וולאדימיר לענין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
וולאדימיר לענין, יולי 1920

וולאַדימיר איליִיטש אוליאַנאָוו (רוסיש: Влади́мир Ильи́ч Улья́нов), באַקאַנט מיטן נאָמען לענין (Ленин)‏, (22סטן אַפריל 1870[1]21סטן יאַנואַר 1924) איז געווען א רוסישער קאָמוניסטישער רעוואלוציאנער, פאליטיקער און פאליטישע טעאריסט. ער איז געווען דער פֿירער פֿון דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי. ער איז געווען דער ערשטער ראש מלוכה פון סאוועטישן רוסלאנד פון 1917 ביז 1924, און פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פון 1922 ביז 1924. אונטער זיין אדמיניסטראציע איז רוסלאנד און דער סאוועטן־פארבאנד געווארן אן איין־פארטייאישע קאמוניסטישע מדינה רעגירט דורך דער רוסישער קאמוניסטן פארטיי. ער איז געווען אידעאלאגיש א מארקסיסט, און האט אנטוויקלט פאליטישע טעאריעס וואס מען רופט לעניניזם.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לענין איז געבוירן געווארן דעם 22סטן אפריל 1870 אין דער שטאט סימבירסק אין דער רוסלענדישער אימפעריע. זיין מוטער איז געווען א לערערקע אין א שולע און זיין פאטער איז געווען א בילדונגס באאמטער.


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. לויטן נייעם־סטיל קאלענדאר (מאדערן גרעגאריאניש), איז לענין געבוירן געווארן דעם 22סטן אפריל 1870. לויטן אלטן־סטיל (אלט-יוליאנישן) קאלענדאר וואס מ׳האט געניצט אין דער רוסלענדישער אימפעריע דעמאלסט, איז עס געווען דער 10טער אפריל 1870. רוסלאנד האט געטוישט פונעם אלטן צום נייעם סטיל קאלענדאר אין יאר 1918, אונטער לענינ׳ס אדמיניסטראציע.