רוסישע רעוואלוציע
מראה
די רוסישע רעוואלוציע פון 1917 איז א קאלעקטיווער נאמען פאר דער סעריע פון רעוואלוציעס אין רוסלאנד אין 1917, וואס האבן איבערגעקערט די רוסלענדישע אימפעריע און ענדלעך אויפגעשטעלט דעם סאוועטן פארבאנד. די ערשטע רעוואלוציע איז געווען פעברואר 1917 (לויטן יוליאנישן קאלענדאר) אין פעטראגראד (היינט פעטערבורג), ווען מען האט אראפגעווארפן דעם צאר. אנשטאט דעם צאר איז געווען א פראוויזארישע רעגירונג אונטער אלעקסאנדער קערענסקי. אקטאבער 1917 האבן די באלשעוויקן אונטער וולאדימיר לענין אראפגעווארפן די פראוויזארישע רעגירונג. אין מערץ 1918 האבן די באלשעוויקן אונטערגעשריבן די בריסקער אפמאך צו קאנטשן די מלחמה מיט דייטשלאנד. נאכר האט אויסגעבראכן א בירגער קריג צווישן די רויטע (די באלשעוויקן) און די ווייסע (זייערע קעגנער).