היסטאריע פון גריכנלאנד
די היסטאריע של גריכנלאנד האט זיך אנגעהויבן גאר פרי. שוין אין אוראלטע צייטן האט זיך אנטוויקלט די מינאישע ציוויליזאציע אויף די ברעגן פון דעם אגאישן ים. אין דעם 9טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט אנגעהויבן א נייע תקופה אין די געשיכטע פון גריכנלאנד, ווען די שטאטס שטאַטן ווי אטען, ספארטא און נאך זענען אויפגעשטעלט געווארן. אין יענער צייט האט זיך אנטוויקלט די העלעניסטישע קולטור.
אין דעם 4טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט אלעקסאנדער דער גרויסער פאראייניקט די אלע גריכישע שטעט און זיי זענען געווארן א טייל פון זיין אימפעריע. נאך זיין טויט האט די אימפעריע צעשפאלטן.
דערנאך איז גריכנלאנד אראפגענגאנגען ביז אין יאר 168 האט די רוימישע אימפעריע איינגענומען גריכנלאנד, וואס איז דעמאלסט געווארן א פראווינץ אין דער רוימישער אימפעריע. ווען די רוימישע אימפעריע האט זיך צעשפאלטן אויף צוויי אין דעם 4טן יארהונדערט, איז גריכנלאנד געווען אין דעם מזרח טייל, וואס מען רופט היינט די ביזאנטישע אימפעריע, מיט איר הויפטשטאט אין קאנסטאנטינאפאל. די ביזאנטישע אימפעריע האט געדויערט טויזנט יאר ביז, אין דעם 15טן יארהונדערט, האט די אטאמאנישע אימפעריע זי איינגענומען. די אטאמאנען האבן געהערשט אין גריכנלאנד ביז דעם 19טן יארהונדערט. אין 1821 האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע פון די גריכן קעגן דער אימפעריע, ביז אין 1832 האט זיך גריכנלאנד אפגעזונדערט פון דער אימפעריע.
אין 1940 האט אויסגעבראכן די איטאליע-גריכנלאנד מלחמה ווען פאשיסטישע איטאליע האט אינוואדירט גריכנלאנד. ווען די איטאליענער האבן נישט געקענט אייננעמען גריכנלאנד, האט נאצי דייטשלאנד אריינגמישט אין דער מלחמה און האבן געהערשט אין גריכנלאנד ביזן סוף פון דער מלחמה.
נאך דער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין גריכנלאנד א בירגער קריג ביז 1949. נאכדעם איז גריכנלאנד געווען א קאנצטיטוציאנאלע מאנארכיע. אין 1967 האט די מיליטער איבערגענומען די הערשאפט. אין 1973 האט די מיליטערישע רעגירונג מבטל געווען די מאנארכיע.
אין 1975 איז אויפגעשטעלט געווארן אין גריכנלאנד א דעמאקראטישע רעפובליק. אין 1981 איז גריכנלאנד געווארן א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד. אין 2001 איז גריכנלאנד אריין אין דער אייראזאנע און די וואלוטע איז געטוישט געווארן פון דעם דראכמא צו דעם איירא.
אונגארן · אוקראינע · אזערביידזשאן · איטאליע · איסלאנד · אירלאנד · אלבאניע · אנדארע · ארמעניע · באסניע און הערצעגאווינע · בולגאריע · בעלארוס · בעלגיע · גרוזיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · האלאנד · וואטיקאן שטאט · טערקיי · טשעכיי · לוקסעמבורג · ליטע · ליכטנשטיין · לעטלאנד · מאלדאווע · מאלטא · מאנאקא · מאנטענעגרא · מאקעדאניע · נארוועגיע · סאן מארינא · סלאוואקיי · סלאוועניע · סערביע · עסטלאנד · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פאראייניגטע קעניגרייך · פינלאנד · פראנקרייך · ציפערן · קראאטיע · רומעניע · רוסלאנד · שווייץ · שוועדן · שפאניע | |