אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים
- דער ארטיקל דיסקוטירט די אוקראינישע רעפובליק אויפן האלבאינזל קרים. טאמער זוכט איר דעם האלבאינזל אליין, זעט קרים.
אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים Автономная Республика Крым Автономна Республіка Крим | |||||
| |||||
נאציאנאלע זינגליד: | |||||
קאנטינענט | אייראפע | ||||
אפיציעלע שפראך | אוקראיניש | ||||
הויפטשטאט | סימפעראפאל 44°57′N 34°6′W / 44.950°N 34.100°W
| ||||
רעגירונג | אויטאנאמישע רעפובליק | ||||
פרעזידענט פרעמיער מיניסטער |
|||||
גרינדונג דאטום |
פעברואר 1991 | ||||
פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
26,100 קוואדראט ק"מ 148סט | ||||
באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
1,973,185 2007 148סט 75.6 מענטשן פאר אַ ק"מ | ||||
פראדוקט ווערדע | |||||
וואלוטע | אוקראינישע הריווניע (UAH) | ||||
צייט זאנע | UTC +2 | ||||
אינטערנעט דאמען | . | ||||
טעלעפאן קאד | 380+ |
די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים (אוקראיניש: Автономна Республіка Крим, אַווטאנאמנאַ רעספובליקאַ קרים; רוסיש: Автономная Республика Крым, אַווטאנאמנאַיאַ רעספובליקאַ קרים; מוסטער:שפראך-crh, Къырым Мухтар Джумхуриети)[1] איז אן אויטאנאמישע רעפובליק, אין דרום אוקראינע, פלאצירט אויפן קרים האלבאינזל אויפן צפון ברעג פונעם שווארצן ים. די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים נעמט דעם גאנצן קרים־האלבאינזל, אחוץ די שטאט סעוואסטאפאל.
קרים איז אן אויטאנאמישע פארלאמענטארע רעפובליק אין אוקראינע[2] און ווערט רעגירט לויט דער קאנסטיטוציע פון קרים, לויט די געזעצן פון אוקראינע. די הויפטשטאט, וואו די רעגירונג פון דער רעפובליק געפינט זיך, איז אין דער שטאט סימפעראפאל, אינמיטן דעם האלבאינזל. דער שטח פון קרים איז 26,200 קוואדראט ק"מ, און איר באפעלקערונג איז געווען 1,973,185 אין 2007.
זייט פעברואר 2014 ווען רוסישע קראפטן האבן אינוואדירט קרים, איז די רעפובליק נישט אונטער דער הערשאפט פון דער אוקראינישער רעגירונג. אוקראינע טענה'ט אבער אז קרים איז א טייל פון איר טעריטאריע.
געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
דער קרים־האלבאינזל איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיטן שווארצן ים און דעם ים פון אזאוו. ער איז באהאפטן צו דער יבשה פון אוקראינע דורכן איסטמאס פון פערעקאפ, וואס איז ברייט פון 5 ביז 8 ק"מ.
די הויפט אינדוסטריע איז טוריזם.