לדלג לתוכן

אביגדור מילער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רבי אביגדור מילער)
אביגדור מילער
געבורט 28 אויגוסט 1908
ר"ח אלול ה'תרס"ח
באלטימאר, מערילענד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 אפריל 2001 (אלט 92)
כ"ז ניסן ה'תשס"א
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט ניו יארק
באשעפטיגונג מוסר
זיינע רביס הרב אייזיק שור, סלאבאדקער ראש ישיבה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב אביגדור מילער זצ"ל, (ראש חודש אלול חודש הרחמים והסליחות ה'תרס"ח 1908 - כ"ז ניסן ה'תשס"א 2001) איז געווען פון די לעצטע בעלי מוסר בדורנו און א מגיד נפלא.

ער איז געוועזן א רב אין טשעלסי און אין ברוינסוויל און אין פלעטבוש און איז אויך געווען פארטאן אין חינוך דורך זיין א לערער אין בית יעקב און א משגיח אין ישיבת חיים בערלין. זיין שול איז סוף ימיו געווען אויף אוישען פארקוויי, קעגן איבער דער מירער ישיבה.

ער האט געפירט א קהילה פון בעלי תשובה וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין אים דורכאויס זיינע יארן וואס ער האט געדינט ברבנות און הרבצת התורה. ער איז באקאנט געווען מיט זיינע דרשות פון מוסר וואס די טעיפס און סי. דיס. און ספרים ווערן געהערט און געלערנט ביי טויזענטער. אפילו ער איז געווען א מוסר'ניק און ליטוואק האבן זיך ביי זיינע מוסר רייד געווייקט פיהלחסידישע אידן.

זיין שארפע פעדער און אריטארישן קראפט האט ער גענוצט צו שטארקן די אמונה און ליבשאפט צו גאט און צו דער מסורה ביי די מאסן.

די אלגעמיינע חרדישע גאס האט אויף אים זייער ארויף געקוקט, ער איז געווען באקאנט אלס טיעפער בעל השקפה, ער איז געווען עקסטרעם קעגן גואישע פירצות און אויך זיין נאכאנאנדיגע זיך קאכן אין נפלאות הבורא, ער איז אנטלאפן פון כבוד כמתכוי קשת. ער איז געווען א געוואלדיגער רעטאריקער און פארמאגט א קונסט צו מאכן אינטערסאנט זיין שפראך, ער האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, עס איז וואול באקאנט אז ביי זיינע שיעורים זענען געזעסן טיפע קעפ, גרויסע דאקטוירים און אדוואקאטן, וואס האבן געפונען א טרייסט אין זיינע איבערווייזן אז עס געפינט זיך א גאט אויף דער וועלט, ער האט איבערגעוויזן אינעם אמת פון תורת משה רבינו, אז אפילו דער גרעסטער אויבער חכם איז בטל געווארן פאר זיין שכל און קלוגשאפט.

ר' אביגדור איז געבוירן געווארן אין באלטימאר, אמעריקע און ער איז דארט געווען ביז די זיבעצן יאר. אין יענער צייט איז נישט געווען קיין ערליכע אידישע ישיבה נאר אין ניו יארק דעריבער ווען ער איז אלט געווארן זיבעצן יאר איז ער געקומען לערנען אין דער ישיבה אין ניו יארק. שפעטער איז ער געפארן אין אייראפע אין סלאבאדקע לערנען, ער האט דארט חתונה געהאט אין קאוונע ביי א רב. ער איז דארט געבליבן ביז די יארן וואס איז געווארן ענג פאר אידן אין אייראפע, דאן איז ער אנטלאפֿן מיט זיין ווייב קיין אמעריקע צוריק.

ווייניגע פאקטן איבער אים פון זיין יוגנט זענען באמת באקאנט סיי צוליב דעם וואס זיין סביבה איז אדער לא עלינו געווארן אפגעפארן אין רוסלאנד פון קאמוניזם אדער פון היטלער אדער פון אמעריקע.

ער איז פון אייביג אן געווען א דורכגעטראכטער פאזיטיווער שטילער כאראקטער. ער האט שפעטער פארציילט ביי זיינע שיעירום אז די פאזיטיווקייט טייל איז אין גרויסן חלק צושטאנד געקעומען דורך די השפעה פון א פערטער קלאס פרויען טיטששער אין באלטימאר ווען ער איז בלויז אלט געווען 9 יאר, פלעגט זי אים מקבל פנים זיין יעדן טאג אין קלאס מיט אלע קינדערליך ווי גוט די טאג איז האט ער זיך אויסגעפארעמט א פאזיטיווער דרך אין זיין עבודת ה' וואס האט לויט אים געטריבן די רעשטע פון די עטליכע ניינציג יאר רייכער לעבן.

די זאך איז געווען דער גאנצער יסוד און נאכאנאנדיגער באשעפטיגונג פון זיין לעבן. ער האט געהלאטן אז א נרגן איינער וואס איז נישט פארטאן אין גוטס איז דער גרעסטער מושחת און בעל עבירה און האט נישט קיין זכות קיום אויף די וועלט.

אזוי איז ער געווען פון נאטור אויס זייער אן אויסגערעכענטער קאלט בלוטיגער טרוקענער מענשט און נישט געווארן עקסייטעט פאר צופיל. בטבעו איז ער נישט געווען א מענטש וואס האט זיך געלאזט ווערן אויפגעהייטערט און בשמחה פון זאכן און מענטשן ארום זיך, [עס פעלט דא עפעס וואס מען קען נישט פארשטיין] מכוח שלעכטע מידות וואס ער האט געזאגט אז ער מיינט נישט חלילה קיין שלעכט און ער איז געבוירן א קאלטער. ער האט דאס אנערקענט פיל מאל און געזאגט אז ער ארבייט דערויף און האט טאקע מעורר געווען אנדערע שטענדיג צו טאן פאר אנדערע לפנים משורת הדין.

זיין גרונט צו אידישקייט איז געווען שמחת החיים, איינצוזען אז דאס לעבן איז באשאפן גווארן מיטן איין איינציגן ציל להטיב עם בריותיו, ווי עס שטייט "עולם חסד יבנה", ער האט דאס טאקע אפגעשפיגלט אין פערזענליכען לעבן, ווען ער פלעגט שרייען און וויינען פאר שמחה ביי די נייציג יאר ווי א קליין בעיבי פרייענדיג זיך איבער די בריאה, עס איז געווען א מחזה הוד, ווען ער פלעגט אויפהייבן דעם עפל ביי זיינע שיעורים און זיך קאכן בפרטי פרטים ווי גוט טיעף און געשמאק דאס איז צו זעהן שמעקן און עסן. זיין בארד איז קיינמאל ווייס געווארן. און ביזן לעצטן טאג האט ער אויסגערעכנט אלע נסים פון זיין לעבן. אנגעהויבן פון די ניין יאר ווען ער איז אראפגעפלאן אויף א שטעקן און דאס האט פארפעלט מיט א סענטימיטער אים בלינד צו מאכן דעם אויג. אדער ווען ער פלעגט גיין שפאצירן יעדן טאג און זיך אפשטעלן פאר מיר ישיבה ווייזן און מסביר זיין פאר די בחורים ווי אינטערסאנט דער דענדערליין ארבייט. איבער און איבער, פלעגט ער הייסט פאר יעדן בחור, נאכן פרעגן צו ער האט פארשטאנען ער זאל דאס איבעזאגן פאר זיין חבר... ער האט טאקע געווען די לעצטע מינוטן פון זיין גסיסה מיט א שמייכל זאגנדיג אז ער האט געהאט א מוראדיג געשמאק לעבן וואס קיינער האט נאך נישט געהאט לויט אים , און דעריבער קען ער נישט זיין טרויעריג אפילו ער ווייסט אז זיין לעבען אויף דער וועלט ענדיגט זיך.

ספעציעל איז געווען באקאנט זיין ארבייט פורים און ביי חתונות, ער פלעגט זיך אנטאן פאיאץ־היטלעך און אלע מינע אינטערעסאנטע קליידער צו מאכן לאכן דעם עולם, ער פלעגט טאנצן שעות אויף שעות צוריקציוועגס און קלאפן מיט די הענט אויף די טישן מיטן גאנצן כוח, עס איז כמעט געווען א נס ווייל געווענליך א 90 יאריגער איד האט נישט די כוחות, אויך האט ער געהייסן זינגן לאנג די זעלבע ניגונים נישט לויפן שנעל פון איינס צום צווייטן נאר זיך פארטיפן און לאזן דעם זעלבן הרגש ווערן מער און מער.

זיין באליבטסטער ניגון איז געווען אנא אנא אנא עבדא דקודשא בריך הוא וואס אויף דעם האט ער געטאנצן דער לענגסטער.

א אייניקל איז אמאל אריינגעקומען אין קאך אומגעראכטן טרעפט ער זיין זיידן ר' אביגדור איינגעטונקען זיין קאפ אין א בעקן וואסער, פרעגט ער אים וואס איז דאס, ענטפערט אים ר' אביגדור: איינער האט זיך אפגערעדט פאר מיר אז די לופט איז פארפעסטיגט און איך האב פארלוירן די ריכטיגע אהבת ה' פון די לופטן האב איך מיך געמוזט איינהאלטן דעם אטעם פאר א לאנגע צייט אונטערן וואסער און דערנאך אויסשרייען ווי גוט די לופט איז...[1]

איינמאל איז זיין אייניקל, א טאטע פון א שטוב מיט קינדער און א אנפירער פון דער הצלה, געשטארבן ר"ל אין זייער מיאוסן טראגישן אומגלוק, עס איז געווען ווען יענער איז געפארן צום כותל מיט זיין זון צו דער בר מצוה. דאס איז געווען הארט פארן שיעור דאנערשטאג, און א צעטל איז געהאנגען איבערן אנזאג ווי די לוויה וועט פארקומען, ווען ער איז אראפגעקומען האט ער דאס באמערקט און געהייסן אראפנעמען דעם צעטל. ער האט פארגעלערנט דעם שיעור איבער'חזר'נדיג די יסודות פון זיין השקפה איבער שמחת החיים. דערנאך אויף דער פריוואטער שאלה פארוואס אזא שטארקייט בשעת ווען די אברים פון זיין אייניקל ווערן נאך צאמגעקליבן פון דער סצענע צו ווערן געברענגט צו דער טהרה, האט ער געזאגט אז רוב אידן האבן נאך נישט געוואוסט און די צעטל וואלט זיי צושטערט די שמחה און ער זעלבסט איז באמת געווען מער פרייליך דאנקענדיג גאט פאר אז טייערע מתנה פון זיין אייניקל וואס האט געלעבט עטליכע דרייסיג יאר, און קיין איין אנדערע אייניקל איז נאך נישט געשטארבן.[2]

איינמאל ווען ער האט געהאט א באלון אויף די אדערן פון הארץ און מען האט אים ארויסגעפירט פון אפערעיטינג רום, האט ער באמערקט זיינע 3 טעכטער מיט פארוויינטע אויגן איבערן תהלים, האט ער זיך אנגערופן אז ווען ער איז געווען אינג האט ער נישט געחלומט פון האבן פרומע קינדער נאר אזוי ווי די שטייגער פון אמעריקע אז די קינדער זענען דאן געווארן גוים, זעהנדיג ווי ערליך זיינע קינדער זענען, פרייט ער זיך אז ער האט יסורים, ווייל בלויז אזוי וועט ער נאך האבן עפעס עולם הבא.[3]

עס פארציילט זיין טאכטער אז זיי האט אים אמאל געזען שפאצירן אויף די גאס, אזוי ווי ער האט אים באמערקט, רופט ער זיך אהן: די ווייסט איך האב פונקט געטראכט פון דיר, איך געב אהם א לויב און דאנק פאר השי"ת ער האט מיר געגעבן געלד די צו מאכן חתונה, זאגט אים זיין טאכטער טאטע'שע איך האב שוין חתונה געהאט פאר איבער פופציג יאר צוריק ? זאגט ער איהר, זאלסט וויסן יעדן טאג לויב איך דערויף פאר השם יתברך.

אויך איז ער געווען א שטארקער שעמעדיגער מענטש, ער האט ביי די פופצן יאר געזאגט א דרשה פאר איבער טויזנט אידן כדי זיך צו ברעכן די מידת הבושה.[4]

ער האט געהאלטן אז עס איז דא א געוויסער פונקט וואס אלע חשבונות דארפן ווערן אויס צוליב די הרגש וואס ברויך זיך שטארקן אויפן שכל.

אבער ווען עס איז געקומען צו זיינע אויסגערעכנטע פרינציפן ווען ער האט פארשטאנען און געהאלטן אז עס איז פארמישט אין די זאכן וואס האבן צוטין מיט אידישקייט, איז ער געשטאנען דערוף מיט א גרויסע עקשנות, ער האט נישט נאכגעגעבן איין קלייניגקייט פאר די וועלט.

ער פלעגט נישט גיין צו קיין חתונות אדער טאמער איז ער געגאנגען ווי למשל צו אייניקלעך, האט ער זיך טאקע בלויז אויפגעהאלטן דארטן פאר פופצען מינוט און אפגעטאנצען מיט זיין מאנטל אין האנט, אבער ער האט אזוי לעבעדיג געטאנצען מיט אזא הופקע אז יונגע בחורים קענען נישט אזוי טאנצן, ער פלעגט טאנצען ווי א קלאון, זיך נאריש געמאכט, און געמאכט לאכן דעם עולם.

זיין עבודת הקדוש פאר שמחה האט אים איז נישט אייביג געווען צו פארשטיין, ער האט מקיים געווען דאס וואס עס שטייט ביי דוד המלך ע"ה, יעדן טאג פלעגען מענשטן שטיין און זיך וואונדערן אויף אים אויף זיין מאדנער התנהגות'ער. ווי למשל אסאך מאל פלעגט ער זיך זיך אפשטעלן אויפן גאס ביי א פרוכט געשעפט און טראכטן אויף די וואנדער פון נאטור ווי אזוי השי"ת פירט די וועלט, ער איז געווען אזו פרייליך דערפון ביז ער האט אנגעהויבן צו לאכן צו זיך אלייןס...

ווען ער האט געלעבט זענען געווען אזעלכע וואס האבן אים גערעכנט אלץ צו עקסטערם אבער ווען ער איז פארשטארבן האבן אלע קרייזן אים אנערקענט אלס ריז אין השקפה און מוסר וואס זיינס גלייכן איז נישט געווען דורות.

איין אזא אנעקדאוט איז געווען באשריבן אין די צייטונגען בשעתם און האט אנגעמאכט לויט טייל א חילול ה' געווען איז דאס ער איז געווארן ארעסטירט פאר אנשרייען א ראביי ביי א אוי.יו. קאנווענשאן אין פארענט פון  טויזנטער פרייע און מאדערענע איד, ער האט זיך אויך דאן נישט צוריק געהאלטן פון געבן עטליכע געזונטע קלעפ פאר דעם ראביי, ווייל די רב האט גערעדט קעגן ר' אהרן קאטלערס כוונה צו אריבערפלאנצן די ישיבה קאלטור פון אייראפע קיין אמעריקע. ער האט זיך אויסגעריסן פון הונדערטער אידן וואס האבן אים געוואלט אפהאלטן אויפן וועג ארויף צום פאדיאום, וואס ער האט נישט געוואלט זיך זעצן אין אנפאנג צוליב תערובות, כאטשיג ער איז געווען א יאנג איזריאל רב.

די אייניקליך האבן זיך שטארק געשעמט מיט דעם, אבער ער האט זיי פרובירט צו בארואיגן, ער האט זיי געזאגט אז ער האט א צוואה און שליחות פון ר' אהרן קאטלער דאס צו טאן, ווייל איידער ר' אהרן איז געשטארבן האט ר' אהרן אים געזאגט אין שפיטאל ער זאל זיך אנעמען פאר די כבוד פון זיין פראיעקט און דאס באקעמפן מיט אלע מעגליכקייטן.

לויט ווי די משפחה פארציילט זענען דאן דארט געווען נאך עטליכע פרומע רבנים וואס זענען געזעצן צום סוף פון זאל מיט אים, זיי זענען אבער געווען אין א גרויסן פארלעגנהייט ווייל ער האט זיי אויפגעפאדערט מיטגיין מיט אים און געבן קלעפ פאר דעם ראביי אויבן אן, אבער זיי זענען נישט געווען גערייט פאר אזא סארט מסירת נפש, ר' אביגדור האט זיך דאן מיט זיי גע'טענה'ט, ער האט זיי געזאגט זיי זאלן איבערלאזן די היט און ברילן און גיין אן די קליידונג, ער האט זיי דאן אויך געזאגט אז ער האלט זיך פאר א גיבור וואס וועט נישט לאזן הארגענען קיינעם. אבער זיי האבן פארט מורא געהאט ער האט זיך שיינערהייט און רואיגערהייט צאמגעלייגט די ברילן און זיך אנגעגארטעלט און ארויפשפארצירט צו טאן זיין אקט.

די אייניקלעך האבן דערנאך פארציילט אז זיי האבן שוין געוויסט אז עפעס גייט דא זיין צרות מיטן זיידן בעפאר ער איז געגאנגען, ווייל זיין מנהג איז געווען נישט צו גיין אויף קיין שום קאנוועשאן און קיין שום צוזאמקנופט פון אידן כדי נישט צו נעמען כבוד.[5]

און 1938 ווען אייראפע האט אנגעהויבן צו ברענען האט ער איבערגעלאזט אלץ און אנטלאפן מיט זיין ווייב קיין אמעריקע אין א סובארב פון באסטאן מיטן נאמען טשעלסי וואס איז דאן געווען אן עיר ואם בישראל, ער האט געדינט ברבנות מיט מסירת נפש אויף אן אינטערסאנטן וועג, גראד ווען ער איז אנגעקומען האט ער זיך ערקלערט אלס פריוואטער מלמד, ער האט אויסגערופן אין שול נאכן דאווענען שבת צופרי, אז ער שטייט גרייט פאר ווער עס וויל לערנען אן קיין געלט. און קיינער האט זיך נישט אנגערופן נאר איין זון פונעם קצב פון דער שטאט וואס האט אים שפעטער געהאלפן רעקרוטירן נאך קינדער פאר תורה.[3]

זייענדיג אין אמעריקע פאר די מלחמה האט ער געזען ערשט האנטיג און זעלבסט געקעמפט די מלחמה קעגן די רעפארם און מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן.

ער געלערענט בחברותא מיט הרב משה ביק אבד"ק מעזשביזש, וואס זיי זענען שפעטער געווארן גדולים פונעם כור הברזל אמעריקע און האבן געדינט ברבנות אין אייראפע, א דאנק די השפעה פון הרב יעקב יוסף הערמאן.

נאך דעם וואס ער האט געלערנט אין היי סקול אין בלאטימאר איז ער געקומען קיין מאנהעטן אין די לאוער איסט סייד, צו לערנען אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן, וואס איז היינט באקאנט אלס ישיבה יוניווערסעטידאס איז דאן געווען די איינציגסטע בית המדרש פאר בחורים אין אמעריקע, דארטן האט ער זיך אויסגעצייכענט אלס מתמיד און פלייסיגער פול מיט כוחות, א אינגער מענטש וואס וועט וואקסן צו גדלות, ער איז געווען ערוועילט דורך רוב שטימעס צו פארטרעטען דער סטודענט פאראיין אלס איר פרעזידעט,[6] און אויך געדינט אלס בעל קורא.

זייענדיג אן געלענטער עהרליכן איד וואס נישט זייער ווייניג גרויסע אידן האבן באקומען א קאלעזש חינוך, האט ער טאקע מקדיש געווען זיין לעבן צו באקמעפן די אמעריקע פראבלעם פון קאלאדזש.

ער פלעגט אייביג הייסן געבן צדקה אביסל מער פאר אמעריקאנע צוועקן ווי מ'געט פאר ארץ ישראלדיגע.

אויך פלעגט ער נישט לאזן גיין קיין בחורים און קיין אינגעלייט לערנען קיין ארץ ישראל, ווען זיי האבן זיך פאר'עקשנ'ט אז זיי מוזען גיין אהין צוליב שידוכים אז טאמער מען גייט דארטן הייסט מען א בעסערע בחור, האט ער זיך נאך אלטס קעגן געשטעלט און האט יענעם פרובירט מאכן פילן אז מיט דעם וואס ער וועט דא בלייבן לערנען אין אן אמעריקאנע ישיבה בויט ער תורה אין אמעריקע.[7]

ער פלעגט שטענדיג זאגן אז די שורש פון דעם שווערן נסיון צו זיין א איד אין אמעריקע איז בעיקר וועגן לוקסוס.

ער איז געווען א גרויסער לוחם דערקעגן. ער איז געשלאפן זעכציג יאר אויף א ברעט ווייל א מאטראץ פעלט זיך נישט אויס, און עס איז ווארשיינליך בעסער פארן רוקן א ברעט. ער האט געהאט די זעלבע בענקלעך און מעבל אין זיין קהילה און הויז פאר איבער זעכציג יאר.

דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן ווען זיין זון האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי בשמחה מען דארף דאך זיין ערנסט ווען מען גייט ארויף צום בית דין של מעלה מקבל פנים זיין די שכינה און געבן א דין וחשבון, האט ער זיך צושריגן מיט אלע זיינע לעצטע כוחות, איך בין דאך נישט געווען קיין איין וואקאציע מיין גאנצן לעבן![8]

ער האט קיינמאל נישט געוואלט לייגן א קלינגער ביי זיין דירה אויף אוישן פארקוועי גאס כאטש ער האט געוואוינט אויפן צווייטן שטאק, זיינע קינדער האבן זיך גע'טענה'ט מיט אים און אים געזאגט אז א ניינציג יעריגער איד דארף זיך נישט אראפשלעפן שטענדיג ווען איינער וויל אריינקומען צו עפענען די טיר. אבער ער האט געענטפערט אז דאס איז אן אמעריקאנער לוקסוס.[9]

ר' אביגדור האט געהאט א שטארקע נטיה צו חסידות, ער האט שטארק שטארק חשוב געהאלטן אלע סארט חסידישע אידן, אבער מער פון יעדען האט ער ליב געהאט די חסידות "סאטמאר, ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרערן אין די אויגן, און מיט א קוויטשעדיגער קול, אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף קינגס הייוועי די גאלדן פלאו טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן סאטמארער אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. ער האט געזאגט די גרויסע ווערטער חלב ישראל אויף א מאשין אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. ער האט אסאך מאל געזאגט אז ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם סאטמאר רב האט באוויזען אויך אויפצושטעלן עשירים אדירים מיט פיאות פולער בארד בלויז אידיש שפראך און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע. מיט דעם האט מען ענדגילטיג געטוישט היסטאריע דאס האט געוויזן אז דער ארגינעלער תורה האט יא א מקום אין דעם טמא'נעם לאנד.[10]

ער פארציילט אז די שטאלץ פון אידישקייט וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט איז אים פערזענליך אויך צוניץ געקומען, ווייל אלס רב פלעגט ער זיך פירן מיט די שווארצע טראגע און פולן בארד, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען א בחינה פון זיך רייצן מיט די גוים, געווען אזעלכע וואס האט אים געזאגט אז דאס גיין אזוי טוט אויסרופן אנטיסעמיטיזם. איינמאל ווען ער איז געווען יונג האט גאר א אידענע אים אנגעשפיגן אויף א סאבוועי מיינענדיג אז ער איז א סאטמארער האט זי געשריגן אויף אים איהר סאטמארער האבן גורם געווען היטלער מיט ענקער אנדערשטיגער פיראכץ און לבוש. ער האט איר אנגעכאפט ביי די האר און ארויפגעשלעפט צו דער גאס ביז פאליציי איז אנגעקומען און אפגעשריבן פאר איר א טיקעט פארן שפייען...[10]

מיט פאטעס פלעגט ער זאגן אז מען קען מיינען אז היטלער האט געמאכט א חילוק צווישן די דייטשע און עסטרייכישע אידן, און צווישן די פולישע חסידים, ער פלעגט זאגן אז מען זעהט אז די פיינטשאפט פון היטלער און די נאציס זענען נישט געווען דירעקט אויף חסידישע אידן, פונקט פארקערט דער עיקר מיט וואס זיי האבן אויפגערייצט די מאסן איז געווען ווייל יידן האבן זיך געמישט און די אונערוויזטעטען און דאקטויערן און לויערס און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

בעיקר פארוואס ער האט אזוי זיך פארליבט אין סאטמאר איז ווייל דער געבורט ראטע פער פאמיליע אין וויליאמסבורג איז געווען דאס העכסטע, צו האבן אסאך קינדער האט ער געזען א נקמה אויף היטלער, און אויך די ערשטע מצוה אין דער תורה פון פרו ורבו,[10] און אויך ווייל אנדערשט ווי די ליטוויקעס און רוב חסידים האבן זיי געשטופט דעם עולם צו גיין ארבייטען און נישט מאכן א קאריערע פון כוללים,

ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר.[11]

איין אייניקל וואס איז זעלבסט א גרויסער באקאנטער רב אין לעיקוואוד, ר' שמחה בונם קאהן, פארט יערליך אויף שבת נחמו קיין קרית יואל שוין זעקס יאר זינט די פטירה פון זיין זיידן און שטייט איין ביי ר' דוד עקשטיין.[12]

ער פלעגט זיך כסדר בארימען מיט זיין אייניקל ר' שמחה בונם אלס איינער וואס האט געברענגט די סאטמאר השקפה פון ארבייטען און אז בעלי בתים זענען פונקט אזוי חשוב ווי כולל אינגעלייט קיין לעיקוואוד, אין דאס איז די סוד פון זיין הצלחה אז אלע עשירים און פראפעשענעלס און בעלי בתים פון לעיקוואד האבן געטראפן א רב וואס האט זיי געמאכט האבן שיעורים ביידערנאכט און געמאכט פילן אלס חשובע אידן ער האט אראפגענומען פון זיי די שאנדע וואס הערשט ביי די אמעריקאנער און אידן וואס שטאמען פון ליטע אז מ'קוקט אראפ א בעל הבית.[13]

דער אייניקל הרב שמחה בונם קאהן איז טאקע געווען זיין נאנטסטער אייניקל,[3] וואס איז געווען א גבאי ביי ר' משה פיינשטיין און אים איבערגעלאזט אויפן הסכמה פון ר' משה און זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי ר' מילער נאך פאר ער איז געווארן זיין אייניקל.[14]

ער פלעגט שטענדיג וויינען מיט התרגשות ביי זיינע דרשות אז טייל מאל כאפט זיך אים אן א רייץ צו נעמען א טעקסי בלויז דורכפארן בעדפארד ענוועניו אין וויליאמסבורג צו זעהן די סאטמאר בא'חנ'טע אינגעלעך מיט זייער לבוש און זיי בלויז זיי בענטשן פון טיפן הארץ.[10]

א חשובער איד פון וויליאמסבורג א.ז. (פון די בני יואל קרייזן) פארציילט אז ער איז געווען א שליח פון ר' אביגדור פאר איבער צוואנציג יאר צו טראגן יעדן ערב פסח קמחא דפסחא געלט פאר א צאל משפחות וואס זיי דרייען זיך דווקא אין סאטמאר און וואונען דווקא אין וויליאמסבורג האבן מער ווי זעקס קינדער. און דער סכום האט יערלך באטראפן מער ווי פופצען טויזענט דאלער. ער האט דערביי אנגעווארענט יענעם נישט צו פארציילן פאר קיינעם. יענער האט עובר געווען אויף דעם ציווי בלויז נאכדעם וואס ר' אביגדור איז שוין פארשטארבן.[15]

ער האט אמאל פארציילט אז ער האט שפאצירט א וועג פון 6 שעה פון זיין וואונונג אין בראנסוויל צו וויליאמסבורג אין יום טוב שמחת תורה בלויז קענען מיט צוהאלטן די הקפות אין סאטמאר ראדני. און ווען ער איז אנגעקומען אין ראדני האט ער געזען דער אלטער רבי רבינו יואל טאנצן מיט אזא התלבות אז אין זיין דמיון האט זיך מצייר געווען א מלאך וואס טאנצט דא מיט די תורה האט ער אויך מיט געטאנצט מיט אזא התלהבות אז די פוס האבן אים וויי געטאן פאר חדשים נאכדעם.[10]

ר' סענדער דייטש פארציילט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז רבי יואל טייטלבוים פלעגט אים לאזן רופן שטענדיג ווען ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די וועלט אז אידן זענען קעגן מדינת ישראל. ר' סענדער זאגט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז ער איז דער גרעסטער ירא שמים צווישן די ליטווישע גדולים וואס קימערן זיך צו מוסרן אידן אויפן ענגלישן שפראך, דערפאר איז בלויז ער דער שליח דאס צו טאן אין ענגליש, און ר' סענדער פארציילט אז ר' אביגדור פלעגט מיט אים זיצן אין א זייטיגן צימער פאר שעות און שעות, און דער רבי ר' יואל פלעגט זיך קאכן און אויפהייטערן קעגן די ציונים, שרייען און קאכן אלייןס אין צימער, אזוי ווייט אז זיי האבן פשוט מורא געהאט דארטן צו בלייבן, פון אנדערן צימער האבן זיי אפגעשריבן א סקעטש, און יעדע האלבע שעה געקומען ווייזן דעם רבין צו ער איז מסכים צום נוסח, דער רבי האט געהייסן טוישן און טוישן און געשריגן אויף ביידע פארוואס זיי פארשטייען אים נישט. ר' אביגדור כאטשיג וואס ער איז געווען א פרעמדער רב וואס האט נישט געהאט קיין שייכות צו ר' יואל, האט נאך מער געציטערט פון ר' סענדער פון ר' יואל, ווייל ער האט מער פארשטאנען צו די הייליגע רוגזא אז דאס איז ווי א געטליכער פייער, ווי ר' סענדער וואס ער זאגט אויף זיך אז ער האט דא נישט אזוי שטארק משיג געווען.

ר' אביגדור האט קיין איינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם דערוועגן. און אויך נישט געגעבן פאר ר' סענדער רשות דאס צו באשרייבן דערוועגן אין זיין ספר, ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון די דאזיגע טראסט און חיבה יתירה וואס ר' יואל האט אים ארויסגעוויזן, אחוץ איינמאל ווען ער האט גערעדט פון אמונת צדיקים, האט ער בלויז געזאגט אז ווען מען האט אים אמאל געלאזט רופן פון סאטמאר רבס שטוב, אז דער רבי רופט האט ער נישט געקענט שלאפן פון גרויס פחד... (ער האט נישט פארציילט אז דאס איז געווען א רעגולארע זאך ווי ר' סענדער האט געזאגט), ער זאגט אז ער האט זיך געשפירט ווי די אידן פאר קבלת התורה.

ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די בני יואל אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער, און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג, אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג, האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים נאר זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם ברך משהס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע א סאטמאר'ע אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה. אין פאקט זענען געווען אסאך בני יואל אידן וואס האבן זיך געדרייעט ביי אים, און האבן געלערנט פון אים זייער אסאך.

כאטש ער איז נישט געווען קיין חב"ד חסיד, האט ער פארט געהאט א שייכות מיט חב"ד חסידים און מיטן ליבואוויטשער רבין. ווער ס'הערט צו די קאסעטטעס קען באמערקן אז יעדעס יאר חנוכה פלעגט ער צו רעדן פון די חב"ד שלוחים אין רוססלאנד און פון זייער מסירות נפש. ער האט זיך אויך אנגעשטרענגט און געגאנגען צו די לויה פון האדמור מליובאוויטש זצ"ל.

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו איינעם וואס האט געוואלט ער זאל נעמען א שטעלונג בנוגע א קאנטראווערסיאלע ענין פון ליובאוויטש "איך כלפי דעם ליובאוויטשן רבי, בין גלייך ווי א מורישקע נעבן א ריז".

די קינדער און אייניקלעך פארציילן אז פאר ער איז געשטארבן, האט ער געלאזט צוואה און געבעטן אז מען זאל נאר רעדן אידיש, אפילו זיינע טויזנטער טעיפס זענען בעיקר אויף ענגליש, האט ער אבער אייביג מוסר מודעה געווען אז דאס איז די סיבה ווייל זיינע שיעורים איז בעיקר געצילט פאר בעלי תשובות וואס רעדן נישט, און קענען נישט, קיין אידיש. אינדערהיים פלעגט ער טאקע נאר רעדן בלויז א ריינע אלטמאדישע אידיש. ווארשיינליך אנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבא פון אמאל מיט איר ארגינעלן פארעם.

זיי זאגן עדות אז במשך זינט די געבורט פון עלטסטן בכור א צירקע זעכציג יאר האט ער אין שטוב נישט גערעדט קיין איין ווארט ענגליש צו קיינעם בלויז, ווען איינער האט נישט געקענט קיין אידיש. און דאך אויף די טעיפס רעדט ער אן ענגליש וואס איז זייער הויך און קונסטלעריש. עס מיז אבער ווערן באטאנעט אז עס איז דא פון אים איבער הונדערט טעיפס אויף אידיש דווקא, זיי אידיש איז מיט א זעלטן שיינע שפראך, עס איז גאר רייך מיט ווערטער, יעדעס ווארט וואס ער זאגט סיי אין ענגליש סיי אין לשון קודש צב"ש ווען ער זאגט נאך א פסוק פארטייטש ער איהר אין אידיש, מיט א רייכער שפראך, ער האט גאר גוט באזיצט דעם אידישען שפראך אסאך מער ווי אנדערע וואס רעדן דאס א גאנצען טאג, און ווי שרייבער וואס שרייבן אידיש אין צייטונגען אדער ביכער.

ער פלעגט הייסן גיין מוחה זיין קעגן די דעמאקראטישע פאליטיקער וואס האבן געשטיצט תועבה, געיז און אבוארטען. אויף דער בימה אין זיין שול פלעגט אייביג זיין אנגעפילט מיט פעטישענס פאר כל מיני מוחאות אפצושיקן וועכענטליך צו די געזעץ געבער קיין וואשינגטאן אדער אלבאני אדער סיטיהאל. זיין עקסטרעימקייט האט אים באליבט אויף די סאטמארער מאסן און ביי סתם אידישע קנאים. זיינע ספרים און טעיפס זענען פיל מיט לאזונגען און שארפע ווערטער וואס ווערן פארנוצט ביי די אויבענדערמאנטע לטובת זייערע מערכות אין אידישקייט.

ער איז אמאל געווען דער איינציגסטער איד ביי א צוזמאנקנופט פון גלחים קעגן די טעלעוויזיע פראבעלם, ער פלעגט דאס שטענדיג דערמאנען וואסארא חילול ה' דאס איז געווען אז קיין איין איד האט זיך נישט דארטן באטייליגט אחוץ אים. ער האט כסדר גערעדט פון יענעם מעמד און דאס באצייכענט אלס א קידוש ה' אז מען האט פארברענדט דארטן טעלעוויזיעס.[10]

ווען משה גבאי איז געווארן איבערגעפארן דורך אייזעק לעפקאוויטש און מען האט געמיינט נאך אז ער וועט דאס נישט איבערלעבן, האט איינער געפרעגט פארוואס אזא מיאסע טויט שטראף האט ער געזאגט צוליב דעם וואס סאטמאר האט יענע צייט אינדארסט קאטש ווא איז געווען פאר תועבה קעגן אנדערע מער קאנסערוועטיוו קאנדידאטן, און דער חילול ה' דערפון אז סאטמאר דער פרומסטער קרייז ביי אידן זאל גאר דאס טאן איז געווען אן היסטארישער מרידה במלכות שמים, וואס טאקע די רבנים האבן נישט מיטגעשטימט אבער די אדמו"ר האט זיך אויסגעלאכט פון די רבנים מיטן הילף פון זיין גבאי, וואס כידוע האבן דאן קאשוי רב מיט ר' אברהם לייטנער זיך געבעטן ביים ברך משה נישט דאס טאן און גארנישט האט געהאלפן.[10]

ער האט פארציילט אז ווען וויליאם קונסטלער דער לויער פאר די מאפיע איז געשטארבן פון קענסער, האט ער אנגעצינדען די ניו יארק פאסט אויף אוישן פארקוועי און געמאכט א טאנץ ארום דעם פייער, אלס'ן ענין פון זיך משריש זיין דעם אמונה חושית פון ושולימת רשעים תראה.[10]

זיין אייניקל האט אים אמאל געפרעגט פארוואס ער פארפירט אזוי קעגן די היימישע מוסדות וואס נעמען געלט פאר די תועבה קאנדידאטן מ'בויט דאך דערמיט פון זייערע געלטער און ליבעראלע פראגראמן אויף תורה אידישקייט, האט ער זיך צושריגן וויאזוי קען מען בויען תורה מיט אזעלכן געלט, הקב"ה ערקלערט דאך אני ה' שונא זימה, מ'מאכט א יד אחת מיטן זימה און מ'בויט נאך דערמיט תורה. ער האט אויסגעפירט אז ער האט פשוט באמת פיינט אלע שונאי ה' און ער קען זיך נישט איינהאלטען פון רעדן און פארפירן קעגן זיי אפילו דאס שטערט די מוסדות און פארטייען.[16]

ער איז געווען פייער קעגן אידישע שטרעמונג אן תורה אלס איר איינציגער ציל, און די ציונות באוועגונג איז אויך נישט געווארן אפגעשוינט פון זיינע דרשות מוחאות.

על אף וואס ער האט געהאט גרויס סימפאטיע צו סאטמאר איז ער אבער דירעקט נישט נאכגעגאנגען אין זייער שיטה.

ער פלעגט אפט זאגן אז ער פארשטייט נישט די חילוק צווישן א אידישע רעגירונג אין ארץ הקודש ביז א אידישער רעגירונג אין אפסטעיט מאנרוי קרית יואל, - בתנאי אויב פרומע תורה אידן פירן דאס זענען ביידע הייליג און טייער.

ער פלעגט באיינפלוסן זיינע צוהערער צו גיין שטימן אין ארץ ישראל, און ארויסוואוטן די לינקע ליבעראלע פרייע אידן פון פאוער.

זיין ערשטער בוך ריזשאוס או יוט האט א גרויסער פובלישונג פירמע פעלדהיים נישט געוואלט פובליקירן צוליב די שארפע לאזונגען קעגן די פרייע אידן און ארץ ישראל. איין אויסשניט וואס האט דאן ארויסגערופן גרימצארן ביים אלגעמיינעם אידענטום איז געווען זיין ארויסזאג אז "דער כותל מערבי וואלט בעסער געווען ווען ער בלייבט אין אראבישע הענט צוליב זייער צניעות און צוליב די אידישע אויסגעלאסנקייט וואס פארשוועכט היינט צוטאגס דעם מקום קדוש".

ער פלעגט זאגן שטענדיג אז מען דארף אנקוקן דעם חורבן אייראפע אלס יד ה'. א שטראף זיך צו לערנען דערפון א מוסר וויבאלד גאט טוט נישט גארנישט סתם אזוי ווער רעדט נאך פון רציחה. ווי די נביא שרייט (אין ירמיהו ב,ל) לשוא הכיתי את בניכם מוסר לא לקחו אז השי"ת איז זיך מתמרמר אז זיינע שטראפן זענען אומזינסט ווייל מ'לערענט זיך נישאט אפ פון די שטראפן אויף זיינע באליבטע קינדער.

דעריבער פלעגט ער זאגן אז די 6 מיליאן טויטע אין אוישוויץ זענען גארנישט קיין קדושים ווי רוב אידן רופן זיי, ווייל דאס מאכט חלילה האבן טענות אויף גאט אז ער זאל האבן געהארגעט היייליגע לייט.

ער שרייבט אז די יצר הרע איז זיך מחיה און פארדינט גאר אסאך פון די אלע פרומע אידן וואס זאגן אז די צווייטע וועלט מלחמה אידן זענען געווען הייליג.[17]

זיין מעסעזש וואס ער האט געזען אין היטלער אלס א גוטער זאך. ווייל ער האט געוואונט אין אייראפע פאר די מלחמה און לויט ווי ער האט דעמאלטס שוין מורא געהאט האט זיך כלל ישראל געדארפט ענדיגן צו עקזיסטירן דורך די פילע אפיקורסות און פרייהייט וואס האט דאן געבוזשעוועט, ער פארציילט אז אין סלאבאדקע, די שטאט פון דער ישיבה וואו ער האט געלערענט, האט יעדע 5 מינוט ארויסגעפארן א געפאקטער באס פון אידן זיי צוטראגן צו דער ארבעט בעצם יום השבת. אין דער שטאט האבן געוואוינט רוב אידן און די צענדליגע טויזנטער און עס איז שוין כמעט נישט געווען קיין מנין שומרי שבת.

ער האט שטענדיג געזאגט אז היטלער ימ"ש איז גאטס שליח צו ראטעווען די אידישקייט דורכן סאטמארער רב ר' יואל טייטלבוים און אנדערע גדולים וואס האבן זיך יא געראטעוועט און פון דאס ניי צוריק אויסגעפארעמט אידישקייט מער לויטער און ארגינעל מיט די רעליגיע לויט די תורה. ער האט אפילו איינמאל אנגעכאפט א מלחמה איבערלעבער און אים ארויסגעפירט פון זיין שול ווען יענער האט זיך פרובירט איינטענה'נען מיט אים אז די זעקס מיליאן טויטע זענען יא געווען הייליג. זיינע מקורבים האבן דערנאך בארואיגט יענעם איד אז ער וואלט אים ווען אנגעבראכן די ביינער פאר דעם חטא און ער זאל זיך פרייען אז ער איז ארויס גאנץ...[18]

רוב לעבן האט ער מקדיש געווען צו לערנען גמרא רש"י תוספות איבער און איבער.

ער האט געהאט א געניעלען סטייל וויאזוי פארצולערנען און לערנען פאר זיך אז מען זאל דאס געדענקן, עפעס איין שורה אפאר מאל און דערנאך ערשט גיין צו די נעקסטע שורה.

ער איז געווען אבער א באהאלטענער תלמיד חכם אויף לומדות. ער זאגט אז ער האט געלערענט שב שמעתא אלס קינד ביים וואסער.[19] און אויך פארציילט אן אייניקל אז די לעצעט וואך אין שפיטאל האט ער זיך פארהערט מיט אים אין קצות החושן.[20]

דאס איז זיכער אז ער פלעגט פארמיאוסן אין די לומדים און די לומדישע לייף סטייל ישיבות. וואס מ'לערנט נישט געהעריג אגדתא ווייל זייענדיג א מוסר'ניק האט ער געזען אין אגדתא דער עיקר ויסוד חלק צו תורה.[10]

אבער ער פלעגט פארלערנען קצות החושן איינמאל א וואך אין זיין זון'ס ישיבה.[3]

הרב מרדכי וויינבער די ראש ישיבה פון ישיבה גדולה ד'מאנטריאל האט אמאל ערקלערט פאר זיינע תלמידים: איך שטים נישט אלעס מיט וואס ראביי מילער זאגט, אבער ווער בין איך זיך צו קריגן אויף א איד וואס ענדיגט ש"ס יעדע איינציג יאר נאכאמאל און נאכמאל.[3]

ווען ער איז שוין געווען א גרויסער בחור, האט זיך זיין לעבן דראסטיש געטוישט אונטער דער השפעה פון ר' יעקב יוסף הערמאן זצ"ל, וואס האט פארגעלערנט אן אומערלויבטער מוסר שמועס פאר פינף סעלעקטירטע מבקשים אין די דארמיטארי פון זיין צימער בין הסדרים אין ישיבה אוניווערסיטעט אין דעם ספר מסילת ישרים וואס בלויז ער פון די פינעף האט באקומען רשות זיך צו אריבערקריכן באהאלטענערהייט א ווינדאו פון א פייער עסקעיפ אז קיין איין בחור זאל אים נישט נאכטאן, ער איז דערנאך געפארן לערנען אונטער זיין השפעה קיין אייראָפּע.[10]

די מוסר האט אים שטארק אויסגעפארעמט זיין לעבן, און די דאנערשטאג נאכט שיעור איז געווען די הויך פונקט פון זיין לעבן פאר איבער פערציג יאר וואס כלל ישראל האט זיך איינגעהערט ווי ער רעדט צום באשעפער פאר איבער א שעה ווי א קליין קינד רעדט צו זיין מאמען.

דאס איז צושטאנד געקומען נאכער וואס ר' שרגא משה קאלמאנאוויטש מירער ראש ישיבה האט אויפגעפאדערט פון א גרופע אינגע ספרדים וואס זענען געקומען דאן פון סיריע זיי זאלן זיך ווענדן צו ר' אביגדור זיי ווייזן די ערשטע טרעפ אין אידישקייט, די ספרדישע בחורים האט מיט חוצפה געזאגט פאר ר' אביגדור אז אידישקייט אינטערסירט זיי ווייניג האט ר' אביגדור אנגעהויבן צו רעדן פון די ניקס און אזוי אריינגפארן ביזן רמב"ם, די שיעור איז געווארן איינגעפירט אין מירע ישיבה און אשכנזים האבן זיך צוגעכאפט דערצו. .[21]

ער האט נישט געהאלטן פון קיין מעשיות און כמעט קיינמאל גארנישט פארציילט קיין דראמא ווי די רעדענער נאר פשוט געהייסן מאכן עקסערסייז ער האט געהייסן מען זאל שווייגן אינמיטן און איבערגעדרייט די טעיפ אויף די אנדערע זייט. אזוי אויך האט ער געהייסן נאכזאגן אדער נאכטן נאך אים, ווי גוט דער באשפער איז, אדער אז מען זאל זאגן הויך און קלאר איך האב דיך ליעב גאט'. ער האט געהייסן עפענען די פענסטער ביים שיעור אז די זשערמס פון אזויפיל מענטשן זאלן ארויסגיין טאמער איז געווען ווינטער האט ער אנגעצינדן הויך די סטיעם און נאכאלטס געפענט די פענסטר.

אין 1932 ביי די 24 יאר אלט איז ער זיך איינמאל געגאנגען צוהערן צו א שמועס פון ר' אייזק שעהר אן איידעם ביים אלטן פון סלאבאדקע וואס איז געקומען דאהי קיין ניו יארק זאמעלן געלט, דעם שמועס אין א מאנהעטען האטעל לאבי איבער די מוסר מהלך איז אים זייער געפאלן און נאך די התייעצות מיט הרב דעוויס האט ער זיך געפאקט פעק און געפארן לערנען קיין סאלאבאדקע. ר' אייזעק שעהר האט דערנאך זיך אויסגעדרוקט אז קיין געלט האט ער נישט געמאכט אין זיין וויזיט קיין אמעריקע צוליב די דיפרעסיע יארן אבער א תכשיט פארן ישיבה האט ער זיך יא איינגעהאנדעלט און די נסיעה האט זיך אויסגעצאלט דורך ברענגן ר' אביגדור קיין סאלאבאדקע.[3] שפעטער אין זיין לעבן האט ער געזאגט אז אלעס וואס ער זאגט און רעדט איז פון זיין רבי ר' אייזק שער [22]

ר' אייזעק שעהר'ס איידם הרב שולמאן דער שפעטערער ראש ישיבה און ווידער איבערפאלנצער פון סלאבאדקע אין בני ברק איז אויך געווען זיין שדכן. און האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א רב אין גלילות פון קאוונע וואס איז געווען א גרויסער מוסרניק אין 1935.

זיין גורל צו פארן קיין אייראפע האט ער אבער אייביג געגעבן דאס דאנקבארקייט פאר דעם תורה ריז הרב יעקב יוסף הערמאן וואס דאן געווען טעטיק צו מוטיגען בחורים צו גיין לערנען קיין אייראפע זיי אפצוראטעווען פון אמעריקעס חורבן. צווישען זיי זיין חברותא ר' משה ביק און הרב דעיוויס זצ"ל, פון פיקסוויל, און ר' מרדכי גיפטער זצ"ל, פון טעלז, קליוולאנד, ר' ברוך קאפלאן דער שפעטערדיגער גרינדער פון בית יעקב נעץ שולעס איבערפלאנצונג אין אמעריקע. און ר' נתן וואכטפויגל דער לעיקוואודער משגח, און נאך.[23]

זייענדיג א ליטוואק, און אויך א פילאסאף, על דרך ושיטת הרמב"ם און בעל חובת הלבבות, איז ער געווען א גרויסער חסיד פון שכל. ער פלעגט נאר רעדן זאכן וואס האט געהאט מיטן שכל, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין קבלה'דיגע באגריפן פון זוהר, אבער זיינע זאכן דורכן שכל, האבן כמעט אלע געשטימט מיטן זוהר, די חסידים וואס פלעגן קומן צו זיינע שיעורים פלעגן אים אייביג פרעגן איבער העכערע מיסטישע באגריפן פון חז"ל, פלעגט ער רוב מאל ענפערן אז די זאכן זענען משלים און רעיונות נישט פאקט.

א גערער חסיד דרוקט היינט איבער זיינע ספרים אויף עברית און פארפעלט נישט אין קיין איין שטיקל אנצוצייכענען א זוהר הקדוש אדער מדרש אדער אפילו לעצטיגע קבלה רעיונות, וואס דער דרוקער אלס חסיד איז שטארק באהאווענט אין די ספרים און לייגט דאס אלס פערעפערענצן צו יעדע רעיון פון ר' אביגדור אז דאס איז שוין געשטאנען אין קבלה. כאטשיג וואס בשעת ער האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז ער איז נישט עוסק אין קבלה.

ער האט טאקע געשריבן און אוועקגענומען פון זיינע קינדער און אייניקלך די רשות צו איבערזעצן זיינע ספרים פון ענגליש אויף העברעיש און דאס פארשריבן אז בלויז יענער גערער חסיד מעג דאס טאן.

ער האט זיך נישט געפירט בחסידות און אפט מאל מבזה געווען קעגן זייער התנהגות אבער ער פלעגט אייביג זאגן אז דער אמת איז ביי די חסידים. מיטן משל פון חפץ חיים אז ווען מען איז געקומען צו אים זיך אפרעדן אז די חסידים טרעטן אויפן שלחן ערוך און דאווענען שפעט, האט דער חפץ חיים גענטפערט: זיי דאווענען שפעט טאקע אבער מיר ליטוואקעס דאווענען שוין נישט בכלל.[10]

פאר איבער דרייסיג יאר וואס מען ווייסט זיכער אז ער האט נישט געגעסן קיין מזונות, בלויז געשלאפן אויף א ברעט אונטערן רוקן. און געגעסן נאר פרוכט, און פלייש אויב די ווייב האט דאס ספעציעל געקאכט און אליינס כשר געמאכט.[3]

ער האט געהאלטן אז די תכונה פון פחד איז דער חשבסטער יסוד אין הלכות נזיקין. און אזוי אויסגעטיישט אדם המבעה.[10]

ער פלעגט אראפבאגלייטן יעדן איינעם נישט קיין חילוק א קינד פרוי און אפילו זיין אייגענע זינען פון זיין הויז אויף די עלטערע יארן ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער מאכט זיך אזוי משוגע צו מקיים זיין די מצווה פון לוויה, האט ער גענטפערט מיט א רעש, פארוואס מען טייטשט אים אויס פאלטש, ער ציטערט פשוט אז זיי וועלן אראפפאלן באגלייט ער זיי.[24]

א חסידישער סאטמארער אינגערמאן פון בארא פארק האט אמאל אריינשפאצירט צו אים קיין פעלטבוש פאר א תפילה פרייטיג צונאכטס, ר' אביגדור האט אים נאכן דאווענען ברייט מקבל פנים געווען און געמיינט אז ער איז א ירושלימער גאסט אין געגענט פאר שבת. ר' אביגדור האט פארבעטן יענעם צו שלאפן און עסן ביי זיך ביז נאך שבת. ווען דער אינגערמאן האט זיך פרובירט ארויסדרייען אז ער וויל נישט מטריח זיין דעם צדיק, האט ער אים געזאגט אז ער מיינט נישט די מידת פון הכנסת אורחים ער האט פשוט מורה פאר יענעם אויפן לאנגן וועג צוריק צו זיין אכסניא, ווייל די מענטשן פון די העכערע אוישן פארקוועי גאסן וועלן אים נאכשרייען צוליב דאס אינטערסאנקייט פון אים אלס ירושליםער איד מיטן שטריימל און בעקיטשע, וואס די געגענט פרייע און מאדערענע אידן וועלן מאכן שפאס פון אים. דער אינגערמאן האט געגעסן ביי אים ווייל ער האט געוואלט צוזעהן זיין עבודה אבער דערנאך האט אים ר' אביגדור מפציר געווען אז ער זאל שלאפן ביי אים אויכט האט דער אינגערמאן אים ענדליך מגלה געווען אז ער וואונט אין בארא פארק און געזאגט אז זיין ווייב אין קינדער זארגן זיך פאר אים. האט ער אים נישט געלאזט אהיים גיין נאר אנעם שטריימל...[25]

ער פלעגט שטענדיג שרייען קעגן די עלטערן וואס זענען פרום און חסידיש אבער ווען זייערס א קינד געשענט עפעס זעהן זיי נישט אז זיי זענען פושעים נאר זאגן ה' לקח וה' נתן און מען דארף זיי הארגענען פארן לאזן די בליטש אדער די פייער אז קליינע קינדער קענען דערצו צוקומען.[10]

ווען ער איז געווען אין שפיטאל האט ער נישט אריינגעלאזט קיין פרויען שוועסטער.[5]

ער זאגט ביי איינע פון די שמועסן אז ביי א ניינציג יעריגער איד האט די יצר הרע מער שליטה דעריבער דארף מען מתפלל זיין אין שפיטאל אז ווען א פרויען שוועסטער קומט אין צימער צו וועלן ארויסטאנצן פון דעם פענסטער.[10]

אן אייניקל איז אמאל דורכגעפארן אוישן פארקוויי זיין שול און הויז, האט ער געזען די טירן ברייט אפֿן, אזוי ווי ער האט געוואוסט דעם סדר פון ר' אביגדור זיין זיידע איז צו זיין מוראדיג געווארענט אין יעדער זאך, איבערהויפט שמירה אויף דער שול, האט ער זיך אפגעשטעלט און אריין געגאנגען אין שול זעהן וואס איז געשען, ער קומט אריין זעהט ער א פרוי זיצט דארטן, ער פרעגט זי צי ער קען זי העלפֿן? הערט ער זיין זיידע זיך אנרופֿן ווער איז דארטן? גייט ער צו צום זיידן און זאגט אז איך בין דאס פארוואס איז דער טיר אפן? זאגט אים דער זיידע זעסטו נישט קיין אשה דא?[26]

די וועלט האט אויף אים געקוקט אלס מאדנע און מודה געווען צו אלץ וואס ער זאגט אבער מען האט זיך פֿארענטפֿערט אז ער איז א גרויסער בעל כוח וואס נאר ער קען טאן זיין דרך ה' ווייל ער איז א עקשן, ווען זיין אייניקל האט אים אמאל פארציילט אז די ליטווישע וועלט האלט גאר שטארק פון אים אבער זיי זענען נישט מסכים אז זיין דרך איז פאר יעדן ווייל בלויז ער האט כוח זיך צו פראגראמירן דאס לעבן אלס א מוסר'ניק. האט ער גענטפערט גלייב מיר אז עס קומט מיר אן שווערער ווי אלעמען, איך טוה נאר איין זאך וואס איז א טריק וואס זיי ווייסן נישט פון דעם טריק איך האב מיך ערקלערט אלס א קנעכט און שטענדיג ווי איך גיי און ווי איך שטיי אגאנצעטן טאג חזר איך איבער איך בין אן עבד ה' איך בין אן עבד ה'. און אזוי אפשר היינט צוטאגס פיל איך מיך נענטער ווי זיי צום באשעפער אבער נישט מכוח ראבאט נאר איך האב אזא ציטער אז איך קען שוין דאס נישט פארגעסן...[27]

מענטשן וואס האבן אים געקענט האבן געמיינט טאקע אז דאס איז אזא משוגעת, אז ער רעדט צו זיך אלייןס קיינער האט קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט אז ער האט דאן געזאגט פאר זיך אין בין אן עבד ה מיליאנען מאל דורכאויס זיין לעבן...

ער פלעגט האבן א מנהג אויף די עלטער נישט אויסטאן דעם הוט קיינמאל אפילו אין שטוב בשעתן לערנען און עוסק זיין אין שרייבן זיינע ספרים און בשעתן עסן. ווען די קינדער האבן סוף ימיו אים געבעטן ער זאל דאס אויסטאן האט ער געזאגט אז ער פארגעסט שוין אביסל און דאס העלפט אים דערמאנען פון זיין פחד הבורא.

ער האט אייביג מקפיד געווען צו ארומגיין ציכטיג און זויבער אן קיין מינדערסטע פלעק אלס זיין סטאטוס ווי אן עבד פארן קעניג פון דער וועלט.[3]

כאטשיג ער איז געווען מטבעו א קאלטער מענטש האט ער זיך אפגעגעבן ארויסווייזן ליבשאפֿט און ווארעמקייט פֿאר אלעמען ארום זיך. און ער פלעגט שטענדיג מעורר זיין יעדן צו שמייכעלען צום שכן. ער פלעגט אפט מאל אינמיטן שיעור הייסן זיך אפשטילן פאר א מינוט און יעדער איינער זאל אנקוקן זיין שכן פרויען די פרויען און מענער די מענער און פראקטיצירן צו שמייכלן מיט מחשבות פון ליבשאפט צו יענעם.

  1. ער פלעגט האבן א קפידא אז ביי זיך יעדן שבת מוזן זיין געסט אייניקלך צו עסן אדער שלאפן. און זיי נישט געזאגט קיין תורה ביי דער סעודה נאר בלויז געזינגען מיט זיי פאר לאנגע שעות, וואס ביי ליטוואקעס איז אראפגעקוקט זינגען זמירות צוליב זייער טאבו הארבע עבירה פון ביטול תורה אבער אין דעם האט ער זיך געפירט ווי חסידים.[5]
  2. די אייניקלעך פארציילן אז זיי געדענקן נישט קיינמאל ווען זיי זענען געווען דארטן אלס קינדער און נישט באקומען א נייע מתנה. ער פלעגט יעדן טאג גיין שפאצירן און זיך אנסטאקן מיט קליינע טשאטשקעלעך, ווען די רעביצען פלעגט קאמפלעינען אז דאס מאכט אומ-סדר אין דעם קליינעם הויז זייערס, האט ער גענטפערט, אז מען מוז האבן אן אויסוואל פארן די אייניקלעך פון פארשידענע טויס ווען זיי קומען זאלן זיי זיך קענען וועילן...[5]
  3. די חתונה געהאטע אייניקלעך ווען זיי פלעגן נאר טעלפאנירן פלעגן זיי זיין גרייט אויף זיינע שאלות וויאזוי דאס גייט אין געלט, זייער אסאך מאל האט ער זיי געשיקט פשוט און פראסט סתם אזוי געלט, איבערהויפט ווען זיי האבן אים באזוכט האט ער זיי באלעסטיגט מיט די שאלה פיל מיט אויספארשונגען. ער האט זיי קיינמאל גארנישט געפרעגט וועגן שלום בית אדער תורה אדער סיי וואסארא אנדערע פראגע נאר בלויז צו זיי האבן געלט גענוג.[5]
  4. ער פלעגט נישט גיין אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן לערנען, אבער צו זיינע אייניקלך האט ער יא געגאנען פאר פופצן מינוט. יעדע סעקונדע האט ער זיך פארנוצט אדער צו טאנצן אדער צו זיך באדאנקען פאר אלע געסט אז זיי זענען געקומען צו זיין שמחה.[5]
  5. ער פלעגט נישט גיין אין ערגעץ, אבער ווען איינער האט זיך מתחצף געווען און יא צוגעגאנגען לאדענען צו א שמחה, האט ער זיך אנטשולדיגט ווי א קליין קינד ווי פאריאגט און פארפלאגט ער איז אז ער האט נישט קיין צייט צו אטעמען און ער בעט יענעם זאל אים מוחל זיין און פארשטיין א.א.וו.[28]
  6. ער האט געגריסט יעדן איינעם מיט א שמייכל פון דא ביז קאנארסי.[28]
  7. ער האט זיך אראפגעשלעפט אויף די טרעפ פון זיין הויז אין די שווערסטע צייטן, און אראפגעזעצט ביי יעדן שנארער נעבן טיר אין פארצימער און אויסגעהערט פאר לאנגע צייטן יענעם'ס פראבלמען.[29]
  8. דער סיפור אונטער זיין זשאב אלס משגיח אין חיים בערלין איז גארנישט געהאט צוטאן מיט זיין פערזענליכקייט ווייל קיינער האט נאך דעמאלטס אים נישט געקענט ער האט געוואונט אין טשעלסי וויי אוועק פון די ישיבה. נאר דער ראש ישיבה ר' יצחק הוטנער האט איינמאל באקומען א רירנדער טעלעפאן קאל פון דערווייטענס פון אן אומבאקאנטער רב וואס האט זיך געבעטן מיט טרערן פאר אים ער זאל נישט ארויסווארפן עפעס א פרעמדער בחור. האט עים ר' יצחק הוטנער געשריגן אויפן טעלעפאן א איד וואס קען וויינען פארן פראבלעם פון א פרעמד בחור מוז זיין א משגיח. און ר' אביגדור האט אין דעם געזען א אצבע אלוקים אוועקמופן פון טשעלסי אז קיין חינוך וועט ער שוין נישט קענען צושטעלן דארטן פאר זיינע קינדער.[30]

ער פלעגט זיך ארום דרייען אין טאש שטענדיג מיט עפעל קערנדליך, ווען ער איז געשטארבן האט מען געטראפן איבער זעקס פילע פאטעיטא זעק אנגעפילט מיט עפל קערנדליך ביי אים אינדערהיים אין סטארעזש; דאס פלעגט ער זיך קאכן טאג אין נאכט אין די וואונדער פון באשעפערס וועלט. אין פארענט פון זיין שטענדער אין שול איז אייביג געלעגן א באטל ניו יארק סיטי סינק וואסער, אלס א שוויתי ה' לנגדי תמיד, זיך צו דערמאנען דעם טובת ה'.[31]

זומער פלעגט ער אייביג יעדן שבת רופן די אייניקלעך און שפילן מיט זיי להשריש את אהבה לבוראם אין זייערע אינגע הערצער, אז מען האט געפליקט מעלאנע קערנדליך...[5]

געווען יארן לאנג משגיח אין ר' חיים בערלין ישיבה, קיין איין תלמיד פון דארטן האט נישט געוואוסט אז ער איז עפעס א זאך. רוב האבן אויף אים נאכאלץ היינט א ביטול צוליב די גרויסע געלט קנסות וואס ער פלעגט לייגן אין לויט זייערע אויגן אומ-בארעכטיגט, אויף אזוי ווייט האט ער זיך באהאלטן אין חיים בערלין ישיבה אז ווען ער איז געשטארבן זענען נישט געווען קיין שום אפיציעלע פארשטייער פון דער ישיבה חיים בערלין אפילו נישט איר ראש ישיבה וואס וואוינט עטליכע גאסן אוועק. אין די לוויה איז געווען פון די גרעסטע אין ברוקלין'ס היסטאריע און חרדישע היסטאריע.

זיינע אייגענע טעכעטער און זין האבן קיינמאל נישט גערעדט פון אים עפעס גדלות בשעתן לעבן. פארענטפערענדיג זיך אז ער האט זיי אויסגעפאפט מיט פילע זאכן, און בלויז ווען ער איז געשטארבן האבן האבן זיי אנגעהויבן צו כאפן ווי גרויס ער איז געווען.[5]

זיין רעביצין האט קיינמאל נישט צוגאלאזט די חסידים אים צו מוטשען זאגענדיג אז איר מאן איז בלויז גוט פאר בעלי תשובה...

זיינע קינדער און אייניקלעך זענען מודה און האבן שוין עטליכע מאל געבעטן מחילה פון אסאך חסידים וואס זיי האבן פראבירט צו פארטרייבן די חסידים וואס פלעגן קומען מוטשען דעם זיידן און זיי האבן נישט געהאט קיין שכל צו באמערקן אז ער איז א גדול.[5]

ער פלעגט נישט לאזן אינגעלייט צו מארקעטען ווער רעדט נאך פובלישונג פארשפרייטער קאמאפניס זיך אפגעבן מיטן מפרסם זיינע טעיפ און ספרים, זאגענדיג פאר זיי אז קיינער קויפט דאס נישט צופיל... נאר בלויז ער מיט זיין רעביצן האבן זיך אפגעגעבן מיט די געשעפטן ביזן לעצטן מינוט אויב זיי האבן געדארפט טעיפס אדער ספרים.[32]

ער האט געזאגט אויף די פראגע פון סאטמארער אידן פארוואס ער האט נישט געדרוקט אין לשון קודש זיינע ספרים, אז ער קען טאקע גאר שיין שרייבן אין לשון קודש, און פאר זיך שרייבט ער אלעס קודם אין לשון קודש, אבער וויבאלד קיין איין תלמיד חכם וועט סיי ווי נישט קויפן זיין ספר וועט ער פארלירן געלט, דעריבער דרוקט ער דאס דווקא אין ענגליש נישט צו פארלירן אזויפיל געלט.[10]

איינמאל האט זיך אוועקגעשטעלט א גאנצע משפחה פון פאריז נאכן דאנערשטאג שיעור און מיט התרגשות זיך פארגעשטעלט אלס געווארענע בעלי תשובה דורך זיינע טעיפס, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט נאר ווייטער געגאנגען און געזאגט מיט א שמייכל שכוח פארן מאכן אן אלטן איד פרייליך.[3]

שווייגן איז געווען א גרויסער יסוד אין זיין לעבן. און שטענדיג אויפגעפאדערט אז מען זאל שווייגן. אז מען איז געקומען צו אים איבער שלום בית האט ער גארנישט געוואלט רעדן נאר איבער דעם.

ער איז געווען א מאדנער שותק, אז ווען מען האט אים עפעס געפרעגט נישט קיין חילוק ווער האט ער אפט מאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו לאזן דעם שואל שטעקן מיט די שאלה און נישט ענטפערן...

ביי זיינע מסיבות און צוזאמענקומען וואס ריזן עולם פלעגן קומן צו אים געבן כבוד ווי למשל ביי זיין אייניקלעך'ס חתונה, אדער ביים יערליכן דינער פון זיין זון'ס ישיבה. האט ער זיך אוועקעגשטעלט ביי דער טיר, נישט אויבן אן, און יעדן איינעם געשמייכלט און זיך באדאנקט פארן קומן מיט א ברכה, און קיין ווארט נישט מער.

אפט מאל פלעגט ער שפאצירן און מענטשן האבן זיך געוואלט צושארן צו אים אבער ער האט זיי איגנארירט...

מיט דעם אלעם האט ער געהאלט אז יעדער איד מוז קענען רעדן מיט רעטאריק ער האט קיינמאל נישט חלילה וחס געהייסן לערנען ספרים חיצנוים אחוץ ביי מידות וואס דאס איז געווען חשבון הנפש וואס ר' ישראל סאלאנטער האט געהייסן איבערדרוקן און פארשפרייטן. און דאס אנדערע בוך פון דעיל קאנארגי צו שארפן דעם צונג.[33]

זיינע ספרים זענען פיל מיט חכמות חיצונית, און איז באקאנט מיט יעדעס ווארט פון כפירה און מינות זיי אפצואווענדען, זיין בית הכסא איז געווען א ביבליאטעק פון אלע ביאלאגיע, פיזיק, און וויסנשאפט ביכער, זאגנדיג אז מען טאר נישט אין זיי אריינקוקן נאר ער ווייל ער טוט זיי אפווענדן און אויך נאר אין בית הכסא ווייל עס איז טמא. און אויך נאר צוליב דעם וואס ער האט אנגעפרעגט ביי גרויסע פוסקים און זיי האבן אים געגעבן א היתר.

על אף וואס זיינע ביכער זיינע געווידמעט גאנצעטע פרקים אפצואווענדן כל מיני אפיקורסות, זענען רוב פון זיינע טעיפס און שיעורים נישט עוסק נאר אין אהבת ה' און חסד ה'. אחוץ ניטל נאכט וואס ער האט אויסגעניצט אפצושפעטן פון קריסטנטום און עוואלוציע.

אבער בעיקר זעהט מען אז ער איז באקאנט געווען אין די אלע וויסענשאפטן אויסצינוצען דאס אנציווארימען הערצער פון זיינע צוהערער און זיך אליינס צו זיך פארוואונדערן און אויפלעבן צו די גוטע טיפע גוטס און גענדאדע און נפלאות הבורא פאר די וועלט.

זיינע קינדער פארציילן אז זיי האבן אים קיינמאל נישט געזען זיצען און קוקן עפעס אנדערשט ווי א גמרא אדער ספר און אלע זיינע סייענס פארשונגען וואס ער האט געהאט געלערענט אין בית הכסא האבן אנדערע פאר אים געברענגט כדי לוחם צו ווייזן די פירצות פונעם דור.[34]

זיין חכמה האט זיך דאס מערסטע ארויסגעוויזן וויאזוי ער האט אייביג געקענט ענטפערן די לעצטע פופצן מינוט פון דאנערשטאג שיעור פאר מער ווי פערציג יאר און איז פארשפרייט אין די הונדערטער טויזנטער קאפיס בכל קצוות תבל.

אין דער איד איז בשעתו געווען אפגעדרוקט וועכענטליכע העצערייען אז מען טאר נישט הערן זיינע טעיפס צוליב דעם חרם פון חתם סופר נישט זאגן דברי תורה בלשון הגוים.

אלס ענטפער צו דעם האט דער איד אפגעדרוקט אסאך בריוון וואס האבן עדות געזאגט אויף זיין גדלות נאר אז ער איז נישט קיין גדול וואס א יוצאי אונגערן זאל זיך מאכן פאר א רבי צוליב דעם חתם סופר'ס איסור.

נישטא קיין מדינה און שטאט ווי זיינע טעיפס זענען נישט אנגעקומען.

ער פלעגט ענטפערן שאלות 2 מאל א טאג אויפן טעלעפאן בשעת'ן עסן מיטאג און נאכטמאל.

אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פלעגן קומן צו פארן איבערהויפט צו זיין דאנערשטאג נאכט שמועס, ווי ר' בנציון פעלדמאן פון מאנסי, ר' שמחה בונעם קאהן פון לעיקוואד, דער ווינער דיין פון בארא פארק און אזוי ווייטער רבנים עסקנים און גרויסע תלמידי חכמים פון די נאנט און פון די ווייט האבן זיך נישט געוואלט פארפעילן אפילו איין שיעור און האבן זיך געשלעפט שעות מיטצוהאלטן די דברי אלוקים חיים.

ער האט אייביג געזאגט אז מען זאל אים נישט אויסהערן נאר יעדער איינער האט ער געזאגט וועמען צו פרעגן א שטאפן היט דעם ברך משה און א הויכער היט ר' שלמה באבובער און די ליטווישע אידן זייערע פירער און די ספרדים זייערע און פארן רוסישען אדער בעל תשובה טיפ ליבאווישטער רבין. א.א.וו.

ער פלעגט פארנוצען רוב צייט פון זיינע מוסר שמועסן ארום רעדן די מעלות פון אנדערע גדולי הדור, וו.צ.ב. דער ברך משה האט ער געזאגט אז אזא עניו און הכנעהדיגער מענטש פאר גדולי ישראל איז נישט באשאפן געווארן. אדער אז ער האלט אז דער ליבאוויטשער רבי קען זיין משיח. אדער אז דער באבאובער רבי איז א איש שלום און א זעלטענער בעל מידות וואס שאפט א פראכט און כבוד פארן אידישן פאלק. און אז אידן דארפן ווען זעהן צו משפיע זיין ביי די רעפובליקאנער פארטיי אז ר' אהרן קאטלער זאל ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. קיינער איז נישט געקומען דארטן פון מאנסי מאנרוי וויליאמסבורג צו הערן אז אנדערע גדולים פון זיין'ס גלייכן זענען ערליך און מען זאל זיך ווייקן ביי זיי מען איז געקומען הערן וואס ער האט צו פארציילן אבער ער האט זיך געקשענט און כמעט נישט פארפעלט קיין איין וואך אויסצורימען א גדול אינעם דור וואס לעבט.

אפילו ער איז זיך געזעצן פארשפארט אין זיינע ד' אמות און זיין פארשטופט ווינקל אין א מאדערן נישט פרומען געגענט אין אוישן פארקוועי אוועק פון יעדן פירסום און פובליק.

האט ער באפוילן פאר אלע זיינע מענטשן צו מופן קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער ארצפצו פון פלעטבוש ווא איז געווען פרומער, ער פלעגט אויך אויפאדען אז מען זאל זיך באטייליגן אין פרומע חרדישע צוזאמקונפטן אפילו דאס איז נישט ממש פאר תורה. ער האט באפוילן יעדן צו גיין צום סיום הש״ס און צו דער בעלזער חתונה און צו די סאטמארער יערליכע כ"א כסליו מסיבות, זאגנדיג דייקא נישט צוליב דער תורה נאר צוליב דעם אז איבעראל וואו עס איז דא א גרויס צוזאמקום פון אידן רוהט די שכינה אין מער פראפאראנץ ווי א קליינער צוזאמקום. און אויב איז דאס היסטאריש גרויס אין פאפולאציע איז דער שכינה דארטן אין היסטארישע פראפאראנצן.

בעמעד פון צענדליגע  טויזנטער אידן האט מען ארויסבאגלייט זיין ארון פון זיין באשיידען הויז און שול'כל אפצופארן אויף וועג קיין קענעדי ערפארט עס האבן זיך באטייליגט און מספיד געווען ר' חיים פנחס שיינבערג, ר' יוסף ראזענבלום, ר' שמואל בירענבוים, אן אייניקל זיין ממלא מקום אלס רב אין זיין לעצטער שול, און רבי יעקב פערלאוו נאוואמינסקער רבי וואס האט גערעדט בשם אגודת ישראל און ישיבת חיים בערלין. ר' שמואל מילער זיין עלטסטער זון, וואס האט געוויינט אז די וועלט האט נישט געוואוסט זיין טאטענס גדלות בתורה בלויז זיין יראת שמים, און זיין אייניקל ר' שמחה בונם כהן פון לעיקוואד וואס האט געבעטען מחילה בשם כל ישראל אז מען האט נישט איינגעזען זיין גדלות און מען האט חוזק געמאכט פון אים איבעראל בשעת ער האט געלעבט דאס האט נישט איבערגעלאזט קיין איין טרוקן אויג ביי די פארזאמלטע און קולות ויללות האבן בוקע געווען רקיעים פון עלטערע אידן רבנים און קיינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען אויף דעם צער פונעם שר וגודל בישראל שנפל בלמחמה וואס האט געליטן און נישט געהאט קיין מנוחה און תענוג פאר זיך אויף די וועלט.

ער איז געקומען לקבורה אויפן הר הזתים במעמעד פון  טויזנטער אידן, עס האבן דארטן מספיד געווען רבי נתן צבי פינקל, מירער ראש ישיבה, רבי מתתיהו סאלאמאן וואס האט פונקט געוויילט אין ארץ ישראל און ר' משה שטערנבוך און תלמדים און די קינדער.

ער האט ארויסגעראטעוועט די משפחה פון ר' אלי שוועי מיט זיין פאטער, ווייל אין קאוונע האט ער זיך באקענט מיט א אמעריקאנער אמבאסאדאר וואס איז געווען געבוירן אין בלאטימאר און יענער האט געלערנט אין די זעלביגע היי סקול, און ר' אביגדור האט אויסגעפועלט וויזעס פאר די שוועי משפחה.[3]

ער איז געווען א פעלזן פעסטער מענטש זיך נישט גערורט פאר קיינעם אין די שטורמישסטע צייטן. געפירט קאמפן און אלעס מיט א רואיגקייט כאטשיג ביי אלע זיינע אישוס איז ער געווען איינער אלייןס. און די חרדישע וועלט האט אים נישט אקעצעפטירט און גאר געלאכט פון אים.

  1. ער איז געווען דער איינציגטער רב וואס האט געהויבן פויסטען אין פנים אריין אויב איינער האט גערעדט קעגן ה' ותורתו.[5]
  2. ער איז געווען עטליכע מאל אין קאמף מיט די קהילה זיינער איינמאל האבן זיי אפילו ארגענעזירט א מעכטיגער פראטעסט אין טשעלסי ווען ער האט דארטן געפענט א ישיבה, וואס נאציאנאלע צייטונגען האבן דאס געדעקט אלס סענזאציע אז א קהילה האלט א פראטעסט קעגן זייער אייגן רב.[35]

ער האט אויך אמאל זיך אפגעשטעלט אינמיטן זייןס א דרשה און געהייסן דעם ראש הקהל פון קהילה זיך אויפשטלען און ארויסגיין ווייל יענער האט געשמייכלט ווען ער האט גערעדט פונעם איסור פון טראגן קעריזשעס אין שבת אויף די גאס מחמת איסור הוצאה.[36]

  1. גערעדט טאג איין טאג אויס פון די געיס און לעסביאנקעס און אבארשען מגיפה. כאטשיג קיין איין רב בישראל אין זיינער צייט האט דאס נישט געטאן, צוליב זייער פחד אז אומ-חתונה געהאטע וועלן זיך פארטאן צוליב דעם מוסר אין דעם ענין.[37]
  2. מען האט אים אויפגעזאגט זיין אמט אלס משגיח אין חיים בערלין ווייל ער האט נישט געוואלט לאזן לערנען דארטן לימודי חול. טייל זאגן אז ער האט זיך אפגעזאגט אין פראטעסט און זיי האבן אים יא געוואלט האבן ווייטער.[פֿעלט אַ מקור]
  3. זיך משוגע געמאכט מיט פרוכט און וואסער נאכאנאנד כאטשיג פון דעם חובת הלבבות ביזן היינטיגן טאג איז דאס נישט דער סדר פון קיין איין רב אז דאס זאל זיין א יסוד אין אידישקייט.[פֿעלט אַ מקור]
  4. נישט גענטפערט קיינעם נאר געזאגט שטענדיג געב מיר צייט זיך איבערטראכטן.[פֿעלט אַ מקור]
  5. נישט געלאזט קיין שנארערס גיין אין זיין שול אינמיטן דאווענען. כאטשיג דאס איז קעגן דער מנהג פון יעדן שול אין די וועלט, כדי נישט צו שטערן דאווענען. ער האט געהאט א סדר אזא זמן ווען יא צו קומען.[פֿעלט אַ מקור]
  6. שטארק פארשעמט אויב איינער האט געהיסט אין זיין שול אן ארויפלייגן די הענט אויפן מויל.[פֿעלט אַ מקור]
  7. געטאן אנדערשט ווי די שולחן ערוך
    1. ביי נטילת ידים אבער האט געזאגט אז ער האט א טעם כמוס. (ער האט טאקע געגעסן מיט א הענטשקע צוליב דעם און די וועלט האט זיך איינגערעדט אז דאס איז צוליב זשערמס זאל נישט ארויפגיין פון די הענט צו די עסן.) אבער ער האט זיך געזייפט אנשטאט א טעפל.[24]
    2. שמונה עשרה האט ער אויסגעלאזט אסאך שטיקער. עס איז אין מחלוקת וועלכע, ווייל די סדר איז געווען אז ער האט דאך נישט גערעדט פון גארנישט אבער וויבאלד ער פלעגט דאווענן גאר לאנג, ד.ה. ער האט אנגעהויבן שמונה עשרה ווען דער מנין האט געהאלטן ביי הודו, און געענדיגט ווען זיי האבן געענדיגט דאווענען, און ער פלעגט זאגן יעדע ווארט ווי א קינד רעדט צו זיין מאמען מיט געפיל, שיין גראד ווי א האלץ און ארויסזאגן יעדע שטיקל מיט א אמת'קייט וואס אפילו ער האט דאס געטשעפטשעט גאר שטיל זענען געווען פארזאמלט ארום אים חסידים זיך אונטערהערן.[פֿעלט אַ מקור]
  8. נישט געוואלט ארויסגיין קעגן סאטמארער רבי דעם ברך משה כאטשיג ער האט אראפגענומען די מזוזות פון קרית יואל סקול דיסטריקט, ער האט גאר אפגעשריבן גאר א לאנגער בריוו אים צו שטיצן און אים ערקלערן אלס מנהיג הדור קעגן די מיינונג פון רוב חסידישע רבנים.[38]
    1. ער האט אפילו אויסגעצאלט די קאר סערוויס פאר ר' יצחק לייב וויינגארטען אהיים קיין וויליאמסבורג און נאך עסקנים מיט אים וואס ער האט געהייסן קומן זיך דורכרעדן וועגן דעם ענין און דורכטאן, ווען ער האט זיי געגעבן דעם ענוועלאופ האבן זיי געמיינט אז דא ליגט באהאלטן אן איסור אויפן סקול דיסטריקט, ער האט זיי אבער באפוילן שטרענג זיי זאלן נישט עפענען דעם בריוו ביז זיי זענען אין וויליאמסבורג, אין קאר האבן זיי שוין געפענט דאס און געזעצן די 30 דאלער האבן זיי פארשטאנען זיין פקחות, אז ער האט זיך נישט געוואלט טענה'ען מיט זיי.[39]
  9. זיין טאטע און מאמע זענען נישט געווען קיין רבנים, נאר פשוטע ארבייטארער, און ער האט געלערנט אין פובליק סקול און זיינע אלע איגענט חברים און ברודער און שוועסטער האבן פארלאזט אידישקייט און ער האט זיך אלייןס מלחמה געהאלטן מיט זיין סביבה אויסציוואקסן אן היסטארישער גדול בישראל.[40]

פארגעלערנט זעקס און דרייסיג שיעורים א וואך. נישט קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן פון זיינע שיעורים, אפילו צו די אייגענע אייניקלעך'ס חתונה, פלעגט ער קומן, אפטאנצן מיט דעם מאנטל אין די הענט, און זיך אוועק גיין צוריק צו זיין גמרא.

ר' מרדכי גיפטער האט געזאגט אז די אפגעריבענע צוריסענע ערבלעך פון זיין חאלאט וואס האט זיך שוין צולעכערט פון אזויפיל רייבן אויפן שטענדער נאכאנאנד האט אים געמאכט אויך גיין לערנען תורה ד.ה. די אזא תשוקהדיגער התמדה וואס ער האט געזען ביי ר' אביגדור האט אים באיינפלוסט אז אפשר איז יא עפעס גוטס אין די תורה. און ער איז דערנאך אויפגעוואקסן ר' מרדכי גיפטער דער מנהיג ישראל פון טעלז.[41]

די בחורים אין חיים בערלין פארציילן אז ער האט נישט זיך געפירט ווי קיין געהעריגער משגיח נאר ער פלעגט זיך אראפזעצן ביים טיר און זיך לערנען און זיך נישט קימערן מיט גארנישט נאר טאמער מען איז געקומען שפעט האט ער געהייסן געבן געלט. זיי האבן קיינמאל פון אים געהערט עפעס השקפה אדער רעדן מיט די בחורים פריוואט, ער האט בלויז געלערנט פאר זיך בלאט נאך בלאט אגאנצען טאג און אויפגעפאסט מען זאל נישט קומען שפעט.[3]

ער האט געזאגט אז די אינטערנעט איז אסור פאר די דאזיגע קרייזן וואס זייערע רבנים אסרן דאס.[10] ווען א אינגער בעל תשובה האט אים געזאגט אז ער וויל אפדרוקן זיין תורה אויפן אינטערנעט כדי פרייע אידן זאלן דאס אויך קענען לערנען און צוריקומען צו תורה, האט ער יענעם געזאגט אז ער ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי אינטערנעט ארבעט דעריבער וויל ער נישט געבן רשות דאס אפדרוקן.[42]

זיינע טעיפס און ספרים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טויזענטע טעיפס און טייל אויף אידיש זענען פארשפרייט, אויך פילע ספרים געשריבן פינעף על התורה דריי אויף אידישע היסטאריע און דריי אויף השקפה, איין'ס אויף תפילה, איינס אויף שלום בית, און איינס אויף נפלאות הבורא, עס קומן נאך היינט ארויס כסדר נייע ספרים וואס תלמידים דרוקן אפ זייערע רשימות פון ווען ער האט געלעבט. און בארבייטן זיינע ווערק אין אנדערע שפראכן. - זיינע ספרים זענען שוין לעת עתה געדרוקט אויף לשון קודש - אידיש - עברית - ענגליש - פראנצויזיש - פארטוגעיזיש, און ספאניש.

אריינגערעכנט:

  • Rejoice O Youth! (1962)
  • Sing You Righteous
  • Praise My Soul
  • Awake My Glory
  • The Universe Testifies
  • Behold A People
  • Torah Nation
  • Exalted People
  • The Beginning (1987)
  • A Nation is Born (1991)
  • A Kingdom of Priests (1994)
  • Journey into Greatness (1997)
  • A Fortunate Nation (2001)
  • Career of Happiness
  • Lev Avigdor (לב אביגדור), a mussar sefer

ספרים געדרוקט דורך תלמידים און קינדער פון זיין תורה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • לאן
  • עם סגולה דריי בענדער.
  • וואלקינג וויט ראביי מילער.
  • ראביי מילער ספיקס צוויי בענדער.
  1. הקדמה פון זיין איידעם רב בראג אין צווייטן באנד פון ר' שמחה בונם קאהן'ס ספר ראביי מילער ספיקס
  2. מפי הרב יאווא פעלט מקור
  3. a b c d e f g h i j k הרב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  4. מפי בנו רב שמואל מילער ביי א יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג תשס"ז טעיפס צו קויפן ביי הרב יאבוי פעלט מקור
  5. a b c d e f g h i j מפי זיין אייניקל רב ישראל מילער פעלט מקור.
  6. רב בראג אין הקדמה פון ר' שמחה בונם קאהן'ס ספר ראביי מילער ספיקס
  7. אויסגאבע פון נטרונא אויף די מיינונג פון כל גדולי ישראל איבער מדינת ישראל.
  8. מפי בנו ר' שמואל מילער ביי דער יארצייט סעודה כ"ט ניסן תשס"ז אין וויליאמסבורג פעלט מקור
  9. מפי הרב שמואל מילער זיין בכור פאלט מקור
  10. a b c d e f g h i j k l m n o p טעיפ#
  11. מפי בנו ר' שמואל מילער
  12. דער בלאט
  13. מפי הרב יאווא.
  14. מפי ר' שמחה בונם קאהן.
  15. הרב יאווא אין זיין'ס אן ארטיקל אין דער בלאט ביי די שלושים פון רב מילער
  16. מפי זיין אייניקל ר' שמחה בונם הכהן קאהן.
  17. אוועיק מיי גלארי בלאט 18
  18. אלגעמיינער זשורנאל, archived from the original on 2007-09-27, https://web.archive.org/web/20070927204721/http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=3372, דערגרייכט 2007-05-03 
  19. מפי זיין ר' שמואל מילער
  20. מפי זיין זון ר' שמואל
  21. יתד נאמן
  22. און הקדמה פון אלע זיינע ספרים
  23. רעביצן שיינבערג און די הקדמה פון אלל פאר די באס.
  24. a b מפי הגאון ר' יושע יודא גליק
  25. מפי בעל המעשה הרב יושע יודא גליק
  26. מפי בעל המעשה ר' ישראל מילער
  27. מפי ר' ישראל מילער
  28. a b מפי זיין תלמיד הרב שטאלצבערג
  29. מפי זיין אייניקל ר' ישראל מילער
  30. מפי איינעם פון די מספידים ביי די לוויה
  31. מפי תלמידו הרב דולינגער אין זיין ספר וואלקינג וויט ראביי מילער
  32. מפי הרב טויבער
  33. הרב דולינגער משגיח דישיבה תורה אור אין זיין ספר שפאצירן מיט רב מילער.
  34. מפי בנו רב שמואל מילער
  35. מפי בנו הרב שמואל מילער.
  36. מפי ר' שמואל מילער
  37. מפי זיין אייניקל ר' שמחה בונם קאהן
  38. דער איד
  39. מפי ר' יצחק לייב וויינגארטן
  40. מפי ר' שמואל מילער.
  41. פון איינע פון די מספידים ביי דער לוויה
  42. מפי הב' יוסף נידעלמאן