עוואלוציע

פֿון װיקיפּעדיע
מענטש און אנדערע האמינידן

ביאָלאָגישע עוואָלוציע איז דער פראָצעס פון בהדרגהדיקער פארענדערונג פון אָרגאניזמען מיט דער צייט. דער פועל־יוצא און די הויפט־ראיה פון עוואָלוציע איז די פיל־מיניקייט פון אלע ביאָלאָגישע סיסטעמען: פון ביאָלאָגישע מאָלעקולען צו איינצעלנע אידיווידן און פאָפולאציעס פונעם זעלבן זגאל און צו זגאלן. די טעאָריע פון עוואָלוציע איז א וויסנשאפטלעכע דיסציפלין וואָס באשעפטיקט זיך מיט דער פאָרשונג פון די פאקטאָרן און מעכאניזמען פון עוואָלוציע. די טעאָריע פון עוואָלוציע איז די אנגענומענע ערלקלערונג פאר די ערשיינונג פון קאמפליצירטע לעבן פארעמס צווישן וויסנשאפטלער.

ווי אזוי ארבעט עוואלוציע?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די טעאריע שטעלט פאר די אנטוויקלונג פון לעבעדיקע ארגאניזמען אלס פראָצעס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פון איין פרימיטיוון איינצעליקן אָרגאניזם. אלע לעבעדיקע אָרגאַניזמען האָבן זיך אנטוויקלט איבער מיליאָנען יאָרן. דער מענטש מיט אלע באשעפענישן זענען נישט באשאפן געוואָרן אויף איינמאָל נאָר זיך אנטוויקלט פון אנדערע אָרגאניזמען לויט דעם פראָצעס פון נאטירלעכע סעלעקציע. לויט דער עוואלוציע טעאריע, איז דער גאנצער וועלט–באשאף, די גאנצע בריאה, צושטאנד געקומען צוביסלעך אין פארלויף פון ביליאָנען יאָרן אין א פראצעדור, פון דער גענעטישער פראדוקציע, וואָס גייט פון דור צו דור. ביז עס האָט זיך אנטוויקלט א וועלט מיט ביליאָנען באשעפענישן, ביימער, פלאנצונגען, קאסמישע פלאנעטן אינעם אסטראָנאָמיש ריזיקן אוניווערס. פון א מאָדערן שטאנדפונקט פארשטייט מען הײַנט דאָס לויט דעם נאטירלעכע סעלעקציע באגריף.

די פאסיל רעקארד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאסיל רעקארד ווי מען טרעפט אלטע פארצײַטישע ארגאניזמען ווי דינאָזאַװער, שטיצט אונטער די ווערסיעס פון אלטע סאָרט מער פרימיטיווע לעבן פון בעלי חיים. אין די הײַנטיקע שטיינער זעט מען צייכנס פון איר פרימיטיוון אלטן שטאנד.

גרינדונג פון דער טעאָריע פֿון דער נאטירלעכער סעלעקציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – טשארלס דארווין

טשארלס דארווין (ענגליש:Charles Robert Darwin) האָט פארגעשטעלט די טעאָריע אַז עװאָלוציע אַנטװיקלט זיך דורך די נאטירלעכע סעלעקציע טעאָריע. זײַן וויסנשאפטלעכע טעאָריע איבער וועלט–באשאף האָט ער פובליצירט אין זײַך בוך On the Origin of Species אין 1859.

ער איז געווען א בריטישער פאָרשער און וויסנשאפטלער. צו ערשט איז זײַן טעאָריע באטראכט געוואָרן אלס ווילד פרעמד און ראדיקאל. יאָרן לאנג האָט ער אויסגעמיטן צו טרעפן מענטשן צוליב מורא אז מ'וועט אים לינטשן צוליב דעם חטא פון פארשפרייטן כפירה. מיט די יאָרן אבער, בעיקר אין אָנהייב 1900ער, האָט זײַן טעאָריע באקומען מער און מער מאמענטום, הײַנט צו טאָג, האָט די וויסנשאפטלעכע וועלט אָנגענומען דארווינס טעאָריע, אלס דער סאמע קראנטסטער יסוד איבער לעבעדיקע באשעפענישן.

ער האָט קיינמאָל נישט געזען אָדער אָבזערווירט עוואָלאציע אין פראצעס.

אלס ראיה צו דער טעאריע פון עוואלוציע ברענט מען אז די גענעס פון די שימפאנזעס (פון די מאלפעס) זײַנען ענדלעך צו די פון מענטשן. אין דער גמרא סנהדרין שטייט אז א טייל פון די מענטשן וואָס האָבן א טייל גענומען זענען געוואָרן מאלפעס און רוחות שדים און לילין.

דער טערמין: עוואלוציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אמתער טייטש פונעם וואָרט מיינט: אנטוויקלונג אין א בעסערער, מער מעלהדיקער זאך. כאטש עס איז באזירט אויף דארווינס טעאָריע, איז דער נאָמען נישט באשאפן געוואָרן פון אים, נאָר דורך די וויסענשאפטלערס אין זײַנע צײַטן וואָס האָבן נישט געקענט באגרײַפן אז די וועלט–באשאפונג איז טאקע א צופאל, וואָס איז מער נעגאטיווער קאטאסטראָפע, געשען דורך איינעם פון ביליאָנען שאנסן. און זיי האָבן נאָר געוואָלט מסכים זײַן האלב מיט אים אז דאָס איז אנטוויקלט אן א פאָראויס געזעענעם אויסגערעכנטן פלאן, אָבער דארווין איז געגאנגען ווײַטער, ער האָט געהאלטן אז די באשאפונג איז נישט אנטוויקלט נאָר געשען בטעות אומפאָראויסגעזען און אומאויסגערעכנט, אין ענגליש האָט ער דאָס גערופן דיסענט מלשון אראפגיין וואָס איז פונקט פארקערט פון אסענט מלשון מעלה. דאָס הייסט אז די באשעפעניש איז א צופאל דורך נאטירלעכער סעלעקציע.

תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מעשה בראשית פון זעקס טעג קעגן עוואלוציע טעאָריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויבן אויף לויט דאָס אין קעגנזאץ צו די אמונה, אז גאָט האָט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג, ווי עס שטייט אין חומש בראשית, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ". אָבער א סאך ענטפערן אז די זעקס טעג פון דער תורה מיינט נישט אונדזערע מענטשלעכע זעקס טעג, נאָר אזוי ווי דוד המלך זאָגט אז איין טאָג בײַם באשעפער איז ווי טויזענטער טעג בײַ אונדז. ממילא קען מען דאָס נישט דערלקערן אלס סתירה.

ווידעראום אנדערע ענטפערן אז װען דער אייבערשטער האָט געענדיקט דעם וועלט–באשאף, האָט ער שוין אריינגעלייגט די פיזישע שטריכן פון א וועלט וואָס זעט אויס ביליאָנען יאָרן. דעריבער פון דאָ שטאמט דער טעות פון די וויסנשאפטלערס, אז די וועלט איז עלטער פון זעקס טויזענט יאר, ווײַל די סימנים ווײַזן טאקע אויף אזא יאָרגאנג, אָבער עס איז באשאפן געוואָרן אן אלטעוועלט פון געבורט אָן.

די שיטה פון אמונה אין מעשה בראשית קעגן עוואלוציע ווערט גערופן קרעאציאניזם.

נעץ-פארבינדונגן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]