לדלג לתוכן

רוסלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רוס)
רוסלענדישע פֿעדעראַציע
Российская Федерация
ראסיסקאַיאַ פֿעדעראַציא
פאן רוסלאַנד
פאן רוסלאַנד
סימבאָל רוסלאַנד
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
מלוכהזינגליר פון דער רוסלענדישע פעדעראציע
אָרט פֿון רוסלאַנד
אָרט פֿון רוסלאַנד
קאָנטינענט אייראפע, אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך רוסיש
הויפּטשטאָט מאסקווע
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
וולאדימיר פוטין
זעלבשטענדיגקייט פונעם סאוועטן פארבאנד
- רוסלענדישע פעדעראציע

1991
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
17,075,200 קוואַדראַט ק"מ
1
13
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע ()
וואַלוטע רובל
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען ru.
טעלעפֿאָן קאָד +

רוסלאַנד (רוסיש: Россия, ראסיאַ), אויך באוואוסט מיטן נאמען רוסלענדישע פעדעראציע ,Российская Федерация[1] איז א זעלבשטענדיגע רעפובליק (א פאליטישע סיסטעם אין וועלכע די מענטשן ערוועלן רעפרעזענטיוון וואס זאלן פירן די מאכט) אין מזרח אייראפע און צפון אזיע, דער וועלט'ס גרעסטע לאנד אין שטח, מיט 17,075,400|קוואדראט ק"מ. פון צפון־מערב צו דרום־מזרח, האט רוסלאנד גרענעצן מיט נארוועגיע, פינלאנד, עסטלאנד, לעטלאנד, ליטע, פוילן, בעלארוס, אוקראינע, גרוזיע, אזערביידזשאן, קאזאכסטאן, כינע, מאנגאליי און צפון קארעע.

רוסלאנד איז אמאל געווען דאס גרעסטע, מאכטפולסטע, און פראמינענטסטע לאנד אין דעם געוועזענעם "פֿארבאנד סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליקן", אויך באקאנט אלס די פֿסס"ר. אדער די סאוועטן פֿארבאנד. אין 1991 איז די מאכטפולע בערישע פֿסס"ר צובראכן געווארן אויף שטיקער און רוסלאנד איז געווארן אן אייגן לאנד פאר זיך.

די פֿסס"ר איז אמאל געווען די סימבאל פון קאמוניזם, א פאליטישע סיסטעם אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי פירער האבן געהאט פאליטישע און עקענאמישע קראפט. די רעגירונג האט געאייגענט אלע פירמעס און שטחים, און קאנטראלירט אלע פראדוקציעס, אימפארטן און עקספארטן, און וואס נישט. דער קאמוניסטישער סיסטעם ווערט אויך טייל מאל גערופען די קאמאנד אדער פלאנירטע עקענאמיע. נאך דער פונאנדערפאל פון די סאוויטישע פארבאנד האט רוסלאנד זיך אנגעהויבן אנטוויקלען צו א מער דעמאקראטישע סאסייאיטי, געזעצט אויף אן עקענאמיע פון מעכאניזם און פרינציפאלן. רוסלאנד האט געמאכט עטליכע גוטע ענדערונגן: זי האט איינגעשטעלט א דעמאקראטישע עלעקציע סיסטעם אין אלע טיילן פון די רעגירונג און לעגאליזירט דאס מעגליכקייט צו פארוואלטן לאנד אדער ביזנעס. רוב גרויסע רוסישע ביזנעסער זענען שוין היינט פריוואטיזירט. ווי מיר שטייען היינט דארף נאך רוסלאנד האבן א גרויסער תיקון און האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז זי וועט זיך קענען פאררעכנען אלס א העכסט מאדערניזירט לאנד אין די פאראייניגטע פעלקער. ביזנעסער, לאנד, און אנדערע אייגנטום איז ווייט פון יושר'דיג צוטיילט לויט די באפעלקערונג צאל. פילע ענווייראמענטל חרבנות זענען נאך פאראן וואס דארפן פאררעכטעט ווערן. אויך א סטאבילע פאליטישע סיסטעם דארף נאך געהעריג דעוועלאפט ווערן וואס זאל פארמישן די סיטיזענס אין לאקאלע, ראיאנישע, און נאציאנאלע געשעענישן, ווי עס איז איינגעשטעלט אין אלע פרייע לענדער.

דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט געטוישט אלעמענס לעבנ'ס סטיל. טייל האבן אויפגעלאכטן ווען דאס פרייהייט האט זיי געגעבן די געלעגנהייט צו גיין אין ביזנעס. אנדערע זענען פארביטערט געווארן מיט די אונטערגאנג פון קאמוניזם ווען זיי האבן פארלוירן זייער געלט מיט די אויסנאמישע עקאנאמישע טויש. דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו פרייהייט האט פארמינערט די באפעלקערונג צאל. טראץ וואס טויזנטער מענטשן פון די ארומיגע ראיאנען פון די געוועזענע יו.עס.עס.אר. האבן אימיגרירט קיין רוסלאנד, איז רוסלאנד'ס באפעלקערונג צאל נאר קלענער געווארן צוליב איר קלענסטע לעבנ'ס שפאנונג און נידעריגע געבורט ראטע. (מער וועגן די קאמוניסטישע סיסטעם און איר צוזאמענפאל וועט קומען אינעם ארטיקל אי"ה).

אין אלגעמיין ווערט רוסלאנד'ס וועטער קלימאט צוגעגליכן צו קאנאדע. רוב פון רוסלאנד שטייט אויף די זעלבע שטאפל אויף צפון ווי קאנאדע. די וועטער איז דארט געווענליך מיט 20 פראצענט קעלטער ווי אין רוב שטעט אין אמעריקע. די שטעט און ראיאנען וואס זענען גאר הויך זענען גאר קאלט (סיביר אלס ביישפיל) און ווייניג מענטשן וואוינען דארט, גענוי ווי אין קאנאדע. מיט נאך א זאך איז רוסלאנד ענליך צו קאנאדע, אז ביידע לענדער זענען ריזיג גרויס אין שטח פראצענטווייז צו אירע באפעלקערונג צאלן. רוסלאנד'ס ארגיקולטור איז זייער רייך און איר מינעראלן רייכקייט איז די רייכסטע אין די וועלט. אין אנדערע ווערטער, פארמאגט רוסלאנד אלע שליסלן און געצייג צו ווערן א רייך לאנד. מען קען נישט וויסן… רוסלאנד'ס גרעניצן לויפן איבער 12,500 מייל (20,100 קילאמעטער). אויף צפון גרעניצט זי זיך מיט דעם ארקטישן אקעאן. אויף מזרח האט זי דעם פאציפישן אקעאן מיט נאך צענדליגער קלענערע טייכן. אויף דרום-מזרח האט זי צפון קארעע, לענגאויס דרום האט זי כינע און נאך קליינע לענדער, ביים דרום-מערב ווינקל האט זי אוקריינע, אויף מערב האט זי פינלאנד מיט אירע שכינים, און ביים צפון-מערב ווינקל האט זי נארוועגיע. דער וועג וויאזוי רוסלאנד ווערט אדמיניסטרירט איז ווי פאלגנד: 21 רעפובליקן, 6 טעריטאריעס, ווערט דארט גערופען קרעיס, 10 נאציאנאלע שטחים, ווערט דארט גערופן אקרוגס, 49 ראיאנען, און צוויי שטעט מיט פעדעראלע סטאטוסן. די הויפט און גרעסטע שטאט איז מאסקווע.

לאנד און נאטורליכע אוצרות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סיי אין שטח און סיי אין געאגראפישער מאס איז רוסלאנד דאס גרעסטע לאנד פון דער וועלט. מיט א שטח פון 6,592,800 קוואדראט מייל (17,075,200 קוואדראט קילאמעטער) פארנעמט רוסלאנד א ניינטל פון דער וועלט'ס לאנד און איז צוויי מאל אזוי גרויס ווי די פאראייניגטע שטאטן אדער כינע. רוסלאנד דערגרייכט א ברייטקייט פון 6,200 מייל (10,000 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב און 2,400 מייל (4,000 קילאמעטער) פון דרום צו צפון. רוסלאנד פארנעמט א באלעבאטישע פארציע פון צוויי קאנטינענטן: אזיע און אייראפע, מיט די אורעל בערג און טייכן וואס טיילט אפ די צוויי.

רוסלאנד פארמאגט אויך אסאך אינזלען אינעם פאציפישן און ארקטישן אקעאן. די מערסטע באוואוסטע אינזלען אינעם ארקטיק זענען די פראנץ יאזעף, אן ארכיפעלאג פון 100 גרויסע אינזלען, נאווייא זימליא, ניו סיביריען איילענדס, און ווערענדזשל איילענדס. אינעם פאסיפיק פארמאגט זי די וועלט באקאנטע קאריל אינזלן וועלכע שניידן אריין ביז טיף אין די יאפאנעזישע וואסערן. רוסלאנד און יאפאן האבן זיך אסאך געקריגט וועגן די אינזלן אבער עס האט קיינמאל נישט געברענגט צו אן ערנסטע קריג. רוב לאנד באשטייט פון פשוט'ע ערד וואס איז גאנץ גוט צו פלאנצן. רוסלאנד'ס גרויסע בערג געפינען זיך אין סיביר און לויפט אריין ביז אינעם פאסיפיק אקעאן.


נאטורליכע ראיאנען און טייכן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוסלאנד ווערט צוטיילט אויף עטליכע גיאגראפישע ראיאנען: די גרעיט יוראפיען פלעין, די ארעל מאונטענס, און סיביר. דערנאך ווערט סיביר אליינס צוטיילט צו: מערב סיביר, צענטראל סיביר, און דאס בערגיגע סיביר. אינעם גרויסן אייראפעאישן פלוין וואס איז די אייראפעאישע טייל פון רוסלאנד, דאס גרעסטע טייל פון לאנד, איז די ערד איינגעטיילט אויף צוויי. די צפון טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד האט זייער פשוט'ע ערד מיט אסאך טייכן אן קיין שום מינעראלן אדער אנדערע אוצרות. אין קאנטראסט איז די דרום טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד זייער רייך. רוסלאנד'ס גאנצע ארגיקולטור ליגט אין דעם טייל פון לאנד. מזרח פון די אייראפעאישע רוסלאנד געפפנען זיך די ארעל בערג וועלכע טיילן אפ די אייראפעאישע און אזיע טיילן פון רוסלאנד. די בערג זענען אין אלגעמיין נישט צו הויך (ארום 2,000 פיס) אבער איר העכסטע שפיץ גרייכט א הויכקייט פון איבער 6,000 פיס (ארום 1,800 מעטער).

מערב פון די אוראל בערג הויבט זיך אן מערב סיביר וועלכע איז די גרעסטע שטח אין די וועלט וואס איז אזוי גלייך. מען רעדט דארט פון איבער 1,000 מייל (1,800 קילאמעטער) פון גלייכע ערד אן קיין שום בערג, א זאך וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ. מערב סיביר פארמאגט אין זיך אסאך אויל און נאטורליכע גאז. צענטראל סיביר, וועלכע געפינט זיך צו מזרח פון מערב סיביר, באשטייט פון זייער שווערע שטחים. עס איז פאראן דארט שווערע בערג און טאלן און שטיינערדיגע ערד. אסאך טיילן פון צענטראל סיביר איז אנגעלייגט מיט וואלקענאו לאווא וועלכע מאכט אויסקוקן די ערד זייער אלט און ארים. ביים מזרח שפיץ פון רוסלאנד געפינען זיך די גרויסע שרעקעדיגע בערג וועלכע גרייכן איבער 10,000 פיס הויך און זענען פיל מיט הונדערטער וואלקענאוס, פון דעם צענדליגער וואס זענען נאך אלץ אקטיוו. דער העכסטער בארג הייסט קליוטשעסאקאיא ספאקע און גרייכט א הויכקייט פון איבער 15,000 פיס.

רוסלאנד'ס גרויסע טייכן געפינען זיך אין סיביר און זענען פון די לענגסטע אין די וועלט. דער גרעסטער טייך איז דער אוב וועלכער לויפט אדורך גאנץ מערב פון רוסלאנד און כינע. דער טייך איז לאנג 3,362 מייל (5,410 קילאמעטער) וועלכע מאכט איר די לענגסטע טייך אין אזיע און אין אייראפע און דער פערטער לענגסטער טייך אין די וועלט. אלע אנדערע ריזיגע טייכן לויפן צווישן די בערגיגע ראיאנען אין סיביר ביז אריין אינעם ארקטיק. דורכאויס די סאוויט יוניאן צייטן זענען די רוסן געווען פארנומען מיט בויען הונדערטער דאמבעס פאר עלעקטריק קראפט און וואסער פלאס קאנטראל. די רוסן האבן אבער נישט גוט געבויט די דאמבעס און האבן נישט איבערגעלאזט די ספעציעלע לייטערס וואס מען מאכט אדורכצולאזן פיש אויף די אנדערע זייט. אזוי ארום האט זיך אלע פיש אויסגעליידיגט פון די באוואוינטע געגענטער.


גרעניצן, ערד, וועלדער, חיות און בהמות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווייל רוסלאנד איז דאס גרעסטע לאנד אויף דער וועלט האט זי די לענגסטע וואסער גרעניץ ליניע. איר וואסער גרעניץ ליניע לויפט אויף א שטרעקע פון 23,400 מייל (37,650 קילאמעטער) מערסטענס ביים ארקטיק און פאסיפיק אקעאנס. אויך לויפט עס אדורך דעם שווארצן ים און דעם קעספיען ים. כאטש רוב פון אירע וואסער גרעניץ ליניע'ס ליגן אין וואסערן וואס זענען פארפרוירן אויף עטליכע מאנאטן אינעם יאר, טוט איר שיפינג פארנעמען פלאץ אויף אלע אירע וואסערן. וויבאלד א גרויסע טייל פון רוסלאנד איז שטארק אויף צפון פון די וועלט איז דארט כמעט נישט פאראן קיין געוויקסן ווייל אין די ווינטער ווערט די ערד פארפרוירן זייער טיף אראפ וואס לאזט נישט וואקסן קיין זיסע פרוכט אדער גרינצייג. א גרויס טייל פון די בערג זענען פאלאר ראיאנען וואס זענען באדעקט א גאנץ יאר מיט שניי און דארט וואקסט גארנישט.

רוסלאנד'ס וועלדער, רוב פון זיי אין סיביר, באדעקן מער ווי צוויי פינפטלעך פונעם לאנד און ציילט נאנט צו א פערטל פון דער וועלט'ס סך הכל וועלדער ראיאנען. די וועלדער זענען צוטיילט און צוויי טיילן: אינעם צפון טייל באשטייט עס פון ממש איין גרויסע וואלד אן קיין איבערהאקונג און האט נאר איין ערליי בוים וואס רופט זיך קאניפערוס און ווערט גענוצט פאר סאפטוואוד לאמבער. מען האט שוין אסאך ביימער פון דארט אויסגעהאקט אבער עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט זיך אמאל ענדיגן. די ביימער זענען קליין און ליגן שטארק צושפרייט איינע פון די אנדערע. אויף טייל ערטער איז אינגאנצען נישט פאראן קיין ביימער ווייל עס קומט צו ווייניג וואסער. אנשטאט איז דא הויכע גראז און אנדערע ווילדע געוויקסן. די דרום טייל באשטייט פון עטליכע וועלדער וואס האבן געמישטע ביימער גענוי ווי מיר זעען אין די ערטער ווי מיר גייען אין די קאנטריס. רוסלאנד האט נישט צופיל מינים ווילדע חיות אבער פון וואס זי האט יא האט זי בשפע. אין די צפון ראיאנען געפינען זיך ווייסע פאלאר בערן, ים-הונט, ים-פערד, האזן, מיט נאך עטליכע קלענערע חיות נישט גרעסער ווי קעץ. ווי אויך געפינען זיך דארט אסאך פייגל וועלכע זענען פארנומען כאפן פיש פון וואסער צום עסן. אין די אייראפעאישע טיילן פון רוסלאנד געפינען זיך אסאך וועלף, פוקסן, מינקס, וואלד-חזירים, און הערשן. אויך אסאך מינים שלענג קריכן דארט ארום. אין די נידעריגערע טיילן פון סיביר געפינען זיך די באקאנטע סיביר טייגער, דער גרעסטער קאץ אין די וועלט. טייל פון די דערמאנטע חיות זענען אין געפאר צוליב זייער זעלטנהייט אויף וועלכע די פאנגער פארלייגן זיך.


רוסלאנד פארמאגט די גרעסטע רעזווארן פון מינעראלן אוצרות פון אלע לענדער אין די וועלט. טראץ איר גרויסע שפע, זענען אסאך פון די רעזווארן אויף פארשטופטע אפגעלייגטע ערטער ווי עס איז שווער צו דערגרייכן צוליב דער קלימאט וואס הערשט דארט א גאנץ יאר און וואלט געווען זייער טייער ארויסצושעפן די אוצרות פון דארט. רוסלאנד איז צום מערסטענס געבענטשט מיט פליסיגע מינעראלן. דאס לאנד פארמאגט מער ווי האלב פון די וועלט'ס מעגליכע קוילן רעזווארן און אפשר נאכמער נאפט. נאטורליכע גאז האט זי 40 פראצענט פון די וועלט'ס סך הכל וועלכע ליגט אין גאנץ רוסלאנד. איר קוילן און נאפט זענען אויך פאראן אין רוב טיילן פון לאנד אבער די ריכטיגע אוצרות ליגן טיף אין סיביר נאכנישט צוגערירט. ווען די אראבישע לענדער וועלן אויסגיין פון אויל (משיח וועט שוין פריער דא זיין) וועט רוסלאנד זייער רייך ווערן פון אירע געשוואלענע אוצרות. אויף דערווייל זענען זיי גארנישט ווערד צוליב די שווערע און טייערע ארבעט וואס נוטיגט זיך אויב מען וויל זיי האבן, ווי מיר האבן פריער דערמאנט. נאר פון אייזן (מיט וועלכע רוסלאנד איז אויך געבענטש) האט זי נוצן ווייל די מערהייט פון אייזן אוצרות ליגן ארום און ארום דער הויפט שטאט מאסקעווע. אויך מיט אלע ערליי מעטאלענע אוצרות איז רוסלאנד געבענטש ווי גאלד, זילבער, קופער, ניקעל, מערקורי, עלומינם, בליי, און צינק. די אלע אוצרות ליגן אין די ארעל מאונטענס און אין סיביר.


רוב פון רוסלאנד האט א הארבע קלימאט מיט לאנגע ציפעדיג קאלטע ווינטערס און גאר קורצע און קילע זומערס. דאס איז צוליב וואס רוסלאנד ליגט זייער הויך אינעם געאגראפישן קערברייט פון די וועלט און אויך ווייל די הויכע בערג ביי איר מערב גרעניץ זייט שטערט די ווארימע שטראם וואס קומט ארויס פונעם פאסיפיק עס זאל גרייכן טיף אין לאנד. אין די זומער ווערט נאר ווארים אין דעם אייראפעאישן טייל פון לאנד וועלכע גיט די מעגליכקייט צו פלאנצן. פונדעסטוועגן פלאגן זיך די רוסישע פארמערס זייער שטארק פאר אביסל פירות ווייל עס קומט אראפ ווייניג רעגן און די זומער איז קוים עטליכע מאנאטן. די קעלסטע ערטער אין רוסלאנד זענען אין סיביר און די קעלסטע ארט איז אין די שטאט ווערקהאיאנסק וואו אין א געווענליכער ווינטער טאג איז די וועטער 59 אונטער זערא פארנהייט (מינוס 51 צעלזיוס) און האט שוין אמאל דערגרייכט 90 אונטער זערא (מינוס 68 צעלזיוס) אין פעברואר. אין זומער איז דארט געווענליך 56 גראד (13 צעלזיוס) אבער האט שוין אמאל דערגרייכט [איר וועט נישט גלייבן] 98 גראד (37 צעלזיוס). די חילוק צווישן ווערקהאיאנסק'ס קעלסטע טאג און הייסטע טאג איז דער גרעסטער חילוק צווישן וועטער גראד פון אלע רעקארד וואס מען האט אמאל רעקארדירט. אין דעם אייראפעאישן רוסלאנד איז אביסל ווארימער צוליב דער שטראם וואס קומט אריין פונעם אקעאן. די געווענליכע טעמפרעאטור אין מאסקעווע אין יאנואר איז צווישן 9 און 21 גראד (פון מינוס 6 ביז מינוס 13 צעלזיוס). אין יולי איז די טעמפרעאטור צווישן 56 און 75 גראד (פון 15 ביז 20 צעלזיוס).


לאנד און וואסערן אוצרות האבן געליטן הארבע דעאגראציע דורכאויס די סאוועטן צייטן ווען די נוקלעארע פראדוקציע איז געווען אויפ'ן העכסטן פארנעם. אסאך געגענטער, ווי קיוזניטש אין דרום סיביר, רוב פונעם דרום טייל פון די אוראל בערג וועלכע איז געווען א העפטיגע אינדוסטריעל ארט, און די וואלגע טייך זענען גאר שטארק דעאגרירט געווארן אזש ביז'ן היינטיגן טאג עפעקטירט דאס מענטשן און בהמות וואס באזוכן די געטראפענע ערטער.

עטליכע נוקלעארע עקסידענטן האבן אויסגערינען גאר אסאך שעדליכע כעמיקאלן וועלכע האט איבערגעלאזט די לופט פארפעסטיגט מיט גאר שעדליכע ראדיאציע וועלכע האט דערגרייכט ביז ווייט אוועק פון רוסלאנד'ס גרעניצן. די מערסט באקאנטסטע נוקלעראע עקסידענט איז דער טשערנאביל אויפרייס אין אוקריינע אין יאר 986' וועלכע האט עפעקטירט די שטאט ברייענסק. רוסלאנד האט געליטן פון נאך אויפרייסן פון וועלכע די וועלט האט נישט געוואוסט ביז לעצטענס ווייל עס איז אויסבאהאלטן געווארן דורך די סאוויעטן וועלכע האבן זיך געשעמט דערמיט. איר מעיעק נוקלעאר פלענט, נעבן די שטאט טשעליאבינסק, האט דריי מאל אויפגעריסן, אין 49', 57', און 67'. אלע דריי אויפרייסן צוזאמען האבן ארויסגעלאזט פיל מער ראדיאציע ווי דער טשערנאביל עקסידענט. אויך אויף א גרויסע אינזל אינעם ארקטיק מיט'ן נאמען נאוואיא זימליא איז פאראן אן אומגעהויערע מאס ראדיאציע. די רוסן האבן גענוצט דעם אינזל אלס זייער גרעסטע נוקלעאר פראבע ארט.

אויסער די אויפרייסן און אומאחריות'דיגע פראבעס האבן די רוסן שטענדיג אריינגעווארפן די נוקלעארע איבערבלייבענישן אין די וואסערן ארום רוסלאנד וועלכע האט שטארק פארפעסטעט די וואסער מיט אלע לעבעדיגע וואס שווימען דארט ארום. צום מערסטן האבן זיי גענוצט דעם ארקטיק אלס זייער דאמפ אבער זיי האבן אויך געווארפן זאכן אינעם יאפאנעזישן טייך ביז אזוי שפעט ווי אין 93'. נאך היינט צו טאג זענען פאראן הונדערטער אפגעדינטע נוקלעארע סובמארינען אין שיפן וואס אנקערן אין די רוסישע וואסערן און זענען א סכנה יעדע מינוט פאר אן אויפרייס. די רוסן האבן נישט גענוג געלט צו באהאנדלן די איבערבלייבענישן. אסאך טייכן און לעיקס זענען שטארק פארפעסטעט געווארן פון די צענדליגער טויזנטער קאמפס עראפלאנען וואס זענען גענוצט געווארן אין די צענדליגער קריגן און האבן אויסגעגאסן טאנען פון שמוציגע אויל און גאז וועלכע האבן איבערגעדעקט די טייכן מיט א שיכט פון שווארצע אויל. באקאנט איז דער שווארצער טייך וועלכער פארמאגט שרעקליך אסאך שמוציגע אויל וואס מען וואלט קיינמאל נישט געקענט אויסרייניגן אפילו מיט די וועלט'ס געלט. דער גרעסטער פראבלעם פון אלעם איז אז אסאך קליינע רוסישע שטעט זענען נישט עקוויפטעט מיט וואסער רייניגונגס מאשינען און זענען אויסגעשטעלט צו די שעדליכע כעמיקאלן.

רוסלאנד פארמאגט זייער ווייניג פיש טראץ וואס זי האט דאס מערסטע וואסערן אין איר באזיץ. דאס איז ווייל אסאך וואסערן זענען אזוי שמוציג אז די פיש קענען נישט דארט לעבן. די וואסערן וואס זענען שוין יא ריין זענען זייער נישט גוט קאנטראלירט געווארן און עס זענען עטליכע מאל פארגעקומען קאמערציאלע פיש געיעג וואס האט אויסגעליידיגט די טייכן פון פיש. נאך עפעס וואס מאכט אסאך אויס, זענען די ריזיגע טייכן וואס זענען פארפרוירן רוב מאנאטן פון יאר.

ווען רוסלאנד איז געווארן צוריק זעלבשטענדיג נאך דעם צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט די רעגירונג אונטערגענומען א רייע פרישע פראגראמען פאר א פריינטליכערער סביבה. נאך אלץ האט זי א שוואכע נעטווארק פאר פארקס און רעזעווארן. ריסייקלינג האלט נאך דארט אין די ערשטע פאזעס.

מענטשן און געזעלשאפט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוסלאנד'ס סך הכל באפעלקערונג איז געשאצט געווארן אין יאר 02' אויף 144,978,570, מאכנדיג עס דאס זעקסטע אנגעפילטסטע לאנד נאך כינע, אינדיע, די פאראייניגטע שטאטן, אינדאנעזיע, און בראזיל. זינט דער צוזאמענפאל פון סאוועטן פארבאנד איז די אימיגראציע ראטע קיין רוסלאנד געשטיגן צו מער וויפיל עס האבן פארלאזט רוסלאנד. וויאזוי אימער, איז אבער רוסלאנד'ס נאטורליכע וואוקס פון איר באפעלקערונג נעגאטיוו וויל איר געבורט ראטע שטייט ביי 9.7 פער טויזנט מענטשן אבער איר טויט ראטע שטייט ביי 13.9 פער טויזנט מענטשן, דאס טייטש אז מער מענטשן זענען געשטארבן ווי געבוירן.

רוסלאנד איז דאס איינציגסטע אינדוסטריאליזירטע לאנד וועלכע'ס דעמאגראפישע וואוקס איז נידעריגער ווי אין אירע פריערדיגע יארן. דאס איז ווייל, ווי געזאגט, איז איר סביבה זייער נישט גוט און איר העלט קעיר סיסטעם ווערט קלענער און קלענער ווייל עס איז דא א מאנגל אין געלט. אין די לעצטע צוויי יאר איז דער דורכשניטליכער לעבנ'ס שפאן ראטע געשטיגן, פונדעסטוועגן איז איר היינטיגע מענער לעבנ'ס שפאן ראטע ביי 62 יאר, היבש נידריגער ווי אין 94' ווען עס איז געשטאנען ביי 64. די לעבנ'ס שפאן ראטע פאר פרויען איז געפאלן פון 74 צו 73 יאר.

די סך הכל באפעלקערונג געדיכטקייט איז 22 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (8 איינוואוינער פער קוואדראט קילאמעטער), אבער אין אמת'ן איז עס שטארק געוואנדן לויט דעם ראיאן און קען נישט גערעכנט ווערן אלס דורכשניטליך. רוב מענטשן וואוינען אינעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד (ווערט אנגערופן די פערטייל טרייענגל, וואס נעמט אריין די שטח פון די מערב גרעניץ זייט ביז די ארעל מאונטענס, אדער מערב סיביר) וואו עס איז פיל געדיכטער ווי אויבנדערמאנט. בעפאר די צווייטע וועלט קריג און אויך נאכ'ן קריג האבן זיך אסאך אימיגראנטן זיך באזעצט אין רוסלאנד'ס מזרח טייל, וועלכע נעמט אריין די פרעסטיגע סיבירישע ראיאנען. די סאוויעטישע רעגירונג האט עס זייער שטארק געקוראזשט. אין די לעצטע יארן איז עס אבער צוריק אויסגעליידיגט געווארן ווען מאסן האבן זיך אריבעגעצויגן צו מערב.

למעשה וואוינען ארום 65 מענטשן פער קוואדראט מייל (25 פער קוואדראט קילאמעטער) אין די דרום שטעט, וואס נעמט אריין מאסקעווע. אין דעם צפון טייל פון דעם אייראפעאישן רוסלאנד און אין אין רוב טיילן פון סיביר וואוינען קארגע 3 מענטשן פער קוואדראט מייל (1 מענטש פער קוואדראט קילאמעטער). אין די לעצטע 15 יאר זענען די באפעלקערונגן פון אסאך שטעט זייער שטארק געפאלן ווען אין דער זעלבער צייט זענען אומבאוואוסטע שטעט און ראיאנען אנגעפילט געווארן מיט גרויסע פראצענטן. דאס איז ווייל די שטעט האבן פארגרעסערט זייערע אינדוסטריאלע סעקטאר.

דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן מיליאנען עטניק רוסישע אימיגרירט צו די ארומיגע ראיאנען וועלכע זענען געווען א טייל פון די יו.עס.עס.אר. פארבאנד. דאס האט אבער אנגעהויבן אויסוועפן אין די שפעטערע יארן און איז אפילו געגאנגען אויף צוריק נאך די צווייטע וועלט קריג און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן.

רוסלאנד האט אנטוויקלט א גרויסע אורבאנע באפעלקערונג דורכאויס איר סאוויעטער צייט. כאטש די רעגירונג וויל ענדערש מען זאל זיך צושפרייטן איבערן גאנצן לאנד, וואוינען היינט ארום 78 פראצענט מענטשן אין די אורבאנע שטעט. מער ווי 10 שטעט, רוב דערפון אינעם אייראפעאישן רוסלאנד, פארמאגן מער ווי א מיליאן איינוואוינער. די גרעסטע שטאט איז מאסקווע, די הויפטשטאט. דערנאך קומט פעטערבורג, וועלכע גרעניצט זיך מיט פינלאנד און פירט רוב אימפארט עקספארט. אנדערע גרויסע שטעט זענען: נאוואסיבירסק, די גרעסטע שטאט אין מערב סיביר. ניזהני נאווגאראד, די גרעסטע שטאט אין דער וואלגע טייך ראיאן. די שטאט אנטהאלט אלע אויטאמאביל אין שיפן פאבריצירונג. יעקאטערינבורג, די גרעסטע שטאט אין די ארעל בערג. סאמארא, וועלכע פארמאגט אסאך אויל אינדוסטריעס. (פאר די פונקטליכע באפעלקערונג צאל פון איטליכע גרויסע שטאט זעט בייגעלייגטן קעסטל).

עטניק גרופעס, שפראך, און רעליגיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוסלאנד האט די גרעסטע אויסוואל פון עטניק גרופעס אבער מאכן נישט אויס מער ווי 18 פראצענט פון דעם סך הכל באפעלקערונג צאל. די דריי גרעסטע עטניק גרופעס וועלכע מאכן אויס מער ווי איין פראצענט פון די באפעלקערונג זענען: טאטארס (פון אזיע) מיט 3.8 פראצענט, אוקריינעיענס מיט 3 פראצענט, און טשאוואש (א געמיינדע אין מזרח רוסלאנד) מיט 1.2 פראצענט. אנדערע מינאריטעטן זענען: בעלארוסן (א קליין לאנד אין אייראפע), דייטשן, באשקירס (א רוסישע מוסולמענער גרופע), אידן (ווערן פאררעכנט אלס אן עטנישע גרופע אין רוסלאנד) און נאך צענדליגער קלענערע. פון אלע עטנישע גרופעס האבן 32 גרופעס זייערע אייגענע טעריטאריעס וואו זיי האלטן זיך צוזאמען. אין די לעצטע עטליכע יאר האט עס אביסל אנגעהויבן אויסוועפן ווען אסאך עטניקס האבן זיך אריבעגעצויגן צו די גרעסערע שטעט אדער אנדערע ראיאנען. אגב, די אפיציעלע אידישע ראיאנען וואס די קאמוניסטישע רעגירונג האט געשענקט פאר די אידן צו וואוינען איז די איינציגסטע עטניק ראיאן וואס איז באזעצט מיט אנדערע עטניקס ווייל די אידן האבן ליבערשט אויסגעקליבן צו בלייבן אין זייערע דעמאלטדיגע וואוין ערטער. די אידן האבן פארלאזט רוסלאנד דורכאויס די סאוויעט צייטן צוליב די שוועריקייטן צו האלטן אידישקייט. רוסיש איז דעם לאנד'ס אפיציעלע און מערסט גענוצטע שפראך אין ביזנעס, רעגירונג, און אין שולעס. די עטניק גרופעס האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן, אבער אינגאנצען 4.5 פראצענט פון זיי קענען נישט קיין רוסיש. די איבעריגע עטניקס זענען ביילינגיול (צוויי-שפראכיג). טייל עטניק ראיאנען האבן דערקלערט אפיציעלע עטניק שפראך ראיאנען, אבער מיליאנען נישט-רוסישע האבן אדאפטירט רוסיש אלס זייער מאמע-לשון. אלעס צוזאמען ווערט גערעדט איבער הונדערט שפראכן אין רוסלאנד אבער מען קען דאס זעלטן הערן ווייל די סאוויעטן האבן גוט אריינגעבאקן די רוסישע שפראך אין יעדן. דורכאויס די סאוויעט צייטן איז רעליגיע געווען פארבאטן און די רעגירונג האט קאנטראלירט אלע רעליגיעזע אינסטיטוטן. אין די שפעטע 980' יארן האט די רעגירונג אביסל אנגעהויבן גרינגער מאכן אירע פאליסיס בנוגע רעליגיע און אין 990' האט זי געשענקט נאכמער פרייהייט. מיט'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם אין 991' איז רעליגיע געווארן 100 פראצענט פריי און עס האבן זיך באלד אנגעהויבן וועבן רעליגיעזע גרופעס וועלכע האלטן אן זייערע טראדיציאנאלע רעליגיע'ס. די גרעסטע טייל רוסן זענען קריסטליכע גלויביגע אבער זענען נישט צופיל פארנומען מיט זייער רעליגיע און גייען ווייניג צו א געבעט-הויז. די צווייטע גרעסטע רעליגיעזע גרופע אין לאנד זענען די מוסולמענער וועלכע האבן זיך זייערע עייגענע ראיאנען אין דעם וואלגע טייך ראיאן. אנדערע באקאנטע רעליגיעזע גרופעס זענען: קאטויליקן, פראטעסטאנטן, און, להבדיל, אידן. די קאטויליקן און פראטעסטאנטן האבן זיך אויך זייערע געגענטער אבער די אידן וואוינען צושפרייט אין גאנץ רוסלאנד נאך היינט צו טאג.


ערציאונג אין רוסלאנד איז זייער גוט. די סאוויעטן האבן אין דעם אריינגעלייגט כוחות און האבן טאקע נושא פירות געווען. אין יאר 1918 האט די רעגירונג אנגעהויבן געבן פרייע פאבליק שולע פאר אלע פאמיליעס, א שריט וואס האט גאר שטארק פארבעסערט דאס חינוך איבער'ן לאנד. די רוסישע זענען נישט קיין קלעצער און גלייכן צו שטודירן. מען שאצט אז מער ווי 99 פראצענט רוסישע העכער 15 יאר קענען ליינען און שרייבן. דאס איז אן אויסטערלישע הויכע ראטע וואס איז נישט פארהאנען אין ערגעץ. א דאנק זייער ווילן צו לערנען און צולייגן קאפ האבן די רוסן דערגרייכט צו זיין פון די מערסט פארגעשריטענע לענדער. זינט דער גרינדונג פון קאמוניזם איז געווען פארבאטן פריוואטע שולעס פאר קינדער. די קאמוניסטן האבן גוט אכטונג געגעבן אז אלע לערערין'ס זאלן זיין אונטער די רעגירונג'ס קאנטראל און פרעדיגן קאמוניזם אין די קעפ פון די קינדער. ערשט אין 92' האט די רוסישע רעגירונג אויפגעצויגן א נייע ערציאונג געזעץ וואס האט ערלויבט צו עפענען פריוואטע שולעס. די זעלבע געזעץ האט אויך, צום ערשטן מאל זינט קאמוניזם, ערלויבט צו קענען פאבלישן אייגענע ביכער פון סיי וועלכע טעמעס. עס איז ממש צום באוואונדערן וואספארא געלונגענע ערציאונג סיסטעם די סאוויעטן האבן באוויזן אהערצושטעלן. אנדערש ווי אין אלע לענדער מיט צענדליגער סקול סיסטעמען האט רוסלאנד ליבערשט אוועקגעשטעלט עטליכע ריזיגע סקול סיסטעמען וועלכע האבן אריינגענומען יעדן איינעם און טראדיציאנאל געלערנט די רוסישע שפראך באגלייט מיט העפטיגע פרעדיגונג פון קאמוניזם קולטור. מען קען שווער טרעפן א רוסישער וואס איז נישט געגאנגען אין שולע.

וויבאלד רוסלאנד איז שטענדיג געווען שמאל אין געלט האט זי פארשטייט זיך נישט געהאט קיין געהעריגע שולעס און אוודאי נישט גענוג פאר אלע קינדער. דערפאר האט זי איינגעשטעלט א סיסטעם אז די קינדער זאלן קומען אין שיפטן. רוסישע שולעס זענען נאך היינט אזוי צוריקגעבליבן אז מען קען שווער גלייבן אז דארט לערנען קינדער. קיין פלאמבינג, הייצונג, עירקאנדישענונג, איז נישטא. אבער נאך אלעם שטערט עס נישט זייערע לימודים און עס קומען פון דארט ארויס גוט געשולטע סטודענטן מיט וועלכע רוסלאנד האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען (א לעקציע, להבדיל, וויאוזי מען דארף לערנען תורה. פת במלח תאכל...). רוסלאנד'ס אוניווערזיטעטן זענען נישט קיין פריוואטע נאר אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי די שולעס. יעדע שטאט האט א אוניווערזיטעט וואו מען קען באקומען פרייע לימודים און אויך מער פארגעשריטענע פאר געלט. די גרעסטע און בעסטע אוניווערזיטעטן זענען אין די גרויסע שטעט ווי אין מאסקעווע, סעינט פיטערסבורג א.א.וו.

פון רוסלאנד זענען געקומען די גרויסע מוזיק סאלאיסטן, צווישן זיי די פידלער דוד אויסטראך און גדעון קרעמער, דער טשעליסט מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש און דער פיאניסט וולאדימיר הורוויץ.

דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן כמעט אלע איינוואוינער פארדינט אייניג און נאר די קאמוניסטישע פארטיי מיטגלידער האבן גענאסן פון לוקסזעריע פריווילעגיעס ווי: באזונדערע געשעפטן, אויטאס, האטעלן, און רעזארט ערטער וואו נאר די עליטע פאליטישע האבן געוויילט. צו האבן אן אייגענע ביזנעס וואס קען גרעסער ווערן און אריינברענגן מער רווחים פאר'ן איינגעטומער איז געווען פארבאטן. די רייכסטע מענטשן אין לאנד האבן פארדינט נישט מער ווי 4 מאל אזויפיל ווי די ארימסטע. שטעלט אייך פאר אזא שפיל אין אמעריקע אז דער ארימסטער פארדינט 300 דאלאר א וואך און דער רייכסטער 1,200... נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז די הויפט אישו ביי יעדן געווען ביזנעס. ביז אין די ענדע 90'גער יארן האבן די רייכסטע שוין פארדינט 15 מאל אזויפיל ווי די ארימסטע. נאך אלץ גארנישט. די אמת'דיגע רייכסטע אין רוסלאנד איז נאך ביז היינט די רוסישע מאפיא וועלכע איז זייער מאכטפול סיי אין רוסלאנד און אויך אין מערערע לענדער אין דער וועלט.

די ערשטע שריט וואס די רעגירונג האט געטאן ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן איז געווען, צו פריוואטיזירן אלע הייזער וואס האט געגעבן א מעגליכקייט פאר יעדן אפצוקויפן זייערע הייזער פון די רעגירונג פאר א שפאט ביליגן פרייז. אזוי אז מען האט נישט מער געדארפט באצאלן רענט פאר א הויז האט מען געהאט די מעגליכקייט איינצושטעקן געלט אין ביזנעס. אין די ערשטע יארן זענען אסאך מענטשן געווארן מיטל-קלאס פארדינער א דאנק דעם.

היינט צו טאג איז שוין אסאך בעסער. עס זענען שוין פאראן גרויסע ביזנעסער וואס גיבן ארבעט פאר מערערע מענטשן און טייל פון זיי מאכן שיין געלט. דאס אלעס איז אבער נאר אין די גרויסע שטעט ווי ביזנעס ווירבעלט. אין די קליינע ראיאנען פארדינט מען פרוטות. רוב זענען דארט ארים און אפילו די וואס ווערן פאררעכנט אלס מיטל-קלאס פארדינען קוים עפעס.


די לעבנ'ס סטיל אין רוסלאנד איז געוואנדן לויט'ן פארדינען. די ארימע לעבן שווער אדורך יעדן טאג און זייער אסאך זענען פארנומען מיט פארקויפן זייערע חפיצים אדער אנדערע זאכן אויף די גאסן. די רייכערע רוסישע לעבן שוין היינט א מערב סטיל לעבן נישט קיין סאך אנדערש ווי אין אמעריקע. אמעריקאנער פראדוקטן זענען זייער פאפולער אין די גרויסע שטעט. ליינען איז נאך אלץ זייער שטארק ווי אין די סאוויעט צייטן נאר די ליינווארג איז אנדערש געווארן. מען צענזורט נישט קיין ביכער און מען פארקויפט מער נישט קיין קאמוניזם פרעדיגונג ביכער. מען קען היינט קויפן ביכער פון סיי וועלכע נושא. ספארטן, מוזיק, און שפילן האבן זיך נישט געטוישט קיין סאך. ווייניג רוסישע זענען איטערעסירט אין די אלע זאכן ווייל ווי געזאגט איז א גרויס טייל פון לאנד זייער ארים און חלומ'ן נאך נישט פון אזעלכע השגות. די רוסישע פארן נישט קיין סאך ארום פאר וואקאציע אדער טוריזם. אפגערעדט פון אינטערנאציאנעל, גייען זיי אפילו נישט קיין סאך אין רוסלאנד זעלבסט. רוב פון די וואס האבן געלט פארן אוועק איבער די וויקענדס אין קאנטריס וואו זיי פארמאגן קליינע הייזעלעך און ווייניג שטח. די רייכע האבן יא טייערע קאנטרי הייזער מיט סווימינג פולס און נאך באקוועמליכקייטן. יעדער וואס פארמאגט א קאנטרי הייזעל פלאנצט זיך אליינס אביסל גרינצייגט און פרוכט וועלכע זיי נוצן פאר זייערע דייעטן. דורכאויס די סאוויעט צייטן האט די רעגירונג קאנטראלירט אלע טרעוול און נאר געלאזט פארן צו אנדערע קאמוניסטישע לענדער. די רוסן עסן דריי מאלצייטן א טאג. צו פרישטאג עסן זיי געווענליך ברויט מיט מילכיגע פראדוקטן. א טייל רוסן עסן נאך ביז'ן היינטיגן טאג די טראדיציאנאלע רוסישע פרישטאג וועלכע באשטייט בלויז פון ברויט און טיי. מיטאג איז זייער עיקר מאלצייט אין וועלכע זיי עסן פלייש, זופ, גרינצייג, אייער, און צומאל אויך אביסל מילכיגס געמישט. נאכטמאל באשטייט דארט נאר פון אביסל טיי און עפעס צובייסונגן. די רעסטוראנטן סערווירן מער מאכלים אבער ווייניג שטאפן זיך אן ביינאכט מיט עסן. וואדקע, ביר, און וויין ווערט דארט געטרינקן 24 שטונדן א טאג. ווען א רוסישער האט אפאר דאלאר וועט ער קויפן דערפון עפעס אלקהאל געטראנקן. רוסישע רעסטוראנטן זענען אמאל געווען זייער ארים און האבן סערווירט ווייניג עסן און געגעבן שוואכע סערוויס. היינט האבן זיי אסאך עסן, אריינגערעכנט עטנישע עסן, ווי כינעזע און מעקסיקא עסן. פאר א דורכשניטליכער רוס איז א רעסטוראנט צו טייער פאר מער ווי צוויי מאל א יאר. די עקענאמישע און סאציאלע ביטונגן זינט דער צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט צום מערסטן געטראפן די פרויען און קינדער. הייראטן איז שטארק געפאלן און גט'ן האט זיך שטארק געהויבן וועלכע האט איבערגעלאזט זייער אסאך מאמעס מיט קינדער אן מענער. די מאמעס זענען זייער אנגעשטרענגט מיט טאן אלע היים ארבעט נאכדעם וואס זיי ארבעטן א גאנצן טאג. נאכמער, רוב רוסישע הייזער קענען זיך נישט פארגינען די וויכטיגע היים אפלייענסעס ווי וואש מאשינען א.ד.ג. וואס מאכט זייער ארבעט פיל שווערער און נעמט אויף מער צייט. היימלאזיקייט און אנעמפלאוימענט האט זיך אסאך געהויבן זינט נאך קאמוניזם און האט שוין עטליכע מאל געהאלטן ביי א קריזיס. היינט צו טאג האלט די אנעמפלאוימענט ראטע ביי 9 פראצענט פון די ארבעטס-קראפט. רוסישע ביזנעסער זענען זייער נאכגעלאזט מיט'ן באצאלן די ארבייטערס. טייל ארבייטערס באקומען זייערע געהאלטן מאנאטן שפעט וועלכע פלאגט די ארבעטס-קראפט מיט פילע פראטעסטן און סטרייקס. רוסלאנד'ס העלט קעיר סיסטעם איז א קאטאסטראפע. דער סיסטעם איז איינגעשטעלט געווארן אין 92' און ברויך אויסצאלן אלע מעדיקל קאסטן. אבער וויבאלד עס איז פאראן קארופציע אין ביזנעס און מען באצאלט נישט געהעריג קיין שטייערן שאדט עס שטארק פאר די העלט קעיר סיסטעם. אנדערע בענעפיטן ווי פענסיע, אנעמפלאוימענט איז דא צו באקומען אבער אויך דאס איז קארופטירט און ווייניג טשעקס קומען געהעריג אן און ווען יא איז עס שפעט.


די סאוויעט יוניאן האט געהאט א פלאנירטע עקענאמיע, וואס טייטש אז די רעגירונג האט קאנטראלירט אי די פראדוקציע און אי די פרייזן פאר די מארקעט. זי האט באשלאסן וואו מען דארף עפענען א נייע ביזנעס, וואס די ביזנעס זאל זיין סטאנציאנירט, ווער עס זאל דארט ארבעטן, און וויפיל געלט יעדער זאל באקומען. ווען קאמוניזם האט געהערשט אין גאנץ מזרח אייראפע האט רוסלאנד גענאסן פון גאנץ א סטאבילע עקענאמיע, א דאנק איר גוטע אנציאונגן מיט די אנדערע קאמוניסטישע לענדער וועלכע האבן געהאט אפענע טויערן פאר ביזנעס – פארשטייט זיך נאר פאר קאמוניסטן. פון ווען אן די ראיאן איז געווארן גערייניגט פון קאמוניזם אין די פריע 80'גער יארן האט רוסלאנד'ס עקענאמיע אנגעהויבן גליטשן. דער דעמאלטדיגער פארטיי סעקרעטערי גענעראל מיככעל גורבאטשאוו האט עטליכע מאל פרובירט צו מאכן עקענאמישע רעפארמס אבער אן ערפאלג. אין 91' ווען אויך רוסלאנד איז געווארן פריי איז די עקענאמיע געפאלן נאך מער צוליב די גענצליכע איבערטויש פון געזעצן און ביזנעס סטרוקטור וועלכע האט געעפענט א נייע וועלט פאר די אונטערגעדרוקטע רוסן. אין יענע צייטן האט באריס יעלצין געווינען פירערשאפט, צוזאגנדיג א בעסערע עקענאמיע, אבער דערווייל איז דער מצב פיל ערגער געווארן און דאס לאנד'ס דעפיציט האט געהאלטן ביי א פערטל פון די דזש.די.פי. ווען קאמוניזם איז געפאלן אין דעם זעלבן יאר האט יעלצין דורכגעפירט א נייע עקענאמיע רעפארם וועלכע איז באשטאנען פון 4 פונדאמענטאלע פרינציפן: 1) ליבליראזאציע, וואס באדייט אין אנדערע ווערטער פרייהייט צו טאן ביזנעס מיט סיי וואס פאר סיי וועלכע פרייז. 2) פינאנציעלע סטאביליזאציע, וועלכע האט געפאדערט צו שניידן די רעגירונג'ס אויסגאבן אין אלע אומוויכטיגע סעקטארס. מיליטער איז דעמאלט געווען די הויפט אויסגאבע פון די רעגירונג און איז אין עטליכע יאר געשניטן געווארן צו ווייניגער ווי א צענטל, ברענגנדיג א פלוס פון קעש אין די רעגירונג'ס קאסעס. 3) פריוויטיזאציע, די רעגירונג האט פריוויטאזירט אלע קלענערע און מיטלגאטיגע ביזנעסער צו אינדיווידועלע ביזנעס לייט. דאס איז געווען א קלוגע שריט וואס האט אריינגעברענגט אסאך פאנדן פאר פרישע אינוועסטמענטס. 4) אינטערנאציאנאליזאציע, די רעגירונג האט געעפענט אלע אירע טויערן צו די וועלט און געלאדענט יעדן צו טאן ביזנעס מיט איר.

אין די ערטשע יארן האט יעדער פרובירט אריינצולייגן א פוס אין ביזנעס אבער זייער אסאך זענען אדורך געפאלן און די רעגירונג האט איינגעזען אז עס איז וויכטיגער צו מאכן "לאנגע-טערמין" אינוועסטמענטס וואס זאל מיט די יארן הייבן די עקענאמיע מיט יסודות'דיגע אינדוסטריס. נאך א פראבלעם איז אויפגעקומען ווען די עקזעקיוטיוון אינערהאלב די רעגירונג און ביזנעס פארשטייער האבן זיך צופיל ארומגעקריגט אויף אזוי ווייט אז יעלצין האט אין 93' אריינגעשיקט מיליטער אין פארלימענט ארויפצוצווינגען די נייע רעפארמען. די קריגערייען האט געשטערט יעדע אפטיילונג פון די רעגירונג און גארנישט איז מעגליך געווען דורכצופירן. א גוטער ביישפיל איז די רוסישע צענטראלע באנק (אר.סי.בי.). א טייל פון יעלצינ'ס רעפארם פלאן איז געווען איבעצוטוישן די צענטראלע באנק צו א צוויי-רייענשיכט באנק סיסטעם וואס אלע קאפיטיליסטישע לענדער האבן היינט צו טאג וואס קאנטראלירט די פלוס פון געלט אין לאנד און אויך אלע פאליסיס פון אלע קאמערציאלע בענק כדי צו האלטן קאנטראל אויפ'ן דאלאר. אין רוסלאנד זענען א גרויס טייל פון די באנקירן געווען קעגן יעלצינ'ס רעפארם פלאן און האבן געשטערט יעדע נייע זאך. נאך א פראבלעם איז מיטגעקומען ווען די באנק האט נישט געהאט גענוג געלט צו קויפן אלע פארגעשריטענע מאשינען און קאמפיוטערס און אזוי ארום נישט געקענט האלטן געהעריג קאנטראל. נאך א פראבלעם איז געווען אז די בענק האבן נישט געוואלט בארגן קיין געלט פאר ביזנעס אינוועסמענט געברויכן, נאכדעם וואס אסאך ביזנעסער האבן נישט צוריק באצאלט זייערע חובות. די פראבלעמען האבן שרעקליך פארקריפעלט די באנק און די אינפלאציע איז געגאנגען קאטאסטראפע.

א סטאטיסטיק פון יאר 00' ווייזט אז רוסלאנד'ס דזש.די.פי. האט נאר דערגרייכט 251.1 ביליאן דאלאר, אין דעם אריינגערעכנט 54 פראצענט פון סערוויס. בלייבט איבער נאר 39 פראצענט (97 ביליאן דאלאר) אין פאבריצירונג (די איבריגע 7 פראצענט גייט פאר ארגיקולטור). מען שאצט אז עס וועט נאך געדויערן א לאנגע צייט ווילאנג רוסלאנד וועט זיך אויפארבעטן איר עקענאמיע צו א סטאנדארטע סטאביליזם.


וואלוטע, באנקירונג, און פינאנץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די הופט וואלוטע אין רוסלאנד איז דער רובל וועלכע באשטייט פון 100 קאפיקס. ווען רוסלאנד איז געווען קאמוניסטיש האט איר וואלוטע נישט געהאט קיין שום ווערד אין די פרייע לענדער און מען האט אין ערגעץ נישט געקענט זען א רובל. נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז איר רובל ארויף אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט. מיט'ן נייעם באנק סיסטעם (ווי פריער דערמאנט) זענען אסאך ריזיגע בענק געווארן קליין און הונדערטער נייע בענק זענען צוגעקומען צוטיילט פאר אלע ראיאנען. אלעס צוזאמען זענען אויפגעשטעלט געווארן איבער 2,500 נייע בענק. אבער זיי האבן נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווייל נאך צוויי יאר האט די צענטראלע באנק געטוישט פאליסיס וועלכע האט געצווינגען פאר מער ווי האלב זיך צו פארמאכן. רוסלאנד'ס מארקעט אין סטאקס און אין באנדס ווייזן ענליכע שוואכקייט. אפגערעדט פון די אינטערנאציאנאלע וועלט, האבן אפילו די רוסן און אייגענע ביזנעס עקזעקיוטיוון נישט קיין צוטרוי צו אירע סטאקס. עס זענען פאראן ממש געציילטע רוסישע פירמעס וואס זענען באמת פעאיג אויפ'ן סטאק מארקעט. סטאק עקסדשעינדזשעס געפינען זיך אין מאסקאווע, סעינט פיטערסבורג, און נאוואסיבירסק. רוסלאנד האט געמאכט גרויסע ענדערונגן אין איר וואלוטע סיסטעם עטליכע יאר נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם. אין די סאוויעט צייטן האבן אלע לענדער אין די פאראיין גענוצט די אלטמאדישע רובל וועלכע מען האט גענוצט אין דעם בעש"ט'ס צייטן. אין 93' האט רוסלאנד געטוישט די אויסזען און געשטעל פון איר רובל און באלד געמאלדן אז אלע אלטע רובל זענען אומגילטיק. דער אקט האט אפגעטיילט רוסלאנד'ס וואלוטע סיסטעם מיט אלע אירע ארומיגע לענדער און איר געגעבן די מעגליכקייט צו קאנטראלירן די צירקולאציע פון די וואלוטע סיסטעם. ווען די רובל איז ארויס צו די אינטערנאציאנאלע מארקעט איז עס ווערד געווען 1.7 פאר א יו.עס. דאלאר. פרעזידענט יעלצין האט דאס שפעטער געענדערט צו א נייע אויסערן עקסטשעינדזש ראטע וועלכע האט פארלאנגט 450 רובל פאר איין יו.עס. דאלאר. ביז דריי יאר איז עס געפאלן צו 5,000 רובל פער יו.עס. דאלאר. זעענדיג אז עס איז נישט קיין תכלית האט די צענטראלע באנק גענומען די זאך אין די האנט אריין און אנגעהויבן קאנטראלירן די עקסטשעינדזש ראטעס אז עס זאל גיין וועג ארויף. כדי צוצוקומען צודעם האבן זיי כסדר געקויפט רובל און אזוי ארום געהויבן דעם רובל מער און מער. מיט די יארן איז עס טאקע אסאך בעסער געווארן.

היינט צו טאג קען א רוסישער קויפן אן אמעריקאנער דאלאר פאר 6.4 רובל.


די כסדר'דיגע עקענאמישע רעפארמ'ס האט שטארק עפעקטירט די לעיבאר קראפט אין רוסלאנד. לויט אפיציעלע רעגירונג'ס באריכטן האבן 75.3 מיליאן מענטשן געהאט א דזשאב אין יאר 90'. אין 94' האבן די באריכטן געוויזן אז עס איז געפאלן צו 68.7 מיליאן מענטשן. אויך די צאל ארבייטער פער עקענאמישער סעקטאר האט זיך געטוישט. אין 90' האבן 42 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט געארבעט אין אינדוסטרי. אין 94' איז עס געפאלן צו 35 פראצענט. אין ריטעיל איז פארקערט עס הייבט זיך יעדעס יאר. די סערוויס סעקטאר איז שטענדיג געווען ביי ארום 20 פראצענט. רוסלאנד'ס עקענאמישער פאל האט געמאכט אנעמפלאוימענט א ערנסטע פראבלעם ווייל די רעגירונג האט נישט גענוג געלט צו צאלן די אינשורענס און ווייניג מענטשן שרייבן זיך בכלל איין אלס אנעמפלאויט ווייל מען באקומט מער בענעפיטן אלס אן ארבייטער, ווי האוזינג, סאציאלע אינשורענס, וואס ווערן קאנטראלירט דורך פריוואטע פירמעס און נישט דורך לאקאלע רעגירונגן ווי אין אמעריקע. א גרויסע טייל וואס האבן נישט קיין דזשאב זענען איינגעשריבן אלס ארבייטער נאר וועגן די בענעפיטן וואס מען האט דערפון. ארום 9.7 פראצענט פון דעם לאנד זענען אפיציעל אנעמפלויאט אבער די ראטע שטייט פיל העכער ווי דעם וועגן די אויבנדערמאנטע פראבלעם. דאס וואוינען סטאנדארט איז זייער שוואך ווייל מען פארדינט ווייניג און מען באקומט דאס געלט שפעט. א געווענליכער רוסישער ארבייטער פארדינט די ווערד פון 5,500 יו.עס. דאלאר פער יאר.


פאבריצירונג איז געווען א וויכטיגע פראיאריטי אין די סאוויעטישע רוסלאנד ווייל א גרויס טייל פון פאבריצירונג איז געווען וויכטיג פאר מיליטערישע באנוץ. רוסלאנד זעלבסט האט געהאט 60 פראצענט פון פאבריצירונג אין די יו.עס.עס.אר., רוב דערפון אין מערב רוסלאנד און אויף די ארעל מאונטענס. קוילן און גאזאלין איז יא געווען פארשפרייט אויף מערערע ערטער אין לאנד, אריינגערעכנט מערב סיביר וועלכע האט פארנומען א גרויסע פארציע. רוסלאנד איז שטענדיג געווען ווי א וועלט פאר זיך צוליב דעם וואס זי איז געווען קאמוניסטיש און האט נישט געוואלט האנדלען מיט קיין איין פרייע לאנד. זי האט פאבריצירט אלעס אליינס אנגעהויבן פון קאמפיוטערס ביז לאקאמאטיוון. אויטאמאבילן, ארגיקולטור מאשינען, ספעס שאטלן, ראקעטן, און מיליטערישע וואפן. אין אייזן איז רוסלאנד פון די גרעסטע און מאכט די מערסטע ערליי אייזן. אין עראספעס און אין דעפענס וואפן איז רוסלאנד היבש פארגעשריטן טעכנאלאגיש. אבער אין סך הכל איז זי צוריקגעבליבן אין פאבריצירונג קעגן אנדערע לענדער וואס זענען האלב אזוי גרויס ווי איר. אין די יארן צווישן 90' און 96' ווען עטליכע רעפארמען האבן צוגרונד געלייגט די רוסישע עקענאמיע ווי פריער דערמאנט, האט די פאבריצירונג סעקטאר געליטן צום מערסטן מיט'ן אויסנאם פון אייזן וועלכע האט זיך שטענדיג גוט פארקויפט אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט. אויך די טעקסטייל אינדוסטרי איז ממש געגאנגען א גאנג און מען אנגעהויבן צו אימפארטירן פון אייראפעאישע לענדער פאר פיל ביליגער. מען שאצט אז אזוי סאך ווי 90 פראצענט אנצוגן מיט וועלכע די רוסישע דרייען זיך ארום זענען געמאכט פון אימפארטירטע סחורה. אין אלע ערליי גרובונגן איז רוסלאנד גרויס. אין גאלד, זילבער, דיימאנטן, בליי, און קופער איז זי פון די פינף גרעסטע אין די וועלט. זי איז די גרעסטע אין ניקעל און די צווייטע גרעסטע אין עלומינעם וועלכע ווערן ארויסגעגראבן אין דעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד, ספעציעל ארום די שטאט סעינט פיטערסבורג. אויסער אלעם האט רוסלאנד די גרעסטע רעזווארן פון גאזאלין און קוילן גענוג צו סופלייען די וועלט פאר הונדערטער יארן ווי מיר האבן דערמאנט אינעם אריינפיר פון דעם ארטיקל. ווי באקאנט האט רוסלאנד קיינמאל נישט אכט געגעבן אויף דאס געזונט פון אירע בירגער וועלכע דערקענט זיך שטארק אין די פאבריצירונג סעקטאר. מען ארבעט דארט אונטער די אינטערנאציאינאלע סטאנדארטן און טויזנטער ווערן אנגעשטעקט מיט די ערגסטע קרענק. נישט קיין וואונדער אז די לעבנ'ס-שפאן איז דארט אזוי נידעריג...


אגריקולטור, וועלדער, און פֿישעריי

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טראץ רוסלאנד'ס גרויסקייט און רייכקייט און נאטורליכע אוצרות האט זי א מאנגל פון ארגיקולטור לאנד. בלויז 8 פראצענט פון לאנד איז קולטיווירט (געהאדעוועט), און רוב דערפון ליגן אינעם אזויגערופענעם פערטייל טרייענגעל וועלכע פארנמעט רוב פון מערב רוסלאנד. מען האט אסאך פרובירט אופצוארבעטן די אנדערע טיילן פון לאנד אבער אן ערפאלג. די שווערע וועטערס טרוקענען אויס די בלעטער און די ערד. אויך ארגיקולטור איז רעדוצירט געווארן אין די פריע 90'גער יארן, טייל צוליב די עקענאמיע און אויך וועגן וועטער ענדערונגן. ארום 35 פראצענט עסן אין רוסלאנד זענען אימפארטירט און די מענטשן זענען דאס מערסטע פארזיכערט מיט דעם. רוסלאנד איז א גרויסע פאבריצירער פון לאמבער און האלצענע פראדוקטן. רוב געהילץ וועלדער געפינען זיך אין צוויי דערנעבענדיגע וועלדער אין צפון-מזרח פונעם אייראפעאישן רוסלאנד און א קלענערע טייל אין דרום סיביר. די סאוויעטישע רעגירונג האט נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער אכט צו געבן אויף איינע פון די וויכטיגסטע אוצרות וואס איר לאנד פארמאגט און אסאך ביימער זענען אויסגעטריקענט געווארן און איינגעפאלן אין די ווינטער. היינט צו טאג ווערן די וועלדער גוט געהיטן און אפילן די אלטע ביימער האבן שוין צוריק אויפגעלעבט. די שפע פון געהילץ איז שטענדיג געווען גוט אבער נישט אייביג האבן די רוסן געמאכט געלט דערפון. ווען אימער די עקענאמיע איז נישט געווען אויף די גוטע רעלסן איז נישט געווען קיין געלט צו שיקן די סחורה קיין אויסלאנד און מיט אן איבערפלוס פון האלץ איז די מארקעט שטארק געפאלן. די פישינג אינדוסטרי איז פון די גרעסטע אין די וועלט. אפילו אין רוסלאנד'ס שווערסטע צייטן איז פישינג געשטאנען די פערטע גרעסטע אין די וועלט. רוסלאנד גיט היינט ארויס א פערטל פון די וועלט'ס פרישע און געפרוירענע פיש און א דריטל פון געקענטע פיש. אלע פיש פלעגן אמאל געפאנגען ווערן אין טייכן און אזערעס אין לאנד. היינט צו טאג האבן די רוסן א ריזיגע נעטווארק פון פיש כאפן אין די צוויי גרויסע אקעאנען מיט הונדעטער שיפן.

מיט די קאמוניסטישע געפלאנטע עקענאמיע איז סערוויס נישט געווען פון די וויכטיגסטע זאכן. איינמאל קאמוניזם איז געפאלן האבן אנגעהויבן אויפקומען מיליאנען סערוויס פירמעס און די פרייזן פאר סערוויס איז שטארק ארויף. ביזנעס פארבינדענע סערוויסעס, ווי באנקירונג, פינאנץ, און אינשורענס איז מיטאמאל געווארן איינע פון די וויכטיגסטע אינדוסטריס אין די ביזנעס וועלט און אירע פרייזן זענען געשטיגן מיט 86 פראצענט. פון די אנדערע זייט זענען אסאך רעגירונג'ס אנגעוויזענע סערוויסעס שטארק געפאלן ווייל די רעגירונג האט נישט געהאט גענוג געלט צו האלטן אלע ארבייטערס. אזעלכע סעקטארס ווי ריסוירטש, העלט, ערציאונג, טראנספארטאציע, און קאמיוניקאציע האבן געמוזט אויפזאגן זייערע לאנג יעריגע ארבייטערס וואס האט פארשטייט זיך עפעקטירט די עקענאמיע און געזונטהייט.

די סאוועטן האבן געהאלטן פאר וויכטיג צו פארברייטערן טראנספארטאציע פאר ביזנעס באנוץ אבער האבן עס קיינמאל נישט באטראכט פאר א סערוויס וואס קען ברענגען געלט און האבן צוגעשטעלט טראנספארטאציע פאר ממש בחינם, אבער נאר אין די ראיאנען וואס האבן פארמאגט ביזנעסער. עס איז אויסגעקומען אז די אייראפעאישע רוסלאנד האט געהאט גוטע טראנספארטאציע און סיביר האט כמעט גארנישט געהאט. אין גענעראל האט רוסלאנד זייער שוואכע טראנספארטאציע קעגן אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער. רעילראודס פארנעמען די גרעסטע טייל אין רוסלאנד'ס ביזנעס טראנספארטאציע און ווייל דאס לאנד איז אזוי גרויס האט זי די צווייט מערסטע רעילראודס אין די וועלט מיט א סך הכל פון 53,400 מייל (86,000 קילאמעטער). ארום א דריטל רעילראודס ווערן שוין היינט נישט באנוצט. די פארנומענסטע רעילראוד געפינט זיך אין מערב סיביר וואו עס פארט אפטמאל א באן יעדע 3 מינוט. אלע רעילראודס זענען קאנטראלירט דורך די רעגירונג. אויך פאר פאסאזשירן פארנעמען די רעילראודס האלב טראנספארטאציע, כאטש באסעס איז שטארק אויפגעכאפט פאר טרעוועל אין לאנד און פליגערס פאר אינטערנאציאנאלע רייזעס. די רוסישע רעגירונג שטיצט שטארק די רעילראוד סיסטעם וועלכע איז די ביליגסטע טראנספארטאציע, אנדערש ווי אנדערע לענדער וועלכע פארלאזן די רעילראודס מער און מער און נוצן באסעס, אויטאס, און טראקס כאטש עס איז פיל טייערער אויפצוהאלטן געווענליכע ראודס ווי רעילראודס. טראקס פארנעמען נאר 5 פראצענט פון קאמערציאלע שיפעריי.

אלס דאס גרעסטע לאנד אין די וועלט וואלט רוסלאנד געברויכט האבן די מערסטע שאסייען אבער איז למעשה די זעקסטע אין די רייע מיט 330,814 מייל (532,000 קילאמעטער) פון ראודס. נאר 67 פראצענט פון אלע ראודס זענען געפלאסטערט און נאר צו 60 פראצענט שטעט און דערפער קען מען צוקומען דורך געפלאסטערטע שאסייען. ווייניג מענטשן פארמאגן דארט אויטאס ווייל עס עקזיסטירט נישט דארט אזא מין זאך ווי באקומען קרעדיט פון א באנק, און צו גיין באצאלן די פולע פרייז פון אן אויטא איז אוממעגליך פאר א מיטל פארדינער. פון יעדע 1,000 איינוואוינער פארמאגן 120 מענטשן אן אויטא. וואסערוועגן ווערן אויך אסאך גענוצט פאר טראנספארטאציע. עס איז באוואוסט דער וואלגע טייך אלס דער גרעסטער וואסער-וועג אין לאנד וועלכע איז אויסטערליש לאנג און איז פארבינדן מיט צענדליגער קליינע קאנאלן און טייכן וואס צוזאמען גרייכן זיי כמעט אלע שטעט וואו עס איז פאראן ביזנעס.

אין די סאוויעט צייטן איז אינגאנצן געווען איין לופטליניע, "עראפֿלאט", וועלכע האט סערווירט דאס גאנצע לאנד, האלטנדיג א שטארקע מאנאפאל פאר צענדליגער יארן. עראפלאט איז נאך היינט פעסט אין ביזנעס אבער זי האט מער נישט די מאנאפאל ווייל עס זענען שוין פאראן עטליכע פרישע לופטליניעס. אירע צוויי גרעסטע קאנקורענטן זענען "וואנאקאווע עירליינס" און "טרענסערא". ביז אין די 80ער יארן האבן ווייניג מענטשן ווען אמאל זיך ארויפגעזעצט אויף א פליגער. דאס האט זיך אבער שטארק געטוישט ביי די ענדע פון די קאמוניסטישע יארן און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן, הייבנדיג זיך אין ווייניגער פון 10 יאר מיט איבער 1,500 פראצענט. פון אלע ערליי טראנספארטאציע ציילט לופט רייזעס אן אכטל.

רוסלאנד האט ים-פארטן; די וויכטיקסטע פון זיי זענען אין וולאדיוואסטאק, פרימארסק, מורמאנסק, פעטערבורג, מאגאדאן און ארכאנגעלסק. די הויפט פליפארטן אין לאנד זענען שערעמיעטעווא און דאמאדעדאוו אין מאסקווע און פולקאווא אין פעטערבורג.

די סאוויעט רעזשים האט ווי דערמאנט געלייגט א שטארקע דגוש אויף ערציאונג און מאסן פראפאגאנדע. דערפאר האט זי געשטיצט אלע ערליי פאבלישינג און קאמיוניקאציעס אין לאנד אבער האט אין דער זעלבער צייט געשטערט די מעגליכקייט צו קאמיוניקאציע ארויס צו די וועלט אויס מורא אז אירע סיטיזענס וועלן זיך עפענען די אויגן. ראדיא און טעלעוויזיע האט זי אויפגעצויגן אין 960' און עס שטארק געשטיצט, נוצנדיג דאס אלס א פאבלישינג מיטל צו פרעדיגן קאמוניזם. פארשטייט זיך אז אויסלענדישע טשענעלס זענען געווען שטרענג פארבאטן. קאמפיוטערס איז געווען פארבאטן ווייל אויף דעם האט די רעגירונג נישט געקענט האבן קיין קאנטראל. אלע קאמיונקאציע סיסטעמען האבן פארמאגט ספעציעלע סענסארס וועלכע האבן נישט אדורך געלאזט דאס וואס די רעגירונג האט נישט געוואלט מענטשן זאלן הערן.

אין די מיטעלע 80'גער יארן האט גארבאטשאוו דורכגעפירט א נייע רעפארם וועלכע האט ערלויבט פאר די פאבלישינג פירמעס צו דיסקוסירן סענסיטיווע פאליטיק. דער אקט האט אריינגעברענגט אין ביזנעס אסאך נייע מעדיע פירמעס, צווישן זיי עטליכע נייע צייטונגן וועלכע זענען באלד אויפגעכאפט געווארן ביי די מאסן וועלכע האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן געקענט מיטהאלטן וואס עס זיך טוט זיך אפ אין זייער רעגירונג. פון די קארגע עטליכע מיליאן צייטונג לייענער האבן מיטאמאל 65 מיליאן איינוואוינער אנגעהויבן קויפן א צייטונג טעגליך. ווען די גוטע יארן זענען אנגעקומען אין די פאליטיק מיט יעלצין און די פארלימענט האט זיך אנגעהויבן האבן די מידיא פירמעס זיך ריכטיג געשטעלט אויף די פיס און האבן באקומען נייע רעכטן. יעלצין האט שפעטער פריוואטיזירט אלע מידיא פירמעס און פריוואטע אינוועסטירער האבן עס איבערגענומען.

די טעלעפאן סיסטעם האט זיך אויך אסאך געטוישט נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם. די רעגירונג האט פריוואטיזירט אירע עטליכע פירמעס און עס איז געעפענט געווארן א נייע מארקעט פאר טעלעפאן סערוויס און א מעכטיגע קאנקורענט צווישן 90 נייע פירמעס וועלכע האבן געגעבן בעסערע סערוויסעס פאר פיל בליגערע פרייזן. רוסלאנד איז אבער נאך אלץ זייער צוריקגעבליבן אין קאמוניקאציע. א שטודיע אין 00' האט געוויזן אז נאר 218 פון 1,000 הייזער פארמאגן א טעלעפאן. דאס איז פינף מאל ווייניגער ווי סיי וועלכע מאדערניזירטע לאנד. סעלפאונס איז אפגערעדט. עס זענען פאראן גאנצע שטעט און דערפער וועלכע פארמאגן ניטאמאל איין סעלפאן. ווי מיר שטייען יעצט האט די רוסישע רעגירונג אסאך פלענער וויאזוי אויפצוארבעטען איר קאמיוניקאציע סעקטאר און וועט בעטן הילף פון אינטערנאציאנאלע טעלעקאמיוניקאציע פירמעס.

די סאוועטן האבן געטאן אלץ וואס מעגליך נישט צו לאזן אירע בירגער באזוכן קאפיטאליסטישע לענדער. פון דער אנדערער זייט האט זי אבער יא געקוראזשט אויסלענדישע צו קומען באזוכן איר קאמוניסטישע לאנד ווייל עס איז גוט צוניץ געקומען פאר אויסערן טוישונגען און אויך פאר פאליטיק. אין די בעסטע יארן האבן ארום 7 מיליאן אויסלענדישע באזוכט רוסלאנד פון דעם אביסל מער ווי העלפט פון אייראפעאישע לענדער. די קאמוניסטן האבן שטארק געשטיצט טוריזם אינלאנד כדי צו ברענגען פראפאגאנדע ביי אירע בירגער. דאס מערסט באזוכטע ארט איז פארשטייט זיך געווען די הויפטשטאט מאסקווע.

רוסלאנד האט געווענליכע אטראקציעס וועלכע ציען טוריסטן צו קומען באזוכן רוסלאנד. די פארנומענסטע אטראקציע ערטער זענען ארום און ארום מאסקווע און פעטערבורג וועלכע פארמאגן א רייע פון מוזייען, פארקן, אזערעס, און אנדערע געווענליכע אטראקציע פונקטן. רעזארט ערטער אויפן שווארצן ים זענען אויך זייער פארנומען און דער בייקאל אזערע, וועלכע איז די גרעסטע אזערע אין די וועלט מיט פריש וואסער און פארמאגט אסאך אינטערעסאנטע ים חיות, ברענגט אויך אסאך באזוכער יעדעס יאר.

אין די ערשטע יארן נאך דעם אומפאלן פון קאמוניזם איז אויסלענדישע טוריזם שטארק געפאלן אבער האט זיך צוריק געהויבן נאכמער עטליכע יאר שפעטער. אינעם יאר 2000 האבן 21.2 מיליאן אויסלענדישע באזוכט רוסלאנד. כאטש די אנגייענדיגע ארבעט פון בויען האטעלן אין די גרויסע שטעט, איז רוסלאנד'ס טוריזם נאך אלץ אומאנטוויקלט וואס איז א שטארקע סיבה פארוואס רוסלאנד קען נישט באקומען די צאל באזוכער וואס מערב לענדער באקומען.

אויסערן עקענאמישע פארבינדונגען, האנדל, און אינוועסטמענטס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. האבן רעפארמער אין יעלצין'ס פארטיי איינגעזען פאר וויכטיג צו פארבינדן רוסלאנד'ס עקענאמיע מיט גלאבאלע עקענאמיע צו באקומען פינאנציעלע הילף פאר מארקעט רעפארמען. רוסלאנד'ס הויפט פראבלעם איז דעמאלט געווען אירע נאציאנאלע חובות וועלכע עס איז אוממעגליך געווען אליין צו באצאלן אין יענע שווערע צייטן. אין די ערשטע עטליכע יאר האט זי טאקע כמעט גארנישט באצאלט ביז עס איז איר געלונגען אין 96' צו באקומען א לאנגע טערמין ווידער-באצאלונג דורך צוויי קרעדיטערס פון פאריז און פון לאנדאן. א דאנק איר גלאבאלע עקענאמישע פארבינדונג האט רוסלאנד אנגעהויבן באקומען הילף פון די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד (איי.עם.עף.). אין 94' האט זי באקומען 1.5 ביליאן דאלאר. אין 95' 5.5 ביליאן דאלאר. און אין 96' 2.9 ביליאן דאלאר. אויסער דעם האט אמעריקע מיט דייטשלאנד געבארגט פאר רוסלאנד 2.4 ביליאן דאלאר אין 96'. כדי צו פארגרינגערן די עקענאמיע און אזוי ארום געשטיצט יעלצין'ס פארטיי זי זאל געווינען די דעמאלטדיגע וואלן.

רוסלאנד'ס עקענאמישע מוסטער האט זיך דראמאטיש געטוישט זינט זי איז געווארן אויס קאמוניסטיש. אין די יארן פון די קאלטע קריג (ענדע 40'גער יארן) האט די יו.עס.עס.אר. געפירט אלע אירע אויסערן האנדל נאר מיט אנדערע קאמוניסטישע לענדער און האט פרובירט צו מאכן א בלאק פון קאמוניסטישע לענדער אין אייראפע און אזיע וואס זאלן זיין 100 פראצענט זעלבשטענדיג אין עקענאמיע פון די מערב לענדער. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר קנאפע 20 יאר ווען רוסלאנד האט איינגעזען אז צו צוקומען צו מער טעכנאלאגיע וועט זי יא מוזן עפעס האנדלן מיט די מערב לענדער. נאך אלץ איז צוויי דריטל האנדל געבליבן מיט די קאמוניסטישע לענדער און אלעס איז געווען מיט'ן זעלבן פלאנירטן וועג ווי די גאנצע קאמוניסטישע עקענאמישע סיסטעם איז געגאנגען.

ווען דער פסס״ר איז צובראכן געווארן האט זיך אלעס געטוישט. רוסלאנד'ס אויסערן האנדל איז רעדוצירט געווארן ביז א דריטל און אויך אימפארטן זענען געפאלן מיט העלפט. דאס ביסל האנדל און אימפארטן האט גענומען גאר אן אנדער ליניע וועלכע האט גענויגט צו די מערב לענדער. ביז עטליכע יאר האבן אלע מערב האנדל געציילט דריי פינפטלעך פון איר סך הכל האנדל אויסער די געוועזענע יו.עס.עס.אר. טעריטאריע און די האנדלן מיט די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער איז געפאלן ביז צו א צענטל. אפילו מיט רוסלאנד'ס געוועזענע אינערליכע איפעריע האט זי אפגעלאזט מער ווי האלב האנדל אחוץ מיט אוקריינא און בילארוס. דייטשלאנד פארנעמט היינט 13 פראצענט פון רוסלאנד'ס האנדל, דערנאך קומט די פאראייניגעטע שטאטן און איטאליע. אין 98' איז רוסלאנד'ס געווארן א מיטגלידער אין די אזיע-פאסיפיק עקענאמיק קאאפאראציע (אפע"ק) ארגאניזאציע.

צוביסלעך האט רוסלאנד פארלוירן קאנטראל אויף אלע אימפארט און עקספארט שטייערן זייענדיג אונטער שטארקע דרוק פון די איי.עם.עף. וועלכע האט איר געצווינגען צו טוישן אירע פאליסיס. די אייניציגסטע זאכן וואס איז יא געבליבן אונטער רוסלאנד'ס קאנטראל איז וואפן און אנדערע פארטיידיגונגס פארבינדעטע געצייג. פון 91' ביז 96' האט רוסלאנד געהאט א גוטע באלאנס אויף אירע אויסערן האנדלן וועלכעס עקספארט סורפלוס איבער אימפארט האט דערגרייכט מער ווי 5 פראצענט פון דעם לאנד'ס ברוטא אינלענדישער פראדוקט, אין יענע צייטן איז עס געווען די העכסטע האנדל סורפלוס אין דער וועלט. די גוטע האנדל יארן זענען אבער נישט לאנג פארבליבן ווייל פילע אומלעגאלע אימפארטן און א פלוס פון שמוגלערייען אויף ארויס האבן אנגעהויבן פלאגן דאס לאנד.

די רוסישע פעדעראציע איז געווארן א זעלבשטענדיג לאנד אין דעצעמבער 1991 אלס א רעזולטאט פון דער צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. דורכאויס דער קאמוניסטישער תקופה איז די "רוסיען סאוויעט פעדערעטעד סאשעליסט רעפובליק" (אר.עס.עף.עס.אר.) געווען די גרעסטע פון אלע יו.עס.עס.אר.'ס 15 רעפובליקן. רוסלאנד פארנעמט היינט צו טאג גענוי די זעלבע טעריטאריע וואס זי האט פארמאגט אין די קאמוניסטישע צייטן. רוסלאנד האט נאכ'ן זעלבשטענדיג ווערן געטוישט איר קאנסטיטוציע און רעגירונג סיסטעם. זי איז היינט א פעדעראלע און פרעזידענטיאלע רעגירונג אונטער א קאנסטיטוציע וואס איז אדאפטירט געווארן אין 993', איבערנעמענדיג די אלטע יו.עס.עס.אר. קאנסיטיטוציע וואס איז צום לעצטן מאל רעפארמירט געווארן אין 1978. די פעדעראלע רעגירונג איז צוטיילט אין דריי באזונדערע אפטיילונגען: די עקזעקיוטיוו (דער פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער), לעגיסלאטיוו (פעדעראלע אסעמבלי), און יוסטיץ. די רעגירונג איז פאראנטווארטליכט צו דעם פרעזידענט און די עקזעקיוטיוו איז שטערקער ווי די אנדערע צוויי אפטיילונגן. די עקזעקיוטיוו האט די גאנצע מאכט פון דורכפירן געזעצן און די לעגיסלאטור איז געשטעלט עס צו שטודירן אבער האט נישט קיין מאכט. די לעגיסלאטור קען מיט די כוח פון וואלן טוישן די עקזעקיוטיוו אדער שטערן די עקזעקיוטיוו פון דורכפירן א געזעץ.

רוב פון רוסלאנד'ס היינטיגע קאנסטיטוציע איז געמאכט געווארן דורך פרעזידענט באריס יעלצין, וועלכער האט געווינען רוסלאנד'ס פירערשאפט זינט זי איז געווארן זעלבשטענדיג ביז אין 99' ווען ער האט רעזיגנירט פון פאליטיקס. יעלצין איז נאך ערוועלט געווארן אנהויב 91' ווען רוסלאנד איז נאך געווען א טייל פון די יו.עס.עס.אר. און איז פארבליבן דער ערשטער פרעזידענט פון די זעלבשטענדיגע רוסלאנד. אין 96' איז ער ווידער ערוועלט געווארן פאר א פיר יעריגע טערמין אבער האט רעזיגנירט אין זיין דריטע יאר.


דורכאויס די סאוויעט צייטן איז די הויפט מאכט אדמיניסטרירט געווארן פון די קאמוניסטישע פארטיי וועלכע האט געהאט אירע באזעס אין די הויפט שטאט מאסקעווע. יעדע פון די 15 רעפובליקס האבן געהאט א באזונדערע לאקאלע רעגירונג וועלכע האט נישט געהאט צופיל מאכט. די ווייניגסטע פון אלע האט געהאט רוסלאנד זעלבסט (אר.עס.עף.עס.אר.), וועלכע האט אויך געהאט א לאקאלע רעגירונג אבער האט נישט געהאט קיין אייגענע סעקיוריטי פאליציי און א לאקאלע קאמוניסטישע פארטיי ווי די אנדערע 14 רעפובליקס. רוסלאנד זעלבסט האט פארמאגט אין איר לאקאלע רעגירונג א קאונסיל פון מיניסטארן און א לעגיסלאטור. רוסלאנד זעלבסט האט געהאט איר אייגענע קאנסטיטוציע וועלכע איז געמאכט געווארן אין 978' אבער איז ערשט געווארן געזעץ ווען די סאוויעט יוניאן איז צוזאמענגעפאלן. די קאנסטיטוציע האט דעמאלט איבערגעגעבן די עקזעקיוטיוו צו די לעגיסלאטור. די לעגיסלאטור האט אבער נישט געהאט קיין שום ערפארונג וויאזוי מען פירט די רעגירונג און עס האבן זיך געמאכט מערערע פראבלעמען. דער גרעסטער פראבלעם איז געווען וויאזוי צו צוטיילן די מאכט צווישן די רעגירונג אפטיילונגן. ענדליך אין 93' האט יעלצין באוויזן צו איינשטעלן א נייע קאנסטיטוציע דורך א רעפערענדום. כאטש די נייע קאנסטיטוציע האט אויך געגעבן צופיל מאכט פאר די עקזעקיוטיוו, האט עס אבער אוועקגעשטעלט אסאך דעמאקראטישע רעגירונג סיסטעמען ווי טערמינען פאר אפיס, עלעקטאראל פראצעדורן, און שטימרעכט פאר אלע סיטיזענס העכער 18 יאר אלט.


די עקזעקיוטיוו, לעגיסלאטור, און יוסטיץ

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די הויפט מאכט פארמאגט די עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע ווערט געפירט דורך א פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט דורך די איינוואוינער פאר א 4 יעריגן טערמין. אזויווי אין אמעריקע קען א פרעזידענט אין רוסלאנד אויך נישט דינען מער ווי צוויי טערמינען. דער פרעזידענט איז אויך דער קאמאנדיר אין טשיף פאר די מיליטערישע אפטיילונג און שפילט די גרעסטע ראלע אין די סעקיוריטי קאונסיל, וועלכע מאכט אלע באשלוסן בנוגע מיליטערישע אקטיוויטעטן. אינאיינעם מיט'ן דעפענס מיניסטער, האט דער פרעזידענט די פולע קאנטראל אויף אלע נולעארע וואפן יעדע מינוט אין טאג. דער פרעזידענט ערוועלט זיך אליינס א פרעמיער מיניסטער וועלכער איז דער צווייטער אין קאמאנד. די באשטימונג איז געוואנדן אויף די סטעיט דומא, די נידעריגערע הויז אין פארלעמענט, אויב זיי ווארפן אפ דעם קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער דריי מאל קען דער פרעזידענט אויפלעזן די לעגיסלאטור און פאררופן נייע וואלן. דער פרעזידענט קען אויך אויפלעזן די לעגיסלאטור פאר עטליכע אנדערע סיבות. אויב דער פרעזידענט שטארבט אדער קען נישט זיין אין אפיס וועגן וועלכע אנדערע סיבה נעמט דער פרעמיער מיניסטער איבער דעם רעדל אויף צייטווייליג ביז ווילאנג מען ערוועלט א נייעם פרעזידענט וואס מוז געטאן ווערן אין 3 מאנאטן. די פעדעראלע אסעמבלי איז רוסלאנד'ס נאציאנאלע לעגיסלאטור און איז צוזאמענגעשטעלט פון א העכערע און נידעריגערע הויז. די העכערע הויז ווערט אנגערופען די קאונסיל אף פעדערעישן און באשטייט פון 178 מיטגלידער – צוויי רעפרעזענטיוון פאר יעדע פון רוסלאנ'ס 89 אדמיניסטראטיווע יוניטס וועלכע מאכן די רוסישע פעדערעישן. די לאקאלע עקזעקיוטיוו און לעגיסלאטיוו פירער פון יעדע יוניט זענען די רעפרעזענטיוון אין די אסעמבלי פאר זייער יוניט. די נידעריגערע הויז ווערט אנגערופען די סטעיט דומא און באשטייט פון 450 מיטגלידער. די דומא ווערט צוזאמענגעשטעלט ווי פאלגענד: די וויילער וועלן אויס פארטייען דורך א בעלאט און לויט די רעזולטאטן ווערן 225 מיטגלידער (האלב פון די דומא) צוטיילט, געוואנדן לויט די שטארקייט פון די פארטיי. די אנדערע האלב פון די דומא ווערן באזונדער ערוועלט דורך עלעקטראל דיסטריקס אין גאנצן לאנד. יעדע פון די 89 יוניט פארמאגן כאטש איין עלעקטראל דיסטריק. יעדער רעפרעזענטעטיוו מוז באקומען מינימום 5 פראצענט פון די שטימען צו קענען ערוועלט ווערן אלס א דומא מיטגלידער. די רעפרעזענטיוון פלעגן אלע יארן דינען א צוויי יעריגן טערמין. אין 995' האט דאס געזעץ אנגעהויבן ערלויבן א 4 יעריגן טערמין סיסטעם. די העכסטע אין די יוסטיץ אפטיילונג איז די קאנסטיטוציאנאלע געריכט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון 19 ריכטער וועלכע ווערן ערוועלט דורכ'ן פרעזידענט און מוז באשטעטיגט ווערן דורך די קאונסיל אף פעדערעישן. דאס העכסטע געריכט האט דעם מאנדאט איינצוטיילן פאר די עקזעקיוטיוו און לעגיסלאטור אלע קאנסטיטוציאנאלע אישוס. אין די 90' קאנפליקט צווישן יעלצין אין די לעגיסלאטור (ווי דערמאנט) איז דאס העכסטע געריכט געבליבן אויסגעשפילט נאכדעם וואס זי האט פרובירט צו מאנדאטירן אין דעם קאנפליקט אבער איז דורכגעפאלן. ביים אויסשטעלן די נייע קאנסטיטוציע אין 93' האט מען ארומגעטוישט די גאנצע געריכט סיסטעם און אויך אירע מיטגלידער.

אונטער די קאנסטיטוציאנאלע געריכט איז פאראן צוויי געריכטן: די סופרים קארט און די ארביטרעישן קארט. די סופרים קארט פסק'נט אויף אלע ציווילע, קרימינאלע, און אדמיניסטראטיווע געזעצן און די ארביטרעישן קארט אויף אלע עקענאמישע ענינים. אלע ריכטער ווערן ערוועלט, אזויווי דאס העכסטע געריכט, דורך דעם פרעזידענט און ברויך באשטעטיגט ווערן דורך די פארלעמענט'ס העכערע הויז. ארגינעל פלעגן אלע ריכטער באשטימט ווערן אויף קורצע טערמינען אבער דאס האט זיך געטוישט אין 93' מיט די נייע קאנסטיטוציע, געבנדיג זיי א 12 יעריגן טערמין. לויט'ן געזעץ זענען אלע ריכטער אין רוסלאנד אינדעפענדענט און קענען נישט אפגעזאגט ווערן פון אפיס. כאטש די יוסטיץ דעפארטמענט איז באפרייט געווארן פון דירעקטע פאליטישע קאנטראל וועלכע האט עקזעסטירט אין די קאמוניטישע צייטן, איז זי אבער נאך אלץ פינאנציעל זייער שוואך. זי איז אויך אסאך אויסגעשטעלט צו סטראשונגן און דרוק פון די וועלט'ס באוואוסטע רוסישע קרימינאלע אונטערוועלטניקערס און פון טויזנטער קאראפטירטע אפישעלס וועלכע באלאנגן אדער שפילן מיט ארגאנאזירטע פארברעכן.

זינט די ענדע 980' יארן האט זיך רוסלאנד געטוישט פון אן איינציגע קאמוניסטישע פארטיי פון די סאוויעט פאראיין (סי.פי.עס.יו.) צו א כאאטישער עטליכע פארטיי דעמאקראטיע. די סי.פי.עס.יו. איז איבערגענומען געווארן מיט הונדערטער פאליטישע גרופעס און פארטייען פון אלע מינים, אנגעהויבן פון מאנארכיעסטן ביז קאמוניסטן. פון די אלע פארטייען זענען פאראן קליינע מיט קוים עטליכע מינינים און ריזיגע מיט מיליאנען. אסאך פון די פארטייען זענען אזעלכע וואס קומען אין גייען. פריינטשאפט צווישן די פארטייען איז זייער אומסטאביל און עס קומען צו אסאך צוזאמענשטויסן. אינדיווידואלע מענטשן זענען דארט א גרויסע טייל פון פאליטישע פארטיי פירער. די אגענדעס פון אסאך פארטייען זענען ארים און שוואך דאקומענטירט. רוסלאנד'ס פארטייען קענען צוטיילט ווערן אין הויפט קאטעגאריעס: קאמוניטישע פארטייען, רוסישע נאציאנאליסטישע, רעפארמעריסטן, און ספעציעל אינטערעסן פארטייען וואס ווערט אנגערופן סענטריסטן. עס זענען פאראן פארטייען מיט אלע ערליי נעמען און סימבאלן וואס באלאנגען על פי רוב צו איינע פון די פיר קאטעגאריעס. אבער עס זענען פאראן צענדליגער נישט קליינע פארטייען וועלכע האבן זיך זייערע אייגענע אינטערעסן און וועג פון לעבן. די גרעסטע פארטיי איז נאך אלץ די קאמוניסטישע [זיי ציילן א דריטל פון פאלק] און די סענטריסטן יוניט זענען צווייט אויף די ליסטע. די סענטריסטן יוניט זענען א בלאק פארטיי וועלכע האבן געשטיצט און אריינגעברענגט דעם היינטיגן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. אן אנדערע סענטריסט פארטיי מיט'ן נאמען "פאטער-לאנד גאנץ רוסלאנד" זענען דריט אויף די רייע. זיי האבן אריינגעברענגט דעם געוועזענעם פרעמיער מיניסטער יעווגעני פרימאקאוו און דעם מאסקעוון מעיאר יורי לוזהאקאוו. רוסלאנד איז צוטיילט אין 89 אדמיניסטראטיווע יוניטס, 21 רעפאבליקס, 6 טעריטאריעס, 10 נאציאנעלע שטחים, 49 ראיאנען און די צוויי שטעט מאסקעווע און סעינט פיטערסבורג וועלכע האבן פעדעראלע סטאטוסן.


די יו.עס.עס.אר. איז געווען א מיליטערישע "סופערפאוער" מיט א מאסיווע נוקלעארע ארסענאל און מיליאנען טרופן. אין די 80ער יארן האט זי געהאט איבער 5 מיליאן מיטגלידער. ווען די יו.עס.עס.אר. איז צוזאמענגעפאלן אין 91' איז די מיליטער אריבער אונטער די מיליטערישע קאמאנד פון די קאמאן וועלט אף אינדעפענדענט סטעיטס, אן ארגאניזאציע וואס האט פארגעשטעלט און געהאלפן רוב פון די געוועזענע יו.עס.עס.אר. רעפאבליקס. אין 92' האט רוסלאנד צוריק אויפגעשטעלט אן אייגענע מיליטער סטרוקטור אלס אן ענטפער נאכדעם וואס עטליכע רעפאבליקס ווי אוקריינע האבן זיך געגרינדעט אייגענע מיליטערן. די זעלבשטענדיגע ארמייען פון די ראפאבליקס האבן ווייטער אנגעהאלטן פאר איין יאר ביז זיי האבן זיך צוביסלעך אויפגעלעזט און אריין אונטער רוסישע קאמאנד, אונטער די נייע רוסישע מיליטערישע סטרוקטור. די נייע סטרוקטור האט אויפגעשטעלט א סעקיוריטי קאונסיל אויף וועלכע דער פרעזידענט האט די פולע בעלות און מאכט באשלוסן צוזאמען מיט זיין דעפענס מיניסטער. אלע מיטגלידער פון די סעקיוריטי קאונסיל ווערן אויסגעקליבן און דאמינירט דורך דעם פרעזידענט.

פארגאנגענעם יאר האט רוסלאנד געהאט 977,100 טרופן אין די ארמיי, נעיווי, עיר פארס, עיר דעפענס פארס, און סטראטעגישע ראקעט פארס (וועלכע קאנטראלירן די נוקלעארע וואפן). פארא-מיליטערישע טרופן, אריינגערעכנט גרעניץ טרופן האבן אויסגעמאכט נאך 200,000. וויאזוי אימער זענען רוסלאנד'ס קאנווענציאנאלע כוחות אין גענעראל נישט געהעריג צוגעגרייט צו א קריג. די מיליטערישע קאמפיין וואס די רוסן האבן אנגענומען אין טשעטשניע אין 95' און 96' און ווידער פארגאנגענעם יאר האט געוויזן אז די רוסישע טרופן זענען אומפעאיג און האבן א שוואכקייט אין קאמאנד, טרענירוג, און מאראל. אזוי לאנג ווי די אלע זאכן וועלן נישט פארבעסערט ווערן וועט רוסלאנד נישט קענען פאררעכנט ווערן אלס א מיליטערישער וועלט'ס-מאכט טראץ איר גרויסע צאל קראפטן. אירע ספעציעלע כוחות איינהייטן זענען יא גאנץ גוט צוגעשטעלט אבער אויך זיי האבן א שוואכקייט אין קאמאנד וועלכע ברענגט זיי צו דורכפאלן אין געוואגטע מיסיעס.

לויט'ן רוסישן געזעץ מוז יעדער 18 יעריגער מאן דינען א מינימום פון צוויי יאר אין די מיליטער. עס זענען אבער פאראן אסאך אויסנאמען וואס האט אסאך רעדוצירט די מיליטערישע כוחות צאל. וואס א יאר שפעטער ווערט די מיליטערישע חיוב גרינגער און מען דאבעטירט שוין לעצטענס צו טוישן צו א פולע וואלונטיר סיסטעם ווי אין אמעריקע וואס וועט אין טעאריע זיין מער עפעקטיוו און ווייניגער פאפולער. א וואלונטיר מיליטער איז פיל טייערער ווייל מען מוז צאלן מער געלט און געבן א בעסערע טרענירונג צוצוציען מענטשן צום מיליטער. רוסלאנד'ס איצטיגע פינאנציעלע מצב וועט נישט ערלויבן איינצושטעלן אזא סיסטעם אין דעם נאנטן צוקונפט.

אלע נוקלעארע וואפן וואס די יו.עס.עס.אר. האט פראדוצירט ליגן היינט אין רוסלאנד אונטער א שוואכע קאנטראל וואס ברויך זיך פאר די מערסט געפארפולסטע וואפן אין די וועלט. דורכאויס די יארן, ספעציעל נאך די קאלטע קריג איז רוסלאנד אייגענגאנגן אויף עטליכע טריטיס צו רעדוצירן איר נוקלעארן ארסענאל. אסאך טריטיס האט זי אנגעפיפן אבער פונדעסוועגן האט זי אויסגעראטן אסאך וואפן. פארגאנגענעם יאר האבן רוסלאנד און די פאראייניגטע שטאטן אונטערגעשריבן א פרישע אפמאך צו רעדוצירן אירע נוקלעארע וואפן מיט צוויי דריטל אין א צייט פון 10 יאר. רוסלאנד פארמאגט אן איבערפלוס פון אלע ערליי וואפן וועלכע זיי פארקויפן פאר הונדערטער אייראפעאישע, אפריקאנער, און אזיעאנער לענדער. כמעט יעדע פארשטופטע לענדל אויפ'ן מזרח זייט פון די וועלט פארמאגט רוסישע וואפן. די אלע וואפן זענען היינט מער נישט ווערד קיין סאך אבער איז גענוג סכנה'דיג אין די הענט ביי וועמען זיי ליגן.

רוסלאנד'ס היימלאנד זיכערהייט אגענטור איז געווען די באוואוסטע קא גע בע (די בוכשטאבן באדייטן: די "שטאַט פארזיכערונג קאמיטעט" אין רוסיש) וועלכע איז געווען זייער גרויס און מאכטפול. די קא גע בע.'ס ראלע האט אריינגענומען אינטעליגאנץ ארבעט אין לאנד, קאנטערשפיאנאזש, און צו דערשטיקן יעדע נעגאטיווע זאך קעגן קאמוניזם. די קא גע בע. האט אויך געהאט אן אויפגאבע צו אינפארמירן די סאוויעטישע פירערשאפט מיט אלע נייעס און דעוועלאפמענטס פון די גאנצע וועלט וואס די יו.עס.עס.אר.'ס צענזירטע מידיא האט נישט געהאט קיין צוטריט. אלע קא גע בע. אגענטן זענען געווען מיטגלידער פון די סאוויעט עליטע גרופע און זענען אין גרעסטן טייל געווען די מערסט געלערנטסטע פערזאנען פון גאנץ רוסלאנד.

אין 1991 ווען די פאליטישע שלאכטן זענען געווען אויפ'ן העכסטן פארנעם האט עס צום מערסטן געשאדט פאר די קא גע בע און אסאך געהיימע אינפארמאציע האט אנגעהויבן ארויסרינען פון צווישן די שפאלטענעס פון די צענדליג יעריגע פארמאכטע אגענטור. פרעזידענט יעלצין האט דאן איבערגענומען קאנטראל אויף די אגענטור און עס גענצליך רעפארמירט, צוטיילנדיג אין 5 באזונדערע אגענטורן וועלכע עקסזעסטירן ביז היינט. די צוויי הויפט אגענטורן פאר היימלאנד זיכערהייט זענען היינט די עף.עס.בי. (פעדעראלע סעקיוריטי סערוויס), וועלכע האט אפיציעל איבערגענומען די שפיאנאזש ארבעט פון די קא גע בע אין לאנד, און די עס.ווי.אר. (פאריען אינטעליגענס סערוויסן), וועלכע האט איבערגענומען די שפיאנאזש ארבעט אויסער די גרעניצן פון רוסלאנד. כאטש ביידע אגענטורן זענען ריזיגע קערפערשאפטן מיט א שטארקע השפעה, קענען אבער היינט די רוסן מער נישט זאגן זייערע דעות און אנפירן מיט זעלבשטענדיגע פאליטישע אקטיוויטעטן ווי אין די סאוויעט צייטן אונטער די געוועזענע וועלט'ס מאכטפולסטע אגענטור, די קא גע בע. (מער וועגן די קא גע בע. זע אין בייגעלייגטן קעסטל).

אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס און אויסערן פאליסיס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאכן צוזאמענפאל פון דער סאוועטן פארבאנד האט רוסלאנד איבערגענומען איר ארט אין די פאראייניגטע פעלקער און איז אריינגענומען געווארן אין איר זיכערהייטס ראט. אין 1991 איז רוסלאנד געווארן א מיטגלידער אין דער קאמאנוועלט פון אומאפהענגיקע שטאטן, לייגנדיג האפענונג אז אזוי ארום וועט זי קענען צוריק ווערן א סטאביל לאנד סיי אין עקענאמיע און סיי מיליטעריש. ביז עטליכע יארן האבן די געוועזענע סאוועטישע רעפובליקס אונטערגעווארפן די וואלוטע און די סי.איי.עס. האט ליקווידירט איר פאראייניגטע מיליטערישע קאמאנד. באלד דערנאך האט זיך רוסלאנד ארויסגעצויגן פון די סי.איי.עס. און געגרינדעט איר אייגענע וואלוטע ווי פריער דערמאנט. רוסלאנד איז אויך א מיטגלידער אין די "פארטנערשיפ אף פיעס", א פראגראם וואס איז געגרינדעט געווארן צו שטארקן פריינטשאפט צווישן די לענדער וואס זענען מיטגלידער אין נאטא (נארט אמעריקע טריטי ארגאניזאציע). אין נאטא זעלבסט איז רוסלאנד נאר א שטיקל מעמבער אין פאליסיס ווי קאנטערטאראריזם און ענליך. אויך איז זי א מיטגלידער אין די סי.אי. (אייראפעאישע קאונסיל). נאך די צווייטע וועלט קריג האט די קאלטע קריג דאמינירט רוסלאנד'ס אויסערן פאליסיס. אלעס איז געווען להכעיס צו דאס אומצופרידנהייט פון די פאראייניגטע שטאטן און אירע אליאירטע. אין 85' האט מיכאיל גורבאטשאוו איבערגענומען די פירערשאפט און געפירט די יו.עס.עס.אר. צו די ענדע פון די קאלטע קריג. גורבאטשאוו האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע ביז אין 91' ווען באריס יעלצין האט אים ארויסגעשטויסן און באלד דערויף איז די יו.עס.עס.אר. צוזאמענגעפאלן און פריינטשאפט מיט די מערב לענדער האט זיך דראמאטיש געטוישט. יעלצין האט צוזאמען מיט זיין אויסערן מיניסטער, אנדרעי קאזירעוו, צום ערשט אנגענומען א פרא-אמעריקאנער אויסערן פאליסי. יעלצין און קאזירעוו האבן ביידע געהאט אן אפגעשפאנטע שטעלונג צו די פארברייטערונג פון נאט"א, וועלכע איז געווען די הויפט מיליטערישע אלייענץ דורכאויס די קאלטע קריג. אין 93' האט א שטארקע שטיצע צו דעם אלטראנאציאנאליסט קאנדידאט ווילאדימיר זהירינאווסקי געצווינגן די רעגירונג נאכצולאזן פון איר פרא-אמעריקאנער פאליסיס. אלס א רעזולטאט האט רוסלאנד אנגעהויבן פארקויפן נוקלעארע טעכנאלאגיעס צו לענדער וואס האבן זיך געהאלטן אינמיטן דעוועלאפן ווי איראן, דרום קארעא און נאך, א שריט וואס האט גערעגט די אמעריקאנער. די רוסן האבן אויך דעמאלט אנגעהויבן קוראזשירן אירע שכינים, די געוועזענע רעפאבליקס אין די יו.עס.עס.אר., אין אפאזיציע צו נעמען א טייל אין נאט"א ווען די מלחמות האבן זיך אנגעהויבן אין די געוועזענע יוגאסלאוויע. נאטא"ס שטיצע צו די געליטענע מוסולמענער איז נישט אקצעפטירט געווארן ביי די רוסן וועלכע האבן געהאט היסטארישע נאנטע פארבינדונגן מיט די עטנישע סערבן. יעלצין האט געוואוסט אז אויפצובויען א גוטע עקענאמיע וועט ער מוזן ווערן א מיטגלידער אין די ווארלד טרעיד ארגאניזאציע אבער די אנגייענדיגע פראבלעמען האבן דאס נישט ערמעגליכט. רוסלאנד'ס קאנפליקטן מיט יאפאן איבער די קוריל אינזלן איז אויך געווען א שטארקע שטער. אין 99' איז די סיטואציע פלוצלינג אסאך ערגער געווארן ווען נאט"א האט געמאכט ערנסטע פארשריט, ארייננעמענדיג אזעלכע לענדער ווי טשעכיי, פוילן, און אונגארן וועלכע האט א ציפ געטאן פאר די רוסן און געפירט די די גרויליגע שלאכטן וועלכע די יוגאסלאוויער האבן אנגענומען קעגן די אלבאניער סעפעטעריסטן אין די קאסאווע פראווינץ. רוסלאנד האט זיך דאן באנארישט און געמאכט נענטערע באציאונגן מיט די קאמוניסטישע כינע כאטש יעלצין האט אליין פארשטאנען אז דאס איז נישט גוט פאר די רוסישע עקענאמיע און סטאביליזם. ווען פרעזידענט ווילאדימיר פוטין האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער באלד אנגעהויבן צוריקדרייען די אומקאנטראלירטע פאליסיס, נויגנדיג מער צו די מערב וועלט. נאך די סעפטעמבער עלף אטאקע אויף אמעריקע איז רוסלאנד געווארן נאך נענטער צו אמעריקע מיט'ן אנטייל נעמען אין די פארברייטערטע קאמף קעגן טעראריזם. פארגאנגענעם מאי האט רוסלאנד מיט די פאראייניגטע שטאטן עררייכט די ערטשע ערנסטע נוקלעארע רעדוקציע טריטי אין צענדליגער יארן. אין דעם זעלבן מאנאט האט רוסלאנד אויך געמאלדן איר לימיטירטע מיטגלידערשאפט אין נאט"א ווי פריער דערמאנט.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פון רוסלאנד

די היסטאריע פון רוסלאנד הייבט אן מיט די מזרח סלאוון. דער ערשטער מזרח סלאווישער שטאַט, קיעווער רוס, האט אנגענומען קריסטלעכקייט פון דער ביזאנטישער אימפעריע אום 988,[2] מיט דעם האט אנגעהויבן א סינטעז פון ביזאנטישע און סלאווישע קולטורן וואס האבן דעפֿינירט רוסישע קולטו פאר די קומענדיגע טויזנט יאר.[3] דער קיעווער רוס שטאַט איז לסוף זיך צעפאלן אונטער די מאנגאלישע אינוואדירערס אין די 1230ער יארן.

נאך דעם קיעווער רוס איז געקומען די גרויסהערצאגשאפט פון מאסקווע. אום 1547 איז איוואן דער פערטער געקרוינט אלס צאר פון רוסלאנד. אין די אנהייב 1600ער איז געווען א ברודערקריג. שפעטער האט רוסלאנד אנגעפאנגען באזעצן מזרח סיביר.

די רוסישע אימפעריע אין 1866

רוסלאנד איז אריין אין דער ערשטער וועלט מלחמה צו שטיצן סערביע. אום 1917 האט אויסגעבראכן די רוסישע רעוואלוציע. די ערשטע רעוואלוציע האט איבערגעקערט די מאנארכיע און אויפגעשטעלט א פראוויזארישע רעגירונג. די צווייטע (אקטאבער) רעוואלוציע, אנגעפירט פון וולאדימיר לענין האט איבערגעקערט די פראוויזארישע רעגירונג און אויפגעשטעלט די ערשטע קאמוניסטישע מדינה.

אין אויגוסט 2008 האט רוסלאנד אינוואדירט גרוזיע ביי דער מלחמה אין דרום אסעטיע. ביי די וואלן אין מערץ 2012 האט מען ווידעראמאל געוועלט פוטין פאר א קאדענץ 6 יאר. אין פעברואר 2014 איז דאס לאנד געווען דער גאסטגעבער פאר דער ווינטער אלימפיאדע. אין מערץ 2014 האט רוסלאנד אינוואדירט און אנעקסירט די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים.

ווען רוסלאנד האט אראפגעשאקלט די קאמוניזם, אזי די הויפט און שווערסט דרוקנדיגער פראבלעם אין דעם נייעם רוסלאנד געווען די עקאנאמיע. ווען די פסס"ר איז צוזאמענגעפאלן אין 1991 איז די עקאנאמיע געווען אין א געפערליכן מצב. אויסערן רעזערוון זענען געווען אויסגעניצט, פארמינערנדיג די העכסט וויכטיגע אימפארטן, און די אויסגעבונג פון לאנד האט געהאלטן ביים נידעריגסטן שטאפל זינט עס האט אנגעהויבן פאלן אין 1970. יעלצינ'ס ענטפער צום מצב איז געווען א ספעציעלער פראגראם, וועלכע ער האט אנגערופן "שאק כוואליע", וואס האט געגעבן הנחות פאר אלע ביזנעסער זיי צו ראטעוון פון באנקראט. עס איז קיינמאל נישט געווען א רעגירונג וואס האט אזויפיל ארומגעארבעט אין דער עקענאמיע ווי יעלצינ'ס רעגירונג אין די פריע 90ער יארן.

יעלצין'ס רעפארם האט זיך גיך איינגעגעבן אין לאנד אבער האט כמעט גארנישט פארבעסערט דעם מצב, ווייל עס האט געקאסט א טייערן פרייז פאר די איינוואוינער וועלכע האבן באקומען באצאלט זייער ווייניג. נאך א שטארקער פראבלעם וואס האט געשטערט די עקאנאמישע אנטוויקלונג איז געווען (און איז נאך היינט), אז די טעכנאלאגיע וואס די פאבריקן האבן גענוצט איז געווען אלט מאדיש און האט פארלאנגט אסאך ארבעטער וואס האט געקאסט אסאך געלט. קיינער אין גאנץ רוסלאנד האט נישט געקענט אוועקלייגן קיין געלט ווייל די אינפלאציע ראטעס זענען געווען זייער הויך און צענדליגער ביזנעסער האבן איבערגעלאזט מיליאנען ארבייטער אן א שטיקל ברויט.

די שווערע יארן האט געמאכט אזא חורבן מיט וועלכע רוסלאנד פלאגט זיך נאך היינט צו סטאביליזרן. אסאך שטייערן זענען קיינמאל נישט קאסירט געווארן און אלע געווענליכע רעגירונג'ס פראגראמען ווי פענסיע, מעדיקל, און וועלפעיר זענען גענצליך צוזאמענגעפאלן און קיינער האט נישט באקומען קיין בענעפיטן. אן קיין געזונט סיסטעם איז די געזונטהייט מצב געפאלן צו קאטאסטראפישע צייטן און דער לעבנסשפאן איז דראסטיש געפאלן אין גאר א קורצע צייט.

אין יענע יארן וואלט רוסלאנד געקענט שטיין אויף פיל א בעסער'ן מצב ווען נישט די ביליאנען דאלארן אין פאנדן וועלכע זי איז געווען געצוואונגען צו בארגן פון אינטערנאציאנאלע בענק און רעגירונגען און האט זיך געפלאגט זיי צו באצאלן. פרעזידענט פוטין איז געווען דער ערשטער וועלכער האט פארשטאנען אז דאס לאנד ברויך מאכן לאנגע טערמין אינוועסטמענטס וועלכע וועט מיט דער צייט סטאביליזירן די עקענאמיע.

עווענטועל, אין אויגוסט 2006 האט רוסלאנד אפגעצאלט דעם פובליקן חוב וואס איז איבערגעבליבן פון דער סאוועטן פארבאנד תקופה צום פאריזער קלוב, איז דער עול פונעם חוב געפאלן אונטער 10% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט און,ריכטיק צום מאנאט אפריל 2007 האט זיך דער חוב געפונען אומגעפער 6-7% פונעם בא"פ.

זינט רוסלאנד'ס זעלבשטענדיקייט איז איר פאליטישע סצענע געווארן זייער אומסטאביל און באגלייט מיט א רייע קאנפליקטן. די ערשטע ביישפיל איז געווען די בלוטיגע קאנפליקט צווישן יעלצין און א גרויסע טייל פון פארלימענט אין 93'. די פארלימענט האט נישט געוואלט אקצעפטירן יעלצין'ס שאק וועיוו פאגראם און האבן באקומען אסאך שטיצער אונטער זיי. מיט דער צייט האבן זיי געהאט א שטיקל מאכט און געסטראשעט יעלצין אז ער מוז ליקווידירן זיין פאגראם. יעלצין האט זיך אויסגעלאכט און באלד אויפגעלעזט די גאנצע פארלימענט און אריינגענומען נייע פנים'ער. די מיניסטארן האבן זיך נישט געלאזט און אראנזשירט א מיליטער וועלכע האט אקופירט די פארלימענט געביידע . יעלצין האט באלד אלאמירט די מיליטער און זיי האבן געשטורמט די פארלימענט, איבערלאזנדיג איבער 100 טויטע, צווישן זיי אסאך גרויסע פאליטישאנס. יעלצין האט זיך באלד גענומען צו דער ארבעט און געגרינדעט א נייע קאנסטיטוציע וועלכע איז אריין אין קראפט אין א שפעטערדיגע רעפערענדום. אין די נייע קאנסטיטוציע האט יעלצין זיכערער געמאכט זיינע מאכטן, פארשטערקערנדיג די מאכט פונעם פרעזידענט איבער די לעגיסלאטור. מיט דעם מאכט האט יעלצין שפעטער געקענט אריינפירן רוסלאנד אין די טשעטשניער קריג וועלכע האט געהאט א שטארקע ווידערשטאנד אין פארלימענט. צוויי יאר דערויף האבן די אפאזיציע פארטייען, די קאמוניסטן און די נאציאנאליסטן, געוואונען די מאיאריטעט אין די לעגיסלאטור וועלכע איז געווען א שטער פאר יעלצין. די אפאזיציע שטארקייט האט געוויזן אז דאס לאנד איז סקעפטיש איבער זייער מצב און ווילן צוריק קאמוניזם. צום מזל האט יעלצין געוואונען די וואלן, האבנדיג די הילף פון די מידיא (די מידיא איז שטענדיג געשטאנען אויף יעלצין'ס זייט) און פון די אליאירטע לענדער. אמעריקע אליינס האט אריינגעשטעקט מיליאנען דאלארן אז יעלצין זאל געוואונען די וואלן. רוסלאנד'ס עקענאמיע האט זיך אבער נישט גערירט פון פלאץ און באשולדיגונגען זענען געווארפן געווארן פון איינעם צום צווייטן. אין 98' האט יעלצין אומערווארטעט אויפגעשאקלט די פארלימענט און אויפגענומען א דריטל נייע מיניסטארן. יעלצין האט אבער מער נישט געזען קיין גוטע טעג. ער איז קראנק געווארן אויפ'ן הארץ און האט מער נישט געקענט אנגיין מיט אלע זיינע פליכטן. יעלצינ'ס אויסערן מיניסטער, יעווגעני פרימאקאוו, האט איבערגענומען א טייל פון יעלצינ'ס ארבעט אבער יעלצין האט אים געטראסקעט נאך א יאר, באשולדיגנדיג אים אויף די פארשלאפענע עקענאמיע. אנשטאט פרימאקאוו האט יעלצין געקליבן זיין אינערליכע מיניסטער, סערדזשי סטעפאשין, וועלכער איז געווען שטארק לאיאל צו יעלצין.

אויך סטעפאשין האט נישט מאריך ימים געווען אין אפיס און יעלצין האט אים אויפגעזאגט אין א פארלימענט אויפשאקלונג. יעלצין האט דאן אויפגענומען ווילאדימיר פוטין וועלכער איז דעמאלט געווען דער הויפט פון רוסלאנד'ס אויסערן שפיאנאזש אגענטור (עס-ווי-אר). פוטין,היינט פרעזידענט פון רוסלאנד, איז געווען א וועטארן קעי-דזשי-בי אפיציר וועלכער האט איבערגעלעבט אלע רעגירונג אויפשאקלונגן און האט געפינען חן אין יעלצין'ס אויגן, וועלכער האט אים געהאט באשטימט אלס די עס-ווי-אר'ס הויפט. פוטין האט באלד געמאלדן זיין דעטערמינאציע צו דערשטיקן די רעבעלן אין טשעטשניע און מיט דעם ערהאלטן אסאך שטיצע אין לאנד. זעענדיג אז פוטין איז פאסיג אויף זיין פאזיציע, האט יעלצין געמאלדן די פארלימענט אז ער וויל פוטין זאל אים ערזעצן ווען זיין טערמין וועט אפלויפן אין יולי 00'. יעלצין האט פלוצלינג רעזיגנירט פון זיין אמט אין דעצעמבער 99' און באשטימט פוטין אלס זיין סוקסעסאר. יעלצין האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די אפיס צו מאכן פלאץ פאר א יונגערע דור פון פאליטישע פירער. די פריע רעזיגנאציע פון יעלצין, וועלכע איז מעגליך אויך געווען צוליב געזונטהייט סיבות, האט געגעבן די געלעגנהייט פאר פוטין צו פארשטארקן זיין שטיצע אינערהאלב דעם לאנד. פוטין האט שפעטער געוואונען זיין בענקל פאר א פולע טערמין אין די פעדעראלע עלעקציע וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין מערץ 00'. פוטין האט אריינבאקומען 53 פראצענט פון די שטימען וועלכע איז געווען א גרויסע נומער אין רוסלאנד. אין די אנהויב פון דעם 21'סטן יאר-הונדערט האט די קאמוניסטישע פארטיי אנגעהויבן מער אונטערצופאלן אבער די רעגירונג איז נאך אלס צו שוואך אויפצולעבן די עקענאמיע. פוטין איז היינט א שטארקע פירער מיט א שטארקע שטיצע אין אלע עקן פון לאנד און איז ווערט אויך באטראכט אלס א נענטערע פריינט מיט די אליאירטע לענדער. פוטין האט דערווייל געפירט רוסלאנד צו שטאפלן וואו זי האט קיינמאל בעפאר נישט דערגרייכט. די שווערע פאליטישע סצענעס אין לאנג יעריגע קאנפליקטן האט געפירט צו א שטארקע פארלאנג איינצושטעלן פראוויציאנאלע רעגירונגן מיט גאווערנערס אין יעדע שטאט. דער באגריף איז ווארים אויפגעצויגן געווארן אין די לעצטע צוויי יאר אין א לאנד וועלכע'ס היסטאריע איז געווען צו אנגעוויזן אויף די צענטראלע רעגירונג און די אינדיווידועלע וועלכע האבן איר דאמינירט.


רוסלאנד'ס אידישע היסטאריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון ווען אן רוסלאנד איז געווארן "רוסלאנד" האבן אסאך אידן שוין געוואוינט דארט אין קליינע גרופעס. די ערשטע דראסטישע פארמערונג איז געווען אין די אנפאנג יארן פונעם 17'טן יאר-הונדערט ווען עטליכע הונדערט טויזנט אידן פון פוילן האבן זיך אריינגעריקט קיין רוסלאנד און געווארן א טייל פון די רוסישע באפעלקערונג. דער הויפט סיבה וואס האט געברענגט די פוילישע אידן קיין רוסלאנד איז געווען די צוטיילונג פון פוילן (פוילן איז פון 700' ביז די ערשטע וועלט קריג נישט געווען קיין אייגן לאנד נאר איז געווען צוטיילט צווישן דייטשלאנד, רוסלאנד, און עסטרייך. אין היסטארישע ביכער ווערט פוילן אנגערופן מיט פארשידענע נעמען געוואנדן לויט די געגענט. מען קען זען די ווערטער פרייסישע פוילן, רוסישע פוילן, עסטרייך פוילן און דייטשע פוילן).

פון ווען אן די אידן האבן אנגעהויבן שטראמען קיין רוסלאנד זענען זיי געווארן "די אידן פראבלעם". די אידן האבן קיינמאל נישט אריינגעפאסט אין די רוסישע לעבנ'ס סטיל ווייל זיי האבן זיך געהאט זייער אייגענע "שם לשום ומלבוש". די אידן האבן זיך אין מערסטן טייל באזעצט אין קליינע שטעטלעך (ווילעדזשעס) אוואו זיי האבן גענצליך איבערגענומען קאנטראל אויף די עקענאמיע. די רוסישע עמפייער האט פארבאטן פאר מענטשן צו וואוינען אין די שטעטלעך וואו זיי האבן די בעלות אויף די גאנצע שטעטל ווי עס איז געווען דער פאל מיט רוב אידן. די צוויי פראבלעמען זענען פארבליבן אויף שטענדיג ביז ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן. די קאמוניסטן האבן נישט געוואלט אפלאזן די אידן סיידן זיי ריקן זיך אריין אין די גרויסע שטעט. די אידן האבן נישט געהאט אלע רעכטן אין לאנד ווי: שיקן קינדער אין פאבליק סקולס, האנדלן מיט פארשידענע זאכן, און פארדינען פון רעגירונג'ס בענעפיטן.

די אידן האבן זיך געהאט באזעצט אין דעם ראיאן וועלכע איז דעמאלט אנגערופן געווארן די "פעל אף סעטעלמענט", א רייע קליינע שטעטלעך צווישן מאסקעווע אין די רומענישע גרעניץ. אין די פעל אף סעטעלמענט האבן די אידן אויסגעמאכט 10 פראצענט פון די באפעלקערונג און די שטעט האבן געהאט די גרעסטע באפעלקערונג סטאטיסטיקס פון אלע שטעטלעך אין רוסלאנד (באלד דריי מאל די ראטע). די אידן האבן שטענדיג געהאט א הויכע געבורט ראטע און א גרעסערע לעבנ'ס שפאן ווייל זיי האבן געלעבט א געזונטערע לעבן. די הויכע ראטעס האבן פארשאפט אן ארימקייט פראבלעם ווייל די אידן זענען געווען פארבאטן אנצונעמען פראפעסיע'ס און דערפאר איז די קאנקורענץ שטארק געשטיגן וואס א יאר שפעטער. ווען ניקאלעס דער ערשטער איז געווארן פרעזידענט (ענדע פונעם 17'טן יאר-הונדערט) האט ער נאך מער פארמינערט די אידישע רעכטן און גוזר געווען אז אלע אידן מוזן דינען אין די מיליטער פאר א מינימום פון 25 יאר. אין 843' האט די רעגירונג נאך מער אונטערגעדרוקט די אידן און זיי גענצליך פארטריבן פון קיעוו וואו ארום 60,000 אידן האבן געוואוינט. די פארטריבענע אידן האבן זיך אלע באזעצט אין די שטעטלעך וואו זיי האבן געוואוינט אין גרופעס, עטליכע טויזנט אידן פער שטעטל. אין יעדע שטעטל איז די שטאטישע שול געווען אין צענטראל פון שטאט און יעדער האט געוואוינט קאנצעטרירט ארום די שול. די אידן האבן זיך ערנעגט דורך שמאטע הנדלונגן, קליינע געשעפטן, פעדלערס, און ארטיסטן. די ארבעט קראפט איז געשטאנען זייער הויך כאטש קיינער האט נישט פארדינט קיין ערנסטע זאכן. אויך ביי די פרויען און אפילו קינדער איז די ארבעט'ס ראטע געווען העכער וואו אין לאנד. ווי א יאר שפעטער איז די ארימקייט ערגער געווארן ווייל עס איז שוין נישט געווען מיט וואס צו האנדלן. די אידן האבן דאן ערלעדיגט א ספעציעלע וועילפעיר ארגאניזאציע אין וועלכע די רעגירונג האט זיי געגעבן ארבעט. מיט די יארן האט די רעגירונג טייל מאל נאכגעלאזט און ערלויבט די אידן צו געניסן פון פארשידענע בענעפיטן. אין איין פאל האט די רעגירונג ערלויבט די אידן צו שיקן זייערע קינדער אין די שטאטישע שולעס. אבער קיינער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט שיקן די קינדער אין די גוי'אישע שולעס. זעענדיג אז קיינער שיקט נישט די קינדער אין די שטאטישע שולעס האט די רעגירונג איבערגעארבעט די סקול סיסטעם און רענאווירט די געביידעס כדי צו צוציען די עלטערן זיי זאלן שיקן זייערע קינדער. דאס געלט פאר די ארבעט איז געקומען פון א ספעציעלע פאנד וועלכע איז איינקאסירט געווארן פון א נייע שטייער אויף ליכט. למעשה האט גארנישט געהאלפן און די עלטערן האבן ווייטער געשיקט די קינדער אין חדר וועלכע די עלטערן האבן אליינס אויסגעהאלטן מיט די גרעסטע פלאג.

אלעקסאנדער דער צווייטער , א קורצע דורכגאנג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יארן פון אלעקסאנדער דער צווייטער (האט געהערשט פון 818' ביז 881') האט געברענגט פודאמענטאלע ענדערונגן צו די רוסישע געזעלשאפט. די אידן האבן געהאט דאס מערסטע נוצן פון דעם ווען זיי האבן געהאט די מעגליכקייט זיך מער ארינצופעדימען אין די רוסישע לעבן. מיט איין שריט אויף א מאל זענען די אידן צוביסלעך געווארן "נוצבאר" פאר די רוסישע איינוואוינער. טייל וואס האבן געקענט א פראפעסיאנאלע פאך האבן באקומען ערלויבעניש זיך אריבערצוציען קיין מאסקעווע אדער פעטערבורג וואו זיי האבן באלד אנגעהויבן ערנסטע האנדל. די אידישע באפעלקערונגן אין מאסקעווע, פעטערבורג אדער אדיסע האבן געוואקסן שנעלער ווי אנדערע און זיי האבן באקומען גוטע דזשאבס, יעדער לויט זיין מעגליכקייט. נאך די קרימיאן קריג איז רוסלאנד אדורכגעגאנגען אן אידוסטריאלאע רעוואלוציע וועלכע האט געעפענט די האנדל צווישן מער לענדער, געבנדיג א געלעגנהייט פאר די אידישע פארמערס זיך אריינצודרייען אין ארגינעלע רוסישע פארמער פראיעקטן. ווי מינעראלן, אייזן, א.ד.ג. וועלכע זיי האבן געקענט עקספארטירן צו אנדערע קאמוניסטישע לענדער. די אידן האבן זיך זייער שנעל אריינגעדרייט אין אלע פראפעסיע'ס, אריינגערעכנט דאקטוירים, אדוואקאטן, און דזשורנאליסטן וועלכע האט געהאט זייער א שלעכטע ווירקונג אויף זייערע רוסישע קאלעגאס. אין 863' האט רוסלאנד געהאט א שווערע ארבעט צו דערשטיקן די ווידערשטאנד וואס די פוילישע האבן צוגעגרייט פאר א געפלאנטע רעוואלט. נאך די קריג איז אלעס אנדערש געווארן ווען די רעגירונג האט שוואכער געמאכט אלע מינאריטי גרופעס וועלכע האט אויך שטארק עפעקטירט די אידן און ביז א קורצע צייט איז אלעס צוריק צום אלטן, נאך מיט א גרעסערע האס. דער מצב האט זיך דערקייקעלט אזוי ווייט, אז די איר-אלטע בלוט בלבולים וועלכע איז שוין אומגילטיג געווארן דורך אלעקסאנדער דער ערשטער האט ווידער אנגעהויבן פלאגן די אידישע געמיינדע. דער מארד פון אלעקסאנדער אין יאר 881' האט זיך אויסגעלאזט זייער נישט גוט פאר די אידן און אלע האפענונגן אז עס וועט נאך קומען בעסערע צייטן איז פארשוואונדן. אנשטאט איז דער מצב געווארן נאך פיל ערגער ווי 50 יאר פריער ווען אלעס איז באשולדיגט געווארן אויף די אידן. אלעקסאנדער'ס מארד זעלבסט (דורך א גרופע רעוואלטירער) איז אויך אנגעלייגט געווארן אויף די אידן. צענדליגער פראגראמען זענען אויסגעפירט געווארן אויף אידן אין אלע קלענערע שטעט, גרייכנדיג איבער 200 פראגראמען אין יאר 881' אליינס. די רעגירונג'ס אויטאריטעטן האבן טיילמאל גאר ארויסגעהאלפן די וואס האבן אנגעפירט די פאגראמען און אין טייל פעלער אפילו באשולדיגט די אידן אלס די גורם צום פאגראם. אין 882' האט די רעגירונג איינגעשטעלט נייע אנטיסעמיטישע געזעצן, באקאנט אלס די "מאי לאוס", וועלכע האט אזוי אנגעהאלטן ביז אין 917'. די געזעצן האט דערגרייכט די העכסטע שטאפלן פון דיסקרימינאציע וואס איז געווען אין רוסלאנד'ס היסטאריע. אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אין די ווילעדזשעס. זיי זענען אפגעזאגט געווארן פון דזשאבס און האבן נישט געמעגט האנדלן מיט טויזנטער ערליי זאכן. דאס ביסל ביזנעס וואס די אידן האבן שוין יא געקענט טון איז געווען לימיטירט און גענצליך פארבאטן זונטאגס און און אין אלע קריסטיליכע חגאות. אלעקסאנדער דער דריטער איז נישט געווען קיין סאך בעסער און האט נישט געוואלט נאכלאזן פאר די אידן אויף קיין איינע פון די מאי געזעצן. אין 865' האט די רעגירונג דורכגעפירט א פרישע געזעץ וועלכע האט פארלאנגט אז אלע אידן פון מאסקעווע מוזן פארלאזן די שטאט און גיין וואוינען אין די פעל אף סעטעלמענט. ארום 20,000 אידן זענען דאן פארטריבן געווארן, איבערלאזנדיג זייערע הייזער און פרנסות. אין 894' האט אלעקסאנדער אויסגעקליבן די שטאט יאלטא פאר זיין רעזארט ארט. עטליכע וואכן פאר די קריסטליכע חגאות האט אלעקסאנדער באפוילן אז אלע אידן מוזן פארטריבן ווערן פון דארט. אלעקסאנדער איז ערשט אהינגעפארן ווען קיין איין איד איז מער נישט געווען צו געפינען אין די גאנצע שטאט. אבער ער איז באשטראפט געווארן אויפ'ן פלאץ און איז פלוצלינג געשטארבן אין די שטאט.


די פראטאקאלן פון זקני־ציון

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – פראטאקאלן פון זקני-ציון

אין יענע יארן איז ערשינען אן אנטיסעמיטיש בוך מיט'ן נאמען "די פראטאקאלן פון זקני־ ציון" וועלכע איז געשריבן געווארן דורך אן אנאנים שרייבער. די פראטאקאלס אינע'ם בוך זענען געזאגט צו זיין די מינוטן פון א קאנפערענץ פון אידישע פירער וואו זיי מאכן פלענער וויאזוי צו דאמינירן די וועלט. דאס בוך איז פיל מיט אנטיסעמיטישע געדאנקען קעגן די אידן.

דאס בוך איז נאך היינט א הייסער ארטיקל צווישן נעא-נאצישע שטיצער און אנטיסעמיטישע גרופעס.

צווישן די יארן פון 903' און 906' האט די אידישע באפעלקערונג געליטן פון א רייע פאגראמען וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך די פאליציי און די לאקאלע רעגירונג'ס אויטאריטעטן. אפילו דער דעמאלטדיגער פרעזידענט ניקאלעס דער צווייטער האט געגעבן זייער לייכטע דינאנסירונג קעגן די פאגראמען וועלכע האט געמיינט א גרינע ליכט פאר די אנטיסעמיטישע גרופעס ווייטער אנצוגיין מיט זייער ארבעט אומגעשטערט. די אידישע קינדער האבן נעבעך געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן פאררופן יום התפלות אין אלע שטעט. די פרייע אידן האבן ליידער אויפגעשטעלט א דעפענסיווע מיליטערישע כוח וועלכע זיי האבן גענוצט קעגן זייערע אנפאלער. אין יענע צייטן האט אויסגעבראכן קריג צווישן רוסלאנד און יאפאן איבער די קוריל אינזלן און די אידן זענען באשולדיגט געווארן מיט קאנספירירן צום שונא. דאס האט געברענגט פרישע פאגראמען וועלכע האט איבערגעלאזט אסאך פארלוסטן.

אין די דריי אויבנדערמאנטע יארן זענען פארגעקומען ארום 300 פאגראמען וועלכע האט איבערגעלאזט איבער 1000 קרבנות און פיל מער פארוואונדעטע הי"ד. די אידישע דעפענסיווע גרופע האט אבזערווירט און פארשריבן און גענומען בילדער פון יעדן אינצידענט. זיי האבן גענוצט עטליכע שרעקליכע בילדער פאר פאסט קארטלעך וועלכע זיי האבן ארומגעשיקט אין גאנץ אייראפע אויפצושטורמען די וועלט אויף וואס עס גייט פאר אין רוסלאנד מיט די צושטימונג פון די רעגירונג. די אלע טאקטיקן האט אבער נישט קיין סאך געהאלפן ווייל אויך די אייראפעאישע לענדער זענען געווען אנטיסעמיטיש און האבן גארנישט געטאן צו העלפן די אומשולדיגע אידן אין רוסלאנד.

אין יאר 911' איז פארגעקומען די באקאנטע בייליס בלוט בלבול אין דער שטאט קיעוו אין וועלכע א פאבריק פארוואלטער, מענדל בייליס, איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אלס דער פאראנטווארטליכער פאר דער מארד פון א קליין קינד וועלכע איז געפונען געווארן טויט אין א ווינקל פון שטאט. די רוסישע אויטאריטעטן האבן גאנץ גוט געוואוסט אז די בלוט בלבולים זענען אן אויסגעטראכטע קאנצעפט אבער האבן פונדעסטוועגן מיטגעהאלטן און אנגעקלאגט די אידן. מענדל בייליס איז אפגעזעצן אין טורמע פאר צוויי יאר ערווארטנדיג זיין אורטייל. אבער די אנקלעגער האבן אין די ענדע נישט געקענט אויפבויען א געהעריגע קלאגע און טראץ אלע מיטלען וואס די אויטאריטעטן האבן גענוצט, אריינגערעכנט פאלשע עדות און פאבריקירטע פאפירן, האט די דזשורי אים דעקלערט אומשולדיג און בייליס איז באפרייט געווארן. די אנקלעגער האבן נישט געקענט פארנעמען זייער דורכפאל און איינע פון די פראקורארן האט געשריבן א בוך אין וועלכע ער ווייזט אויף לעכערליכע ראיות אין בייליס'ס אנקלאגע.


פאליטישע אקטיוויטעטן און מאסן אימיגראציע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יארן האבן זיך גערוקט און די אידישע באפעלקערונג האט זיך געמערט מיט הויכע נומערן. אין די מיטעלע 19 הונדערט יארן האט די רוסישע אידישע באפעלקערונג געציילט איבער 5 מיליאן. די רעגירונג האט אבער נאך אלס נישט געוואלט נאכגעבן פאר די אידן צו האבן געהעריגע רעכטן און דאס האט שפעטער געפירט צו אן אינערליכע פאליטישע אויפשאקלונג אינערהאלב די אידישע געמיינדע וועלכע האט שפעטער געגרינדעט אן אייגענע אידישע ארבעט'ס קראפט, באקאנט מיט'ן נאמען "אלגעמיינער אידישער ארבייטער". די ארבעט'ס קראפט איז אבער געווען מער ווי איר נאמען. עס האט אויך איבערגעארבעט און פארשטערקערט די אידישע דעפענסיווע גרופע וועלכע האבן געקעמפט מיט די פאגראם אנפירער. מען שאצט אז די גרופע האט געהאט 33,000 מיטגלידער.

אין יענע יארן האט די ציוניסטישע באוועגונג אנגעהויבן מאכן פארשריט און אסאך אידיש רוסישע גרופעס האבן זיך אנגעשלאסן אין די ציוניסטישע פועלי ציון פארטיי וועלכע האט שוין דעמאלט געהאט איר ציל אויפצושטעלן א אידישע לאנד אין פאלעסטינע. די מאסיווע מערכה וואס די ערליכע קהלות האבן אויפגעשטעלט אפצוהאלטן די ציוניסטן האט אבער נישט דעגרייכט רוסלאנד וואו די געליטענע אידן האבן מיט האפענונג איבערגעליינט דער יודנשטאט בוך (געשריבן דורך הערצל) צענדליגער מאל. נאך די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אידישע אימיגראציע פון רוסלאנד וועלכע זענען אנטלאפן צו זוכן א בעסער'ן צוקונפט. די גרעסטע טייל האט אימיגרירט קיין נארט אמעריקע און די איבעריגע קיין אויסטראליע, אפריקע און מדינת ישראל.

אין סך הכל האבן איבער צוויי מיליאן אידן פארלאזט רוסלאנד צווישן די יארן פון 881' ביז 914'. עס וואוינען נאך היינט צענדליגער טויזנטער אידן און רוסלאנד וועלכע האבן שוין אלע פרייהייטן אבער לעבן אין נויט צוליב די שלעכטע עקענאמיע.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: רוסלאנד
  1. The Constitution of the Russian Federation. (Article 1). דערגרייכט דעם 25 June 2009.
  2. Kievan Rus' and Mongol Periods. Sam Houston State University. דערגרייכט דעם 2007-07-20.
  3. Kievan Rus' and Mongol Periods, excerpted from Glenn E. Curtis (ed.), Russia: A Country Study, Department of the Army, 1998. ISBN 0-16-061212-8.
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן