לינץ

פֿון װיקיפּעדיע
לינץ
דער הויפט סקווער פון לינץ
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 48°18′N 14°17′E / 48.300°N 14.283°E / 48.300; 14.283קאארדינאטן: 48°18′N 14°17′E / 48.300°N 14.283°E / 48.300; 14.283
בירגערמייסטער קלויס לוגער
שטח 200,839 קוואדראט ק"מ
הייך 266 מעטער

 ‑ אין שטאָט

203,012‏  (שטייענדיג 2017)

לינץ (דייטשיש: Linz; טשעכיש: Linec) איז די הויפטשטאט פונעם לאנד אויבער עסטרייך, און די דריטע גרעסטע שטאט אין גאנץ עסטרייך אין טערמינען פון באפעלקערונג. אין דער שטאט אליינס וואוינען 203,012 (יאנואר 2017) איינוואוינערס, און אין די ביישטעט וועלכע נעמען איר ארום נאך 771,695 (פעברואר 2017). די שטאט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם דוניי טייך.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די מיטל אלטער טעג, די שטאט פלעגט באדינען אלס דער ארטיגער הויפטקווארטיר פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע, און גלייכצייטיג אויכעט אלס א צענטער פון האנדל, וועלכער האט פארבינדן צווישן צוויי ברעגן פון דעם דוניי טייך - צווישן פוילן און טשעכיי צוזאמען מיט די באלקאן לענדער און איטאליע. זייענדיג דאס וואוין-ארט פון דעם קייזער פון דער האפסבורגער אימפעריע, פרידריך דער דריטער, האט געמאכט אז דער שטאט זאל זיין "די וויכטיגסטע שטאט פון דער אימפעריע", ביז דעם טאג וואס דער קייזער איז געשטארבן, און דעם טיטל פון דער וויכטיגסטע שטאט האבן איבערגענומען וויען און פראג.

דורך דער צווייטער וועלט קריג און אויכעט דערנאך, לינץ איז געווען גאר א חשוב'ן אינדוסטריעלן ראיאן, דארט וואו די פאבריקן פלעגן פראדוצירן שטאל און כעמיקאלן פארן נאציסטישן מיליטער. דער ארכי-מערדער אדאלף היטלער, וועלכער איז געבוירן געווארן נישט ווייט פון לינץ, האט געהאט א פלאן צו מאכן פון דער שטאט א הויפט קולטור צענטער פאר דעם דריטן רייך. נאך דער מלחמה, דער דוניי טייך, וועלכע שניידט דורך דער שטאט, איז געווארן דער גרענעץ צווישן דעם רוסישן אקופאנט און צווישן דעם אמעריקאנער אקופאנט. דער יעצטיגער בירגערמייסטער פון לינץ איז קלאוס לוגער.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לינץ האט די צווילינג שטעט:[1]

  1. Sister Cities of Linz. דערגרייכט דעם ‏27 אקטאבער 2011.
  2. News Report concerning the Twinning with Linz (ארכיווירט 04.02.2015 ביי דער Wayback Machine)
  3. Sumgait to be twinned with Austria`s Linz (en). AzerTac (‏6טן יוני 2009). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏23סטן יאנואר 2017. דערגרייכט דעם ‏4טן פעברואר 2017.
  4. Twin-cities of Azerbaijan. Azerbaijans.com. דערגרייכט דעם ‏9טן אויגוסט 2013.
  5. uk:Міста-побратими м. Запоріжжя (Ukrainian). City of Zaporizhia. Шановні відвідувачі і користувачі сайту. דערגרייכט דעם ‏7טן אויגוסט 2013.