פעלדקירך
|
פעלדקירך (דייטשיש: Feldkirch), איז א שטאט אין פארארלבערג, אין מערב עסטרייך. די שטאט גרענעצט זיך מיט שווייץ און ליכטנשטיין. זי איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם פעלדקירך באצירק. נאך דארנבירן איז די שטאט די צווייטע גרעסטע אין פארארלבערג אין טערמינען פון באפעלקערונג, מיט א ביסל מער איינוואוינערס ווי אין פארארלבערג'ס הויפטשטאט ברעגענץ. דער וועסטליכסטער פונקט אין עסטרייך געפינט זיך אין פעלדקירך אויפן ריין טייך, אינעם דריי-לענדער פונקט גרענעץ פון עסטרייך, שווייץ און ליכטנשטיין.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די הערליכע מיטל-אלטערישע שטאט פעלדקירך וואס בלייבט גוט אויפגעהיטן ביז צום היינטיגן טאג, איז ערווענט געווארן צום ערשטן מאל אלס א שטאט אין יאר 1218, נאכדעם וואס דער גראף הוגא פון מאנטפארט האט אויפגעבויט "שאטנבורג", א שלאס וואס ווערט פארעכנט אלס דער מערקווערדיגסטער טוריסטישער ארט אין פעלדקירך. שפעטער, אין יאר 1375, האט גראף הוגא פון מאנטפארט פארקויפט די שטאט און די הערשאפט פון פעלדקירך פארן הערצאג פון האפסבורג, לעאפאלד דער דריטער.
אנפאנג פון דעם 14טן יארהונדערט ארום דרייסיג-פערציג אידן האבן געוואוינט אין פעלדקירך, אבער זיי זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט צוליב דער פאלשער באשולדיגונג פון די גויים אז לכאורה, די אידן זענען געווען די וואס האבן פאראורזאכט און פארשפרייט די אויסברויך פון דער "פעסט" עפידעמיע.
די האפסבורגערס האבן פארוואלטעט זייערע געביטן און פארמעגנס אין פארארלבערג אפטוישנדיג צווישן טיראל און צווישן פאדערשט-עסטרייך (דייטשיש: Vorderösterreich). אין די שפעטערדיגע מיטל אלטער טעג, דורך דער "אפנצעלער" שלאכטן עפאכע (1405-1429) צווישן דעם האפסבורגער הערצאגטום פון סאנקט גאלען און צווישן די אפנצעלערס וועלכע זענען געווען אונטערגעארדנט צו זיי, האט זיך אנגעהויבן א פראצעס פון מאדערניזאציע אין די טעריטאריעס פונעם לאנד.
אין יאר 1925 דורך דער צווייטער וועלט קריג, אום 1טן אקטאבער 1943 איז פעדלקירך געווען א ציל פאר לופט-אנגריפן פון די פארבאנד-מאכטן. דער אורשפרינגליכער פלאן איז געווען צו באמבאדירן די "מעסערשניט" פאבריק וועלכע געפינט זיך נעבן אויגסבורג, אבער דאס וועטער איז געווען צימליך שלעכט יענעם טאג, און די פארבאנד-מאכטן האבן נישט געקענט דעגרייכן זייער ציל. אנשטאט דעם האבן זיי אויסגעוועלט פעלדקירך אלס זייער ערזעץ-ציל. אין יענעם איבערפאל, צווישן אנדערע זענען אומגעפער 100 מענטשן אומגעקומען אין א שפיטאל, דארט וואו איינע פון די באמבעס איז געפאלן. אויסער דער אינוואזיע פון די פראנצויזישע מאכטן, איז דער איבערפאל פון די פארבאנד-מאכטן געווען די איינציגסטע באדייטליכע געשעעניש דורך דער צווייטער וועלט מלחמה.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פעלדקירך פארמאגט איר אייגענע בוסן נעץ זייט יאר 1993. די בוסן נעץ באשטייט היינט צו טאגס פון אכט ליניעס, אריינגערעכנט בוסן וואס פארן צום נאכבארדיגן לאנד ליכטנשטיין. דער בוס סיסטעם ארבעט געמיינזאם מיט פארארלבערג'ס בוס סיסטעם וועלכער שטעלט צו עטליכע איבער-רעגיאנאלע ליניעס וועלכע הייבן זיך אן אין פעלדקירך און ענדיגן זיך אין פעלדקירך. דערצו ס'איז פאראן נאך א צוזעצליכע ליניע וואס ווערט גערופן "נאכט-ליניע" וועלכע פארבינדט צווישן פארברענג-ערטער און וואוינונג געגנטער. די נאכט-ליניע ארבעט אין דער וואך ענדע ביז ארום פיר אזייגער פארטאגס. די פעלדקירך הויפט באן סטאנציע ליגט אויף דער הויפט באן ליניע וואס שניידט דורך פארארלבערג.