לדלג לתוכן

ניטל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וויינאכט)

ניטל אדער וויינאַכט[1] (פון דייטשיש: Weihnachten; ענגליש: Christmas) איז א יערליכע חגא וועלכע איז אנגענומען ביי אלע קריסטליכע שיכטן און וואס זיי פייערן אום צו באצייכענען דעם געבורט פון ישו פון נצרת. די מערהייט קריסטן פייערן ניטל אום 25סטן דעצעמבער (די קאטוילישע קירכע, די פראטעסטאנטישע קירכע און די גריכישע), מיטגלידער פון דער ארמענישער קירכע אום 6טן יאנואר, און די קריסטליכע בירגער פון דעם געוועזענעם ראטנפארבאנד וואס געהערען כמעט אלע צו דער רוסישער קירכע צייכענען ניטל אום 7טן יאנואר (וואס איז דעם 25סטן דעצעמבער לויט זייער יוליאנישן קאלענדאר).

א ניטל מארקעט אין יענא, דייטשלאנד

לויט דעם נייעם טעסטאמענט איז ישו געבוירן אין דער שטאט בית לחם צו זיין מוטער מרים, וועלכע לויט דער קריסטליכער טראדיציע, איז געווען שוואנגער אהן א מאן. אין דעם זעלבן ארט וואו איז ער געבוירן געווארן געפינט זיך היינט צו טאגס די "געבורט קירכע". די קריסטן גלייבן אז די געבורט פון ישו איז למעשה א פארווירקליכונג פון דער פּראָפֿעצייהונג וועלכע מעלדט איבער זיין אנקום וועלכער וועט אויסלייזן די וועלט פון אלע זינד. צווישן די פארשידענע קריסטליכע שטרעמונגען ס'איז נישט דא קיין דייטליכע צושטימונג איבער דער פונקטליכער כראנאלגיע פון ישו'ס געבורט.

ביי אידן פירט מען זיך מנהגי ניטל אין דער נאכט צווישן דעם 24סטן און דעם 25סטן.

די אויפפירונג פון ניטל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ניטל פארמאגט פילצאליגע מנהגים מיט רעליגיעזע און פרייע אייגנשאפטן, און וועלכע זענען פארענדערליך אין יעדן לאנד. די קוועלע פון די מערהייט באקאנטע מנהגים פון ניטל, שטאמען אפ אורשפרינגליך פון דייטשלאנד, אזוי ווי צום ביישפיל ניטלבוים און באשענקונג פון געשאנקן. די אויבנדערמאנטע מנהגים זענען אורשפרינגליך פאגאניש, און נאר יארן דערנאך האבן זיי זיך פארוואנדלט אין א סימבאל פון דער קריסטליכער ניטל. דער ניטלבוים ווערט באצירט און געשמוקט מיט קליינע באלן און מיט פארשידענע שפילצייג. 

א ניטלבוים אין אן איינקויף-צענטער אין קאליפארניע
ניטל פאסטקארטל פון יאר 1907

אין אמעריקע און אויך אין אייראפע, א גרויסע צאל מענטשן פייערן די ניטל אלס א פרייע חגא. אין לענדער ווי פוילן, איטאליע, און די לענדער פון דעם געוועזענעם ראטנפארבאנד די ניטל באקומט מער א רעליגיעזע באדייטונג. רוב קריסטן פירן זיך צו פייערן ניטל אין זייער משפחה קרייז מיט א פעסטליכער מאלצייט און מיט זינגען ניטל לידער. אינדערפרי אונטערן בוים געפינען זיך די געשאנקען וועלכע לויט דעם קריסטליכן מיטאָס ברענגט סאַנטאַ קלויז (אין רוסלאנד ווערט ער גערופן דיעד מאראז [Дед Мороз]), וועלכער פארט ארום מיט א שליטן געפירט דורך פליענדיקע רעניפערן, און וועלכער פארמאגט א גרויסע זאק מיט א סאך געשאנקען אום זיי ארומטיילן.

עס איז פאראן עטלעכע טעאריעס פון וואנעט נעמט זיך דער נאמען "ניטל" אין יידיש:

  • עס קומט פונעם העברעאיש ווארט נתלה, וואס באדייט "געהאנגענער", מרמז צו זיין אויף "אותו האיש" וואס מען האט געהאנגען.
  • ווייל ס'איז ליל "נטילתו" ועקירתו מן העולם, טייטש: די נאכט ווען ער איז אוועקגענומען געווארן פון דער וועלט.
  • ראשי תיבות נולד ישו ט' לטבת, לויט די דעה אז ער איז דעם טאג געבוירן.
  • נאכן פסוק ישב בדד וידום כי "נטל" עליו, נעמליך אז מ'לערנט נישט.

ס׳איז געווען דער מנהג ביי יודן אין די אשכנזישע לענדער נישט צו לערנען די נאכט פאר תקופת טבת (ניטל נאכט). היינט צו טאג איז דער כמעט נאר געבליבן ביי די חסידישע אידן. בדרך רמז זאגט מען אז ניטל איז ראשי תיבות יודן טארן נישט לערנען.

עטליכע טעמים ווערן אנגעגעבן פארוואס מען לערנט נישט אין ניטל, איין טעם איז אז עס הערשט דעמאלטס א גרויסע טומאה אויף דער וועלט און די תורה גייט פארן השפעה פונעם סטרא אחרא.

די אריגינעלע סיבה איז געווען פאר זיכערהייטס סיבות. ווייל די גוים זענען דאן ארויס פון קירכעס נאך זייערע צערעמאניעס אום קראצמעך און זיי זענען אפט געווען אנגערייצט אויף די יודן פארן הארגענען זייער אפגאט, ממילא האט מען איינגעפיהרט אז מען זיצט נישט אין ביהמ"ד נאר יעדער זאל זיין פארשפארט ביי זיך אינדערהייים.

אין פוילן און אנדערע קאטוילישע לענדער, איז ניטל-נאכט געווען דעם 24סטן דעצעמבער ביינאכט, און אין רוסלאנד און אנדערע פראוואסלאוונע לענדער דעם 5טן יאנואר.

דער טעם פון די צוויי ניטלען האט צו טון ווייל די קאטאליקן פייערן זייער חגא לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר און די פראוואסלאוונע לויטן יוליאנישן קאלענדאר.

טייל לייגן זיך שלאפן פריה און שטייען אויף ביי חצות צו לערנען. אנדערע לערנען נישט ביז צופריה און ס'דא וואס פיהרן זיך ביז צוועלף דעם אנדערן טאג.

דער בעלזער רב פלעגט זאגן תורה ניטל ווען עס איז געפאלן שבת, ער האט געזאגט אז זיינע תורות זענען תפילות אויף כלל ישראל, ממילא הייסט עס נישט געלערנט ניטל.

  1. אין יידיש ווערט עס אפט גערופן קראַצמעך, כאטש דאס ווארט "קראַצמעך" ווערט נישט פארעכנט אלס אן עמטליך יידיש ווארט