קאטאלאניע

פֿון װיקיפּעדיע
מאפע וואס ווייזט קאטאלאניע אין שפאניע אין אייראפע

קאַטאַלאָניע (קאַטאַלאָניש: Catalunya; שפּאַניש: Cataluña; אקציטאניש: Catalonha) איז א שפאנישע אויטאנאמישע געמיינדע. זי געפינט זיך דרום פון די מזרח פירענעען, און האט א צפון גרענעץ מיט פראנקרייך.

קאטאלאניע האט פיר פראווינצן: בארצעלאנע, טאראגאנע, זשיראנע (שפּאַניש: Gerona) און ליידע (שפּאַניש: Lérida לערידע). זי האט א באפעלקערונג פון העכער 7 מיליאן מענטש. א גרויסער טייל מענטשן רעדן די לאקאלע שפראך, קאטאלאניש, און כמעט אלע רעדן שפאניש. אויך האט קאטאלאניע א קליינע אויטאנאמישע טעריטאריע, אראן, וואס גרענעצט פראנקרייך צו צפון, וואו טייל מענטשן רעדן אראניש, א דיאלעקט פון אקציטאניש. אלע דריי זענען אמטיקע שפראכן אין קאטאלאניע, אנערקענט דורך דער שפאנישער קאנסטיטוציע.

די הויפטשטאט פון קאטאלאניע איז די שטאט בארצעלאנע, אויפן מיטלענדישן בארטן, וואו די אלימפיאדע איז פארגעקומען אין 1992.

קאטאלאניע איז איינע פון דרום־אייראפע׳ס מערסט בליענדיקע געגנטן, וואו אינדוסטיראליזאציע האט אנגעהויבן פריער און גיכער ווי אין גאנץ שפאניע, איבערהויפט טעקסטיל.