לדלג לתוכן

אייזנשטאט

פֿון װיקיפּעדיע
אייזנשטאט
דער עסטערהאזי שלאס אין אייזנשטאט
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°51′N 16°31′E / 47.850°N 16.517°E / 47.850; 16.517קאארדינאטן: 47°51′N 16°31′E / 47.850°N 16.517°E / 47.850; 16.517
בירגערמייסטער טאמאס שטיינער
שטח 42.84 קוואדראט ק"מ
הייך 182 מעטער

 ‑ אין שטאָט

13,995‏  (שטייענדיג 2017)

אייזנשטאט (דייטשיש: Eisenstadt, אונגאריש: Kismarton, קראאטיש: Željezni grad, Željezno, סלאוועניש: Železno), איז די הויפטשטאט פון דעם פעדעראלן לאנד בורגנלאנד וועלכער געפינט זיך אין דער מזרח'דיגער זייט פון עסטרייך, די שטאט ליגט אויף א פלאכן שטח נאענט צום גרענעץ מיט אונגארן. די באפעלקערונג פון דער שטאט ציילט אפ א ביסל מער ווי 14,000 איינוואוינערס. די שטאט רעכנט זיך אויכעט אלס איינער פון די פראווינצען פון בורגנלאנד.

דאס ראטהויז פון אייזנשטאט

אייזנשטאט ליגט העכער דעם "וולקע" טייך אויפן עק פוס פון דער "לייטע בערגן" קייט (דייטשיש: Leithagebirges), אין א הייך פון 182 מעטער העכער דעם ים פלאך, אין א אונטערשייד פון 12 קילאמעטער פון דעם אונגארישן גרענעץ. די שטאט איז צוטיילט צו פיר קווארטאלן ווי פאלגנד:

  • אבערבערג (Oberberg)
  • אונטערבערג (Unterberg)
  • קליינהאפליין (Kleinhöflein)
  • סאנקט געארגען (St. Georgen)
א בליק אויף דער שטאט פונעם לופט

ארכעאלאגישע אויסגעפינסן ווייזן אז די אנפאנגליכע באזעצונג אין דער געגנט האט זיך שוין אנגעהויבן אין דער "האלשטאט קולטור" עפאכע. קעלטישע און רוימישע פעלקער האבן זיך באזירט אין דער געגנט אויף א קליינצאליגן אופן. ארום יאר 800, אונטער דער הערשאפט פונעם קעניג קארל דער גרויסער, האט זיך אנגעהויבן די באייערישע באזעצונג אין דער געגנט.

די שטאט וועלכע פלעגט זיין דעמאלטס א ציטאדעל, איז פארניכטעט געווארן דורך די סאלדאטן פונעם עסטרייכן מארקיז (אן אריסטאקראטישן אייראפעישן טיטול) לעאפאלד דער דריטער, און אין יאר 1241 איז ווידערמאל צעשמעטערט געווארן דורך די מאנגאלישע אינוואזירערס. אין יאר 1373 איז די שטאט אריבער צו דער הערשאפט פון דער קניאזשי פאמיליע וועלכע האבן ווידער אויפגעבויט און אויפגעראכטן די שטאט'ס מויערן און די פעסטונג. אין יאר 1388 די שטאט האט באקומען רעכטן צו האלטן א האנדל מארק דורך זיגמאנד, דער קייזער פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע.

אין יאר 1445 איז די שטאט איינגענומען געווארן דורכן ערצהערצאג אלבערט דער זעקסטער פון עסטרייך. אין 1451 איז די שטאט אריבערגעפירט געווארן צו די הענט פון פרידריך דעם דריטן, קייזער פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע דורך מאטיאס קארבינאס, אין אפבייט פארן אונגארישן קרוין. מטיאס האט נאכאמאל איינגענומען די שטאט אין 1482, אבער אין 1499 איז זי איינגענומען געווארן דורך מקסימיליאן דעם ערשטן, דער קייזער פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע וועלכער איז געווען פון דער האפסבורגער דינאסטיע, און געבליבן אונטער דער הערשאפט פון דער האפסבורגערס ביז יאר 1622.

אין 1529 און 1532 די שטאט איז איינגענומען געווארן דורך דער אטאמאנישער אימפעריע. די שטאט איז פארוואנדלט געווארן אין א קעניגליכער שטאט זייט 1648. זי איז חורב געווארן צוויי מאל, אין 1589 און אין 1776.

אין 1648 איז די שטאט אריבערגעפירט געווארן צו די הענט פון דער בארימטער אונגארישער אריסטאקראטישער פאמיליע עסטערהאזי. די פרינצן פון דער עסטערהאזי דינאסטיע האבן שטארק געטוישט דעם אויסזע פון דער שטאט מיט פארברייטערטע געבויען וואס זיי האבן אויסגעפירט דארט. איינער פון די מערקווערדיגע פלעצער וואס איז געבויט געווארן דורך זיי איז דער עסטערהאזי שלאס.

אין יאר 1809 דורך די נאפאלעאנישע מלחמות, איז די שטאט איינגענומען געווארן דורך די פראנצויזן, און אין 1897 איז זי פארבינדן געווארן צו די באן ליניעס.בשנת 1809.

ביז דער ענדע פון דער ערשטער וועלט קריג, אייזנשטאט איז געווען די צענטראלע שטאט פון פון דעם קישמארטאן פראווינץ אין דער אונגארישער קעניגרייך. אין יאר 1921 פאלגנדיג די אונטערשרייבונג פון די קאנטראקטן סאן-זשערמאן און טריאנאן, די שטאט איז איינגעשלאסן געווארן צו עסטרייך צוזאמען מיט גאנץ בורגנלאנד. זייט דעם 30סטן אפריל 1925, די שטאט באדינט אלס די הויפטשטאט פונעם פעדעראלן לאנד בורגנלאנד און אלס דער זיץ-ארט פון זיין רעגירונג. אין דער צווייטער וועלט קריג די שטאט איז שווער באמבאדירט געווארן. אין 1945 איז זי איינגענומען געווארן דורכן רויטן-מיליטער, און געבליבן אונטער סאוועטישער אייננעמונג ביז יאר 1955, און דערנאך האט מען איר צוריקגעגעבן צו עסטרייך.

די אידישע געמיינדע אין אייזנשטאט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אייזנשטאט איז געווען א אידישע געמיינדע נאך אין דעם 13טן יארהונדערט. דער קווארטאל וואס ווערט גערופן "דער ערשטער אידישער געטא" איז אויפגעשטעלט געווארן דארט אינעווייניג די שטאט'ס מויערן, אין דעם 16טן יארהונדערט, און פלעגט אנטהאלטן אין זיך א שוהל, מקווה און בית החיים. אין דעם 17טן יארהונדערט איז אייזנשטאט אריבערגעפירט צו דער עסטערהאזי פאמיליע. די פארטרייבונג פארארדענונג וואס דער קייזער לעאפאלד ארויסגענומען האט באיינפלוסט אויכעט די אידן אין אייזנשטאט, און אין אפריל 1671, די אידישע איינוואוינערס זענען געצווינגן געווארן צייטווייליג צו פארלאזן דעם ארט. די עסטערהאזי הערן האבן זיי געגעבן ערלויבעניש זיך צוריקצוקערן אין אייזנשטאט אין אויגוסט, און האבן זיי געשענקט קרקעות פאר דער אויפשטעלונג פונעם אידישן קווארטאל פונדאסניי.

פון גאנץ אנהייב די אידישע געמיינדע אין אייזנשטאט איז געווען זעלבסטשטענדיג, אנפאנג די זעלבסטשטענדיגקייט פון דער קהילה איז געווען צוליב א פריווילעגיע וואס די שטאט האט באקומען פון דער אריסטאקראטישער פאמיליע עסטערהאזי, וועלכע האט דארט רעגירט אין יענער צייט, און פון 1848 און ווייטער איז דאס געווען נאכפאלגנדיג די בורגאנישע רעוואלוציע, נאך וועלכער די שטאט איז געווארן א זעלבסטשטענדיגער פאליטישער מוניציפאליטעט מיטן נאמען אונטערבערג-אייזנשטאט.

די העיידנגאסע גאס אין אייזנשטאט

אין יאר 1840, האבן געלעבט אין אייזנשטאט 876 אידן. אין 1932 די צאל האט זיך רעדוצירט צו 585, און אין יאר 1938 די צאל פון די אידישע איינוואוינערס איז אראפגעגאנגען צו. 446. די אידישע געמיינדע האט געהאט אירע אייגענע מוסדות. די ערשטע שוהל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1280 און איבערגעבויט געווארן 1834. די פריוואטע שוהל פון דער וואלף פאמיליע איז געבויט געווארן אין דעם 17טן יארהונדערט דורך שמשון ווערטהיימער. אין יענער תקופה זענען אויכעט געבויט געווארן די מקווה און דער אור-אלטער בית החיים. א נייער בית החיים איז געגרינדעט געווארן אין דעם 19טן יארהונדערט ווי אויך א שפיטאל. די געמיינדע האט אויפגעשטעלט די חסד ארגאניזאציעס "ביקור חולים" און "ניחום אבלים", א תלמוד תורה און א שולע. אנפאנג דער 18טן יארהונדערט האבן געוואוינט אין אייזנשטאט עטליכע באקאנטע און מערקווערדיגע גרויסע רבנים אזוי ווי צום ביישפיל: רבי מאיר בן יצחק א"ש (אייזנ-שטאט), א רב און א דיין. דער רב א"ש האט זיך באזעצט אין אייזנשטאט אין יאר 1717 און איז באוואוסט געווען מיט זיינע פילצאליגע פסיקות. זיין גרעסטער חיבור איז דער באקאנטער שו"ת "פנים מאירות". פילע תלמידים זענען אנגעקומען צו לערנען אין דער ישיבה פון אייזנשטאט א דאנק אים. היינט צו טאגס זיין ציון אין דער אור-אלטן בית החיים ציעט אהין פילצאליגע באזוכער. רבי עקיבא אייגער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט אין יאר 1761, און האט זיך אוועגעצויגן פון דארט אין זיין קינדהייט. יארן שפעטער ווען ער האט זיך שוין ערווארבן א נאמען פון א גדול בתורה, די אידישע געמיינדע האט אים איינגעלאדנט זיך צוריקצוקערן אין דער שטאט. אין דעם צווייטן העלפט פון דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען אין אייזנשטאט גאר חשובע רבנים, צווישן זיי זענען אריינגערעכנט: הרב דאקטאר עזריאל הילדעסהיימער (1820-1899), רב און ראש ישיבה פון דער ארטאדאקסישער קהילה, פון די גרינדערס פון דער "נייער-ארטאדאקסיע" (א תורה מיט דרך ארץ). רבי עזריאל'ס שטרעבונג איז געווען איינצופלעכטן די הלכה מיט מאדערנעם לעבן. צו זיין פריינד אין דייטשלאנד האט ער געשריבן אז "דא (אין אייזנשטאט) קען מען נאך אלץ טרעפן א עכטע אידישע לעבן". פאר דער ארטיגער אידישע קהילה אין אייזנשטאט איז רבי עזריאל געווען ממש ווי א ברכה און א שאץ, און הויפטזעכלעך צוליב אים די ישיבה האט געציעט צו זיך תלמידים פונדערווייטנס. אין יאר 1869 האט מען אנגעבאטן פאר רבי עזריאל אן אמט פון א רב אין בערלין, דארט ווי האט ער אויפגעשטעלט די בארימטע אקאדעמיע פאר רבנים אין 1873. פון צווישן די אידן אין עסטרייך, די אידישע איינוואוינערס פון בורגנלאנד זענען געווען די ערשטע צו ווערן באיינפלוסט פון דער נאצי פארטרייבונג. זיי זענען געצווינגן געווארן איבערצולאזן זייערע הייזער אין אפריל 1938, א קורצע צייט נאך דעם איינשלאס פון עסטרייך צו נאצי דייטשלאנד. אין יולי 1938, איז אונטערבערג עמטליך פאראייניגט געווארן מיט אייזנשטאט, און די הייזער פונעם אידישן קווארטאל זענען אריבערגעפירט געווארן צו די אכזריות'דיגע הענט פון די דייטשע רשעים. דער גרויסער בית מדרש איז צעשמעטערט געווארן אינגאנצן. אין 1945, נאך דער מלחמה א קליינע צאל פון אידן זענען צוריקגעקומען וואוינען אין אייזנשטאט. היינט צו טאגס וואוינען אין אייזנשטאט סך הכל צוויי אידישע משפחות פון 12 אין גאנץ בורגנלאנד.

[[