ישיבה אוניווערסיטעט
www |
ישיבה אוניווערסיטעט איז דער הויפט מוסד פון חינוך פאר די מאדערן ארטאדאקסישע אידן. דער הויפט קאמפוס געפינט זיך אין דער וואשינגטאן הייטס געגנט פון מאנהעטן.
דער ערשטער טייל פון ישיבה אוניווערסיטעט איז געווען ישיבת רבינו יצחק אלחנן (ריאט"ס), געגרינדעט אין 1896, און א נאמען געגעבן נאך ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, דער רב פון קאוונע, וועלכע איז נסתלק געווארן נישט לאנג בעפאר און איז געווען פון די חשובסטע רבנים און ראשי ישיבה אין זיין צייט אין אייראפע.
דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט געווארן אין 1927, מיט ריאט"ס און דער ניי-געגרונדערטער ישיבה קאלעדז אלס די ערשטע חלקים.
פון 1976-ה'תשל"ו ביז די לעצטיגע יארן איז דער אוניווערסיטעט געווען אנגעפירט דורך דעם לאנג-יעריגן פרעזידענט און ראש ישיבה הרב דר. נארמאן לאם. אין 2002 האט לאם ריטייערט פון זיין פאסטן אלס פרעזידענט און געבליבן נאר דינען אלס ראש ישיבה פון ריאט"ס. דער היינטיגער פרעזידענט איז דר. ריטשערד דזאועל.
ישיבה אוניווערסיטעט באשטייט היינט פון עטליכע חלקים:
אונטערגראדואירונג
- ישיבת רבינו יצחק אלחנן, דער ישיבה אפטייל
- ישיבה קאללעדז, דער הויפט אונטערגראדואירונג קאלעדז אפטייל פאר מענער
- סטערן קאללעדז, דער הויפט אונטערגראדואירונג קאלעדז אפטייל פאר פרויען
- סיי סימס שולע פאר ביזנעס
איבערגראדואירונג
- אלבערט איינשטיין שולע פאר מעדיצין
- בענדזאמין קארדאזא שולע פאר געזעץ
- אזריעלי שולע פאר אידיש חינוך און אדמיניסטראציע
- בערנארד רעוועל שולע פאר אידישע לערנונגען
- פערקאויף שולע פאר פסיכאלאגיע
- וואורצוויילער שולע פאר סאציעלע ארבעט