היסטאריע פון רוסלאנד
די היסטאריע פון רוסלאנד הייבט אן מיט די מזרח סלאוון. דער ערשטער מזרח סלאווישער שטאַט, קיעווער רוס, האט אנגענומען קריסטלעכקייט פון דער ביזאנטישער אימפעריע אום 988,[1] מיט דעם האט אנגעהויבן א סינטעז פון ביזאנטישע און סלאווישע קולטורן וואס האבן דעפֿינירט רוסישע קולטו פאר די קומענדיגע טויזנט יאר.[2] דער קיעווער רוס שטאַט איז לסוף זיך צעפאלן אונטער די מאנגאלישע אינוואדירערס אין די 1230ער יארן.
פריערע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער צייט צווישן 14טן און 15טן יארהונדערט האט זיך רוסלאנד אנגעהויבן גרינדן ארום די שטאט מאסקווע און האט זיך זייער שנעל אויסגעברייטערט צו מזרח און צפון ביזן אטלאנטישן אקעאן. אין 18טן יארהונדערט האט רוסלאנד שוין פארמאגט די טעריטאריע וואס זי פארמאגט היינט און אויך א טייל פון ריזיגע טייכן און וואסערן אויסערן לאנד אויף וועלכע זי האט געהאט די פולע קאנטראל. איר שנעלע וואוקס האט אסאך אויסגעמאכט צו האנדל און גוטע עקענאמישע דעוועלאפמענטס. אין אירע בעסטע יארן, וועלכע איז געווען הארט פאר די ערשטע וועלט קריג, איז רוסלאנד פאררעכנט געווארן פון די שטערקסטע אימפעריעס, פארמאגנדיג ארום 20 מיליאן קוואדראט קילאמעטער וועלכע באטרעפט נאנט צו א זעקסטל פון דער וועלט'ס סך הכל ערד.
דאס הארץ פון רוסלאנד איז פון אנפאנג אן געווען מאסקווע אבער די גרעסטע טייל פון דער באפעלקערונג האט אין אנפאנג געוואוינט אין און ארום סיביר. רוסלאנד'ס שכנים האבן געהאט א שוואכע נאנטשאפט מיט דער גרויסער אימפעריע ווייל זיי זענען אממערסטענס באשטאנען פון שטארק גלויביגע פראטעסטאנטן אדער מוסלמענער וועלכע האבן זיך געשפירט ווי מורישקעס קעגן די רוסן וועלכע האבן פאטראלירט די גרעניצן מיט גרויס שטאלצקייט. די רוסישע אימפעריע האט אריינגענומען אוקריינע, בעלארוס, פינלאנד, און די באלטישע פראווינצן (היינט לעטלאנד און עסטלאנד) און נאך אסאך אזיאנער לענדער. ווען די יו.עס.עס.אר. איז געגרינדעט געווארן איז די רוסישע אימפעריע געווארן אויס און אלע געוועזענע לענדער אין די אימפעריע זענען געווארן זעלבשטענדיג. ווען די פסס״ר איז צוזאמענגעפאלן אין 1991 איז די רוסלענדישע פעדעראציע געווארן די פרינציפאלער נאכפאלגער שטאַט.
רוסלאנד'ס באפעלעקערונג איז קיינמאל נישט געווען קיין גרויסע קעגן איר גרויסקייט אין טעריטאריע. אזוי שפעט ווי אין די אנפאנג יארן אינעם 18טן יארהונדערט האט רוסלאנד פארמאגט ווייניגער איינוואוינער ווי פראנקרייך וועלכע איז בערך א צוואנציגסטל די גרויסקייט. די רוסישע האבן שטילערהייט אויפגעבויט א שטארקע מיליטער וועלכע איז ערשט באוואוסט געווארן אין די מיטעלע יארן פונעם 17'טן יארהונדערט ווען זי האט אנגעהויבן אויסשפרייטן איר אימפעריע אין אזיע. דאס רוסישע פאלק האט זיך געגרינדעט מיט גריכישע און רומענישע מענטשן וועלכע האבן זיך מיט הונדערטער יאר פריער געהאט באזעצט אינעם שפעטערדיגן אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד. אין די צפון געגענטער האבן געוואוינט א מין פאלק וועלכע האבן זיך גערופן די סלעוון. די סלעוון זענען שפעטער געווארן די ריכטיגע רוסן און האבן מער אויפגעטאן ווי די קלוגערע גריכישע און רומענישע איינוואוינער. מיט די יארן האט רוסלאנד צובאקומען מיגראנטן פון אלע סארטן פון גאנץ אזיע און אויך פון אייראפע וועלכע האבן צוזאמען פארמירט די מאדערענע רוסלאנד. ווען רוסלאנד איז שוין געווען די ריכטיגע "רוסלאנד" האט זי מער נישט באקומען צופיל נייע מיגראנטן נאר איז געוואקסן נאטירליך.
רוסלאנד האט געהאט הונדערטער קעניגן און הערשער וועלכע האבן געפירט העפטיגע קריגערייען איינע מיט די אנדערע. יעדע עטליכע יאר איז דאס לאנד אריבער פון איין הערשאפט צו אן אנדערע. אין אנפאנג פון דעם 19טן יארהונדערט איז רוסלאנד דאס ערשטע מאל פארמישט געווארן אין א קריג מיט די אייראפעאישע לענדער ווען דער וועלט'ס באקאנטער הערשער פון פראנקרייך, נאפאלעאן, האט געהאלטן נאנט ביים אייננעמען גאנץ רוסלאנד. אין ענדע האבן די רוסן אים באזיגט און מיט דעם געשאפן איר נאמען אלס א וועלט מאכט און גרויסע אימפעריע. אין יענע יארן האט די וועלט'ס גרעסטע אימפעריע, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, דורכגעפירט די היסטארישע אינדוסטריעלע רעוואלוציע וועלכע האט געטוישט די וועלט מיט א נייע עקענאמישע פנים און וואוין סטיל. רוסלאנד האט זיך געלעבט איינזאם און האט קיינמאל נישט אויפגעצויגן די רעוואלוציע. די אינדוסטריעל רעוואלוציע האט ערשט דערגרייכט רוסלאנד אין אונזער תקופה ווען די וועלט איז אריין אינעם 20טן יארהונדערט.
אין 1856 האבן בריטאניע מיט פראנקרייך באזיגט רוסלאנד אין די דריי יעריגע קרימעישע מלחמה, א שריט וואס האט איבערצייגט רוסלאנד אז די אינדוסטריאליזירטע לענדער האבן בעסערע שאנסן צו בויען מיליטערישע כוחות. רוסלאנד, אונטער די פירערשאפט פון דעם לאנג יעריגן פירער מיכאיל ראמאנאוו, האט זיך טאקע דעמאלט גענומען צו דער ארבעט און אנגעהויבן אויפציען די אייראפעאישע עקאנאמישע סיסטעמען וועלכע האט שפעטער אסאך צוגעהאלפן די רוסן אין די ערשטע וועלט קריג. נאך די קריג האט אויסגעבראכן אינערליכע קאנפליקטן וועלכע האט אונטערגעברענגט די ראמעינאוו רעגירונג. נאך ראמעינאוו איז אלעקסאנדער דער דריטער געווארן קייסער (צאר) און ווען ער איז געשטארבן איז עס אריבער צו זיין זון ניקאלאס דער צווייטער. ניקאלעס האט געהערשט אין רוסלאנד פאר א לענגערע צייט אריינגערעכנט די שווערע יארן בעפאר און בעת דעם ערשטן וועלט קריג.
רוסלאנד ביים ערטשן וועלט קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הארט בעפאר דעם ערטשן וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט רוסלאנד געהאט א שווערע צייט נאכדעם וואס די ארבעט'ס קראפט אין פעטערבורג איז ארויס אין אן ערנסטע סטרייק וועלכע האט געהאלטן ביים פארקריפלען די עקענאמיע פון גאנץ רוסלאנד. די ארבייטער האבן פארלאנגט אסאך נייע פראגראמען און מער פרייהייט. אין די ערשטע פאזעס פון די סטרייק, וועלכע איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די רוסישע רעוואלוציע פון 1905, האבן טויזנטער ארבייטער מארשירט צו די ווינטער פאלאץ (א רעגירונגס געביידע) מיט געווער אין די הענט גרייט צו רעוואלטירן קעגן די רעגירונג אויב נויטיג. יענער פרואוו איז דורכגעפאלן ווען די רוסישע ארמיי האט זיך דערוואוסט פונעם פלאן און צו געשטעלט אסאך טרופן ארום די געביידע וועלכע האבן געשאסן אויף די דערביטערטע ארימע ארבייטער, אומברענגנדיע און פארוואונדנדיג הונדערטער. אבער עס האבן באלד דערויף נאכגעפאלגט פרישע מארשן מיט צענדליגער טויזענטער מענטשן וועלכע די רעגירונג האט געמוזט אין אכט נעמען, ספעציעל ווען די וואלן האבן זיך אונטערגעריקט און דער נייער קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער, פיאטער סטאליעפין, האט געוואלט געוואונען די וואלן. סטאליעפין האט שפעטער געוואונען די וואלן און באלד נאכגעגעבן אויף טייל פון די פארלאנגונגען. דאס לאנד איז נאך געווען אפגעמוטשעט פון די נארוואס דורכגייענדיגע רעוואלטן ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן און איז נישט גרייט געווען צו גיין אין קריג. די רוסישע האבן זיך דעמאלט געמאכט א חשבון אז אויב זיי וועלן מיטשטיין מיט די דייטשן וועלן זיי האבן די בעסטע שאנסן פאר'ן צוקונפט. נישט וועלנדיג איז זי צוביסלעך אריינגעשלעפט געווארן טיפער און טיפער אינעם פלאנטער, פירנדיג העפטיגע מלחמות אויף דריי אנדערע פראנטן. די רוסן האבן אפגעהאלטן א רייע זיגן און זיך באלד געזען אינדרויסן פון קריג ערווארטנדיג רואיגערע צייטן ווען א פרישע רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין לאנד, דאסמאל פיל שטערקער ווי אין 905', און האט ליקווידירט די ניקאלעס תקופה. ניקאליי איז אריינגעזעצט געווארן אין תפיסה און שפעטער דערמארדעט געווארן דורך עקסטרעם קאנסערוואטיווע רעוואלטירער, אן אקט וואס האט געפירט רוסלאנד צו א ציווילע קריג וועלכע איז געוואונען געווארן אין 1921 דורך די קורץ געגרינדעטע קאמוניסטישע פארטיי. די קאמוניסטן האבן זיך באלד גענומען צו די עבודה און געגרינדעט די יו.עס.עס.אר. וועלכע איז געווארן די גרעסטע קאמוניסטישע פאראיין און וועג ווייזער פאר אסאך אנדערע לענדער.
די סטאלין תקופה און דער צווייטער וועלט קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 927' איז דער ערשטער קאמוניסטישער פירער ווילאדימיר לענין קראנק געווארן און עס האט זיך אנגעהויבן געפערליכע קריגערייען ווער עס זאל איבערנעמען די פירערשאפט. די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען געווען סטעפאן טראטסקי, א לאנג יעריגער גענעראל אין די רויטע ארמיי, און דזשאסעף סטאלין, די פארטיי'ס סעקראטאר זינט איר גרינדונג. כאטש טראטסקי איז געווען א געלערנטער און זיגרייכער גענעראל און מיליטערישע פירער, האט אבער סטאלין'ס שטארקייט אין ארגאניזאציע מער אויסגענומען די קאמוניסטן און רוב דעלעגאטן האבן אים אנגעפאנגען שטיצן. טראטסקי האט נישט נאכגעלאזט און אנגעהויבן מאכן מהומות וועלכע האט געפירט צו ערנסטע שלאכטן אינערהאלב די פארטיי. זעענדיג אז די מצב פארערגערט זיך האט די פארטיי זיך פאראייניגט און ארויסגעווארפן טראטסקי פון די פארטיי. טראטסקי האט באלד אפגעצויגן פון רוסלאנד און איז אין 940' דערמארדעט געווארן אין מעקסיקא דורך סטאלינ'ס אגענטן וועלכע האבן אים נאכגעזוכט אין די גאנצע וועלט. ווערנדיג 50 יאר אלט איז סטאלין געקרוינט געווארן אלס דער צווייטער און מעכטיגסטער סאוויעט פירער וועלכער האט געווארפן א פחד אויף גאנץ אזיע און זיין שרעקעדיגער נאמען האט דערגרייכט ביז אין די מערב לענדער. סטאלין האט אויסגעארבעט די גאנצע געפלאנטע עקאנאמישע סיסטעם און אנגעקניפט גאר נאנטע באציאונגען מיט אנדערע קאמוניסטישע לענדער אויף וועלכע די גאנצע עקאנאמיע האט זיך געהאלטן. אלע פראדוקציע אין לאנד איז ביז עטליכע יאר געדאפעלט געווארן און יעדעס ביסל פארדינטע געלט איז געגאנגען צו די מיליטערישע קאסעס וועלכע האט זיך אויפגעטריסטעט מיט אסאך נייע וואפן און טרופן. סטאלינ'ס פלענער האבן זיך זייער שנעל אויסגעארבעט און דאס לאנד האט געהאט אויסערגעווענליכע הצלחה אין סיי וועלכן הינזיכט. די ערשטע קריזיס וואס האט דערגרייכט סטאלין'ס רעגירונג איז געווען די עפידעמיק אויסברוך אין 932' וועלכע האט עלימינירט געשאצטע 5 ביז 7 מיליאן רוסישע איינוואוינער.
עס איז גוט באקאנט אז סטאלין (ימ"ש) איז געווען א מאסן מערדער וועלכער האט אנגעפירט איינע פון די וועלט'ס גרעסטע טעראריסטישע קאמפיינס און איז לויט טייל היסטאריקער פאררעכענט געווארן אלס דער ערשטער היטלער. אין די מיטעלע 1930 יארן האט סטאלין אויסגע'שחט'ן וועמען עס האט זיך אים געדאכט אז ער איז נישט גענוג לאיאל צו זיין רעגירונג אדער האט פלענער אים אונטערצוברענגן. צוויי דריטל פון די קאמוניסטישע פארטיי'ס צענטראלע קאמיטע זענען געשאסן געווארן אונטער פארמאכטע טירן ווייל זיי זענען נישט געווען 100 פראצענט צופרידן מיט סטאלינ'ס פאליסיס. מער ווי האלב פון די עלטערע מיליטערישע פירער זענען אומגעבראכט געווארן אן קיין פראצעס פאר'ן נישט וועלן אויספאלגן א מערדערישע פארלאנג פון סטאלין אין 937'. אויסער די קעי.דזשי.בי. האט סטאלין אויפגעשטעלט א ספעציעלע פאליציי קראפט ( ען.קעי.ווי.די.), גארנישט בעסער ווי די עס.עס., וועלכע האבן ארעסטירט עטליכע מיליאן מענטשן אין ווינציגער פון צוויי יאר. מען שאצט אז די ספעציעלע פאליציי האט געשאסן צום טויט מער ווי א מיליאן מענטשן און נאך צוויי מיליאן מענטשן זענען אומגעקומען אין זייערע ארבעטס לאגערן וואו מען האט זיי אויפגעהאלטן נאכ'ן ארעסט. נאך בעפאר די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט סטאלין געמאכט שטילע פארהאנדלונגן מיט פראנקרייך און בריטען, אויס מורא אז דייטשלאנד זאל איר נישט אויסכאפן אין איר קריג מיט יאפאן וועגן אירע קוריל אינזלן. סטאלין האט אבער באלד דערויף אפגעהאקט זיינע פארהאנדלונגן און געשלאסן אן אפמאך מיט דייטשלאנד איבער פוילן וועלכע די רויטע ארמיי האט געהאלפן אייננעמען אין דייטשלאנד'ס אפיציעלע אקט אין אויסברוך פון די צווייטע וועלט קריג. די רוסן האבן זיך שפעטער צוטיילט מיט די רויב און גענומען האלב פוילן אונטער אירע לאפעס. צענדליגער טויזענטער פוילישע זענען דאן געליפערט געווארן קיין סיביר וואו מען האט זיי גענוצט אין ארבעט'ס לאגערן. אין דער זעלבער יאר (939') איז רוסלאנד געווען פארמישט אין א באזונדערע קריג מיט פינלאנד איבער אן אינזל (לענינגראד) וועלכע די רוסן האבן געהאלטן פאר זייערס נאך מיט יארן פריער. די רויטע ארמיי האט דעמאלט גרינג באזיגט די פינישע און איינגענומען דאס וואס זיי האבן געוואלט און עס צוגעלייגט צו די יו.עס.עס.אר. אימפעריע. די ליג אף נעישאנס האבן דאס שארף פארדאמט און האבן ארויסגעווארפן רוסלאנד פון איר מיטגלידערשאפט. פון דארט און ווייטער איז עס שוין געגאנגען ווי אין א קייט. די רוסישע נצחונות האט איר געשטופט ווייטער ביז אין די באלקאן לענדער וואו די רויטע ארמיי איז אנגעפאלן מערערע לענדער אן קיין שום פריערדיגע פארלאנג אדער ווארענונג. אין 940' האט היטלער אנגעהויבן מאכן ערנסטע פלענער צו באפאלן זיין שותף לדבר עבירה. די רוסישע שפיאנאזש האט אויפגעכאפט גענוג אינפארמאציע איבער דעם געפלאנטן אנפאל אבער סטאלין האט אלעס אוועקגעמאכט נישט וועלנדיג גלייבן אז היטלער וועט אים פארדאמען און אנפאלן. ווען די ערשטע דייטשע אנפאל אויף רוסלאנד איז צושטאנד געקומען אין 941' איז די רויטע ארמיי נישט גרייט געווען און האט געליטן שווערע מפלות. די דייטשע איבערראשענדע אינוואזיע האט גענצליך געטוישט רוסלאנד'ס גאנג אין די קריג. סטאלין האט באלד דעקלערט קריג קעגן נאצי-דייטשלאנד און די פאטיסטישע אקס לענדער ווי אונגארן, פינלאנד, איטאליע, און ראמעיניע האבן אלע דעקלערט קריג קעגן די יו.עס.עס.אר. אמעריקע וועלכע איז אינעם זעלבן יאר אריינגעשלעפט געווארן אין די קריג האט באלד אנגעקניפט פריינטשאפט מיט רוסלאנד און געשיקט וואפן און ארטילערי אין די ווערד פון 12 ביליאן דאלאר. עטליכע מאנאטן דערויף האט סטאלין אונטערגעשריבן די היסטארישע טשארטער אטלאנטיק דעקלעראציע פון די יונייטעד נעישאנס וועלכע האבן מיט א קאאליציע פון 22 אליאירטע לענדער זיך אונטערגענומען צו דערשטיקן די פאטיסטישע דריי-אקס. אין די ערטשע מאנאטן פון די קריג האט רוסלאנד געליטן מפלות איינע נאך די אנדערע, אזוי ווייט אז די דייטשע קראפטן האבן שוין געהאט איינגענומען די גאנצע מערב טייל פון רוסלאנד אינאיינעם מיט אלע רעפאבליקס און אין מזרח איז די דייטשע ארמיי געשטאנען קארגע 20 מייל (30 קילאמעטער) פון מאסקעווע. ביי יענעם פונקט האבן זיך די סאוויעטישע קראפטן געשטארקט און אנגעהויבן פארטרייבן די דייטשע ארמייען מיט אן אויסערגעווענליכע שנעלקייט. די קאלטע ווינטער פון 942' האט גוט אויסגעמאכט פאר די רוסן וועלכע האבן דאן באקומען די אויבערהאנט אויף די דייטשן וועלכע האבן נישט געקענט נוצן זייערע מאשינערי אין די הויכע שנייען. אין יאנואר 943' האט רוסלאנד שטארק צוקלאפט די דייטשע ארמייען אין די היסטארישע סטאלינגראד שלאכט וועלכע איז געווען דער אנפאנג פון א רייע זיגרייכע שלאכטן אין וועלכע די סאוויעטישע כוחות האבן גענצליך פארטריבן די דייטשן פון רוסישע ערד. די רוסן האבן אויך דעמאלט אפגעהאלטן שטוינענדע זיגן אין פוילן, ראמעיניע, און פון דארט גלייך קיין דייטשלאנד ביז אין אפריל 945' ווען זי האט ארומגענומען בערלין מיט די הילף פון די אליאירטע קראפטן.
ביז אין מאי איז די קריג אין אייראפע גענצליך פארטיג געווארן אבער די צווייטע וועלט קריג האט ווייטער אנגעהאלטן מיט די פארביסענע יאפאן וועלכע האט געגעבן שווערע פארלוסטן פאר די אמעריקאנער ים־פלאט אין דעם פאציפישן אקעאן. אום 9טן אויגוסט, איין טאג נאכדעם וואס אמעריקע האט געווארפן די ערטשע אטאם באמבע אויף היראשימא, האט די יו.עס.עס.אר. געמאלדן קריג קעגן יאפאן. אירע כוחות האבן זיך באלד אריינגעריקט מיט א שטארקייט אין די צפון יאפאנעזישע אינזלן און אקופירטע שטעט. פון דארט האט שוין נישט גענומען לאנג ביז די יאפאנעזישע האבן זיך אונטערגעגעבן נאכדעם וואס אמעריקע האט געווארפן די צווייטע אטאם באמבע.
די מלחמה נאכווייען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער סאוועטן־פארבאנד האט געליטן די גרעסטע פארלוסטן (אין כמות) אין די צווייטע וועלט קריג. די אייראפעאישע טייל פון לאנד איז געווען שטארק ריאונירט און אלע ביזנעסער זענען געגאנגן א גאנג. אין די ערשטע יארן האט מען געשאצט אז רוסלאנד האט פארלוירן 20 מיליאן מענטשן [סאלדאטן און ציווילע] דורכאויס די זעקס קריג יארן. די ציפער איז אבער פיל געשטיגן ווען פרעזידענט גורבאטשאוו'ס רעגירונג האט דאס מער פונקטליך שטודירט און האט דערגרייכט צווישן 28 און 29 מיליאן מענטשן. קורץ נאך די קריג האט סטאלין אריינגעשיקט זיינע כוחות אין אייראפע און גענומען ברייטע פארציעס אין מזרח אייראפע און אין יאפאנ'ס געוועזענע אקופירטע לענדער אין מזרח אזיע. סטאלין האט פעסט אנטייל גענומען אין אלע היסטארישע קאנפערענצן נאך די קריג און אויך אין די גרינדונג פון די יונייטעד נעישאנס. נאך די נארישע פארהאנדלונגן איבער דייטשלאנד, האט רוסלאנד באקומען די מזרח טייל פון די 4 טיילן אין וועלכע בערלין איז צושפליטערט געווארן.
די קאלטע קריג הויבט זיך אן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קאלטער קריג
די מלחמה צייט פריינטשאפט צווישן רוסלאנד און די אליאירטע איז נאר געווען א כמו פריינטשאפט וועלכע לענדער קניפן געווענליך אן ווען מען גייט צוזאמען קעגן א פיינט, נוסח עמון ומואב... רוסלאנד האט באמת געהאט אסאך אנדערע פלענער אויף נאך די קריג ווי זי האט געזאגט די אליאירטע לענדער אין די ערשטע קאנפערענצן נאך די קריג. אמעריקע און בריטען האבן געזוכט איינצושטעלן דעמאקראטיע אין אייראפע און האבן געגרינדעט שפעטער די באוואוסטע מארשאל פלאן וועלכע האט געשענקט ביליאנען דאלארן פאר די מלחמה געליטענע לענדער אז זיי זאלן זיך קענען צוריקכאפן. סטאלין האט אבער געהאט אנדערע פלענער און האט נישט געוואלט אקצעפטירן דעם מארשאל פלאן נאר אנשטאט אנגעהויבן ארויפצוואונגען קאמוניזם מיט'ן זעלבן סטיל ווי ער האט דאס געטאן אין זיין אייגן לאנד. רוסלאנד האט אוועקגעמאכט די מערב סטיל עקענאמיע סיסטעם וועלכע איז געווען געשטעלט אויף גלאבאלע האנדל און האט ליבערשט פארברייטערט און געשטארקט די האנדל אין די יו.עס.עס.אר. און שפעטער מיט אנדערע קאמוניסטישע לענדער. ביידע גרויסמאכטן האבן זיך גענומען מיט אלע באקן צו בויען מיליטערישע מאכט און עס האט זיך מיט די צייט אויסגעפארמעט א ברוגז טאנץ צווישן די צוויי גרויסמאכטן אין וועלכע עס איז יעדע שטיק צייט געווען אן אנדערער צייטווייליגער געוואונער. רוסלאנד איז אנגעגאנגען מיט איר ארבעט צו פארשפרייטן קאמוניזם ביז אין 1948 ווען זי האט איינגעשעטעלט די לעצטע קאמוניסטישע רעגירונג אין טשעכאסלאוואקיע. די יו.עס.עס.אר. האט אין יענע יארן געהאט קאנטראל אויף פוילן, אונגארן, ראמעיניע, בולגאריע, יוגאסלאוויע, אלבאניע, און מזרח דייטשלאנד. די שנעלע דעוועלאפמענטס און הארבע פאליסיס וואס די קאמוניסטן האבן דורכגעפירט האט אלאמירט די מערב לענדער און האט געפירט צו די גרינדונג פון נאט"א (נארט אטלאנטיק טריטי ארגאניזאציע) אין 949'. אינעם זעלבן יאר האט די יו.עס.עס.אר. געגרינדעט א פארקערטע ארגאניזאציע וועלכע זי האט א נאמען געגעבן סי.עם.אי.עי. (קאונסיל אף מיוטשעל עקאנאמיק אסיסטענט) מיט אלע קאמוניסטישע לענדער אלס מיטגלידער.
די קרושטשאוו תקופה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סטאלין האט אנגעהאלטן זיין פירערשאפט אמט ביז זיין טויט אין 953' ווען ער איז נאכגעפאלגט געווארן דורך א געקליבענע צאל הויכראנגיקע אפיצירן וועלכע האבן געפירט די רעגירונג ביז אין 955' ווען ניקיטע קארוטשעוו האט באוויזן צו געווינען די פירערשאפט בענקל, נוצנדיג ענדליכע טאקטיקן וואס סטאלין האט גענוצט אין די 920' יארן. קרושטשאוו האט שטילערהייט אנגענומען א פארקערטע פאליסי ווי סטאלין וועלכע איז געווען מער יושר'דיג און נארמאל. א שיינעם טאג האט קארוטשאוו צוזאמענגענומען זיין גאנצע קאבינעט אונטער פארמאכטע טירן און אפגעהאלטן אן אנטי-סטאלין רעדע מיט אלע מפרשים. צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט אז סטאלין האט פארקיווערט די סאוויעטישע פירערשאפט צו א פערזענליכע קולט פאר זיין אייגענע כבוד מיט קאטאסטראפישע קאסעקווענצן פאר די פארטיי און לאנד. ער האט אין יענעם רעדע שארף פארדאמט סטאלינ'ס טעראריסטישע מאסן ארעסטן און דעפארטאציע און דאס אומברענגן מענטשן אן א געריכטליכע אורטייל. ער האט אויך באשולדיגט סטאלין פאר די שווערע מלחמה פארלוסטן וועלכע ער האט אנגעלייגט אויף סטאלינ'ס געקניפטע פריינטשאפט מיט דייטשלאנד בעפאר די ערשטע וועלט קריג. קארוטשאוו האט באשוואוירן זיינע מיניסטארן נישט צו פארשפרייטן די תוכן פון זיין רעדע. אבער עס האט ארויסגערינען צו די מידיא צו די שטוינונג פון די קאמוניסטן און די גאנצע וועלט. זעענדיג אז ער האט מער נישט וואס צו באהאלטן האט קארוטשאוו אפען אנגעהויבן צו "די-סטאליניזירן" רוסלאנד, טוישנדיג אלע פלאקאטן וועלכע האבן געהאלטן סטאלינ'ס בילד און אראפגענומען זיין דערמאנונג פון יעדע פאבליק אינסטיטוט. עס זענען געשריבן געווארן צענלדיגער ביכער אראפצונעמען די רעפוטאציע פון סטאלין און אויפקלערן זיין אומגערעכטיקייט. נישט לאנג דערנאך איז סטאלינ'ס קערפער באזייטיגט געווארן פון איר פראמינענטן ארט אינעם רויט'ן סקווער.
אין 961' האט מזרח דייטשלאנד אנגעהויבן צו מאכן קונצן ווען צענדליגער דעמאנסטראציעס זענען דורכגעפירט געווארן דורך מיליאנען ארבייטער און רוסלאנד האט געמוזט אריינשיקן איר ארמיי צו מאכן ארדענונג. די מזרח איינוואוינער האבן דאס נישט געוואלט דולדן און האבן אין די מאסן אנגעהויבן אנטלויפן צו מערב דייטשלאנד וועלכע איז געווען אקופירט דורך די מערב לענדער. מען שאצט אז ארום 2.5 מיליאן מענטשן זענען אנטלאפן פון מזרח דייטשלאנד אין דעם יאר. זעענדיג וואס ער ווארט זיי, האבן די רוסן אויפגעבויט דעם היסטארישן בערלינער וואנט וועלכע האט אפגעטיילט דייטשלאנד מיט געוואלד און סימבאליזירט קאמוניזם אויפ'ן העכסטן שטאפל.
קארוטשאוו האט געטוישט וואס ער האט געוואלט טוישן אבער ער האט אונטערגעהינקעט מיט זיין פירערשאפט און עקאנאמיע סטאביליזם און אסאך מיניסטארן האבן פארלאנג ער זאל רעזיגנירן. נאכדעם וואס די קובאנער מיסיל קריזיס איז אריבער אין 1962 מיט רוסלאנד'ס דורכפאל איז די דרוק פאר זיין רעזיגנאציע שטערקער געווארן און ער האט אנגעהויבן פארלירן שטיצע אינערהאלב זיין אייגענע רעגירונג.
ברעזשנעוו נעמט איבער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 964' האט די רעגירונג פאררופן אינערליכע וואלן און אויסגעקליבן ליאוניד ברעזהנעוו אלס דער נייער פירער פון די יו.עס.עס.אר. און פרעזידענט פון די קאמוניסטישע פארטיי. ברעזהנעוו איז געווען אין אפיס 18 יאר ביז זיין טויט און האט אויסגעפירט זיין צוזאג צו סטאביליזירן דאס לאנד'ס עקענאמיע. ברעזהנעוו האט געהאט אסאך שוועריקייטן אנצוהאלטן די בערישע לאפעס אין אייראפע. צווישן זיינע יארן אין אפיס האט ער געמוזט אריינשיקן טרופן אין פוילן, אונגארן און שפעטער אין טשעכאסלאוואקיע צוריק צושטעלן די קאמוניסטישע פירערשאפט אין די אלע לענדער. ברעזהנעוו האט אין זיינע צייטן אנגעקניפט גאר נאנטע באציאונגן מיט די קאמוניסטישע כינע און צפון קארעא און האט פארמערט איר האנדל מיט זיי מיט 80 פראצענט. וואו אימער עס האט אויסגעבראכן א קאנפליקט מיט א קאמוניסטיש לאנד האט יענע לאנד באקומען די פולסטע שטיצע פון רוסלאנד. דער בעסטער ביישפיל איז די וויעטנאם קריג אין די פריע 960' יארן ווען די צפון וויעטנאמער האבן זיך געשטארקט קעגן די דעמאקראטישע דרום און זיי געוואלט צוריק פאראייניגן. די קריג האט אריינגעצויגן אלע מערב לענדער וועלכע האבן אויפ'ן באפעל פון די יו-ען אריינגעשיקט טויזענטער טרופן אין שפיץ פון די פאראייניגעטע שטאטן זיך אנצונעמען פאר די געליטענע דרום איינוואוינער. די רוסישע האבן דאן ארויסגעהאלפן די צפון מיט מיליטערישע געצייג און שפעטער ווען די צפון האט אפגעהאלטן איר זיג קעגן די מערב לענדער, האט רוסלאנד איר געהאלפן צוריק פאראייניגן דאס לאנד און אויפשטעלן א נייע רעגירונג. אין 979' האבן סאוויעטישע כוחות אריינמארשירט קיין אפגאניסטאן צו דערשטיקן די אפגאנער נאציאנאליסטן וועלכע האבן זיך געשטארקט אין לאנד. די סאוויעטן האבן אבער נישט מצליח געווען און ברעזהנעוו האט פארשעמטערהייט ארויסגעצויגן זיינע טרופן, איבערלאזנדיג א חורבן נאך זיך וועלכע האט אומגעברענגט 15,000 סאוויעטישע טרופן און איבער א מיליאן אפגאנער.
גארבאטשאוו, יעלצין, און דער צוזאמענפאל פון קאמוניזם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך ברעזהנעוו האט רוסלאנד געהאט צוויי פירערס אין ווייניגער פון צוויי יאר. ביידע זענען געווען עלטערע וועטארן קאמוניסטישע פארטיי מיטגלידער וועלכע האבן געהאט גרויסע פלענער אבער זענען קראנק געווארן און געשטארבן. אין 985' האט די צענטראלע קאמיטע באשטימט דעם 54 יעריגן מיכאעל גורבאטשאוו אלס דער נייער סאוויעטישער פירער. גורבאטשאוו איז געווען דער יונגסטער פרעזידענט אין רוסלאנד'ס געשיכטע. גורבאטשאוו איז געווען אן ארגיקולטור ספעציאליסט וועלכער האט זיך פארלייגט צו פארבעסערן די ענווייראמענט. ער האט געעפענט ספעציעלע פראגראמען צו פארמינערן דאס באנוץ פון אלקהאל און האט געטאן אסאך אויסצורייניגן די חורבנות וואס די טשערנאביל נוקלעארע עקסידענט האט אנגעמאכט. גורבאטשאוו האט אוועקגעשטעלט זיין אמט אלס א מער פאליטישע ווי פירערישע. ער האט געגרינדעט נייע קאמיטע'ס אינערהאלב די רעגירונג און געעפענט פאבליק פריינטשאפט מיט די מערב לענדער. די ענדע פון די קאלטע קריג איז צו פארדאנקן גורבאטשאוו וועלכער האט גענצליך רעפארמירט די אויסערן מיניסטעריום און זיך עטליכע מאל אוועקגעזעצט פארהאנדלן פאר נייע נוקלעארע רעדוקציע טריטיס מיט די צוויי אמעריקאנער פרעזידענטן: ראנאלד רעיגן און דזשארדזש בוש (סיניער). אין יענע צייטן האט קאמוניזם אנגעהויבן אונטערצופאלן ווען אסאך, רוסיש קאנטראלירטע, אייראפעאישע לענדער האבן זיך געגרינדעט אייגענע יוניאנס און זיך געשטארקט איבער די קאמוניסטן. אויך אין רוסלאנד זעלבסט האבן צענדליגער יוניאנ'ס אנגעהויבן צו שאקלן די קאמוניסטישע רעגירונג און צוזאמען מיט די אינטערנאציאנאלע דרוק האט עס אריינגעשטעלט דאס גאנצע קאמוניסטישע באגריף אין א קריזיס פון וועלכע די קאמוניסטן זענען מער נישט ארויסגעקראכן. פון דארט און ווייטער איז אלעס געגאנגען בארג אראפ און גורבאטשאוו איז באשולדיגט געווארן פאר אלעם. באריס יעלצין האט גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנגעהויבן צוציען די מאסן צו זיך, נוצנדיג א שטארקע פראפאגאנדע וועלכע איז געווען געצילט קעגן גורבאטשאוו. מיט דער צייט האט יעלצין געוואונען די שטיצע פון די ארמיי וועלכע האבן אין א שיינעם צופרי (אויגוסט 22 991') פארלאזט מאסקעווע און גורבאטשאוו'ס רעגירונג איז זאפארט צוזאמענגעפאלן. אין די פאלגנדע 12 טעג האבן אלע צען רעפובליקן פון דעם געוועזענעם סאוועטן פארבאנד דעקלערט זעלבשטענדיקייט, א שריט וועלכע האט גענצליך אויפגעלעזט דעם סאוועטן פארבאנד. גארבאטשאוו האט אנאנסירט זיין רעזיגנאציע אויף די טעלעוויזיע און יעלצין האט זיך באשטימט אלס דער ערטשער פרעזידענט פון דעם זעלבשטענדיגן רוסלאנד.
רוסלאנד זינט איר זעלבשטענדיקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די יו.עס.עס.אר. איז צוזאמענגעפאלן אין 1991 און געווארן אן אינדעפענדענט לאנד. די נייע אינדעפענדענט לאנד האט זיך באגעגענט מיט אויסערגעווענליכע עקאנאמישע און פאליטישע קריזיס וועלכע האט געצווינגען די רעגירונג אנצונעמען ווייטאגליכע פאליסיס. די ערטשע קריזיס איז אנטשטאנען באלד נאכ'ן צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. צווישן פרעזידענט באריס יעלצין און די לאגיסלאטור. דער הויפט געפעכט איז געגאנגען איבער די מאכט אין אפיס אבער עס האט אויך אסאך אריינגענומען די עקאנאמישע פאליסיס און רוסישע נאציאנאליזם און נאציאנאלע פראכט. ווי דערמאנט איז רוסלאנד געווען א "סופערפאוער" וועלכע איז געווען ווי א וועלט פאר זיך. זינט איר זעלבשטענדיקייט איז זי געווען געצוואונגען זיך צו בייגן פאר די מערב לענדער כדי צו סטאביליזירן די עקאנאמיע. פרעזידענט יעלצין האט דאס זייער גוט פארשטאנען און באלד אנגעהויבן מאכן נאנטע פריינטשאפט מיט די מערב לענדער, א שריט וואס האט שטארק ארויסגענומען פון די כלים די פארביסענע קאמוניסטן. ווי דערמאנט האט די יו.עס.עס.אר. אנגעהויבן אויפגעבן אלע אקופירטע לענדער נאך היבש בעפאר די סאוויעט פארבאנד איז צושטיקעלט געווארן. נאכ'ן צוזאמנפאל האט די נייע רוסלאנד אויפגעגעבן נאך אסאך לענדער. די איינציגסטע לאנד וואס האט נאך פארלאנגט זעלבשטענדיקייט איז געווען טשעטשניע. די טשעטשניער האבן געהאט א שטארקע האס קעגן די רוסן נאך פון אנפאנג 19'טן יאר-הונדערט ווען רוסלאנד האט דאס ערטשע מאל אינוואנדירט טשעטשניע. אין יאר 920' האבן די טשעטשניער געמאכט אן אויפשטאנד קעגן די סאוויעטישע רעזשים וועלכע איז דורכגעפאלן. ביי די צווייטע וועלט קריג האט סטאלין באשולדיגט די טשעטשניער מיט'ן קאלאבארירן מיט די דייטשן. סטאלין האט זיי הארב באשטראפט מיט'ן דעפארטירן אלע טשעטשניער קיין צענטראל אזיע אין אן אכזריות'דיגע גירוש וועלכע האט פארשניטן אסאך לעבנס. סטאלינ'ס סוקסעסאר, קארוטשעוו, האט אין זיינע צייטן ערלויבט די טשעטשניער זיך אומצוקערן צו זייער היימלאנד. אבער די האס איז געבליבן אריינגעבאקן אין די טשעטשניער ביז'ן היינטיגן טאג. נאכ'ן צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. איז טשעטשניע'ס מאכט אריינגעפאלן אין עקסטרעם טשעטשניער נאציאנליסטן וועלכע האבן אויסגעקליבן דעזהאקהאר דודעיעוו אלס זייער פירער. דודעיעוו איז געווען אן אויסגעשפראכענער טעראריסט וועלכע האט אנגעפירט א טעראר נעטווארק קעגן רוסלאנד אויף א ריזיגן פארנעם. צענדליגער קינדנעפינגס און משכונות פארכאפונגן זענען אפגעשפילט געווארן יעדן צווייטן טאג מיט די הילף פון די טשעטשניער רעגירונג. דודעיעוו'ס אפאנענטן האבן עטליכע מאל פרובירט אראפצוזעצן דודעיעוו מיט די הילף פון די רוסישע רעגירונג, אבער אן ערפאלג. נאך עטליכע דורכפאלן האט רוסלאנד אריינגעשיקט טרופן קיין טשעטשניע צוריק איינצושטעלן קאנטראל. די באשלוס האט אריינגעשלעפט רוסלאנד אין א בלוטיגע קריג מיט טשעטשניע וועלכע האלט נאך אן ביז'ן היינטיגען טאג מיט צענדליגער פארלוסטן יעדן טאג. די רוסישע מיליטער איז געווען שוואך טרענירט און אפגעשוואכט מאראליש אין יענע צייטן און האבן געהאט א שווער פעלד מיט די טשעטשניער. עס האט געדויערט מער ווי 2 יאר און טויזענטער פארלוסטן ביז עס איז געלונגן פאר די מיליטער אפצורוימען דודעיעוו מיט א ראקעט מיסיל. די מצב איז אבער פיל ערגער געווארן נאך די אטאקע און מען האט געזען אז עס וועט קיינמאל נישט נעמען קיין עק. אין 996' האט יעלצינ'ס סעקיוריטי עדווייזער דעגרייכט א וואפן שטילשטאנד מיט טשעטשניע. די קריג האט זיך טאקע אפגעשטעלט אבער די טעראריסטישע אקציעס פון די עקסטרעמע רעבעלן גרופעס האבן נישט נאכגעלאזט. אין אויגוסט 999' האבן די רעבעלן געמאכט א פעסטן אויפשטאנד אין איינגענומען עטליכע טשעטשניער שטעט און אויסגעפירט עטליכע באמבארדירונגן אין רוסישע שטעט וועלכע האבן איבערגעלאזט אסאך פארלוסטן. אין סעפעטמבער האבן די רוסן געלאנטשט א רייע לופט אנדייטונגן קעגן פיינטליכע צילן אין טשעטשניע. דער הויפט ציל איז געווען די שטאט גראזני וועלכע איז געווען די הויפט שטאט פאר די רעבעלן. אין אקטאבער זענען די רוסישע ערד טרופן אריין קיין טשעטשניע מיט'ן ציל צו אינוואדירן גאנץ טשעטשניע. די שלאכטן זענען געווען שווערע אבער די רוסן האבן געמאכט פארשריט. ביז אין דעצעמבער איז גאנץ טשעטשניע געווען אונטער רוסישע קאנטראל אויסער די שטאט גראזני אין וועלכע די רעבעלן האבן געפירט א גורילע קריג מיט די רוסן וועלכע האבן זיי פארטריבן ארויף אויף די בערג פון וואו די רעבעלן פירן נאך היינט אן זייערע טעראריסטישע אטאקעס.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Kievan Rus' and Mongol Periods. Sam Houston State University. דערגרייכט דעם 2007-07-20.
- ↑ Kievan Rus' and Mongol Periods, excerpted from Glenn E. Curtis (ed.), Russia: A Country Study, Department of the Army, 1998. ISBN 0-16-061212-8.
אונגארן · אוקראינע · אזערביידזשאן · איטאליע · איסלאנד · אירלאנד · אלבאניע · אנדארע · ארמעניע · באסניע און הערצעגאווינע · בולגאריע · בעלארוס · בעלגיע · גרוזיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · האלאנד · וואטיקאן שטאט · טערקיי · טשעכיי · לוקסעמבורג · ליטע · ליכטנשטיין · לעטלאנד · מאלדאווע · מאלטא · מאנאקא · מאנטענעגרא · מאקעדאניע · נארוועגיע · סאן מארינא · סלאוואקיי · סלאוועניע · סערביע · עסטלאנד · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פאראייניגטע קעניגרייך · פינלאנד · פראנקרייך · ציפערן · קראאטיע · רומעניע · רוסלאנד · שווייץ · שוועדן · שפאניע | |