לדלג לתוכן

בן הא הא

פֿון װיקיפּעדיע

בֶּן הֵא הֵא, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

די גמרא אין מסכת חגיגה [1] ברענגט עטליכע שמועסן צווישן בר הי הי און הלל, און ווי ס'ווייזט אויס פון די מפרשים אויף דער משנה [2] איז בן הא הא און בר הי הי דער זעלבער, און ער איז געווען פון דעם ערשטן דור תנאים.

ער, און אויך זיין פריינד יוחנן בן בג בג, זענען געווען גרים.‏[3]

  • מסכת אבות פרק ה' משנה כ"ג, בֶּן הֵא הֵא אוֹמֵר, לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא:”


  1. חגיגה ט' ע"ב
  2. ראשון לציון אבות פ"ה מכ"ג
  3. תלמוד בבלי, מסכת חגיגה, דף ט, עמוד ב תוספות ד"ה 'בר הי'