יוסף דוד טייטלבוים
געבורט | 9 אויגוסט 1956 (אלט 68) |
---|---|
באלאנג | סאסוב (הויף) |
רבי יוסף דוד טייטלבוים (געבוירן: ב' אלול ה'תשט"ז) איז דער סאסאווער רבי אין קרית ישמח משה געגנט אינעם שטעטל "גני תקווה" זייט יאר ה'תשכ"ו. ער איז אויכעט באקאנט אלס א פעדאגאגישער עצה-געבער.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף דוד איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי חנני' יו"ט ליפא און צו זיין מוטער מרת בלומא, טאכטער פון רבי יוסף שטראם, פון די אפשטאמלינגען פון רבי מענדעלע רימאנאווער. ער הייסט נאך זיין עלטער-זיידן, רבי יוסף דוד מייער, וועלכער איז געווען א זיידע פון זיין פאטער. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין י"א אדר ה'תשכ"ו איז ער באשטימט געווארן מיטן טיטל "ינוקא" (א רעבישער-קינד וואס איז א יתום און וועלכער איז באשטימט צו פארערבן זיין פאטער וועט ער וועט אויפוואקסן נאך דער חתונה). וועט האט ער דעגרייכט בר מצווה איז ער געגאנגען לערנען אין דער צאנזער ישיבה אינעם קרית צאנז פערטל וועלכער געפינט זיך אין נתניה. שפעטער האט ער געלערנט אין דער חכמי לובלין ישיבה אין בני ברק דארט וואו איז ער בארופן געווארן רב דורך מרן רבי שמואל וואזנער זצ"ל. אין יאר 1974 ווען ער האט דעגרייכט דעם פרק "האיש מקדש", האט ער געהייראט זיין רעביצין מרת חנה, טאכטער פון רבי דוד משה ראזנבוים, דער קרעטשענעווער רבי פון רחובות. ווען איז ער געווארן 20 יאר אלט האט ער באקומען א היתר הוראה אויכעט פון די עדה החרדית רבנים און צווישן זיי פון דער געוועזענעם גאב"ד רבי יצחק יעקב ווייס, דער "מנחת יצחק". נאך זיין חתונה האט ער אויכעט אנגעהויבן צו דינען אלס א רב פון דער קרית ישמח משה געגנט אין גני תקווה.
אין זיין יונגערהייט פלעגט ער זיין פארבינדן צו רבי ישראל אלטער, דער "בית ישראל" פון גער, רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ און צו זיין פאטער'ס פעטער (און זיין געוועזענער שווער), מרן הרה"ק רבי יואל טייטלבוים דער סאטמארער רבי.
אין יאר ה'תשס"ג, האט ער געהאט א הארץ אטאקע, און ווען איז ער געלעגן אין שפיטאל, האט ער פארפליכטעט צו ווידמען זיין לעבן צו חסד אקטיוויטעטן, און הויפטזעכלעך צו בחורים. ער איז טעטיג און פארנעמט זיך מיט א חיזוק פאר בחורים וואס גייען דורך גייסטישע שוועריגקייטן און מיט באראטונג אין ענינים פון שלום בית פאר יונגעלייט. ער האט אויכעט געעפנט א ישיבה אין ירושלים מיטן נאמען "אוהל תורה". דערצו לערנט ער פאר שיעורים אין חסידות און קבלה, צוליב זיינע אויבערדערמאנטע טעטיגקייטן, זיין איינפלוס האט זיך צימליך פארגרעסערט אויכעט אויסערהאלב זיין חסידות, און היינט צו טאגס האט ער א סאך אנהענגערס און חסידים פון פארשידענע קרייזן און שיכטן.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מרת מלכה אסתר רחל, ווייב פון רבי יוסף מאיר רוקח, זון פון רבי יהושע רוקח, מאכניווקער רבי פון בני ברק.
- רבי חנניה יום טוב ליפא, איידעם פון רבי שלום אליעזר טייטלבוים, אב"ד סאטמאר 15טע עוועניו, זון פון הרה"ק רבי משה טייטלבוים בעל ברך משה זצ"ל, דער פריערדיגער סאטמארער רבי. דינט אלס רב פון דער סאסאווער קהילה אין פאראייניגטע שטאטן.
- רבי משה, איידעם רבי אריה ראזנפעלד, דער פינסק-קארלינער רבי.
- רבי חנוך העניך, האט געהייראט מרת מלכה, טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן, דער תולדות אברהם יצחק רבי. דינט אלס רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין ירושלים.
- רבי יואל, האט געהייראט מרת רעכיל דבורה, טאכטער פון רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי, דער טשערנאבילער רבי פון אשדוד
- רבי חיים מרדכי, האט געהייראט מרת חיה רבקה, טאכטער פון רבי אהרן קאהן, דער תולדות אברהם יצחק ראש ישיבה און זון פונעם תולדות אברהם יצחק רבי.
- מרת חיה שרה, ווייב פון רבי יואל הורוויץ, זון פון רבי ישראל חיים, רב פון סאטמארער חסידים אין מאנטשעסטער, ענגלאנד.
- מרת חוה רויזא, ווייב פון רבי ישראל קורנרייך, זון פון רבי נפתלי ראובן, דער קאסאווער רבי פון ירושלים, איידעם פון הרה"ק רבי אליעזר האגער, בעל חכמת אליעזר זצ"ל, דער פריערדיגער סערעט-וויזשניצער רבי.
- מרת רבקה, ווייב פון רבי יהודה בראנדסדארפער, זון פון רבי יוסף קדיש, זון פון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל. דינט אלס רב פון סאסאווער חסידים אין בני ברק.
- רבי ישראל, איידעם פון רבי יוסף פאנעט, דער דעעשער רבי פון ירושלים, און איידעם פון רבי משה האלבערשטאם.
- מרת יוכבד שפרה, ווייב פון רבי יחיאל קליין, זון פון רבי עמרם קליין, דער אונגווארער רבי אין אמעריקע.
- מרת דבורה מרים, ווייב פון רבי יואל הורוויץ, זון פון רבי יוסף מאיר הורוויץ, ספינקער רבי פון וויליאמסבורג און איידעם פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, דער קרעטשענעווער רבי פון רחובות.
- רבי יקותיאל יהודא, האט געהייראט מרת צירל, טאכטער פון רבי ברוך הגר, זון פון רבי ישראל אליעזר, רב פון סערעטער חסידים אין ירושלים, און איידעם פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, דער קרעטשענעווער רבי פון רחובות.