לדלג לתוכן

דזשארדזשיע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דזשארדזיע)
דזשארדזשיע
פאן פון דזשארדזשיע

סיעל פון דזשארדזשיע

אריגינעלער נאמען Georgia
אפיציעלער נאמען State of Georgia
צונאמען Peach State
קאנטינענט צפון אמעריקע
ראיאן דרום פאראייניגטע שטאטן
לאנד פאראייניגטע שטאטן
הויפטשטאט אטלאנטא
גרעסטע שטאט אטלאנטא
שטח 153,909 ק״מ²
באפעלקערונג בערך 11.2 מיליאן
העכסטער פונקט Brasstown Bald
צייט זאנע מזרח צייט
אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן 2טן יאנואר 1788
סדר 4טער שטאט
קאונטיס 159
פאסט קאד GA
ISO קאד US-GA
וועבזייטל georgia.gov

דזשארדזשיע (ענגליש: Georgia) איז א שטאט אין דעם דרום פאראייניגטע שטאטן.

די הויפט און די גרעסטע שטאט איז אטלאנטא.

דעם נאמען "דזשארזשיע" האט מען גערופן נאך זשארזש דער צווייטער, קעניג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

דזשארדזשיע איז געווען איינע פון די דרייצן בריטישע קאלאניעס. אום דעם 2טן יאנואר 1788 איז זי געווארן דער פערטער שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן.

דזשארזשיע איז א פראמינענטער היסטארישער דרום שטאַט, וואו אהין מ'האט איידער דעם ברודער קריג געבראכט אהין מיט געוואלד טויזנטער שקלאפן פון מערב אפריקע צו באארבעטן די וואטע פעלדער. די ווייסע איינוואוינער זענען פון דעם רייך געווארן און געלעבט א גוטן טאג, בשעת די שווארצע זענען געווען פארקנעכטעט און אונטערדריקט.

אין דער קנעכטשאפט עפאכע (בערך אין די צייטן פון חתם סופר) איז פלארידא נאך נישט געווען א חלק פון אמעריקע, עס האט נאך באלאנגט פאר שפאניע, דעריבער איז דזשארדזיע געווען דער עקסטרעמער דרום עק פון אמעריקע, ווי עס האט געדינט פאר א שיץ (אפשייד) צווישן פלארידא און די קאראליינעס.

נאך דעם ברודער קריג ווען האלטן שקלאפן איז געווארן אומ-געזעצליך איז דזשארדזשיע געלעגן חרוב ונחרב, אלע שקלאפן זענען זיך צולאפן און די פעלדער זענען אינטערגעצינדען געווארן פון די שחורים. עס האט געדויערט לאנגע יארן ביז עס האט צוריק אויפגעלעבט.

דזשארדזשיע גרעניצט זיך מיט פלארידא צו דרום, אלאבאמא צו מערב, טענעסי און צפון קאראליינע צו צפון, און דרום קאראליינע צו מזרח. צו דרום־מזרח האט דזשארדזיע א בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן.

גרויסע שטעט זענען אויגוסטע, סאוואנאה און קאלומבוס אטלאנטא.

דזשארדזשיע האט א גרויסע עקאנאמיע מיט לאנדווירטשאפט, פראדוקציע, האנדל, טעכנאלאגיע און טראנספארט.

דער גרעסטער מעטראפאליטאנער געגנט איז ארום אטלאנטא.

די באפעלקערונג לויטן 2020 צענזוס איז 10,711,908

א שחורה שקלאף רוהט זיך אפ אין דזשארדזשיע אין יאר 1832

אין אטלאנטא געפינט זיך איינע פון די גרעסטע יידישע קהילות אין דעם דרום טייל פון די פאראייניגטע שטאטן.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד