סאנקט פעלטן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
סאנקט פעלטן (שטאָט)
AUT Sankt Poelten COA.svg
Sankt Poelten.jpg
א בליק אויף סאנקט פעלטן
מדינה / טעריטאריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאארדינאטן 48°12′00″N 15°37′00″E / 48.2°N 15.616667°E / 48.2; 15.616667קאארדינאטן: 48°12′00″N 15°37′00″E / 48.2°N 15.616667°E / 48.2; 15.616667
בירגערמייסטער מאטיאס שטאדלער
שטח 108.52 קוואדראט ק"מ
הייך 267 מעטער
באפעלקערונג (2017)

 ‑ אין שטאָט

54,213‏

סאנקט פעלטן (דייטשיש: Sankt Pölten) איז די גרעסטע שטאט און די הויפטשטאט פון דעם לאנד נידער-עסטרייך, אין עסטרייך. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם "טרייזן טייך" (דייטשיש: Treisen Teich), אין דעם "וואכאו טאל", און ווערט אריינגערעכנט אין דער ליסטע פון די עלטסטע שטעט אין דעם לאנד. די באפעלקערונג פון דער שטאט ציילט אפ 54,213 איינוואוינערס (יאנואר 2017).

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טרייזען טייך און אין די צפונ'דיגע עקן פון די אלפן בערג. סאנקט פעלטן איז א טייל פונעם "מוסטפירטל" דיסטריקט, וועלכער איז דער דרום-מערב'דיגער דיסטריקט און איינער פון די פיר דיסטריקטן פון נידער-עסטרייך. די מערב'דיגע עסטרייכישע באן פון ÖBB (די הויפט נאציאנאלע באן-קאמפאניע פון עסטרייך) פארט דורך דער שטאט.

דאס ראטהויז פון סאנקט פעלטן

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער עלטסטער טייל פון דער שטאט איז געבויט געווארן אויף דעם זעלבן פלאץ וואו עס האט זיך געפינען יארן פאר דעם די אור-אלטע רוימישע שטאט "אעליום סעטיום" (לאטייניש: Aelium Cetium) וועלכע האט עקזיסטירט צווישן דעם 2טן יארהונדערט און דעם 4טן יארהונדערט. אין יאר 771 איז אויפגעשטעלט געווארן אין דעם ארט א קלויסטער. אין יאר 799 איז סאנקט פעלטן גערופן געווארן "טרייסמא", און אין יאר 1050 האט זי זיך שוין פארעכנט פאר א שטעטל. אין יאר 1159, איז זי עמטליך געווארן א שטאט. די שטאט איז דערקלערט געווארן הויפטשטאט נאכן באשלאס פונעם נידער-עסטרייכישן פארלאמענט אין יולי 1986. די נידער-עסטרייכישע רעגירונג הויפטקווארטירט אין סאנקט פעלטן זייט יאר 1977.

דער נידער-עסטרייך לאנדס-מוזיאום אין סאנקט פעלטן

די באדייטונג פון דער שטאט'ס נאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אריגינעל דער נאמען פון דער שטאט שטאמט אפ פון א נאמען פונעם פארצייטישן קריסטלעכן טעאלאג "פאליטוס". אנפאנג האט מען גערופן די שטאט "סאנקט פאליטוס", דערנאך "סאנקט פאליט", און צולעצט האט די שטאט אדאפטירט דעם נאמען "סאנקט פעלטן".

דער הערב און דער סימבאל פון סאנקט פעלטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער הערב פון סאנקט פעלטן איז צוטיילט צו צוויי חלקים: פון דער רעכטער זייט איז געמאלן א זילבערנער דיקער וואלף אויף א העל-בלויען הינטערגרונט, און פון דער אנדערער זייט, א רויטער שטרייף אויף א ווייסן הינטערגרונט. די פארבן פון דער שטאט זענען רויט און געל. דער סימבאל פון סאנקט פעלטן אנטהאלט אין זיך דעם שטאט'ס הערב, און דעם הערב נעמען ארום די פאלגנדע ווערטער:"Landeshauptstadt St. Pölten" (אידיש: די הויפטשטאט פונעם לאנד - "סאנקט פעלטן")

דער סימבאל און זיגל פון סאנקט פעלטן