציגסטע אלימפיאדע פאַראייניקטע שטאַטן אטלאנטא, דזשארדזיע
2000 זיבן און צוואנציגסטע אלימפיאדע אויסטראליע סידני, ניו סאט וויילס
2004 אכט און צוואנציגסטע אלימפיאדע גריכנלאנד אטען
2008 ניין און צוואנציגסטע אלימפיאדע כינע בייזשינג
2012 דרייסיקסטע אלימפיאדע פאראייניגטע קעניגרייך לאנדאן
2016 איין און דרייסיקסטע אלימפיאדע בראַזיל ריא דע זשאנערא
2021 צוויי און דרייסיקסטע אלימפיאדע יאפאן טאקיא

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ענגליש און פראנצויזיש זענען די צווי אפיציעלע שפראכן פון דער אלימפיאדע באוועגונג.
  2. Jeux Olympiques – Sports, Athlètes, Médailles, Rio 2016. International Olympic Committee (‏2018-10-22).
  3. Overview of Olympic Games. דערגרייכט דעם ‏4טן יוני 2008.
  4. Matthews 2005, pp. 53–54.
  5. Weiler 2004.
  6. Girginov & Parry 2005, p. 38
  7. Young 1996, p. 24.
  8. Much Wenlock & the Olympian Connection. Wenlock Olympian Society. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 23סטן יאנואר 2009. דערגרייכט דעם 31סטן יאנואר 2009.
  9. Young 1996, pp. 2, 13–23, 81.
  10. Young 1996, p. 44.
  11. a b "Rugby School motivated founder of Games", Reuters, Sports Illustrated (2004-07-08). דערגרייכט דעם 2009-02-04. 
  12. Coubertin, Philemon, Politis & Anninos (1897), Part 2, p. 8
  13. Young 1996, pp. 100–105.
  14. Athens 1896. The International Olympic Committee. דערגרייכט דעם 8טן פעברואר 2010.
  15. Young 1996, p. 117.
  16. de Martens, Frédéric (1893). Mémoire sur le conflit entre la Grèce et la Roumanie concernant l'affaire Zappa (אויף פֿראַנצויזיש). אַטען: [printer Anestis Constantinides]. דערגרייכט דעם 2טן אויגוסט 2017. 
  17. Streit, Geōrgios S. (1894). L'affaire Zappa; Conflit Gréco-Roumain (אויף פֿראַנצויזיש). פאַריז: L. Larose. דערגרייכט דעם 2טן אויגוסט 2017. 
  18. a b Young 1996, p. 128.