וועווערקע

פֿון װיקיפּעדיע

א וועווערקע אדער מאָיקוש איז א נאגער פון דער זויגערס אפטיילונג. די וועווערקעס באשטייען פון 274 זגאלן און 50 סארטן, און לויט אנדערע סארטירונג רעכענען זיי אפ 278 זגאלן און 51 סארטן.

זייער קערפער לענג מאס איז אומגעפער 35 סענטימעטער (דער וויידעל איז אריינגערעכנט אין דעם און איז 14 סענטימעטער לאנג), און זייער דורכשניטלעכער וואג איז פון 200 גראַם צו 2.5 קילא. זייער לעבנס דויער איז דורכשניטלעך פון פינף צו אכט יאר (געציילטע זגאלן לעבן אפילו לענגער ווי דעם).

די וועווערקע שפייזט זיך הויפטזעכלעך פון וועגאנע זאכן, אזוי ווי צום ביישפיל: שישקעס, ניסלעך, פרוכט, גרינצייג א.א.וו, אבער אפטמאל פאנגען זיי אויכעט ניי-געבוירענע פויגלען (עופ'לעך), און אייער פון פארשידענע ערליי עופות. די ווועווערקע איז טעטיג דורכן טאג און וואוינט געוויינלעך אין וועלדער, אויף און אינעווייניג פון ביימער און אפטמאל קען מען זיי באגעגענען אויכעט אין וואוינונג געגנטער. זיי זענען באהאוונט אין ארויפקריכן אויף ביימער און אויכעט אריבערצושפרינגען פון איין בוים צו א צווייטן.

די וועווערקעס לעבען אין היפש גוטע און פריינדליכע באציאונגען צווישן זיך. טראצדעם, טיילמאל, ווען זיי וואוינען באזונדער אדער ווען זיי שפירן אז א געפאר דערנענטערט זיך, טוישן זיי זייער אויפירונג און ווערן זיי זייער ווילד און אגרעסיוו.

די וועווערקעס זענען פארשפרייט אין די פאלגנדע קאנטינענטן: אמעריקעס, אייראפע און אויכעט אין אזיע.