לדלג לתוכן

אטלעטיק

פֿון װיקיפּעדיע
לויפוועג און פעלד

אַטלעטיק איז פארשידענע סארטן ספארט ווי לויפן, שפרינגען און ווארפן. די אטלעטיק געשעענישן ווערן געהאלטן אין א ספארט סטאדיאן, אדער אויפן לויפוועג, אדער אויפן פעלד אינעווייניק פונעם לויפוועג. מען האלט אטלעטיק איבער דער גארער וועלט. די שפרונג געשעענישן זענען הויכשפרונג, ווייטשפרונג, דריישפרונג און שפרינגען מיט א טיטשקע. ווארפן געשעענישן זענען ווארפשפיז ווארף, דיסקוס ווארף, האמער ווארף און קויל שטויס. אויך איז פאראן דער דעקאטלאן, וואס שליסט איין צען לויפן און שפרינגען געשעענישן (100 מעטער, ווייטשפרונג, קויל שטויס, הויכשפרונג, 400 מעטער, הירדנלויף, דיסקוס ווארף, שפרינגען מיט א טיטשקע, ווארפשפיז ווארף און 1500 מעטער.

אטלעטיק געשעענישן קומען פאר ביי די אלימפיאדעס.