באַניצער רעדן:Davidik500

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער

א ייש״כ פארן ארטיקל. שיין געשריבן. כ׳האב צוגעלייגט קאטעגאריעס. --פוילישער 11:59, 9 יוני 2017 (UTC)[ענטפֿער]

יש"כ. נישט דא פארוואס. ס'איז א פארגעניגן פאר מיר צו שרייבן. איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן וויאזוי קען מען פארבינדן צווישן צוויי ארטיקלען וואס זענען די זעלבע נאר געשריבן אין צוויי אנדערע שפראכן. צום ביישפיל, דער ארטיקל וואס איך האב געשאפן דא איבער רבי יעקב האגער עקזיסטירט אויף העברעיש אויכט, אבער ווען איך דריק דעם סימבאל אויבן אויף דער לינקע זייט (סיי דער ארטיקל אין אידיש און סיי אין העברעיש), ס'איז ווייזט מיר כאילו דאס בלאט עקזיסטירט נישט אין סיי וועלכע אנדערע שפראך. עס וואלט מיר זייער שטארק געפרייט אויב איר וואלט געקענט מיר ערקלערן וויאזוי קען מען עס פאררעכטן. איך וויל דא אויך אין די זעלבע געלעגנהייט צו אויסדרוקן א דאנק פאר אייער הילף און שטיץ. א גוטע וואך. --Davidik500 - זונטאג, י"ז בסיון הת'שע"ז, 11 יוני, 3:24, (IDT)

שאפן אן אייגן בלאט.[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שלום עליכם מיין טייערער פריינד ר' פוילישער! ערשט וויל איך אייך באדאנקן פאר אייער הילף און צייט וואס איר לייגט אריין דא לטובת הכלל והפרט! צווייטנ'ס, שומן לאנג צוריק האב איך געוואלט צו שאפן מיין אייגענער בלאט, אזוי ווי אנדערע לענגיעריגע און אויכט נייע באנוצערן האבן. אויב האט איר די צייט און די מעגליכקייט מיר ארויסצוהעלפן מיט דעם עס וועט מיר פרייען גרר שטארק. יש"כ, א גוט וואך און דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין צו זעהן מיט די אויגן בבנין בית המקדש ובנחמת ציון וירושלים אמן. Davidik500 (רעדן) 20:36, 30 יולי 2017 (UTC)[ענטפֿער]

ערשטנס א ייש״כ פאר די ווארעמע ווערטער. שאפן אן אייגענעם בלאט איז גאנץ פשוט. איר קליקט אויבן וואו עס שטייט ״באַניצער בלאט״ אדער אויבן אין דער הייך וואו איר זעט אייער נאמען (דערווייל קאלירט רויט). ווען איר קליקט אויף דעם וועט זיך עפענען א ליידיגער בלאט וואס איז אייער באניצער בלאט. טאמער איר דארפט נאך הילף, ענטפערט דא אויף דעם בלאט. --פוילישער 21:24, 30 יולי 2017 (UTC)[ענטפֿער]

איך זע אס עס געפֿעלט אייך נישט דער אויסלייג ״געפינט״. פארוואס זאל מען נישט שרייבן ״געפינט״ אזוי ווי ״געפינען״? --פוילישער 18:46, 15 אויגוסט 2017 (UTC)[ענטפֿער]

שלום עליכם!
חלילה, איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וויאזוי מען שרייבט "געפונט" אדער "געפונט". איך רעד א היימישע אונגארישע אידיש און איך בין צוגעוואוינט צו שרייבן געפונט אנשטאט געפונט ( ווען איך רעד זאג איך געפינט פארשטייט זיך) און אזוי האב איך געזעהן אז מען שרייבט אין א סאך צייטונגען און ביכער, דאך אין עטליכע פלעצער, האב איך געזעהן אז עס איז דא אזעלכע וואס שרייבן געפונט. על כל פנים ביידע וועגן זענען ריכטיג. אויב איר ווילט אז איך זאל שרייבן געפינט ענדערעש ווי געפונט וועל איך טאקע אזוי שרייבן.
Davidik500 אויגוסט 17, 2017 - 23:28 (UTC)
ביסט טאקע גערעכט ביידע וועגן זענען ריכטיג. טאמער דו ווילסט שרייבן ״געפונט״ שרייב אזוי, פארוואס נישט. אבער ווען אן אנדערער האט געשריבן ״געפינט״ דארף מען דאס לאזן אזוי. (אחוץ אין איין ארטיקל פאסט אז מען זאל אלעמאל ניצן דעם זעלבן אויסלייג, פארשטייט זיך.) כל טוב. --פוילישער 19:55, 15 אויגוסט 2017 (UTC)[ענטפֿער]

ר' פוילישער אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן מיט שפראך מוסטערן אויף מיין בלאט. איך וויל אז די מוסטערן זאלן זיין קאלירענדיגע אזוי ווי איר האט. עס מאכט נישט קיין אונטערשייד וועלכע פארבן , דער עיקר איז אז עס זאל זיין קאלירענדיג. א דאנק פון פארויס. Davidik500 (רעדן) 16:36, 16 אויגוסט 2017 (UTC)[ענטפֿער]

אוודאי. אנשטאט צו ניצן דעם Babel: פֿונקציע, ניצט דעם Babel אדער באבעל מוסטער. --פוילישער 20:59, 16 אויגוסט 2017 (UTC)[ענטפֿער]

ארטיקלען וואס איך האב אליינס געשאפן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Davidik500 (רעדן) 19:01, 5 נאוועמבער 2017 (UTC)

א שיינער ארטיקל. ייש״כ! --פוילישער 21:12, 30 אויגוסט 2017 (UTC)[ענטפֿער]

א כתיבה וחתימה טובה, און זאלסט האבן א גוט געבענטשט יאר! --פוילישער 11:51, 20 סעפטעמבער 2017 (UTC)

ישר כח! וכן לאמור! א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר, א זיסע און א לעכטיגע יאר! שפע ברכה מיט הצלחה וכל מילי דמיטב!

Davidik500 , ערב ר"ה ה'תשע"ח הבעל"ט, 17:32 ולמנינם 20 סעפטעמבער 2017

איך האב געזוכט ״פאסטעל קאד״ און נישט געטראפן. פשוט ווייל פאסטעל איז נישט קיין יידיש ווארט. אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיפ קאד. דא האב איך געטראפן ״פאסט קאד״. א גוט קוויטל. --פוילישער 14:15, 1 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

למעשה ביסט דו גערעכט, איך האב אויכעט נאכגעפרעגט און ארומגעזוכט, און אין ערגעץ האב איך נישט געטראפן א פאסיגן ווארט פאר פאסט/פאסטעל קאד.
טראצדעם וואס אידיש דארף נישט פאלגן נייטיג די דייטשע שפראך, דאך, טאמער האסטו באמערקט א גרויסער טייל פונעם שפראך איז באזירט אויף דייטש (א שפראך וואס איך קען רעדן אויף א מיטלמעסיגן און א פארגעשריטענעם אופן). און אין דייטש, דאס ווארט פאר פאסטעל קאד איז פאסטלייט-צאל, דאך טאמער דו פרעגסט מיר פערזענליך, וועל איך דיר זאגן אז פאסט קאד וועט אויסקוקן מער פארשטענדליך פארן עולם. ס'איז פונקט אזוי ווי אין אמעריקע, קיינער וועט נישט רופן א "וועקיום קלינער" (אין א"י רופט מען עס "שואב אבק") "שטויב-זויגער" א.א.וו. מיט די יארן א סאך ענגלישע (אין אמעריקע און קאנאדע) און העבראישע (אין א"י) ווערטער האבן אריינגעדרינגן אין דעם אידישן שפראך, און פאקטיש היינט ס'איז כמעט אוממעגליך צו רעדן אויף א ריינעם אידיש. דאך אין ישיבה, געדענק איך אז מען האט געהאט א פאר בחורים וואס האבן מקפיד געווען צוליב קנאות צו רעדן דייקא אין אידיש און "חלילה" נישט אריינמישן סיי וועלכע ווערטער אויף ענגליש אדער העברעאיש. וועגן פאסט/פאסטעל קאד, איך טראכט אפשר זאל איך עפענען א דיסקוסיע אין "קאווע שטיבל"?. דארט זיכער קען מען זיך באגעגענען מיט אזעכלכע וואס זענען באהאוונט אין פארצייטישן אידיש. ישר כח פארן הילף און א גוטן קוויטל.

Davidik500 (רעדן) 20:32, 1 אקטאבער 2017 (IDT)

אדרבא, פארוואס נישט? --פוילישער 22:59, 1 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

ס׳איז געווען געשריבן ״עפענען״. פארוואס קענסטו נישט פארטראגן דאס ווארט, נאר דו עקשנסט זיך איין צו ענדערן וואס מ׳דארף נישט ענדערן? עפענען איז ביי די נישט קיין ווארט? --פוילישער 22:19, 23 אָקטאָבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז נישט קיין ווארט, איך האב נאר געזאגט אז עפענונג זעהט אויס בעסער. דאס אלעס. צוליב דעם אז איך האב יא ריספעקט האב איך צוריקגעלייגט דיין ווערסיע "ביים עפענען" אנשטאט "ביי דער עפענונג". אבער איך בעט דיר אויכעט די זעלבע אז דו ווילסט עפעס טוישן אדער פאררעכטן אויף מיינע בלעטער שרייב אין שמועס בלאט און איך מיך אליין פארנעמן מיט דעם צו פארעכטן.

א ייש״כ פארן פארברייטערן דעם ארטיקל, און באוועגן פונעם נאמען ״קראצמעך״, וואס איז טאקע נישט קיין עמטלעכע ווארט. איך האב צוזאמענגעלייגט די צוויי ארטיקלען אונטערן קעפל ניטל וואס איז מער אנגענומען ביים גרעסטן טייל פונעם עולם. --פוילישער 14:16, 24 דעצעמבער 2017 (UTC)[ענטפֿער]

נישטא פארוואס, איך האב אויפגעשטויסן אין דעם ארעטיקל וועלכער האט זיך באשטייט פון בלויז צוויי שורות, און איך האב באשלאסן אים צו פארברייטערן. כל טוב Davidik500

Share your experience and feedback as a Wikimedian in this global survey[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

WMF Surveys, 18:40, 29 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

Reminder: Share your feedback in this Wikimedia survey[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

WMF Surveys, 01:39, 13 אַפריל 2018 (UTC)

Your feedback matters: Final reminder to take the global Wikimedia survey[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

WMF Surveys, 00:48, 20 אַפריל 2018 (UTC)

ביטע ממשיך זיין שרייבן דא[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך וועל פראבירן אייך שטיין צו די האנט, ייש"כ גלייכער (רעדן) 21:55, 6 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]