מאיר ראזנבוים (בני ברק)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מאיר ראזנבוים
פרעמישלאנער רבי
{{{באשרייבונג}}}
געבורט י"ט אדר ה'תשי"ח
חסידות פרעמישלאן
פירערשאפט פון חנוכה תשמ"ט
פאריגער זיין פאטער, רבי דוד משה פון קרעטשענעוו
זיינע רביס זיין פאטער, רבי דוד משה פון קרעטשענעוו
זיין זיידע, רבי משה מרדכי בידערמאן פון לעלאוו
רבי אברהם חיים ראטה פון שומרי אמונים
ספרים "טללי אורות", "באר לחי" און נאך
פאטער רבי דוד משה ראזנבוים
מוטער רביצין אסתר רחל ראזנבוים
ווייב מרת חיה האראנטשיק
קינדער
רחל עטיל קאהן
שרה שטערן
דוד
משה מרדכי
מאטיל פייגא קאפף
נחמה שפרה זייבאלד
זאב אהרון לייב
שמעון יעקב יצחק
חיים אליעזר
אסתר ביילא ערנסטער
מלכה ראזנבוים

רבי מאיר ראזנבוים (געבוירן י"ט אדר ה'תשי"ח) איז דער היינטיגער פרעמישלאנער רבי פון בני ברק.

לעבנס געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מאיר איז געבוירן געווארן אין שטאט רחובות צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשענעווער רבי פון רחובות, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים, דער נאדווארנער רבי. ווען ער איז געווען 11 יאר אלט איז זיין פאטער נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז זיין מאמע אומגעקומען אין אן אויטאמאביל אקצידענט. ער איז אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין עלטערן ברודער רבי מנחם אליעזר זאב, דער היינטיגער קרעטשענעווער רבי פון רחובות און דער עמטליכער ממלא מקום פון זיין פאטער, צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער. ער איז אויכעט א ברודער פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים, דער קרעטשענעווער רבי פון קרית גת.

ער האט געהייראט זיין רעביצין מרת חיה, טאכטער פון רבי חיים אליעזר האראנטשיק פון וויען, עסטרייך, וועלכער איז געווען א איידעם ביים לעלאווער רבי, רבי משה מרדכי בידערמאן, צו וועמען ער האט זיך געבינדן און האט געשאצט זייער שטארק. נאך איידער ער האט דערגרייכט צוואנציג יאר, האט אים דער לעלאווער רבי אנגעוויזן און געבעטן אז ער זאל אנפאנגען צו נעמען קוויטלעך. אין יענער עפאכע האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס רב פון קרעטשענעווער חסידים אין בני ברק, און גלייכצייטיג אויכעט אלס א מגיד שיעור אין דער קרעטשענעווער ישיבה אין רחובות.

אין יאר ה'תשמ"ז, נאך דער פטירה פונעם לעלאווער רבי, איז ער באקרוינט געווארן רבי, און האט אנגעהויבן אויפצושטעלן און באזירן זיין הויף אין קרית הערצאג געגנט אין בני ברק. צוליב דעם כבוד המשפחה און אלס רעספעקט פאר זיין ברודער האט ער באשלאסן נישט צו ניצן דעם נאמען "קרעטשענעוו", און אנשטאט דעם האט ער גערופן זיין הויף "פרעמישלאן", נאך רבי מאיר פון פרעמישלאן פון וועמען ער איז אן אייניקל בן אחר בן.

צווישן זיינע נאענטע מענטשן און אנהענגערס, זענען אריינגערכנט אויכעט נישט-חרדישע אידן אזוי ווי אביגדור ליבערמאן, דער היינטיגער פארטיידיקונגס מיניסטער פון ישראל, און פילצאליגע מענטשן קומען צו אים כדי זיך דורכצורעדן מיט אים וועגן פארשידענע ענינים אזוי ווי רפואה, געשעפטן און נאך.

זיינע מוסדות געפינען זיך אין "קרית פרעמישלאן" געגנט וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1990. היינט צו טאגס זענען פאראן דארט בית מדרש, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, כולל אברכים, תלמוד תורה, קינדערגארטן, מיידל שולע און א חסד ארגאניזאציע מיטן נאמען "קרן אור למשפחה", וועלכע שטעלט צו עסנווארג פאר נויטבאדערפטיגע משפחות.

ער האט קאמפאזירט ניגונים וואס א טייל פון זיי זענען פארעפנטלעך געווארן. דער פרעמישלאנער כאר אין הויפט פון אברהמי ראט, לאזט ארויס א חלק פון זיינע ניגונים. אין חנוכה און אין נאך עטליכע אנדערע געלעגנהייטן שפילט דער רבי אויף א פידל לויט דעם פארצייטישן שטייגער פון די הויפן נאדווארנא און פרעמישלאן.

זיינע חיבורים און תורות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • מרת רחל עטיל, ווייב פון רבי יואל הכהן קאהן, זון פון רבי משה, דער תולדות אהרן ראש ישיבה, זון פון הרה"ק רבי אברהם יצחק קאהן, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי.
  • מרת שרה, ווייב פון רבי משה הלל שטערן, זון פון רבי יהושע מנחם שטערן, רב פון רחמיסטריווקער חסידים אין בני ברק, זון פון אב"ד ביליץ און איידעם פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי טווערסקי, דער פריערדיגער רחמיסטריווקער רבי פון ארץ ישראל.
  • רבי דוד, האט געהייראט מרת מרגלית, טאכטער פון רבי מענדיל האגער, דער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ
  • רבי משה מרדכי, איידעם פון רבי אליהו בידערמאן, לעלאווער רבי פון בני ברק.
  • מרת מאטיל פייגא, ווייב פון רבי חיים יצחק קאפף, זון פון רבי יעקב אשר קאפף, דער לעלאוו-באראנאוויטשער רבי.
  • מרת נחמה שפרה, ווייב פון רבי יחיאל נתן זייבאלד, זון רבי יהושע זייבאלד גאב"ד אלדשטאט
  • רבי זאב אהרון לייב, האט געהייראט אן אייניקל פונעם קרעטשענעווער רבי פון ירושלים
  • רבי שמעון יעקב יצחק, איידעם פון בוטושאנער רבי.
  • רבי חיים אליעזר, איידעם פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, דער ביאלע רבי פון בני ברק. דינט אלס ראש ישיבה פון "שערי דוד" פרעמישלאן.
  • מרת אסתר ביילא, ווייב פון הרב ברוך ערנסטער, זון פון רבי יעקב שמשון, זון פון רבי מנחם, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
  • מרת מלכה, כ"ה אייר ה'תשע"ט, געווארן א כלה מיט הרב ישעיה יואל פאנעט, זון פון האדמו"ר מקארלסבורג פון מאנטריאל.